- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 540
- רעאקציע ראטע
- 1,885
א זיסע קליפ איז נעכטן ארויסגעקומען פון א גוטהארציגן זינגער, און ס׳האט מיר געמאכט טראכטן: איז דאס טאקע וואס פעהלט אונז?
אפגערעדט אז צו זיין זיך אליין איז א basic freedom
וואס אָן דעם קען א מענטש נישט בּליען
אבער, ער וואונטשט זיך א צייט ווען ״יעדער וועט יעדן פארשטיין״
איך גלייב שווער אזא מציאות קען זיין - אבער איך ווייס נישט צו דאס איז טאקע די שליסל צו שלום ושלוה צווישן די מענטשהייט.
איך מיין אז compassion - און אהבת הבריות איז די שליסל.
whether מ׳פארשטייט יענעם אדער נישט-
צו קענען האבן א פונדאמענט פון רעספעקטירן יענעם׳ס רעכט צו האבן חלקים אין זיך וואס מיר געפעלט נישט, און איך קען עס נישט פארשטיין, און דאך בין איך אים מחשיב אלס מענטש, א חלק אלוקי ממעל וואס פארדינט מ׳זאל זיך צו אים באציען מיט humanity.
דרך אגב, דערמאנט עס מיר וואס א פעטער מיינע וועלכער האט עוסק געווען אין שלום בית קעיסעס האט געזאגט פאר א פּארפאלק: יעדער איינער מעג האבן כאטש דריי משוגעת׳ן, און זיין שותף זאל עס סובל זיין. (פארוואס פונקט דריי - גיי ווייס)
עכ״פ צוריק צום ליד, ער זאגט: ״קיינער האט נישט קיין חסרון״
איך גלייב אז מיר אלע זאלן אננעמען זיך און אנדערע - אינאיינעם מיט אונזערע חסרונות! (קיינער פארלאנגט נישט זאלסט זיין א נאנטע חבר מיט איינעם וואס זיין נאטור גייט דיר אויף די נערוון. וקנה לך חבר איז דוקא צו האבן פריינט וואס זענען פאסיג פאר דיין תכונות הנפש, וואס זיי העלפן ארויסברענגען דאס בעסטע אין דיר)
אבער מכבד זיין מיט בעיסיק רעספעקט זאל מען יעדן - קיינער דארף נישט זיין פערפעקט צו פארדינען אן ארנטליכע באציהונג, אז מ׳זאל אים נישט דערנידערן, וויי טון, אוועקמאכן מיט ביטול א.ד.ג.
וואס קלערט איר?
View: https://youtu.be/U0ISAzWkU6I?si=VSCT5JqQHKy9uQpa

לעצט רעדאגירט: