- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 566
- רעאקציע ראטע
- 1,955
שטעלט אייך פאר ווי אנדערש אונזערע בני בית וואלטן געפילט וועגן זיך, ווען זיי וואלטן אויפגעוואקסן מיט אן עכטע חסידישע חינוך.
האסטו געוואוסט אז דער הייליגער ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי״ע איז געקומען צום שלש סעודת פּראווען פון א פרוי-רבי?!
ציזיע חנה מזל - דער הייליגער ר׳ זושא׳ס שנור - האט געפירט א רביסטעווע 17 יאר! ביז זי האט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין תקצ״א (בערך 1830)
דרך אגב, זי איז נישט געווען די איינציגסטע חסידישע פרוי-רבי!
אבער די וואונדער איז אז איין מקור זאגט ר׳ מרדכי׳לע טשערנאבעלער - (וועלכער איז דער זיידע פון די סקווירא דינאסטיע, און די וויזניצע דינאסטיע, ווי אויך די בעלזער דינאסטיע)
- איז ערשט געקומען הערן איר שלש סעודות תורה אחר המעשה וואס ער האט זיך משדך געווען מיט איר - ווען זיין זון ר׳ דוד׳ל טאלנער האט חתונה געהאט מיט איר טאכטער יענטא דבורה
אבער לויט די פארשונג פון דר. זאב קיצעס פון בר אילן יוניווערסיטי, איז ר׳ מאטעלע טשערנאבלער נאכנישט געווען א מחותן מיט איר ווען ער איז געקומען צו איר שלש סעודת פּראווען.
וויאזוי וואלטן אונזערע טעכטער געפילט וועגן זיך, ווען זיי ווייסן אז זיי קענען ווערן אנגעזעהנע גייסטיגע פירער ביי כלל ישראל!
איך האלט אז עס לאזט א געוואלדיגע רושם אויף א קינד ווען זי הערט אזא זאך און זי זעהט דעם באנייטן מצבה פון די אדמו״רית
(ביז די אמעריקאנער ״אידישקייט״ זענען פרויען געווען אסך מער גייסטיג דערהויבן ביי אידן און געגאנגען אין די פיסטריט פון מרים & דבורה הנביאה און אסתר המלכה וכו׳