חולי הנפש

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
736
רעאקציע ראטע
1,690
איך האב לעצטענס באקומען פון א איד א באשרייבונג ווי ער באשרייבט לויט זיינע אינפארמאציע און זיין אייגענע עקספיריענס (איך וועל אנפרעגן רשות צו מיר קענען דא ציטירן זיין באשרייבונג, וועט ער לאזן וועלן איך עס שפעטער צולייגן) די מענטל העלטה מחלה וואס רופט זיך נארסעסיזם. ער ברענגט דאס ארויס מיט א געוואלדיגע געניטשאפט פון זיין פערספעקטיוו, און ווי אויך זיין ריסערטש וואס ער האט געטוהן אין די נושא פון נארסעסיזם מיט פיצקעלע דיטעילס וואס זענען תסמר שערות אנוש. עס איז כדאי צו ליינען, ווסעט דארט ליינען זאכן וואס וועלן דיר מאכן אויפשפרינגען און דיין פארשטאנד און געוויסע התנהגות'ער פון זיך אליין, דיין ווייב, דיינע חברים, וועלן זיך שטעלן אין פלאץ.

אבער דאס וואס ער שרייבט דארט איז נאר איין חלק פון חולי הנפש. כדי צו פארשטיין די סוגיא בכל פרטיה ודקדוקיה, לאמיר נעמען דעם ענין פון חולי נפש אין דזשענערעל און צולייגן וואס איז דאס, און וואס געשעהט מיטן מענטש וואס ליידט אויף סיי וועלכע עי. בי. סי. (ADHD BPD וכו' א"א לפרטם כי רבים הם) ער ווערט דייעגנאוזד.

און ווי אויך וואספארא סארט היילונגען און טערעפי טוהט פארן חולי.

וואס איז דאס מענטל העלט?

לעצטענס איז דא א שטארקע אויפוואכונג ביי מענטשן אין די נושא פון מענטל העלט, א זאך וואס איז אין די לעצטע 20 יאר אריינגעקומען אין אונזער חינוך סיסטעם און אין אונזער שלום בית שמועסן. אמאל (פאר 20 יאר צוריק) א קינד האט נישט געלערנט אדער איז געווען ווילד וכדו' האט ער געכאפט אפאר פראסקעס און ער האט איינגערוהט, ווי לאנג דאס קינד האט געדענקט די ווייטאג, די פארשעמונג פון די פראסקעס, האט ער איינגערוהט. ווען די פחד האט אנגעהויבן אויס צו וועפן, אדער ער האט זיך בארואיגט פון די ווייטא, איז ער/זי געווען חוזר חלילה. נאכאמאל געווילדעוועט, ביז מען האט נאכאמאל געדארפט געבן די מעדעצין פון פראסקעס, אדער א גוטן פסק למען ישמעו ויראו.

אין די לעצטע 20 יאר האט מען זיך אריינגעלייגט אין די נושא און פרובירט אויסצופיגערן על מה עשה הילד/ה ככה. וואס האט געברענגט דעם קינד צו ביהעיווען אזוי? ווייסט ער/זי אז עס איז נישט נארמאל זיך אזוי אויפצופירן?

און דאס זעלביגע איז געווען ביי שלום בית. א מאן אדער פרוי האט זיך בינה לבינו נישט אויף געפירט ווי א נארמאלער מענטש איז זי/ער געווען א חיה רעה אומציוויליזירט, מען האט געסאפערט זיך געספראוועט. א אינגערמאן אדער ווייבל האט מען נישט געקענט אנפראסקען ווען ער/זי האט זיך נישט אויפגעפירט מיטן בן/בת זוג ווי עס דארף צו זיין, איז עס געווען אן החלטה אדער איר/איהם שיקן ליפטערן אדער זיך אנליידן כדי צו האלטן דעם שטוב צוזאמען. אויב איז עס געווען באו מים עד נפש און עס נישט געווען אויסצוהאלטן האט מען נישט געווארט און זיך געפיעטשעט, נאר גלייך איר/איהם געשיקט לופטערן.

איז וואס איז דאס מענטל העלט נאך וואס מיר הערן אזוי פיהל דערפון אין די לעצטע 20 יאר?

מענטל העלט אנטהאלט אין זיך אונזער אימאציאנאלע, פסיכילאגישע און סאציאלע וועזן. און ווי אויך אפעקטירט עס אונזערע טראכטן-גאנג, אונזערע הרגשים ווי אזוי מיר פיהלן אין הארצן, און אונזער אונזערע אקטן.

דאס איז אויך א מעטאד וואס ווייזט אונז ווי אזוי מיר באהאנדלען די סטרעס וואס מיר האבן, וויאזוי מיר באנעמען זיך מיט אנדערע, און די החלטות וואס מיר מאכן בכל עת וזמן אין יעדע מצב.

מענטל העלט איז געווארן זייער א וויכטיגע נושא ממש אין א יעדעס סטעידזש אין אונזער לעבן. פון ווען מיר זענען קינדער ביז מיר ציען זיך אריבער צו ווערן אן ערוואקסענער. און ווי אויך ווען מיר זענען ערוואקסענע איז די מענטל העלט וואס באגלייט אונז נאכאנאנד.

מענטל העלט איז א חלק פון אונזער לעבן א יעדע מינוט עס איז מיט אונז כל זמן מיר אטעמען.

א געזונטע מענטל העלט פערזאן וועט אונז האלטן און לערנען ווי אזוי צו:
  • דילן מיט לעבנס סטרעס
  • העלפן זיין עלטערן פאר די קינדער (וואס איז א געוואלדיגער אחריות)
  • העלפן זיין פראדאקטיוו
  • העלפן זיין א קאנטריביוטער צו די וואס ליגן אויף אונז (נישט נאר א נעמער)
  • העלפן זיין דאס בעסטע וואס מיר קענען זיין, און עס וועט אונז ארויסגעבן אונזער פולע פאטענציאל.

מיר ווייסן אלע אז מיר קענען טוהן זאכן, און פארשטייט זיך קעיר נעמען פון זיך און אונזערע אימאציאנאלע געפיהלן פיזיש, גייסטיש, און סאציאליסטיש.

נישט אייביג זענען מיר אין די זעלבע מצב. א יעדער האט זיך זיין זמן וואס עס איז איהם/איר שווערער אדער גרינגער און מיר ווייסן אז אין די צייטן דארפן מיר מאכן טשענדזשעס. אבער מיר ווייסן נישט ווי אזוי, און וואס מיר דארפן טשענדזשען אין די מאמענטן.

און מאנכע מאל וועלן מיר יא וויסן וואספארא טשענדזשעס צו מאכן ווען עס אונז שווער און עס וועט זיין גענוג צו אדורך שווימען דעם מצב אין וואס מיר האבן זיך געטראפן. און אסאך מאל ווייס מיר אז מיר דארפן טשענדזשן, און מיר טשענדזשן טאקע, אבער עס העלפט נישט די מצב און מיר פיהלן ווייטער נישט אין גוטן אפי' מיר האבן געמאכט דעם טשענדזש, און מיר דארפן טוהן עפעס מער דראסטיש צו פילן בעסער אין די נייע געטראפענע מצב.

וואס הייסט אז מיר נעמען קער פון אונזער מענטל העלט ווי עס דארף צו זיין?

ווען דו גייסט צום דאקטאר משום איזה סיבה שהוא, דו פיהלסט זיך נישט גוט פיזיש, דער דאקטאר מאכט די נויטיגע טעסטס צו מברר זיין די סימפטאמען, אבער דער דאקטאר זעהט נישט קיין שום פיזישע סיבה צו דיינע סימפטאמען. די ציפערן פון די בלוטדרוק איז ווי עס דארף צו זיין, די נוטרישאן לעוועלס זענען אלע אין די ריכטיגע ציפערן, אבער פארט דו ביסט אראפגעשלעפט. דו שפירסט פיזישע ווייטאג איבעראל אויף דיין גוף. דו שפירסט הארץ פאלפעטעישאנס, דו שפירסט ווי דער מאגן דריקט דיר, די האסט שרעקליכע רוקן, האנט, אדער פיס יסורים. די גוסטע איז דיר אזוי ווי פאר א פיבער (אינפעקציע וואס האלט זיך אינמיטן דעוועלאפן) זאגט דער דאקטאר איין מינוט, לאמיר דיך פרעגן וואס האט זיך געטוישט אין דיין סדר החיים?

צו איז דיר ל"ע עפעס געשעהן? איז אלעס מסודר ביי דיר אינדערהיים אזוי ווי פאר די ווייטאגן?
א קינד אין חדר אדער אין סקול באקומט א נאוט פון א טיטשער אז דאס קינד ביהעיווט עפעס נישט ווי עס בעדארף צו זיין לעצטענס. וואס טוהן מיר מיט דעם נאוט?

(בדרך אגב א טישטער א מלמד וואס איז סענסיטיוו אין די נושא פון מענטל העלט און ער/זי באמערקט אז א קינד איז איננו כתמול שלשום און שיקט נאר א נאוט אנשטאט אויפהייבן דעם טרייבל צו קלינגען די עלטערן עס אדורך צו שמועסן מיט זיי מיינט אז דער מלמד/ת איז בכלל נישט נושא בעול אין די מענטל העלט/וואוילזיין פונעם תלמיד/ה)

ווען דו רעדסט מיט א חבר/טע אויפן טעלעפאון און דו שפירסט אז די פאון קאנווערסעישאן איז דא עפעס א חלל, עס איז נישט דעם חבר/טע וואס דו רעדסט כסדר, ער/זי איז עפעס נישט די זעלבע און דו ביסט עמפינדליך דערצו מיט סימפאטיע.

זייט וויסן מענטל העלט איז נישט 'קיין חלק' פון אונזער לעבן, דאס איז אונזער לעבן. דערפאר ווערן זיי אנגערופן חולי נפש. דער נפש איז וואס גיבט אונז לעבן. עס איז נאך שווערער פארן מענטש אנצוגיין ווי ווען ער/זי האט ל"ע א פיזישע מחלה אדער באגרעניצונג.

מענטל העלט ווערט אפעקטירט דורך אונזער ביאלאגיע, אונזער לעבנס דורכגענג, און ווי אויך פאמיליע היסטאריע.

מענטל העלט איז זייער קאמאן (מצוי), ס'איז זייער ווייטאגליך, אבער ווערט נישט פארלוירן, עס איז דא הילף און מען קען עס איבערקומען.

עלטערע מענטשן קענען זיך זייער אסאך מאל טרעפן אין א טרעפ און שפירן אין א כסדר'דיגע סטאטוס פון סטרעס, איזאלאציע, פארלוירן, און זייענדיג זייער אויסגעמוטשעט פונעם טאג טעגליכן לעבן. עס איז א נארמאלע הרגשה ביי מענטשן וואס טראגן אויף זיך אן אחריות פון קינדער אדער סיי וואספארא אנדערע אחריות.

מען קען אמאל הערן פון א מאמע פון קינדער וואס זאגט נאך א טאג פון סערווירן, רוימען, קעיר נעמען פון די קינדער, אז ווען אין שטוב ווערט שטיל קען זי זיך נישט רירן פון פלאץ און שפירט אז עס איז כלות הנפש, זי איז ממש פאראליזירט פון דעם גאנצן הו-הא. דאס איז א נארמאלער הרגשה פון א מענטש וואס איז איבערגעארבעט די כוחות הגוף והנפש וואס דאס קומט נאך א טאג שווערע ארבעט.

די הרגשה האט מיר אויסגעזעהן זייער נארמאל ביז ווי לאנג איך האב זיך עס געהערט איבערזאגן פאר אנדערע. ווי נאר איך האב זיך עס געהערט זאגן האב געריעלייזט אז דאס איז נישט נארמאל.

מיר נעמען קעיר פון אונזער וואוילזיין סיי בגוף און סיי בנפש מיטן מאכן איבונגען און נוטרישען וואס דער גוף דארף צו האבן און פארשטייט זיך די רעקאמאנדירטע פיזיקעל טשעק-אפס וואס מיר מאכן ביים דאקטאר פון צייט צו צייט.

און טאמער ח"ו מיר ליידן פון סיי וואספארא מיחוש וועלן מיר דאס באהאנדלען מיט די ריכטיגע הייל מעטאדן וואס דער מיחוש דארף צו באהאנדעלט ווערן, װי מעדעצינען צו סיי וואספארא טריטמענט מען דארף צו טוהן פאר די מיחוש אויף ווואס מיר ליידן.

אבער ווען עס קומט צו מענטל העלט, המממ..., בין איך נישט אזוי זיכער אז מיר טוען אלעס אין דער וועלט וואס עס איז שייך צו העלפן די מחלה וואס ווערט פארמירט אין אונזער נפש.

ווען מיר שפירן סטרעסד, נישט קיין נפק"מ פארוואס, גיי צו א ספעציליסט אזוי ווי דו וואלטס ווען געגאנגען צו א דאקטאר פאר א פיזישע מיחוש. עס איז נישט קיין שוואכקייט ווען מען טוהט דאס. אדרבה עס איז גאר א שטארקייט צו אנערקענען איך דארף הילף איך קען נישט דעם מצב אליינס איבער טראגן. אם לא בשבילך בשביל אשתך/בעלך ובשביל ילדיך.

השתא דאתינן להכי לאמיר אריין דייווען וואס מענטל העלט איז און וואס עפעקט דאס אונזער לעבן און די לעבן פון אונזערע ארומיגע.

וואס איז די סיבה פון חולי הנפש און פון ווי קומט דאס?

עס איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו ציטירן פונקטליך אויף א חולי הנפש פון ווי ער האט געכאפט די מחלה. אבער ריסערטש האט געברענגט די השערות.

עס איז א קאמבינאציע פון אפאר פאקטארן אינאיינעם. ביאלאגיע, פסיכאלאגיע, און די וועג ווי דער מענטש איז אויפגעברענגט געווארן (אינווייראמענט).

זייער אסאך חולי הנפש לויפט אין די גענעס פון משפחה אזוי ווי פיזישע מחלות לויפן אין משפחות, למשל הארץ פראבלעיען, אדער ח”ו יענער מעשה (קענסער) קען מען זעהן במציאות אז ווען עס איז דא איינער אין די משפחה וואס ליידט דערויף וועט זיין נאך קעיסעס אין די משפחות פון די זעלביגע אישו, כן העלט אישוס. עס מיינט אבער נישט אז אויב דיין טאטע/מאמע ליידן דערפון אז דו וועסט אויך ליידן דערפון, אבער עס איז זיכער מער מצוי ווען עס איז דא אין די משפחה.

אסאך קאנדישאנס פון מענטל העלט וועט מיינען אז געוויסע קאנעקשאנס אין די מח וואס דארפן ווערן קאנעקטעד ווען דער מח גייט אריין אין טראכטן מאוד קאנעקט זיך נישט ווי עס באדארף צו זיין אדער קאנעקט זיך די קאנעקשאנס בכלל נישט. וכן די מוד, און ביהעיוויער פון א מענטש. די מח קען זיין האט צופיהל אדער צו ווייניג פון די קעמיקאלן וואס ווערט גערופן neurotransmitters ניוראטרענסמיטערס. ממש ווי אן אינדזשורי אין מח וואס איז גורם אז די ניוראטרענסמיטערס באקומען די ריכטיגע מאס (אדער צו סך אדער צו ווייניג) פון די חומר וואס עס דארף צו האבן כדי עס זאל פונקציאנירן ווי אזוי עס באדארף צו זיין.

עס איז דא געוויסע מענטל מיחוש'ן וואס ווערט געטריגערט אדער ווערט ערגער וועגן פסיכילאגישע טריגערס וואס האט פאסירט יארן יארן צוריק, נאך פאר דו האסט אפי' געהאט דעם שכל צו וויסן וואס עס האט דאן פאסירט, און די סובקאנשעס מח האלט די אינפארמאציע און ווען עס פאסירט סיי וואס וואס קען אויפוועקן דעם סובקאנשעס טראומא איז דאס גורם א קורץ שלוס אין די יוראטרענסמיטערס.

  • סיווער אימאציניאלע, פיזישע, אדער סעקס'ואלע אביוז.
  • א ריזיגער פארלוסט ווי למשל פארלירן עלטרן, געשוויסטער. אינגערהייט.
  • נעגלעקט.

דאן איז דא נאך סיבות וואס מוז נישט האבן קיין שייכות מיט די פארגאנגענהייט. וואס וועט טריגערן אדער אויפוועקן מענטל אילנעס.

  • פלוצלינגע שווערע סטרעס
  • פארלירן א דזשאב
  • סקול
  • סובסטענס אביוז
אבער נישט א יעדער וואס גייט דאס אדורך וועט ווערן געטריגערט און באקומען מענטל דיסארדערס.
עס איז זייער נארמאל צו קלאגן אויף א פארלוסט, אדער אנדערע אימאשענעל טריגערס ווי ענגער, וכדו' ביי איינע פון די פריערדערמאנטע פעלער, אבער דאס מיינט נאך נישט קיין מענטל אילנעס. עס גייט שנעל אדורך און אלעס איז צוריק צו נארמאלע אומשטענדן ווען ער ענדיגט מיט די קלוג, אדער ענגער וכו'.

וואס זענען די ביאלאגישע פאקטארן אין מענטל העלט?

עס זענען דא געוויסע חולי הנפש וואס זענען אינדענטיפיצירט געווארן דורך אבנארמאלע פונקציע פון די נערוו צעלן אין די מח, ווי פריער דערמאנט אז די יוראטרענסמיטערס באקומען נישט אדער האבן אן איבערפלוס פון די קעמיקאל וואס טריגערט די דיזיז.
איז אויב קען מען מיט מעדעצינען אדער סיי וועלכע מעדיצינישע טריטמענט אביסל מסדר זיין די יוראטרענסמיטערס וועט אלעס זיין אין פלאץ און די מחלה וועט זיין אונטער קאנטראל און נישט עקטן אף.

נאך בילאגישע פאקטארן איז פארהאן וואס קען ל"ע דיוועלאפן מענטל מחלות

גענעטע'ס (ירושה veredity).
ווען מענטל מחלות לויפט ל"ע אין א משפחה קען גאר געמאלן זיין אז מער ווי איינע פון די משפחה זאל ל"ע ליידן פון חולי הנפש. די חולי הנפש ווי פריער ערקלערט איז א פיזישע אישו אין די יוראטרענסמיטערס פונעם מח, און דאס ווערט איבערגעגעבן פון דור צו דור דורך גענעס. עס איז נישט נאר איין פעטוועי אדער מיוטעישאן פון די גענע'ס נאר א צוזאמשטעל פון פארשידענע גענעס וואס ווען דאס קומט זיך צוזאם ווערט עס א מרקחת וואס איז גורם די דעפינשענסי, אדער גאר איבערפלוס.

די גענעס פון וואס מיר שרייבן דא ריעקט אנדערש בי א יעדן איינעם און לכאו' איז עס געוואנדן אין די ענווייראמענט דער אינדיווידואל וועט זיך געפונען. און דאס וועט אויסקלאפן ביי א יעדן איינעם אנדערש, און א יעדעס מאל פאר א צווייטע סיבה.

(דאן איז דא נאך א פאקטאר אין חולי הנפש וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט גענעס, און דאס איז אויב א מענטש האט אמאל געהאט א געוויסע אינפעקציע אין קאפ ווי למשל (PANDAS אין קורצן פון "pediatric autoimmune neuropsychiatric disorders associated with streptococcal infections.”) עס איז נישט פונקטליך באקאנט פון וואס PANDAS קומט. מאנכע זאגן אז עס קען קומען פון טיקס, ניגלעקטעד סטרעפט, אדער סקארלעט פיבער. וועלן מיר איצטערט נישט אריין גיין וואס די זאכן זענען, אבער דאס איז קלאר אז די פיזישע אפעקט וואס דאס מאכט אינעם מח איז OCD קאמפאלסיוו דיסארדער. ווי אזוי עס עס קאנעקטעד איינס צום צווייטן איז נאך נישט 100% קלאר אבער דאס אז עס אפעקטירט די יוראטרענסמיטערס און די קעמיקאלן וואס די מח דארף צו האבן פאר 100% פונקציעס ווערט אפעקטירט שטארק נאך די PANDAS אינפעקציע).


נאך אפאר סיבות
  • א קלאפ אין מח איז אויך א פאקטאר פון געוויסע חולי נפש
  • פרינעדעל דעמעדזש During Pregnacy
    עס איז דא שטארקע הוכחות צו זאגן אז די מח פון א קינד קען ווערן אפעקטירט מיט מענטל אישוס במעי אימו/ה ווי למשל דער עיבור באקומט נישט קיין 100% אקסידזשען במעי אימו/ה דאס וועט גורם זיין אוטיזם ספעקטרום אין קינדער וואס איז אויך חולי נפש במלוא מובן המלה.

א קינד וואז איז שוואך נורטשערייזד אדער האט געהאט עקסעס צו טאקסיק סובסטענס ווי געוויסע קעמיקאלס וואס ער/זי האט אריין געאטעמט ווען זיין/איר מח איז נאך געווען שוואך וכו'.


פארוואס זאגן מיר עס אייך דא? איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט סתם קיין שלעכטיגקייט נאר עס איז 100% פיזיש וואס מען קען פרובירן זיך צו העלפן און עס איז א חיוב פאר א יעדן צו טוהן פאר זיך און זיין ארומיגע די מערסטע וואס ער זי קען כדי עס זאל נישט גורם זיין קיין איבעריגע צער און עגמת נפש והמבין יבין.


דאס אלעס איז נאר די הקדמה צו די אלע עי. בי סי. וואס זענען פארהאן אין די קומענדיגע ארטיקלען (אויב מיר וועלן שרייבן) וועלן מיר באהאנדלען א יעדעס עי. בי. סי עקסטער וואס עס ברענגט און וואס עס געשעהט און ווי אזוי דאס צו באהאנדלען פסיכאלאגיש און פסיכיאטאריש בעז"ה.
 
דאס אלעס איז נאר די הקדמה צו די אלע עי. בי סי. וואס זענען פארהאן אין די קומענדיגע ארטיקלען (אויב מיר וועלן שרייבן) וועלן מיר באהאנדלען א יעדעס עי. בי. סי עקסטער וואס עס ברענגט און וואס עס געשעהט און ווי אזוי דאס צו באהאנדלען פסיכאלאגיש און פסיכיאטאריש בעז"ה
לאמיר אנהייבן ביי די ערשטע אות אין די עי. בי. סי.
ADD - ADHD
אין יאר 1994 האבן די דאקטוירים פון מענטאל העלט ד.מ. פיסכעטארן גענומען דעם עי. די. די. און צו געלייגט דערצו אן העיטש. און עס איז געווארן ADHD. עס איז נישט צוויי באזונדערע זאכן.

א יעדעס בר בי רב וועט גלייך אינדענטיפיצירן, און דיאגנאזירן א צופלויגענער ווילדער קאפ מיט די בוכ-שטאבן.

איך האב א צוויי פאכיגער שאלה צו אייך, ליינער, חברי הקרעמל, כ''א בשמו הטוב יבורך. וואס איז דאס, און פארוואס אין די פיר אויתיות איז ממש א יעדער איינער באקאנט משא''כ די אנדערע אויתיות האט קיינער קיין אנונג אז עקזעסטירט אפי', און טאמער ווייסט ער שוין יא ווייל איינער נאנט צו איהם איז ל''ע דיאגנאזירט געווארן מיט די אותיות האט ער פאר נישט קיין אנונג וואס דאס איז און כ''ש נישט דיאגנאזירן.

כאפ נישט כאפ נישט איינס, ביי איינס. איך וויל דיר לאזן וויסען אז דאס איז אויך נישט אזוי פשוט, און דיאגנאזירט נישט אזוי שנעל.

עי. די. עיטש. די. איז א באקאנטער קאנדישאן וואס מאכט שווער דעם באטרעפנדער צו צולייגן קאפ צו דעטאלן, זיך האלטן רואיג, קאנטראלירן די אימפאלסעס. עס איז א פראבלעים מיט די שליסלען פון די מיטעלע ברעך סעט וואס הייסט עקזעקיוטיוו פונקציעס.

וואס איז דא עקזעקיוטיוו פונקציעס?

עקזעקיוטיוו פונקציעס איז א סעט פון צענטראל סקילס, וואס דאס איז אין זיך קולט מעמארי געדענקען, א פלעקסיבעל טראכטן פראסעס, סעלף קאנטראל.

מיר ניצען די אויבן דערמאנטע סקילס א יעדען טאג און א יעדע מינוט (לכאו') אין אונזער הלוך ילך החיים. לערנען, דאווענען, ארבעטן, און מענדעזשען דעם טאג טעגליכער לעבן.

אויב איז איינער ל''ע געשלאגן אין די עקזעקיוטיוו פונקציעס איז איהם א יעדעס זאך וואס ער דארף טוהן, שווער. עס קומט איהם שווער צו האלטן די מחשבות פוקאסירט. ער קען נישט איינזיצן א שעה ביים דאווענען. קען נישט פאללאוען פלעינע סימפל דירעקציעס ווי אזוי עפעס צו ענדיגען. מאן דכר שמיה, עפעס אויס פיגורען. און ווי אויך דילען מיט זיינע אייגענע אימאושענס ווערט זייער קאמפליצירט.

די עקזעקיוטיוו פונקציעס איז די חלק פון אונזער צו וואס מיט דעם טוען מיר בעטן אונזערע צילן, גאולס. (לאו דוקא טשערעדי) פלאנען צו ענדיגן זאכן און ווען זיי וועלן געטוהן ווערן געוואנדן אין די פריאריטעט פון די זאך וואס דארף געשעהן. ווען מענטשען סטראגלן מיט דעם עקזעקיוטיוו פונקציעס. אפעקטירט עס איהם ממש א אין א יעדעס אספעקט אין זיין לעבן.

עס זענען דא דריי הויפט פלעצער אין עקזעקיוטיוו פונקציעס:

  • ארבעט'ס מעמארי
  • קאגנעטיוו פלעקסיבילעטי
  • אינהיביטארי קאנטראל (וואס אין דעם גייט אריין סעלף קאנטראל)

אין עקזעקיוטיוו פונקציעס גייען אריין די סקילס:
  • צו לייגען קאפ (Paying attention)
  • ארגאניזאציע, פלאנען, און פריאטריטאזירן
  • אנהייבן טעסקס, און בלייבן פאקוסד עס צו ענדיגן עס הסוף, און שטיין דעראויף
  • פארשטיין אנדערע נקודות, מיינונגען אין סיי וואספארא נושא.
  • די רעגולער אימאושענס, טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, ווייב און קינדער וכו'
  • האלטן טרעק אויף די אייגענע זאכן וואס מען טוהט בכל עת כל וזמן (סעלף מאנטערינג)
עקזעקיוטיוו פונקציעס הייבט זיך אן דעוועלאפן אין די גאר אינגע יארן אבער הולך ונתרבה אריין אין די אינגערע צוואנציגער יארן ווי עס האלט זיך אין איין דעוועלאפן. (עס איז פארשטענדליך פארוואס. דאס זענען די יארן וואס די ערפארונג האלט אין איין צוקומען ביז טיף אריין אין עדאלט-האד)

צו זיך אליינס דערקענען אז איך האב טשעלענדזשעס אין עקזעקיוטיוו פונקציעס. אבער עס מיינט נישט אז ווען יא, זענט איר שוין גלייך אן עי. די. עיטש. די. און דא ליגט דער טעות. פון די שנעלע דיאגנאזירן.
נאר עי. די. עיטש. די. האט געווענליך עקזעקיוטיוו פונקציעס פראבלעמען.

ע''כ לאמיר עס קודם צוטיילן.
  • פראבלעמען מיט אנהייבן טעסקס, ענדיגען צען מאל שווערער.
  • וואס איז מיר יעצט וויכטיגער צו טוהן, ווייסטו ?
  • וואס האט ער נאר געזאגט, שאקס, וואס האט מיר מיין ווייב איצטערט געבעטן צו קויפן ?
  • איך האב יעצט געליינט פון המממ איך קען מיך נישט דערמאנען, און זאגט אז אין אזא פאל איז, המממ, אָפס. וואס טאקע שטייט דארט ?
  • דירעקציע ווי אזוי צו טוהן זאכן אין א סקיווענס (כאנראלאגישע סדר) אויף סטעפ'ס
  • אויש, וואס גייט זיין איך דארף אן וועג קיין פרי, איך האב א חתונה היינט, און מארגן וועל איך ערשט קענען זיין גאר שפעט, ווייל די חתונה איז ווייט, און שפעיט. איך ווער משוגע וואס טוה איך דא. איך פאניק מיין רוטין איז צוהארגעט.
  • איך האב ענדליך געענדיגט אלע סטעפ'ס (אדער יא אדער נישט) וואס איך קען יעצט טוהן פאר די טעסק. וואס טוה איך נעקסט. די נעקסטע טעסק איז אינגאנצען אן אנדערע נושא. איך קען נישט טאנצען מענין לענין עס מאכט מיך צו משוגע.
  • איך האלט עס נישט אויס, אזש ביז דעפרעסיע, איך האב פארלוירן מיין 100 דאלארדיגע זייגער אין מקוה. מען האט עס מן הסתמא געגאנבעט. ווי אזוי קען אזא זאך פאסירן מיט מיר. גנבים רשעים. אנטיסעמיטן, פארוואס פונקט מיין זייגער. ווערט צו אימאושענאל אויף שטיות, קלייניגקייטן.
  • מיינע מחשבות טאנצען פון איינס צום צווייטן, לאמיר א מינוט טראכטן וועגן די קאר, איך דארף עס איבערלאזן פאר אן אויך טשענדזש, און אויך. גיין אין באנק ארויסנעמען פון די עי.טי.עם. קעש פאר די טויס וואס איך דארף קויפן פאר די אפשערן. די אלטערנעיטאר דארף דער מעכאניק כאפן א בליק. עס קרענקט ווען איך סטארט. מר. מעכאניק, עפעס גייט פאר מיט מיין וויילערס עס מאכט א גרידער, קענסט עס מיר ביטע אויס טשעקן ?
  • ווי האב איך איבער געלאזט מיין שירעם, שיט, ווי זענען מיינע שליסלעך?
  • מיין אפונמענט איז געווען א שעה צוריק ? סיריעסלי, א גאנצען טאג בין איך שוין ביזי אנקומען צו דעים אפוינטמענט, ווי אזוי האב איך דאס פארפאסט ?
די אלע אויבנדערמאנטע זאכן זענען נאך אלץ נישט קיין סיבה פאר קיין שום דיאגנאסעס, אבער אויב זענט איר אינדערהיים מיט מער פון דריי פון די זאכן, איז זייער מעגליך אז דיין עקזעקיוטיוו פונקציעס זענען טשעלענדזשד. און דאן קען זיין ווייל די ביסט אויך געשלאגן מיט עי.די.עיטש.די.

א מענטש וואס סטראגעלט מיט עקזעקיוטיוו פונקציעס קען זיין א קליגער און א שווערערע ארבעטער, און קען בס''ד דערגרייכן אסאך ווייטער. מען דארף נאר זיין אווער אז עס איז דא. און דילען דערמיט.

אי''ה לשאפנה אשנה.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער א קוראזשפולע אינטערוויו דורך די לאנדאנער 'פשוט פשט פאדקאסט' מיט ר' יואל שניצער - א סוקסעספולע לאנדאנער ביזנעסמאן, וועלכע פארציילט וויאזוי ער איז אליין אריבער א מענטאל העלט דזשערני, און וויאזוי ער געבט זיך היינטצוטאגס זייער אסאך איבער צו העלפן אידן אין זייערע מצבים און שוועריקייטן.

ער שמועסט אויך אביסל אויס די נושא ארום און ארום - וואס סימפטאמען קענען זיין און וויאזוי צו דיעלן דערמיט, וואס איז גאנץ אינפארמאטיוו.

עס קומט אין ליכט פון א פריערדיגע אינטערוויו וואס זיי האבן געהאט מיט די ניי-אויפגעקומענע זינגער גערשי אורי, אין וואס ער עפנט די נושא און פארציילט אויך אביסל זיין אייגענע דזשערני...

הערט און האט הנאה!
View: https://www.youtube.com/watch?v=J8r06DrrQ4k
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top