כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
760
רעאקציע ראטע
3,050
מיינס אן ארטיקל פון ק"ש
זונטאג יולי 18, 2021

כ'זיץ דא אויף מיין קליינעם נידריגן אומבאקוועמען בענקל תשעה באב ביינאכט ביים ליינען די קינות, אין דעם בית המדרש הדומה למקדש מעט, מיט האלבע אויסגעלאשענע לעקטער. מיט מיין מויל זינג איך מיט די טרויעריגע איכה ניגון, ווען אין מיין הארץ ווינדערט מיך וויפיל נאך יארן גייט מען ברויכן אזוי זיצן אויף דער ערד?! איז דען נישט נאענט צו צוויי טויזענט יאר גענוג??

יא, אונז האבן געזינדיגט. דער בית המקדש איז חרוב געווארן, און מיר זענען פארטריבן געווארן פון אונזער לאנד, דורכגעגאנגען גלות'ן און גירושין, השמדות און חורבנות, מיר זענען אנטלאפן פון איין לאנד צום צווייטן. אבער וויפיל איז די שיעור??

די סיבה פונעם ערשטן חורבן בית המקדש, ווי חז"ל ברענגען, איז געווען די דריי עבירות, ע"ז, ג"ע, שפיכות דמים, און השבתת שמיטות. אין מדרש איכה ווערט געברענגט, אז דער באשעפער האט יא מוותר געווען אויף די ג' חמורות און נישט אויף מאיסת התורה (ביטול תורה). משא"כ די צווייטע ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם. (ס'מיינט נישט אז אז חוץ די פיר עבירות איז נישט געווען קיין שנאת חנם אדער אנדערע עבירות ווי למשל עיוות הדין, אבער דאס קען זיין גייט אויך אריין אין די עבירה פון שפיכת דמים).

די ערשטע גלות האט נאר אנגעהאלטן זיבעציג יאר, און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל ברשות כורש, און מ'האט אנגעהויבן בויען דאס לאנד פון ניי. עס זענען טאקע געווען אסאך שטרויכלונגען פון די פעלקער ארום צו בויען דעם ביהמ"ק השני, אבער ווי מ'זעהט אין ספר עזרא און נחמי', למעשה נאך זיבעציג יאר גלות האט מען זיך צוריק געזעהן אין אונזער היימלאנד.

‏שטעלט זיך קשיא, גאט זיסער! פארוואס אזוי לאנג? פאר איין עבירה פון שנאת חנם ברויכן מיר אדורכגיין אזויפיל יארן גיהנם? ביזט גערעכט אז מיר האבן געזינדיגט, אבער פארוואס אזוי לאנג??

דער אמת איז אז ס'נישט מיין קשיא, דער בעל הקינות וואס האט מחבר געווען געווען איכה, ירמיהו הנביא, פרעגט שוין די קשיא:
לָ֤מָּה לָנֶ֨צַח֙ תִּשְׁכָּחֵ֔נוּ תַּֽעַזְבֵ֖נוּ לְאֹ֥רֶךְ יָמִֽים?
הֲשִׁיבֵ֨נוּ ה' אֵלֶ֨יךָ֙ וְֽנָשׁ֔וּבָה חַדֵּ֥שׁ יָמֵ֖ינוּ כְּקֶֽדֶם!
כִּ֚י אִם מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד מְאֹֽד!

די קינות איז געשריבן געווארן ביים ערשטן חורבן, וואס נאך בלויז זיבעציג יאר איז מען שוין געווען צוריק אין אונזער לאנד, וואס זאל אונז זאגן? כִּ֚י אִם מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד מְאֹֽד? דאס איז גאר ווייניג ארויסצוברענגען אונזער ווייטאג!

דעם שבת ביי שלש סעודות זעמער געזעצן מיט די משפחה, און מיין ב"ב האט זיך אנגערופן אינמיטן א שמועס אז נעקסטע יאר וועט משיח שוין אוודאי דא זיין, און מיר וועלן שוין זיין אין ארץ ישראל. פרעגט מיין זוהן זז"ג, וואס גייט זיך טוישן נעקסטע יאר פון היי יאר? פארוואס עפעס גייט מען נעקסטע יאר זיין אין ארץ ישראל מער פון היי יאר? אויב טוט מען גארנישט דערצו, וויאזוי זאלן זאכן געשען? ער פרעגט דאך זייער גוט!

האב איך א קנייטש געטוהן אין שטערן און געענפערט אזוי.

אז נעקסטע יאר גייט משיח קומען און גייט מיטברענגען מיט זיך א באנטש גאלדענע אדלערס, א ווייסע אייזל, און מ'גייט איינשפאנען דעם עולם פון אמעריקע, יוראפ, און אוסטראליע, ווי אויך פון די איבעריגע גלות לענדער. מ'גייט זיך הייבן אין די לופט, משיח גייט שפאנען פאראויס, און מ'גייט לאנדן אין ארץ ישראל. אויפן וועג גייט מען אויך אויפפיקן די פארלאזטע עשרת השבטים פון די אנדערע זייט סמבטיון, און ווען די פליענדיגע שטיינער גייען נאר זעהן ווי משיח'ס ווייסע אייזל'ס וויידל שאקעלט זיך, גייען זיי גלייך רוען פונקט ווי יום שכולו שבת, אלס לכבוד מלך המשיח וואס איז בבחינת מלכות בבחינת שבת!.

דאס איז א שיינע פאנטאזיע...

שכינה אומרת: שובה אלי ואשובה אליכם

פארוואס איז עס נישט געשעהן פאר א יאר, א יאר פריער, אדער אפילו נישט היי יאר? ווייל ס'גייט למעשה נישט געשעהן. מ'גייט נישט פליען אויף קיין גאלדענע אדלערס, משיח גייט נישט רייטן אויף קיין ווייסע אייזלען. די אלע חלומות און פאנטאזיעס איז שיין געווען אין די מיטל אלטער פאר די קליינע קינדער, בעת מ'האט זיי געלייגט שלאפן. די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר גייען זיין צוריק אין אונזער היימלאנד ארץ ישראל, איז אז מיר גייען טוהן השתדלות דערצו אז מיר גייען זיך ציען קיין ארץ ישראל, אז מיר גייען זיך בענקען אויף למעשה, נישט סתם צו קלאגן מיט אפאר שיינע שטיקלעך פון פאעטישע קינות.

אויב גייען אונז נישט טוהן קיין השתדלות ווייל דא אין גלות איז פשוט באקוועמער, די פאמיליע וואוינט דא, די ביזנעס איז דא, די רבי וואוינט דא, מיט נאך פוילע תירוצים, דאן גייט מען שיינערהייט בלייבן אין גלות ביז גאט וועט שיקן זיינע מעסעדזשעס וואס ס'נישט אייביג צו בא'טעמ'ט.

פון קלאגן יעדעס יאר מיט א פרישקייט, זיך זעצן אויף די ערד און זינגן איכה מיט פאעטישע קינות וואס די גאונים און ראשונים האבן מייסד געווען, פון זינגען יעדן סדר נאכט אדער נעילת החג לשנה הבאה בירושלים הבנויה (צו אן דעם הבנויה, כל אחד ואחד כפי מנהג החצר שלו), גייען זיך זאכן נישט טוישן, דער לאנגער גלות וועט ווייטער זיין לאנג, און נאך לענגער. עס ליגט אין אונזער הענט צו מאכן א סוף דערצו.

כ'בין מקנא די אידן וואס זענען עולה קיין ארץ ישראל אויף צו בלייבן וואוינען דארט, די אידן וואס גייען טעגליך ארויף אויפן הר הבית (ביז וואו מ'מעג פארשטייט זיך), די וואס טוען טאג טעגליכע השתדלות פאר'ן אויפבלי פון אונזער היימלאנד ישראל, הלוואי ויהי חלקנו עמהם בקרוב ממש נאך פאר מ'גייט זינגען נעקסטע יו"ט לשנה הבאה בירושלים הבנויה. זאלן אונז שוין קענען זינגען דעם הלל הגדול, ונתן ארצם לנחלה כי לעולם חסדו, נחלה לישראל עבדו כי לעולם חסדו, און בקרוב זוכה זיין צו הערן די שיינע מוזיק און געזאנגען פון די לווים.

שִׁיר מִזְמוֹר לִבְנֵי קֹֽרַח׃
גָּדוֹל ה' וּמְהֻלָּל מְאֹד בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ הַר קָדְשֽׁוֹ׃
יְפֵה נוֹף מְשׂוֹשׂ כָּל הָאָרֶץ הַר צִיּוֹן יַרְכְּתֵי צָפוֹן קִרְיַת מֶלֶךְ רָֽב׃
אֱלֹקִים בְּאַרְמְנוֹתֶיהָ נוֹדַע לְמִשְׂגָּֽב׃
כִּֽי הִנֵּה הַמְּלָכִים נֽוֹעֲדוּ עָבְרוּ יַחְדָּֽו׃
הֵמָּה רָאוּ כֵּן תָּמָהוּ נִבְֽהֲלוּ נֶחְפָּֽזוּ׃
רְעָדָה אֲחָזָתַם שָׁם חִיל כַּיּֽוֹלֵדָֽה׃
בְּרוּחַ קָדִים תְּשַׁבֵּר אֳנִיּוֹת תַּרְשִֽׁישׁ׃
כַּֽאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ כֵּן רָאִינוּ בְּעִיר ה' צְבָאוֹת בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ אֱלֹקִים יְכוֹנְנֶהָ עַד עוֹלָם סֶֽלָה׃
דִּמִּינוּ אֱלֹקִים חַסְדֶּךָ בְּקֶרֶב הֵיכָלֶֽךָ׃
כְּשִׁמְךָ אֱלֹקִים כֵּן תְּהִלָּתְךָ עַל קַצְוֵי אֶרֶץ צֶדֶק מָלְאָה יְמִינֶֽךָ׃
יִשְׂמַח הַר צִיּוֹן תָּגֵלְנָה בְּנוֹת יְהוּדָה לְמַעַן מִשְׁפָּטֶֽיךָ׃
סֹבּוּ צִיּוֹן וְהַקִּיפוּהָ סִפְרוּ מִגְדָּלֶֽיהָ׃
שִׁיתוּ לִבְּכֶם לְֽחֵילָה פַּסְּגוּ אַרְמְנוֹתֶיהָ לְמַעַן תְּסַפְּרוּ לְדוֹר אַֽחֲרֽוֹן
כִּי זֶה אֱלֹקִים אֱלֹקֵינוּ עוֹלָם וָעֶד הוּא יְנַֽהֲגֵנוּ עַל מֽוּת׃
 
כִּֽי הִנֵּה הַמְּלָכִים נֽוֹעֲדוּ עָבְרוּ יַחְדָּֽו׃
הֵמָּה רָאוּ כֵּן תָּמָהוּ נִבְֽהֲלוּ נֶחְפָּֽזוּ׃
רְעָדָה אֲחָזָתַם שָׁם חִיל כַּיּֽוֹלֵדָֽה׃

א ערדציטערניש איז יעצט פארגעקומען אין לבנון און סוריה, און אט אט גייט איראן כאפען.…

עפעס אינפארמאציע ווייסט @דער גאלדענער אדלער וואס אונז ווייסען נישט??
 
שוין דריי יאר אריבער זייט כ'האב געשריבן דעם ארטיקל און למעשה דריי איך זיך נאך ארום אין דעם טריפה'נעם אמעריטשקע ווי דער רבי פלעגט עס רופן
 
ארץ ישראל בעהט זיך ביי אונז ״טייערע אידן אין אמעריקא איר זענט אויסגעלייזט כאפטס א פלעין טיקעט, און קומטס צוריק צי ענקער מוטערלאנד ישראל״ הערט אויף וויינען קומטס אריבער איר זענט אטיסגעלייזט.

איז פארוואס וויינט מען היינט?
טאקע וועגען דעם וויינט מען, אז אונז קענען ווערען אויסגעלייזט גרינגערהייט אבער אונז ווילן נישט ווערן אויסגעלייזט, אונז זעמיר אין א גלות הדעת מען איז אינז משחד דא אין גלות מיט כל טוב וטב, אזש אינז ווילן ניטאמאל אהיימגיין😢😢😢😢😢😢😢
 
זייער שיין געשריבן, א דאנק.
איין הערה, איך קאנעקנט נישט צו די גאנצע ארץ ישראל מעשה. וואס האסטו אין ארץ ישראל מער ווי די האסט אין אמעריקע. בשלמא, אויב גלייבסטו אין פאנטאזיע, עני רוכב בחמור, וירידת בית המקדש השלישי, מען גייט לעבן אן אוטאפיע לעבן, ווי מען ווערט נישט קראנק, די טויטע שטייען אויף, נו ווער וויל דען נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד. אבער סתם ארץ ישראל שמעקט פון טרייבעליזם.
 
וואס האסטו פון דיין מאמע, סתם פרישטאג און נאכטמאל קענסטו קויפן אין רעסטאראנט, עטענטשען קענסטו באקומען דא אויף קרעמל, עמאושענעל סאפפארט קענסטו באקומען פון א פסיכאלאג, נאר וואס? גארנישט ריפלייסט נישט קיין מאמע.
די זעלבע איז מיט ארץ ישראל, אלע טעקניקעלס קען מען ריפלעיסען אבער א מוטערלאנד בלייבט א מוטערלאנד.

און ווי איך האב געשריבען אויווען מען וויינט טאקע ווייל אונז בענקען זיך מער נישט, משל למה הדבר דומה א קינד וואס די מאמע האט עם פארשיקט צי א האומלעס שעלטער גלייך ביים געבורט, דעי קינד בענקט זיך נישט צו זיין מאמע ווייל ער פארשטייט אפילו נישט וואס א מאמע מיינט, און אזא קינד ברויך הערשט וויינען.
 
איך פארשטיי נאך אלץ נישט. וואס איז דאס א מוטערלאנד? וואס זאל איך דאס דארפן? און פארוואס קען אמעריקע נישט ווערן מיין מוטערלאנד? נאך א שאלה איז דאס אויך א געפיהל וואס די וואלסט ערווארטעט פון אן איראנער משפחה וואס וואוינט שוין אין אמעריקע פאר פיר דורות זאל שפירן, און וועלן צוריק גיין קיין איראן צו זייער מוטערלאנד? , אדער איז דאס אויסשליסליך פאר אידן און ארץ ישראל ? לאמיר דאס אויסקנעטען בדיבוק חברים, ענינא דיומא…
 
איך פארשטיי נאך אלץ נישט. וואס איז דאס א מוטערלאנד?
וואס זאל איך דאס דארפן? און פארוואס קען אמעריקע נישט ווערן מיין מוטערלאנד? נאך א שאלה איז דאס אויך א געפיהל וואס די וואלסט ערווארטעט פון אן איראנער משפחה וואס וואוינט שוין אין אמעריקע פאר פיר דורות זאל שפירן, און וועלן צוריק גיין קיין איראן צו זייער מוטערלאנד? , אדער איז דאס אויסשליסליך פאר אידן און ארץ ישראל ? לאמיר דאס אויסקנעטען בדיבוק חברים, ענינא דיומא…
ס׳נישט קיין סייענטיפישע נושא, מילא האט נישט קיין פשט צי מגדיר זיין און דן זיין.
אבער נעם א משל פון א מאמע און לייג עס צו א מוטערלאנד וואס אין אונזער פאל איז עס ארץ ישראל.
 
איך פארשטיי נישט, אדער איז עס א זאך וואס מען קען נישט מגדיר און דן זיין, אדער קען מען עס יא מסביר זיין מיט א משל פון א מאמע. בד״וו א מאמע קען מען מגדיר זיין,און דו זיין , אויב איז א מוטערלאנד א זאך, דארף מען דאס קענען מגדיר זיין און דן זיין און פארשטיין די עקספיריענס דער פון.
נאך א שאלה וואס מאכט א מוטערלאנד א מוטערלאנד?פארוועם איז למשל אמעריקע א מוטערלאנד?
 
איך פארשטיי נאך אלץ נישט. וואס איז דאס א מוטערלאנד? וואס זאל איך דאס דארפן? און פארוואס קען אמעריקע נישט ווערן מיין מוטערלאנד? נאך א שאלה איז דאס אויך א געפיהל וואס די וואלסט ערווארטעט פון אן איראנער משפחה וואס וואוינט שוין אין אמעריקע פאר פיר דורות זאל שפירן, און וועלן צוריק גיין קיין איראן צו זייער מוטערלאנד? , אדער איז דאס אויסשליסליך פאר אידן און ארץ ישראל ? לאמיר דאס אויסקנעטען בדיבוק חברים, ענינא דיומא…
הונדערט פראצענט! א פערטע דור איראנער וועלכער וואוינט אין אמעריקע וועט רעדן מיט א געוויסע מאס בענקשאפט פון זייער עלטער זיידעס/באבעס אפשטאם און וואוין ארט.
כ'האב געשריבן דערוועגן ערגעץ דאהי אין קרעמל.

קוק למשל איירישע, איטאליענער, דייטשע אפשטאמיגע וועלכע וואוינען דא אין אמעריקע וועלכע האבן זיך גאנץ שטארק אויסגעמישט מיטן אמעריקאנער קאלטור האבן נאך נאכאלץ א געוויסע בענקשאפט און וועלן נאכאלץ וועלן זיך צוריק קערן צו די לאנד פון וואו זיי זענען געקומען. און דאס איז אן דאווענען דריי מאל א טאג פון אלץ יונגווייז אויס ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, און אן וויינען און קלאגן יעדעס יאר תשעה באב, און אן צוקלאפן א טעללער ביי א שמחה אלץ א זכר לחורבן, נאר פשוט אלץ א נאטור.

ומכש"כ ביי איד וועלכע דאווענט דריי מאל א טאג ולירושלים עירך ברחמים תשוב, ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, און אין אלע תפילות איז אריינגעמישט שיינע פאעטישע געזאנגן וועלכע טוהן דערוועקן דעם מענטש צו אונזער לאנד. אינדערהיים ענדיגט מען נישט צו דעם פעינטן אלץ א זכר לחורבן. וויפיל זאכן אין די אידישע רעליגיע דרייט זיך ארום ארץ ישראל, ירושלים. ביי א איד איז ארץ ישראל א נאטור ממש, נאך אסאך מער ווי פאר א גוי זיין לאנד, ס'איז פשוט א חלק פון די אידישע רעליגיע .
 
זייער שיין געשריבן, א דאנק.
איין הערה, איך קאנעקנט נישט צו די גאנצע ארץ ישראל מעשה. וואס האסטו אין ארץ ישראל מער ווי די האסט אין אמעריקע. בשלמא, אויב גלייבסטו אין פאנטאזיע, עני רוכב בחמור, וירידת בית המקדש השלישי, מען גייט לעבן אן אוטאפיע לעבן, ווי מען ווערט נישט קראנק, די טויטע שטייען אויף, נו ווער וויל דען נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד. אבער סתם ארץ ישראל שמעקט פון טרייבעליזם.
ידידי היקר, כ'האב נייעס פאר דיר אז טרייבעליזם איז א חלק פון די בריאה, ס'נישט שייך ביי דעם שלעכט אדער גוט ס'איז א פשוט'ע מציאות פון וועלכע מ'קען זיך נישט ארויסדרייען
 
קוק למשל איירישע, איטאליענער, דייטשע אפשטאמיגע וועלכע וואוינען דא אין אמעריקע וועלכע האבן זיך גאנץ שטארק אויסגעמישט מיטן אמעריקאנער קאלטור האבן נאך נאכאלץ א געוויסע בענקשאפט און וועלן נאכאלץ וועלן זיך צוריק קערן צו די לאנד פון וואו זיי זענען געקומען.
איך בין גארנישט אזוי זיכער, האסט א מקור דערצו?
 
ידידי היקר, כ'האב נייעס פאר דיר אז טרייבעליזם איז א חלק פון די בריאה, ס'נישט שייך ביי דעם שלעכט אדער גוט ס'איז א פשוט'ע מציאות פון וועלכע מ'קען זיך נישט ארויסדרייען
טרייבעליזם איז א חלק פון די בריאה, פונקט ווי א געדראנג פאר פאוער, דאמענענס און סעקוירעטי, עס מיינט נישט אז מען דארף עס נעמען אזוי ערנסט.
 
טרייבעליזם איז א חלק פון די בריאה, פונקט ווי א געדראנג פאר פאוער, דאמענענס און סעקוירעטי, עס מיינט נישט אז מען דארף עס נעמען אזוי ערנסט.
די ווארט איז נישט צו מען נעמט עס ערענסט צו נישט, ס'איז א מציאות פונקט ווי אלע אנדערע מציאות'ר וועלכע הערשט אויף די וועלט.
 
איך בין גארנישט אזוי זיכער, האסט א מקור דערצו?
יא. פאר ארום אין אמעריקאנער שטעט וועסטו אנטרעפן דארט מענטשן וועלעכע זענען איירישע אדער דייטשע אדער אפילו אנדערע אפשטאמיגע און ווען דו וועסט רעדן מיט זיי וועסטו זעהן וויפיל זאכן זיי טוען סתם נאכצוטוהן דעם אמאל זייערע, שם, לשון מלבוש. קוק וויפיל געגענטער אין אמעריקע זענען געבויעט אויף געוויסע ארכיטעקטשור וועלעכע זענען נאכגעמאכט פון זיי קומען און וועלן בשו"א נישט לאזן רירן היינט צונטאגס שוין הונדערטער יארן שפעטער. דאס האב איך אליין געזעהן אין מיינע ראוד טריפס אין די ברייטע אמעריקע
 
ל
די ווארט איז נישט צו מען נעמט עס ערענסט צו נישט, ס'איז א מציאות פונקט ווי אלע אנדערע מציאות'ר וועלכע הערשט אויף די וועלט.
יא אבער ווען מען קלאגט דעראויף, מען ברעטשעט, מען שרייבט פאזיע און מען מאכט א גאנצע עסק דערפון כאילו עס איז א ספיריטואלע קוועסט, דארף מען זיך ווינדערען פארוואס קיינער רופט עס נישט אן ביים נאמען טרייבעליזם, פאוער, סעקיורעטי, יעצט זיץ און זאג איכה.
 
יא. פאר ארום אין אמעריקאנער שטעט וועסטו אנטרעפן דארט מענטשן וועלעכע זענען איירישע אדער דייטשע אדער אפילו אנדערע אפשטאמיגע און ווען דו וועסט רעדן מיט זיי וועסטו זעהן וויפיל זאכן זיי טוען סתם נאכצוטוהן דעם אמאל זייערע, שם, לשון מלבוש. קוק וויפיל געגענטער אין אמעריקע זענען געבויעט אויף געוויסע ארכיטעקטשור וועלעכע זענען נאכגעמאכט פון זיי קומען און וועלן בשו"א נישט לאזן רירן היינט צונטאגס שוין הונדערטער יארן שפעטער. דאס האב איך אליין געזעהן אין מיינע ראוד טריפס אין די ברייטע אמעריקע
עס מיינט נאך נישט אז זיי ווילן צוריקגיין, א געפיהל פאר קולטור מיט זיך וועלן צוריקקערן צום מוטערלאנד זענען נישט די זעלבע.
 
עס מיינט נאך נישט אז זיי ווילן צוריקגיין, א געפיהל פאר קולטור מיט זיך וועלן צוריקקערן צום מוטערלאנד זענען נישט די זעלבע.
דערפאר האב איך דיר צוגעלייגט אז וויפיל נאטור ס'איז ביים גוי איז עס ביים איד אלף פעמים ככה אזוי שטארק ווייל מ'וואקסט אויף דערמיט פון ווען מען איז נאך אין מאמעס בויך און ווי מ'גייט און וואו מ'שטייט באגלייט עס דעם מענטש, אינדערהיים, אין שול, אין שולע, ביי א שמחה, ארץ ישראל מיט'ן איד איז איינס.
 
און חוץ מזה קענסטו אפילו זעהן דעם געדאנק ספעציעל ביי אמעריקאנער גוים וועלכע זענען געקומען פון יוראפעישע לענדער נאך אין די זעכצן-זיבעצן יאר הונדערט וועלכע האבן געגעבן נעמען פון ווילעדזשעס און טאונס מיט ביבליקעל נעמען אויך ווייל זיי האבן געזוכט צו זיין קאנעקטעד מיט ארץ ישראל וועגן רעליגיעזע סיבות
 
Back
Top