כוואליעס "כוואליעס" גליון ב' - שובבי"ם תשפ"ה

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
9
רעאקציע ראטע
225
א פרישע כוואליע איז אויפ'ן האריזאנט, עס קומט נענטער, נענטער, נענטער, אט אט איז זי דא, אי״ה מארגן דאנערשטאג שמות לכבוד שובבי״ם.

עס ווארט אייך אן איבערראשונג, א הערליכער נייער רייכער אויסלייג וואס וועט אייך געבן א ריכטיגן עונג שבת.

ווארטס מארגן ביים פרינטער פאר א כוואליע פון היסטאריע, פילאזאפיע, פאעזיע, פערזענליכע עראונירונגען, און הומאר!
 
איך קען קוים ווארטן!!

איך הייב שוין אן צו ווארטן פאר די נעקסטע, און פאר איינס נאכדעם....
כאפ נישט קיין הייסע לאקשן! קודם שלינג אראפּ און נאכדעם וועסטו נעמען נאך פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן
 
מיר האבן א געוואלדיגן הכרת הטוב פאר די אלע כוחות פלאג וואס איר לייגט אריין כדאי עס זאל אויס קומען אז שיינעם בלעטל, איך בין זיכער אז עד וועט פארן א ווייטן וועג ווי די כוואליעס טאקט.
 
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אין @כוואליעס לאָגאָ א צאנקענדיגע מנורה, מיט די למ"ד אלס שמש?

ווי א מנורה ביים פענסטער, צום פינסטערן גאס, די שטראל פון ווייט מ'פילט, אזוי די כוואליעס אין ים, צום טרוקעניש ביים בארטן זי צילט.

Spread out,
Spread light,
Spread love,
All around the world.
🪗🪈🎻🎷
 
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אין @כוואליעס לאָגאָ א צאנקענדיגע מנורה, מיט די למ"ד אלס שמש?

ווי א מנורה ביים פענסטער, צום פינסטערן גאס, די שטראל פון ווייט מ'פילט, אזוי די כוואליעס אין ים, צום טרוקעניש ביים בארטן זי צילט.

Spread out,
Spread light,
Spread love,
All around the world.
🪗🪈🎻🎷
ס'זעהט עפעס אויס ווי תנופת אצבע אמצעית...
 
ס'זעהט עפעס אויס ווי תנופת אצבע אמצעית...
אויך אמת.

ווי דער מיטלסטער מיט דרייסטקייט שטייט איינער אליין,
בשעת די אנדערע בוקן זיך פון גרויס ביז קליין,
אזוי די כוואליעס שלאגן ווארצלען אינעם טרוקענעם ברעג,
איין טראפ און נאך איין ביז זי שטייט א שטאלצער און ווארפט אויפן סיסטעם א שרעק.

עפעס אזוי....
 
א פרישע כוואליע איז אויפ'ן האריזאנט, עס קומט נענטער, נענטער, נענטער, אט אט איז זי דא, אי״ה מארגן דאנערשטאג שמות לכבוד שובבי״ם.

עס ווארט אייך אן איבערראשונג, א הערליכער נייער רייכער אויסלייג וואס וועט אייך געבן א ריכטיגן עונג שבת.

ווארטס מארגן ביים פרינטער פאר א כוואליע פון היסטאריע, פילאזאפיע, פאעזיע, פערזענליכע עראונירונגען, און הומאר!
אפשר איז עס א תיקון פאר אלע פּעפּער לבטלה וואס ווערט פארגאסן וועככנטליך דורך די איד און דער בלאט
 
אפשר איז עס א תיקון פאר אלע פּעפּער לבטלה וואס ווערט פארגאסן וועככנטליך דורך די איד און דער בלאט
טאקע...

א האלבע אמאזאן זשונגעל פון ביימער האט מען שוין אויסגעריסן פאר פאפיר, נאר אז מען זאל האבן א איד/בלאט זיצן אינעם פלעסטיק אויף א זייטיגע בענקל ביז זונטאג ווען מ'ווארפט עס ארויס.

מ'דארף שטיצן די פארטיי... לאל
 
אין 15 מינוט אין אייער אינבאקס - שטייטס גרייט!

c4120908-5c19-4521-a195-0cfa3a7fc5a1.png
 
די נייע ״כוואליע״ האט שוין האפענטליך דערגרייכט אייער אינבאקס, ליינט און האט הנאה!

איר קענט אויך ארויסדרוקן די פייל פון די פאלגענדע לינק:
https://files.constantcontact.com/f24a7e6e901/1b563175-7b2b-4af9-8beb-3b695109a469.pdf

״כוואליעס״ ווערט פארשפרייט בחינם, דאס הייסט אז די רעדאקציע, שרייבערס, מגיהים, מאכן נישט קיין געלט. אבער זיי ווערן באצאלט מיט א אנדערע סארט מטבע און דאס איז ״אנערקענונג״ וואס קומט פון דערגרייכען א גרויסע אוידיענץ. אלזא, אויב איר האט הנאה פון ״כוואליעס״ און איר ווילט צוריקצאלן פאר די געלונגענע שרייבערס באיזה אופן, ביטע העלפט אונז ארויס מיט די הפצה פון די אויסגאבע און טיילט מיט די PDF פייל מיט פריינט קרובים און גרופעס מיט וועם איר זענט באקוועם מיטצוטיילן די שיינע ווערק. דאס גוטע געפיל פון א שיינע גריס וואס א שרייבער באקומט אין גאס און שול איז צומאל ווערט מער פון געלט און עס גיבט חשק ווייטער צו שרייבן און אייך מהנה צו זיין.

אזוי אויך קענט איר ארויסהעלפן מיטן פארשפרייטן אונזערע סאציאלע מידיא קאנאלן כדי אונזערע ״כוואליעס״ זאלן באשפריצן וואס א גרעסערע אודיענץ.

טעלעגראם:
כוואליעס

X (טוויטער)
x.com

צו באקומען די אימעיל פון די קומענדיגע אויסגאבעס ביטע שרייבט אייך איין אויף די פאלגענדע לינק:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo
 
איך האב נישט די ווערטער!

@חבקוק'ס ארטיקל, א מיקסטשער פון פראזע און פאעזיע, וואלט אן קיין שאלה באקומען מיין פערזענליכע נאבעל פרייז אין ליטעראטור.
כ'האב עס געליינט צוויי מאל אין קאווע שטיבל און פריש איבערגעליינט אין בלעטל היינט צופרי.

@מי אני האט אויסגעוועלט צו טוהן עפעס וואס ער וועט פאר קיין געלט אין דער וועלט נישט טוהן דא אין קרעמל, געבן מוסר.
ס'האט פיין געציפט, וואס זאל איך דיר זאגן.
(אלס א קאלעקטיוו רעדט איך. איך פערזענליך האב פיינט מקווה גאסיפ, פארדעם האב איך אויפגעהערט גיין.😊)

@דער גאלדענער אדלער צוקער זיס! וואס פארשטייט טאקע דער גוי... אונזער תשובה האט דאך אלע טעמים... קוקט אבער אויס דו האסט נישט געלערנט ביי חבקוק'ס משגיח, וואלסט אנדערש גערעדט. 😂

@יששכר כץ זייער אינטערעסאנט. שכוח פארן אראפנעמען א דאגה פון מיין קאפ. כ'האב באמת נישט געוואוסט וואס צו טוהן. איך האב שוין געפלאנט צו רופן מיין פילטער קאמפעני צו בלאקירן דאס גאנצע עמאָזשי געמאָזשעכטץ שמאָגעז באורד, און פטור אן עסק.
אגב, וואלט איר געמעגט אריינרעכענען די עמאדשי '🤞פינגערס קראהסד' אינעם היתר, און איך וואלט געשלאפן רוהיגער.
אויך האב איך א געפערליכער חשד אז די פייג מיט וואס מיר האבן אלע ליגנט געזאגט אלס קינד, באלאנגט אין די משפחה.
דא האט איר פון וויקיפעדיע.
1000336892.png

די פייג איז א מזרח אייראפעישער ווערסיע דערפון, מיין איך.

שוין איך בין שוין פארפארן...

@אלפא כדרכך, פיל מיט ידיעות אין גאר א שיינע שפראך. איך האב נאך אלס קשיות, וועט מען דארפן ווארטן אויפ'ן המשך. (עפעס אינערליך זאגט מיר אז מיין גורל איז שוין פארזיגלט צו בלייבן מיט קשיות, און גארנישט וועט מיר שוין נישט העלפן).

@ערפל גאונות, קיין איין איבריגע ווארט.
פון די ווערטער אויסוואל און אויסשטעל זעהט מען אז מ'רעדט פון א פראפעסיאנאל.


@אפענער שכוח. א ביוטיפעל איבערזעצונג און הערליכע טאפיק. (איך האב שוין פארשטייט זיך געליינט אין דיין שנירל, אבער ס'לוינט זיך צו ליינען נאכאמאל.)
 
א בעיוטיפעל אויסגאבע, ממש א ברכה צו מאכן! (לכאו' 'העושה ים הגדול' פאר אזעלכע כוואליעס..)

יישר כחכם פאר די מערכת און צו די אלע וואס האבן אנטייל גענומען אינעם פראיעקט ואחרון חביב פארן נדבן החשוב ווער ער איז נאר..
 
@מר שושני מיט @אלפא מיט אלע וועלכע האבן שוין דורך געליינט די פרישע כוואליעס, עטס קוקטס מיר אויס ווי דער בועל ארוסתו ביום חופתו, ווי דער טשידער וועלכע כאפט אריין א שטיקל כּריספּי מצה'לע אום ערב פסח נאך חצות ווען קיינער באמערקט נישט. העי דאס איז געמאכט פאר פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן סעודה אדער ביי לכה דודי אדער ווי מאנכע פירן זיך ביי קריאת התורה נאכן מאכן קידוש אינטערן חומש ווען קיינער באמערקט נישט
 
1. מיין חתן רבי האט מיר אזוי אויסגעלערנט.

2. פרייטאג צונאכט בין איך עוסק אין אנדערע ענינים

3. לכה דודי און קריאת התורה בין איך שוין פארנומען זיך צו פארקוקען מיין וועכנטליכן שיעור וואס איך גיב דא אין קרעמל. דאס אלס אויב מיין שכן וויל נישט פונקט דאן איבערקייען צו מארקאוויטש אדער ראבינאוויטש איז גערעכט, אדער צו ס'איז אמת אז שטיינער איז גע'הארגעט געווארן דורך מוסד אגענטן, אדער די מער פאליטישער מתפלל וואס ווייסט קלאר צו זאגן אז טראמט האט אונטערגעשטעלט סיי זיין שיסעריי און סיי גאטליב'ס טויט, און אלעס איז א סאפיסטיקירטע פלאט וואס האט איהם געהאלפן צומישן די שטן (דיהפ סטעיט)... און דערנאך קומט די הייסע מי שברך פון תוספות יום טוב פאר ווער ס'האט יא אדער נישט גערעדט ביים ליינען... נו פרעג איך דיר, האב איך צייט דעמאלט צו ליינען?
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top