"כל אלמנה ויתום לא תענון" (שמות כב:כב)

Reb Yid

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
61
רעאקציע ראטע
211
אלס קינד אין חדר האב איך זיך אייביג געוואונדערט און געהאט א שטארקע פארדרוס אויף דעם פסוק. היתכן איך כאפ טעגליך שווערע מלקות אינדערהיים פון מיין טאטע, אין חדר פונעם מלמד, און פון רוב קינדער אין מיין כיתה (אחוץ די צוויי אינגלעך וואס איך בין צומאל שטערקער ווען ס'געלונגט מיר). אייביג שטייט מושי, דער הויכער דיקער יתום, אין שפיץ, און ווען איך דערוואג זיך זיך אנצונעמען פאר מיך און צוריקשרייען 'גראבער' צו מושי נאכ'ן מיר אנמקל'ען די ביינער פאר גארנישט, האב איך געטון דאס ערגסטע? ס'הייסט, טשעפען א יתום???

הקיצור, דער פסוק דארף דאך פארשטאנען ווערן. איז דען נישט דא נאך מער וואונערעבל מענטשן ווי א יתום און אן אלמנה? בכלל, ווער טראכט אפי' זיי צו טשעפען אין דער ערשטער ארט? איז דען דא אזא זאך ווי א גלוסט זיי צו טשעפען, אז די תורה דארף זיי באזונדער ארויסהייבן פון דער גאנצער באפעלקערונג?

ווען איך בין עלטער געווארן, האב איך זיך בארייכערט מיטן אמת'ן פשט פונעם פסוק. די תורה איז געגעבן געווארן אין 1312 (BCE), אין די אנהייב פון דער אייזערנער עפאכע (Iron Age). אין יענע צייטן איז ציוויליזאציע נאך נישט געווען געהעריג אויסגעשטעלט, און קאניבאליזם איז געווען א געוויינטלעכע זאך אין א גרויסן טייל פון דער וועלט. רציחה איז געווען א נארמאלע זאך. אין אזא סביבה איז דער טאטע, דער ראש המשפחה, געווען דער איינציקער וואס האט געקענט באשיצן די פאמיליע. יעצט, ווען איינער האט געדארפט עסן אדער פראפערטי אדער סיי וואס, ווער זענען געווען די גרינגסטע צילן? די אלמנה און יתומים, וואס האבן נישט געהאט קיינער וואס זאל זיי באשיצן אדער זייער פארמעגן.

דערפאר שטייט יתום און אלמנה, און נישט יתום און אלמן, ווייל עס רעדט פון דער זעלבער משפחה. משא"כ ביי אן אלמן זענען די יתומים פונקט אזוי באשיצט ווי ביי אנדערע פאמיליעס.

אויב מ'וואלט געוואלט איבערפירן דעם פסוק אין היינטיגע צייטן, וואלט ער זיך געצילט אויף די ווייניגסט באשיצטע מענטשן אין געזעלשאפט. צום ביישפיל, אין די פאראייניגטע שטאַטן קען א מערדער אדער א רעפיסט זיין פארשפארט ביז זיין טויט, אדער אין איראן, LGB מענטשן ווערן נידון למיתה אן רחמנות. און אויף זיי דארף מען זיך די מערסטע דערבארעמען.
 
לעצט רעדאגירט:
אגב, טרענס אין איראן איז עמטליך לעגאל, און דאס איז טאקע די אפיציעלע “בייפעס” פאר די LGB.
 
שיין פשט. די הסבר אביסל שטייט אין רש"י דארטן "הוא הדין לכל אדם אלא שדיבר הכתוב בהווה, לפי שהם תשושי כח". אפאר פסוקים נאכדעם רעכנט די חומש אויס גר, אביון, עבד עברי, וואס מען קען אויך קלאסיפייען אלץ ווארנעבל מענטשן.

אבער איך ווייס נישט צו לויט די לאגיק דארף מען זיך אננעמען אויף רעיפיסטס און מערדערס, אפשר מער אויף שווארצע און מינאריטעטן וואס זענען אראפגעקוקט?
 
די הסבר אביסל שטייט אין רש"י דארטן "הוא הדין לכל אדם אלא שדיבר הכתוב בהווה, לפי שהם תשושי כח". אפאר פסוקים נאכדעם רעכנט די חומש אויס גר, אביון, עבד עברי, וואס מען קען אויך קלאסיפייען אלץ וואלנרעבל מענטשן.
דעמאלס פארוואס טשעפעסטו מיך? לייק מאן דכר שמיה!!!
און בד"וו, רש"י זאגט וואס ער זאגט, און איך זאג וואס איך זאג. ויהי רצון שילמדו תועים בינה.
 
לעצט רעדאגירט:
דעמאלס פארוואס טשעפעסטו מיך? לייק מאן דכר שמיה
חס ושלום, ווער טשעפעט דא? איך טריי בעסער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט, דו זאגסט אז מען זאל זיך אננעמען פאר מערדערס ווייל זיי זענען ווארנעבל. דאס דארף א הסבר. לגבי LGBT בין איך נישט מחולק מיט דיך
 
חס ושלום, ווער טשעפעט דא? איך טריי בעסער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט, דו זאגסט אז מען זאל זיך אננעמען פאר מערדערס ווייל זיי זענען ווארנעבל. דאס דארף א הסבר. לגבי LGBT בין איך נישט מחולק מיט דיך.

איך רעד ווען זיי זענען שוין נישט קיין טרעט צו קיינעם, ווייל זיי זענען סייווי פארשפארט אויף אייביג. איך עצה אויך נישט זיי ארויסצולאזן אויף דער פריי, אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט עס ח"ו איבערצוטון. איך רעד בכלליות וועגן זייער צושטאנד, אז זיי זענען די מערסט פארהאסטע מענטשן און דערפאר זענען זיי די מערסטע וואולנרעבל און שטייטסעך מער וואולנרעבל ווי סתם שוואַרצע אדער מינאָריטעטן.
 
לעצט רעדאגירט:
נוצן די בייבל אלס מיטל פאר 'סאשעל זשאסטיס' (ספעציעל די נביאים וואס מ'פארשטייט היינט זיי זענען געווען בעיקר 'סאשעל קריטיקס') האט א לאנגע היסטאריע.

צום ביישפיל, מארטין לוטער קינג איז געווען היבש באאיינפלוסט פון די 'סאשעל גאספעל' טעאלאגיע.

לִמְד֥וּ הֵיטֵ֛ב דִּרְשׁ֥וּ מִשְׁפָּ֖ט אַשְּׁר֣וּ חָמ֑וֹץ שִׁפְט֣וּ יָת֔וֹם רִ֖יבוּ אַלְמָנָֽה׃ (ישעיה א, יז)

הִגִּ֥יד לְךָ֛ אָדָ֖ם מַה־טּ֑וֹב וּמָֽה־יְהֹוָ֞ה דּוֹרֵ֣שׁ מִמְּךָ֗ כִּ֣י אִם־עֲשׂ֤וֹת מִשְׁפָּט֙ וְאַ֣הֲבַת חֶ֔סֶד וְהַצְנֵ֥עַ לֶ֖כֶת עִם־אֱלֹהֶֽיךָ: (מיכה ו, ח)

וְיִגַּ֥ל כַּמַּ֖יִם מִשְׁפָּ֑ט וּצְדָקָ֖ה כְּנַ֥חַל אֵיתָֽן׃ (עמוס ה, כד)

אדער ווי מארטין לוטער קינג זשוניער וואלט זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו:
"Let justice roll on like a river, righteousness like a never-failing stream!"
 
Back
Top