- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 679
- רעאקציע ראטע
- 2,692
כ'עפן דעם שנירל וואו מ'זאל קענען פאוסטן קליפס פון טישן אדער גרויסע חסידישע צוזאמקומען ווי דער עולם איז אויף אימאציאנאלע עקסטעסי.
יעדע חסידישע צוזאמקום באשטייט פון געוויסע הויכפונקטן אזא מין ארגאזמיק מאמענט, צו ס'איז א טיש, עצרת מחאה, חתונה וכדומה, ווי דערוילם שפירט אז מיר און דייקא נאר אונז זענען די אויסדערוועלטע פונעם ערוועלטן פאלק ווי צב"ש, א בך בטחו כ"א כסליו אינעם גראנדיעזן ארמארי. אדער א חתונה ווי דער רב/רבי טאנצט מיט א ספיציעלע ניגון און דער רבי פארגלייזט זיך די אויגן און איז מניף תנופה מיט זיינע האנט און אלל אוו עי סאדן פאנגן אן די פארענטשעס צו טאנצן אינטער די שטריימל בעקישע ווייסע זאקן שטיוועל וועלכע ספרינגן אויף איר מיט עקסטאז.
אדער סתם א באגלייטונג מוצאי יו"ט ווי דער עולם איז שוין סייווי הויך אויף עמאציאנאלע עקסטעסי פונעם עוזר דלים אדער עליונים ששו ותחתונים עלזו וועלכעס האט אויסגעבראכן הארט נאכן פארענדיגן דעם קרעפל פשט'ל אדער אפילו אן עקסטאזישער אויסבראך פון שרייען פוי ביי א פראטעסט נאכדעם ווי מ'האט געפונען דעם גורם צו אלע אידישע צרות, ציוניזם. וכו' וכו' ביי חסידים איז קיינמאל נישט פארהאן א דאלל מאמענט כסדר זענען חסידים אויף עקסטעסי, מ'ברויך ניטאמאל האבן א תירוץ דערויף און מיר זענען גאר שטאלץ דערמיט. וקרא שמו בקרעמל חסידישע עקסטעסי!