אכטונג געבן פון סקעמערס

הודו נאנאש

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 31, 2024
מעסעדזשעס
49
רעאקציע ראטע
216
איך האב נעכטן באקומען א סקעם אימעיל, אין קורצען זאגט עס אז ער האט עקסעס צי מיין פאון און אויב איך געב עם נישט צוויי אלפים פון ביטקוין גייט ער מיר עקספאוזען מיין סירטש היסטאריע און ריקארדינגס אויף מיין פאוו וואס ער ווייסט אז איך האב געקוקט שמוץ, און ער גייט עס שיקען צי אלע מיינע קאנטעקטס.
איך האב מיך דערשראקען ובפרט אז ער סטראשעט און ער זאגט מיר נאך מיין היים אדרעס מיט א בילד דערפון, למעשה
האב איך געטראכט 1. ווער זאגט בכלל אז די גאנצע מעשה איז אמת, קען זיין ער האט סתם געטראפען מיין אימעיל אדרעס אין געסירטשט מיין נאמען ווי איך וואוין און געמאכט א בילד אויף גוגעל מעפס און לחיים, ובפרט אז ער האט נישט פראוויידעד קיין שום בילד אדער עווידענס פון די זאכען וואס ער האט.
2. נניח אז זיין מעשה איז אמת, און איך גיי עם צאלן די צוויי אלפים, וואס האלט עם אפ פון מיך נאכאמאל סטראשענען, וויאזוי קען ער מיר גאראנטיען אז מיין געלט גייט העלפן?

למעשה דעי איין טאג אולטימאטום וואס ער האט מיר געגעבען איז אריבער, איך האב עם נישט געענטפערט נישט געגעבען קיין געלט און גארנישט איך הער נישט פון עם גארנישט עקספאוזט, לא היה ולא נברא.

איך לייג עס דא אז מען זאל וויסען נישט זיך צי דערשרעקען פון דעי חברה זיי שיקען ארויס אזוי טויזענטע אימעילס און האפען אז איינס וועט געלונגען (און ס׳געלונגט זיי, ווייל ווען נישט וואלטען זיי שוין אויפגעהערט)
IMG_9142.jpeg
IMG_9144.jpeg
 
איך האב שוין באקומען די אימעיל כעמט צוויי יאר צוריק, זיי האבן מיך געסטראשעט פאר אפאר חודשים ביז זיי האבן געזעהן אז זיי באקומען נישט קיין ענטפער האבן זיי אויפגעגעבן, איך האב נאכדעם געמאכט א גוגעל סקעם סערטש און זיי האבן געשריבן אז מיין אימעיל איז געווארן אויפגעדעקט דורך די שטאטישע עפפ ווי מקען קויפן מיטער טיקעטס ווען ס׳איז געווארן געהעקט.

(איך האב גלייך געוויסט אז ס׳איז א סקעם)
 
יישר כח פארן מיטטיילן מיטן ציבור.
עס איז מיר עטוואס שווער צו טייפן לאנגע מגילות פון מיין טעבלעט, ווען איך 'על זיין ביים קאמפיוטער, וועט מען אפשרייבן א לענגערע תגובה מיט מיין עקספיריענס מיט די חיות, וואס אן א קילע צוגאנג קען מען צומאל פארלוירן ווערן און זיך באנארישן
 
געהאט די זעלבע מעשה לעצטענס , איך האב ניטאמאל גענימען די מי צו באטראכטן דעם אימעיל און עס נאכדעם דורכטראכטן... נאר גלייך דיליטעד און א גוט שבת

שכוח פארן מעורר זיין
 
איך האב נעכטן באקומען א סקעם אימעיל, אין קורצען זאגט עס אז ער האט עקסעס צי מיין פאון און אויב איך געב עם נישט צוויי אלפים פון ביטקוין גייט ער מיר עקספאוזען מיין סירטש היסטאריע און ריקארדינגס אויף מיין פאוו וואס ער ווייסט אז איך האב געקוקט שמוץ, און ער גייט עס שיקען צי אלע מיינע קאנטעקטס.
איך האב מיך דערשראקען ובפרט אז ער סטראשעט און ער זאגט מיר נאך מיין היים אדרעס מיט א בילד דערפון, למעשה
האב איך געטראכט 1. ווער זאגט בכלל אז די גאנצע מעשה איז אמת, קען זיין ער האט סתם געטראפען מיין אימעיל אדרעס אין געסירטשט מיין נאמען ווי איך וואוין און געמאכט א בילד אויף גוגעל מעפס און לחיים, ובפרט אז ער האט נישט פראוויידעד קיין שום בילד אדער עווידענס פון די זאכען וואס ער האט.
2. נניח אז זיין מעשה איז אמת, און איך גיי עם צאלן די צוויי אלפים, וואס האלט עם אפ פון מיך נאכאמאל סטראשענען, וויאזוי קען ער מיר גאראנטיען אז מיין געלט גייט העלפן?

למעשה דעי איין טאג אולטימאטום וואס ער האט מיר געגעבען איז אריבער, איך האב עם נישט געענטפערט נישט געגעבען קיין געלט און גארנישט איך הער נישט פון עם גארנישט עקספאוזט, לא היה ולא נברא.

איך לייג עס דא אז מען זאל וויסען נישט זיך צי דערשרעקען פון דעי חברה זיי שיקען ארויס אזוי טויזענטע אימעילס און האפען אז איינס וועט געלונגען (און ס׳געלונגט זיי, ווייל ווען נישט וואלטען זיי שוין אויפגעהערט)View attachment 437View attachment 438
דערמאנסט מיר א crazy מעשה וואס כ׳האב געהערט לעצטע יאר -ווי ווייט די סקעמערס היינט ארבעטן אזוי סעפיסטיקעיטעד מיט טעכנאלאגיע:

א פרוי (נישט א אידישע) באקומט א טעלעפאן קאל און זי זעהט איר שוועסטער׳ס נאמבער אויפ׳ן
caller ID. ווי נאר זי הייבט אויף הערט זי קולות און געוויינען און א מאן זאגט מיט א שטרענגע קול: איך האב דיין שוועסטער hostage און דו קענסט איר ראטעווען מיט 2 תנאים: דו מוזט מיר שיקן עשרת אלפים ככר, און דו טארסט נישט קיינעם זאגן און זיכער נישט קאלן פּאליס, אז נישט שיס איך איר אין קאפ

קענסט זיך שוין פארשטעלן ווי היסטעריש א מענטש ווערט ווען זי פילט אז דאס לעבן פון איר שוועסטער איז אין אירע הענט! - און זי מוז נאך האלטן אלעס אין זיך - איין שלעכטע ריר און איר שוועסטער קען זיין טויט…

זי האט אויסגעליידיגט איר באנק אקוינט און געשיקט צום פונקטליכן אדרעס וואס ער האט געהייסן און אזויווי ער הענגט אויף דעם טעלעפאן קומט אריין א קאל פון איר מאמע. זי וויל אויספלאצן אין א געוויין און זאגט מאמי, וואו איז עלא? די מאמע פארשטייט נישט וואס גייט דא פאר און זאגט: עלא שטייט דא נעבן מיר…

זיי האבן געקענט trace’ען די קאל מיט די הילף פון פאליציי (איך געדענק נישט די פרטים וויאזוי)

אבער ס׳גוט צו וויסן אז היינט קען א סקעמער אפילו מאכן דיין caller ID זאל ווייזן איינע פון דיינע משפחה קאנטעקטס און פאדרייען א קאפ מיט א staged scene פון איינעם וויינען בכיות נוראות און ס׳שפילט צו די פאנטאזיע פון א מענטש וואס האט א פחד! (ווען א מענטש ווערט געיאגט מיט א threat קען מען געווענטליך נישט טראכטן גראָד)
 
יאפ, ס'ווערט אלץ שווערער צו כאפן. ווייל מיטא רעקארדינג פון בלויז 3 סעקונדעס פון איינעם'ס קול. קען AI שוין נאכמאכן די קול און מאכן זאגן וואס מען וויל.

זעה מער וועגן דעם דא.
Cybercriminals are using AI voice cloning tools to dupe victims
 
כ'קען קוים ווארטן! נאכן ליינען דיין מעשה הערליך באשריבן דא (תגובה 11)
שלום עליכם @לאקאלער מאך זיך באקוועם און לאקאל דא!
הער הרב שעפטאל, איך בין ניי דא אויפן שרייבן ארענע, און אודה ולא אבוש, עס שמעקט מיר א קאמפלימענט, אין א געוויסע בחינה נאך מער ווי א לייק.
עד כדי כך אז לכבוד דיין תגובה, גיי איך מיר נעמען די מיה עס יעצט אפצושרייבן, איך האף אז עס וועט מיר נישט נעמען צו לאנג.

איך וואונדער מיר ווילאנג די נאוועלטי פון באקומען ווירטואלע קאמפלימענטן גייט אנהאלטן, אז די דראנג עס צו באקומען גייט מיר מאכן ארויסגיין פון מיין קאמפארט זאון און שרייבן. עניוואן מיט עקספיריענס?
 
איך גיי שרייבן בקיצור, ווייל עס איז האלב נאך עלעוו ביינאכט און מארגן איז א טאג נאך חגא אין ביזנעס, מען דארף קענען זיין רעדי טו ראול, און מארגן איז נאך דא א ראש חודש דאווענען אויך. (טאקע נאכנישט דא קיין שופר בלאזן, אבער ראש חודש נעמט דאווענען לענגער)

אלזא, איך האב א נאנטע חבר, וואס רופט מיר איין טאג אן מיט א גרויס בהלה. וואס איז?

ער האט געקלעטערט אויף וואטסעפפ גרופס צו אויף טעלעגראם גרופס צו ווייסעך וואו, און בדרך לא דרך איז ער אנגעקומען צו טשעטן מיט אן אנגעבליכע נקיבה. מען האט געשמועסט פריינטליך, קודם פארשטייצעך זיך געהאלטן פארמאל, גערעדט איבער וואו מען וואוינט, איבער וואס מען ארבייט, סתם געפלעטקעט. אבער עס איז גאנץ שנעל אנגעקומען צו רעדן איבער ענינים העומדים ברומו של עולם....

דער אויפן אנדערן זייט האט געשיקט בילדער צייגענדיג ווי אנגערייצט זי איז פאר אים, און דער אינגערמאן לא הטמין ידו בצלחת, נאר ער איז נישט שולדיג געבליבן, און ער האט צוריקגעשיקט בילדער. פארשטייט זיך אז ער האט עס געשיקט אז מען זאל עס בלויז קענען זעהן איינמאל, אזוי אז יענער זאל עס נישט קענען סעיוון.

עס האט אנגעהאלטן א טאג צוויי דריי.

איין טאג באקומט ער אן אימעיל, מיט די בילדער וואס ער האט געשיקט. עס איז בילדער פון זיך אין א נישט בכבוד'יגע פאוז עס צו לייגן מילד, א סעלפי מיטן גאנצן חסידישן שטאלץ, א בילד וואס צייגט חיבוב מצוה צו די ערשטע מצוה וואס דער אינגערמאן האט מקיים געווען זייענדיג א פיצל קינד, און נאך אזעלכע סארט בילדער, אלעס פון דעם סטיל בילדער.

יענער שרייבער אין די אימעיל שרייבט אזוי, איך בין א צייטונג שרייבער וואס גיבט זיך אפ מיט ראטעווען פרויען פון אביוז, און עס איז געקומען צו אונז אינפארמאציע אז דער אינגערמאן, מיט גענויע אינפארמאציע איבער ווי אלט ער איז, וועלכע געגענט ער וואוינט, וועלכע געגענט ער ארבייט, לויפט נאך פרויען.

מיר ווייסן אז דו ווייסט איבער וואס מיר רעדן. אויב ביז מארגן בייטאג באקומען אונז נישט קיין אנטווארט אויף דעם אימעיל גייט דאס ארויס אויף אלע אונזערע פעיסבוק גרופס, וואטסעפפ גרופס, טעלעגראם טשענעלס, מיר גייען מודיע זיין דיין ווייב און דיין בעה"ב פון די פלאץ וואו דו ארבייטסט.

דער אינגערמאן רופט מיר אן אובד עצות, ער וויינט צו מיר, נכשלתי, אבער וואס טו איך יעצט. זיי ווייסן אלעס איבער מיר, און זיי גייען מיר דא חרוב מאכן מיין לעבן. (איך האב דעמאלסט פארשטאנען דעם אופן פון חרטה עד שיעיד עליו יודע תעלומה שלא ישיב לכסלה עוד).

באמת, האב איך פאר א מינוטקעלע נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, אבער היות עפטער אלל איז עס נישט געווען מיר זעלבסט, האב איך מיר אריענטירט, און איך האב אים פרובירט צו בארואיגן. איך האב אים געוויזן, ווי אלע אינפארמאציע וואס זיי האבן איבער אים, איז סך הכל, וואס ער האט זיי געגעבן, ער האט זיי געזאגט ווי ער וואוינט און ווי אלט ער איז, אזוי אז בתוך הדברים איז ארויסגעקומען די אלע אינפארמאציע. זיי האבן נישט געמאכט קיין שום אינוועסטיגעישאן,זיי ווייסן גארנישט מער ווי ער האט זיי פארציילט.

צווייטנס, יעדע בילד פאר זיך, אין יענעם פאל עכ"פ איז נישט געווען געפערליך, עס איז נישט געווען קיין איין גענצליך נאקעטע בילד מיטן פנים, אלזא מוז דאך נישט זיין אז די בילד איז פון אים.

דריטענס, אויב זענען זיי אפצוהיטן פון אביוז, וואס ווענדן זיי זיך צו אים, זאלן זיי מפרסם זיין און פערטיג?

זיי ווילן בלויז ארויספרעסן געלט, און גארנישט מער. זיי טוען גארנישט. זיי ווייסן ניטאמאל ווער זיין ווייב איז און ווער זיין בעה"ב איז. און זיי האבן גארנישט פון מפרסם זיין בילדער, ווייל סתם א סעלפי, אדער סתם א בילד פון למטה מעשרה טפחים איז נישט קיין חידוש אדער גאנגבאר. (אזויפיל מזל האט ער, אז ער האט קיינמאל נישט געשיקט קיין בילד וואס זאל האבן סיי צורת קלסתר פניו און סיי למטה מעשרה טפחים).

איך האב געוויינט ווי א גזלן צו אים, אז ער זאל נישט פארציילן פארן ווייב, ער האט געוואלט איר זאגן, אזוי אז זי זאל געוואר ווערן פון אים ווי איידער פון די גאס. ער האט קוים מסכים געווען צו ווארטן א טאג צוויי ביז ער גייט איר פארציילן.

ער האט איגנארירט דעם אימעיל, עס איז די נעקסטע טאג געקומען א שטרענגערע אימעיל, און נאך שטרענגער, ביז עווענטועל האבן זיי אים גענצליך אפגעלאזט.

די ענד אוו די סטארי איז אז עס איז שוין פאריבער א שיינע פאר יאר, און מען האט נאך נישט מפרסם געווען די בילדער אין ערגעץ און זיין ווייב ווייסט נישט פון די גאנצע געשיכטע.

די פוינט איז, דארט האבן זיי געהאט אינפארמאציע אויף אים, אבער די חברה זענען געשולטע מאניפולירער, און עס איז די טבע פון מענטשן צו גלייבן, בפרט ווען יענער ווייסט א קליין ביסל אינפארמאציע, וואס מאכט עס אויסזעהן קראנט.

ובזה סיימתי.

ביטע אנטשולדיגן אויב עס איז דא טעותים אין ספעלינג אדער גרעמער אדער אין פינטלעך שטרעכעלעך וכדומה, איך האב דאס געטייפט און נישט קיין איינמאל מגיה געווען.

גוטע נאכט
 
כ'האב מורא אונז האבן דעם זעלבן חבר... ווייל כ'האב געהאט אקוראט די מעשה מיט מיין חבר. עס איז געווען פאראיאר שבועות צייט.
 
איך געדענק נישט גענוי ווען איך האב מיט געהאלטן די מעשה, אבער עס איז זיכער אזא פיר פינף יאר צוריק.

אבער די מעשיות זענען נישט איינמאליג. איך האב נעכטן באגעגענט דא אין קרעמל א שנירל מיט אויך אזא געשיכטע, יענער האט אראפגברענגט די גאנצע טשעט מיט יענע חברה, און עס ענדלט היבש אבער נישט גענוי די זעלבע.

זעהט אויס, אז די סארט מעשהלעך זענען נישט אזוי זעלטן, מיר אליינס האלטן שוין דא ביי דריי עקסטערע עפיזאדן.

שומרים האט אמאל ארויס געלייגט א מודעה וואס בין השורות האט מען פארשטאנען אז זיי גיבן עצות טאמער איינער פארפלאנטערט זיך מיט אזעלכע פארשוינען.
 
כ'פלעג לערנען מיט אן אינטערגעציפטן חבר בחברותא. ער האט באקומען א פאון קאל פון איינער מיטן אינדיאנער אדער ספאניש'ן אקאצנט, יענער רעדט עפעס וועגן זיין געלעקסי וואס ער האט גע'ארדערט. כ'געדענק נישט די מהלך הסקעם.
אבער מיין חבר האט מיטגעדרייט מיט אהים במכוון, ביז יענער האט געכאפט.

רופט זיך יענער אהן אין אידיש מיט אונזער היימישען הברה 'קלוגער איד'! און ער האט אראפגעהאקט.
-

כ'האב פילינג אז דעי שרעקליכע בלעקמעילן וואס מ'ליינט דא ווערן אמאל געטון דורך געהעריגע ספאנישע גוים! וד"ל
 
סאיז דא נאך א וועג צו כאפן ספעמערס , די ספעמערס פירן זיך don't ask me why צו שיקן זייער סחורה אלעמאל אויף א פידיעף אדער א פיקטשער פייל יעדן טאג מיט א צווייטע תירוץ

סא ווען איר באקימט א אימעיל מיט א פידיעף עטטעטשד טראכטס נישט קיין צוויי מיניט און פרעסט דיליט
 
סאיז דא נאך א וועג צו כאפן ספעמערס , די ספעמערס פירן זיך don't ask me why צו שיקן זייער סחורה אלעמאל אויף א פידיעף אדער א פיקטשער פייל יעדן טאג מיט א צווייטע תירוץ
ווייל נאר אזוי קען זיי געלונגען אז עס זאל נישט אנקומען גלייך אין ספעם
 
Back
Top