כשנחמץ פעמיניזם

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
560
רעאקציע ראטע
3,056
פעמעניזם האט זיך אנגעהויבען מיט גיטע כוונות, אין א צייט וואס פרויען האבן נישט געהאט קיין שטים רעכטן, פראפערטי רעכטן און זיי האבן נישט געקענט ארויספארן פון שטאט אן די מאן, און די מאוועמענט האט טאקע אויפגעטוהן וואס האט געדארפט אויף ציטוהן.
נו וואס טוט מען יעצט זאל מען פארמאכן די מאוועמענט? איינער האט שוין געהערט פון א ארגענעזאציע אדער גאווערמענט אפיס וואס פארמאכט זיך ווייל מען האט שוין אויפגעטוהן וואס מען דארף? להד״ם! מען הייבט אן ריקען די ציל-שטאנג, פונקט ווי די פוּד סטעמפ אפיס האט געהעכערט די מאקסימום אינקאם, ווען די מינימום וועידזש האט געמאכט אז יעדער זאל האבן מער ווי די מאקסימום אינקאם. און אנשטאט פארמאכן די פראגראם האט מען געהויבען די לימיט. און פונקט ווי חסד לאברהם, למען אחי, הצלת יוצאי ארגנטינה, בית יתומים דשונסקיא אא״וו גייען אלע נאך געלט כאטש די סיבה פאר די ארגענעזאציעס איז שוין לאנג נישטא.
די זעלבע איז מיט די פעמעניסט מאוועמענט, ס׳האט שוין לאנג אפגעדינט זיין דשאב און אנשטאט גיין אויף פענסיע הייבט מען אן מיט משוגעת׳ן ווייל עפעס דארף מען דאך אויפטוען, איז הייבט זיך אן מיט משוגע מאכן די פרויען זאלן וועלן זיין מענער כאטש וואס עס איז נגד טבעם, זיי זאלן ארבעטען א גאנצען טאג, זיי זאלן נישט האבן קינדער, אויסזעהן גראב (ווייל א פרוי איז נישט קיין סעקס טוי) די מאן דארף ווערן א סטעי עט האום דעד, די פרוי שטעלט נישט צי קיין סעקס ווייל ס׳איז איר באדי, די מאן איז א פּוּסי, די פרוי דארף טראגן די עול הפרנסה און נאכדעים ווינדערט מען זיך פארוואס יעדער דארף טעראפי, אשתגא דרא.
 
לעצט רעדאגירט:
די מקור פון פעמיניזם
Screenshot 2024-10-10 at 00.15.46.jpeg.png
 
איינער האט שוין געהערט פון א ארגענעזאציע אדער גאווערמענט אפיס וואס פארמאכט זיך ווייל מען האט שוין אויפגעטוהן וואס מען דארף? להד״ם!
אונזער הייליגער פירער און טאטע פונעם אמעריקאנער רעוואלוציע גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן ז"ל גלייך נאכן געווינען די מלחמה קעגן די בריטישע מאכטן האט ער זיך געשטעלט פאר'ן קאנטינענטאל קאנגרעס און אפגעגעבן א דין וחשבון אויף אלע אויסגאבעס און געלאזט וויסן אז מ'קען אויפגעבן דאס מיליטער, און ער און נאך אנדערע גענעראלן און מיליטערישע פירערס זענען זיך אהיים געגאנגן איש תחת גפנו און נישט געוואלט האבן צוטהן מער מיט פאליטיק אדער סיי וועלכע הנההגה. יהא זכרם ברוך
 
א שאד דאנאלד טראמפ איז נישט דארט געווען
 
א שאד דאנאלד טראמפ איז נישט דארט געווען
ער איז זיכער יא דארט געווען. און ער איז מגולגל געווארן און האט פשוט געברויכט נאכאמאל אראפקומען און צו ענדיגן זיין מיסיע.. נישט אזוי גייט עס אין אידישקייט?? ווען דאס וואלט ווען געווען ארום די צייטן פונעם מחבר ספר חסד לאברהם אויף קבלה און גלגול נשמות, וואלט ער ווען שוין געהאט א גאנצע קייט דערויף, ווער פינקטלעך דאנאלד טראמפ איז געווען און וואס פינקטלעך ער ברויך נאך מתקן זיין.
 
נישטא קיין גאנצע קייט, און א האלבע אויך נישט.

גלגולים זענען דא צו מתקן זיין נישט מחרי"ב צו זיין ..
 
Back
Top