חינוך פראבלעמען

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
ווען מיין בחור’ל האט געהאלטן ערב זיין בר מצוה איז געווען די ערגסטע צייט אין מיין לעבן. מיין נישט אז איך האב געלעקט האניג ביז דעמאלס, אבער מיין גרעסטע טרייסט איז אלעמאל געווען אז איך געב מיינע קינדער א גוטע לעבן (אנשטאט מיר)

כ’וועל אפשר אריינגיין אן אנדערס מאל דערין, ווי נישט ריכטיג אזא געדאנקען גאנג איז, ווייל דיין קינד פילט נישט בעסער אויב דו נעמסט נישט קעיר פון דיר אויך, נישט קיין חילוק וויפיל דו וועסט אים געבן וועט ער נאך אלס ליידן פון דיינע וואונדן אומדירעקט אויב דו נעמסט נישט די מיטלען צו טון השתדלות אויך צו האבן א גוט לעבן.

סארי, צוריק צום ענין. ס’איז מיר געווען שווארץ, ווייל מיין זון האט בליעה’’ר א קעפל אויף די פלייצעס און ער האט גוט געוואוסט וואס ער וויל, אבער ס’נישט געווען פונקט אזויווי איך האב געוואלט,
און power struggles זענען פארגעקומען כסדר

ס׳האט צובראכן מיין הארץ אויף שטיקער זעענדיג ווי ס’טוט נישט נאר וויי מיין קינד נאר די גאנצע שטוב ליידט, ווען אזעלכע אינצידענטן קומען פאר (בקיצור ס’איז געווען ביטער)

די צרה איז געווען אז ביז דעמאלס איז מיין מח געפארן אין די זעלבע ריכטונג ווי מיין אייגענע חינוך:
My Way or the highway

איך האב געגלייבט אז ס’נאר דא איין וועג וואס איז גוט.

מיר קענען בשום אופן נישט ביידע זיין גערעכט: אויב דו ביזט גערעכט מיינט עס אז איך בין ראנג,

און אויב איך בין גערעכט מיז עס מיינען אז דו ביזט ראנג…

אזוי האב איך זיך געראנגלט טאגטעגליך מיט די אלטע פראגראמינג אין מיין מח, און ס׳האט געמוזט ווערן אפדעיטעד emergency,

אבער איך האב געציטערט צו גיין נאך הילף:
כ׳האב געפילט ווי די גרעסטע לאָזער.

וועמען קען איך אפילו געטרויען? אז יענער זאל מיר טאקע ארויסהעלפן (כ’האב זיך שוין געהאט ביטער אפגעברוהט פון unethical therapists
ממילא בין איך געווען stuck

אבער ווען ס’געקומען באו מים עד נפש האב איך ענדליך געזוכט הילף און בסייעתא דשמיא געווארן אויפגעראכטן

ס׳שווער מסביר צו זיין מיט ווערטער די חילוק וואס עס האט געמאכט פאר מיר, פאר מיין זון און פאר די גאנצע משפחה. ס׳האט מיר פשוט געראטעוועט מיין לעבן.
איך בין נייגעריג צו הערן אויב איינער פון ענק האט זיך שוין אמאל אנגעשטויסן אין אזא צרה

ווי די אלטע געדאנקען גאנג איז דיר געשטאנען אין וועג אויף אזא ביטערן אופן אז ס’האט דיר שיעור נישט חרוב געמאכט דיין לעבן
ס’איז זייער קאמען אין אונזער חינוך: אז עלטערן זאלן פילן ווי ס’נאר דא “איין וועג” וואס קען זיין גוט, און אלעס אנדערש מוז לגמרי זיין שלעכט,

און אויב איינער האט אן אנדערע מיינונג, מיינט עס כאילו ער זאגט איך בין ראנג,

און ווען איך האלט אנדערש פון א צווייטן, גלייב איך אז יענער איז ראנג

אמת איז אז יעדער קען זיין גערעכט פון זיין אייגענע קוק ווינקל. וואס איז ריכטיג פאר מיר איז לאו דוקא גוט פאר יענעם

די גמרא ברענגט אונז צענדליגע ביישפילן וויאזוי מ׳קען אנקוקן די זעלבע נושא אין פארשידענע אופנים און ס׳מאכט נישט קיינעם אומגערעכט (אלו ואלו דברי אלוקים חיים)

וואס האלסטו וועגן דעם?
 
באופן כללי האלט איך ווי דו.

אויף למעשה ווענטסעך עס לכאורה וואס דער רעדע איז:

צו מ׳קריגט זיך אויף עפעס למעשה, צו בלויז טעאריע.
צו ס׳איז עפעס וואס דער טאטע האלט אז ס׳באמת נישט גוט פארן קינד, אפילו דער קינד מיינט אז יא, וכדו׳
 
באופן כללי בין איך א שיטלאזער מענטש, איך וועל זיך נישט צופיל באאמפערן מיט מיינע קינדער.
מיין בליק איז טאקע אלס דאס געווען, זיך שלאגן מיט א קינד איז בעצם א זאך וואס צערייסט דעם קשר מיטן קינד, ממילא וועל איך עס טון זייער זעלטן, נאר ביי זאכן וואס זענען ממש אומאקצעפטירבאר און דאס קינד דארף לפי שכלו והבנתו אליינס פארשטיין אז דאס איז א מעשה שלא יעשה, און אפילו דאן וועל איך דערנאך ארבעטן איבערמידלעך צוריקצובויען א שטערקערן קשר מיטן קינד, אזוי, אז ער זאל פארשטיין אז די גאנצע ענין איז נישט געווען חלילה ווייל איך בין מזלזל אין זיין מיינונג אדער אין אונזער קשר, נאר ס'איז געווען ריין פאר זיין תועלת. (באופן וואס ס'איז א זאך וואס איך קען מסביר זיין פארן קינד די סיבת הדבר פון מיין דיסציפלין, וועל איך אים/איר עס מסביר זיין אויף א שפעטערע געלעגנהייט ווען די צייט איז רייף).

בכלל איז מיין גאנצע בליק אויף מיינע קינדער, אז זיי זענען אויסדריקליך נישט מיין אייגנטום, זיי זענען מיר גארנישט שולדיג אז איך האב זיי פראדוצירט לתועלתי (אדער פאר רעליגיעזע/טראדיציאנעלע סיבות), זיי מעגן אויסדריקליך אנטוויקלן אנדערע דעות ווי מיר, און איך דארף זיי פשוט צושטעלן די געצייג אז זיי זאלן קענען אנגיין מיטן לעבן און זיין מעורב בין הבריות כפי מה שידם משגת.

איך האב איין קינד וואס איז א היבשע עקשן, און ער פלעגט זיך שטארק באאמפערן אויף מינדערוויכטיגע זאכן, ווי למשל וואו מ'זאל גיין פאר אן אויסליפטערונג (ווען ס'איז געווען בניגוד לדעת רוב המשפחה) אדער וואסארא קליידער ער זאל אנטון (ווען מ'האט געקויפט טייערע 'מעטשינג' קליידער פאר די גאנצע משפחה פאר א שמחה וכדו'), און איך בין געקומען גאנץ שנעל צום רעאליזאציע אז דאס קינד דארף נישט דעם פרט אויף וואס ער שלאגט זיך, נאר ער וויל די אנערקענונג אין זיין דעה און דעם רעספעקט.
איך האב טאקע אנגעהויבן אים צו געבן מער אנערקענונג און רעספעקט באופן כללי און וואונדער איבער וואונדער, ער האט זיך זייער זעלטן פאר'עקש'נט אויף די ענינים וואס ער פלעגט זיך ארומרייסן.

עכ"פ כל ערום יעשה בדעת, ווען א קינד שלאגט זיך אסאך מיט די עלטערן איז עס אין רוב פעלער נישט די פרטים וואס ער שלאגט זיך אויף, נאר די עצם צוגאנג צו אים וואס ער וויל אז מ'זאל פארבעסערן, אדער אז עס באדערט אין/איר עפעס און קען עס נישט ארויפברענגן מיט ווערטער (צו ווייל די סאושל סקילס זענען נאכנישט אינגאנצן אנטוויקלט, אדער ווייל דאס קינד האט עס נאר אונטערן באוואוסטזיין און איז נישט בכח בכלל צו אנטאפן דעם אישו מיט א באוואוסטזיניג מחשבה).
 
ווען מיין בחור’ל האט געהאלטן ערב זיין בר מצוה איז געווען די ערגסטע צייט אין מיין לעבן. מיין נישט אז איך האב געלעקט האניג ביז דעמאלס, אבער מיין גרעסטע טרייסט איז אלעמאל געווען אז איך געב מיינע קינדער א גוטע לעבן (אנשטאט מיר)

כ’וועל אפשר אריינגיין אן אנדערס מאל דערין, ווי נישט ריכטיג אזא געדאנקען גאנג איז, ווייל דיין קינד פילט נישט בעסער אויב דו נעמסט נישט קעיר פון דיר אויך, נישט קיין חילוק וויפיל דו וועסט אים געבן וועט ער נאך אלס ליידן פון דיינע וואונדן אומדירעקט אויב דו נעמסט נישט די מיטלען צו טון השתדלות אויך צו האבן א גוט לעבן.

סארי, צוריק צום ענין. ס’איז מיר געווען שווארץ, ווייל מיין זון האט בליעה’’ר א קעפל אויף די פלייצעס און ער האט גוט געוואוסט וואס ער וויל, אבער ס’נישט געווען פונקט אזויווי איך האב געוואלט,
און power struggles זענען פארגעקומען כסדר

ס׳האט צובראכן מיין הארץ אויף שטיקער זעענדיג ווי ס’טוט נישט נאר וויי מיין קינד נאר די גאנצע שטוב ליידט, ווען אזעלכע אינצידענטן קומען פאר (בקיצור ס’איז געווען ביטער)

די צרה איז געווען אז ביז דעמאלס איז מיין מח געפארן אין די זעלבע ריכטונג ווי מיין אייגענע חינוך:
My Way or the highway

איך האב געגלייבט אז ס’נאר דא איין וועג וואס איז גוט.

מיר קענען בשום אופן נישט ביידע זיין גערעכט: אויב דו ביזט גערעכט מיינט עס אז איך בין ראנג,

און אויב איך בין גערעכט מיז עס מיינען אז דו ביזט ראנג…

אזוי האב איך זיך געראנגלט טאגטעגליך מיט די אלטע פראגראמינג אין מיין מח, און ס׳האט געמוזט ווערן אפדעיטעד emergency,

אבער איך האב געציטערט צו גיין נאך הילף:
כ׳האב געפילט ווי די גרעסטע לאָזער.

וועמען קען איך אפילו געטרויען? אז יענער זאל מיר טאקע ארויסהעלפן (כ’האב זיך שוין געהאט ביטער אפגעברוהט פון unethical therapists
ממילא בין איך געווען stuck

אבער ווען ס’געקומען באו מים עד נפש האב איך ענדליך געזוכט הילף און בסייעתא דשמיא געווארן אויפגעראכטן

ס׳שווער מסביר צו זיין מיט ווערטער די חילוק וואס עס האט געמאכט פאר מיר, פאר מיין זון און פאר די גאנצע משפחה. ס׳האט מיר פשוט געראטעוועט מיין לעבן.
איך בין נייגעריג צו הערן אויב איינער פון ענק האט זיך שוין אמאל אנגעשטויסן אין אזא צרה

ווי די אלטע געדאנקען גאנג איז דיר געשטאנען אין וועג אויף אזא ביטערן אופן אז ס’האט דיר שיעור נישט חרוב געמאכט דיין לעבן
ס’איז זייער קאמען אין אונזער חינוך: אז עלטערן זאלן פילן ווי ס’נאר דא “איין וועג” וואס קען זיין גוט, און אלעס אנדערש מוז לגמרי זיין שלעכט,

און אויב איינער האט אן אנדערע מיינונג, מיינט עס כאילו ער זאגט איך בין ראנג,

און ווען איך האלט אנדערש פון א צווייטן, גלייב איך אז יענער איז ראנג

אמת איז אז יעדער קען זיין גערעכט פון זיין אייגענע קוק ווינקל. וואס איז ריכטיג פאר מיר איז לאו דוקא גוט פאר יענעם

די גמרא ברענגט אונז צענדליגע ביישפילן וויאזוי מ׳קען אנקוקן די זעלבע נושא אין פארשידענע אופנים און ס׳מאכט נישט קיינעם אומגערעכט (אלו ואלו דברי אלוקים חיים)

וואס האלסטו וועגן דעם?
צוליב דעם טאקע איז חינוך הבנים בכלליות איינע פון די שווערסטע ארבעט, א טאטע'ס גאנצע עקספיריענס קומט בעיקר ווי אזוי זיין טאטע איז צוגעגאנגען צו איהם...

איך קוק דיר זייער ארויף פאר'ן גיין צו הילף, דיין קינד'ס לעבן איז מער טייערער וואו דיין אייגענע הרגשים.

דיין צושטעל צו אלו ואלו דברי אלוקים חיים איז פיין. איך מיין אז דער געדאנק וואס די גמרא אסאך מאל - הא לן והא להו - טוט נאגלען די זאך. אויב איינער איז פון דא און די אנדערער איז פון דארט, איז פארשטענדליך אז דער צוגאנג צו זיי איז אנדערש.

יעדע קינד איז אנדערש פון די אנדערער, איז אוודאי אז ווען ס'קומט צו חינוך דארף מען גיין ע"פ "דרכו" ..
 
אינטרעסאנט כ׳האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן אין דר. שאלאמאן׳ס פאדקעסט (גאר אסך גענאסן פון די סעריע וואס זי האט וועגן די 10 יסודות צו העלפן רעזאלוון קאנפליקט אין שלום בית)

אבער לגבי חינוך איז מיר געווען א גרויסע טרייסט צו הערן אז אפילו גרויסע געלערנטע טעראפיסטן טוען איבערמאכן זייערע עלטערן׳ס טעותים אויב זיי האבן נישט געהאט א געלעגנהייט צו היילן די טראומא וואס איז סטאק אין זייער nervous system. אין אנדערע ווערטער: ידיעות קען אונז נישט ראטעווען פון גורם זיין די צער פאר אונזערע קינדער וואס מיר זענען אליין דורך אלס קינד. וויסן בעסער מיינט נאכנישט אז אטאמאטיש וועסטו קענען היטן דיין קינד און נישט איבער׳חזר׳ן די זעלבע pattern

ס׳פאדערט טיפע היילן מיט טראומא ספעציאליסטן (ווי ער איז מסביר באריכות ביים סוף פון פאדקעסט אונטערוויו) כדי צו קענען פטור ווערן פון די imprint וואס דיינע איבערלעבענישן האבן איבערגעלאזט אין דיין קערפער

דא איז די לינק אויב איינער איז אינטערעסירט. ווארענונג ער איז געי און רעדט אביסל וועגן די טראומא פון coversion therapy

View: https://m.youtube.com/watch?v=V85j1oxKf-4&list=PLqBOJTE6o3xvl_Av8hxkhEuBd6xQGgw9H&index=12&pp=iAQB
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top