אסאך מאל ווען איך (מן הסתם יעדער) הערט א ניגון ברענגט עס ארויס עמאושענס, איך רעד נישט פון די טיפיקעל פרייליכע חסידישע ניגון (וואס איז ווערט א נושא פאר זיך, מען האט אזוי עביוזד און קאמאדיפייד די חסידישע ניגונים אז ס׳האט שוין פארלוירן איר גלאנץ) אדער אויסגעקייטע טאטע נעם אונז ארויס פון גלות, נאר גאנצע נייע הרגשים וואס איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז איך האב, יעצט למשל האב איך מיך אנגעשטויסען אין ״שערי שערי לעדי״ א ניגון פון די אכציגערס, ס׳מאכט מיך פילן ווי איך לעב אין א יוטאפיע, א גן עדן, אלעס גייט מיר גוט, איך פיל אפילו ווי איך בין געספוילט, איך פיל ווי א עושר, איך פיל ווי ס׳גייט מיר גוט, די ווערטער רעדט בכלל נישט פון דעם, ס׳איז די טאן וואס מאכט מיך פילן אזוי, ס׳נישט קיין פילינג פון שמחה ס׳איז מער א מגושמ׳דיגע פילינג, אבער מען פילט א שלימות.
View: https://youtu.be/eNvUS-6PTbs?si=l515wwaytATS_OZz