אלעס ארום 'דער וועקער' זשורנאַל

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
340
רעאקציע ראטע
2,048
איך פיל אז איך האב פארפאסט א שטיקל היסטאריע. ליידער בין איך נאך געווען צו יונג און אומ-ערוואקסען ווען וועקער איז געלאפן און געמאכט כוואליעס אין אידישע ליטעראטור.

איך וואלט געקענט באשטיין זיך מער צו באקענען דערמיט.

פון ווען ביז ווען איז עס געלאפן?

איז דא צו באקומען בחינם (אדער אפי' פאר געלט) די גאנצע קאלעקשאן?

איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר סיי וועלכע הילף אדער לינקס/פדף.
 
דער וועקער איז געגאנגען א גאנג נאכדעם וואס זיי זענען געווארן עקסטרים לינק, און געוואוידמעט א גאנצן ארטיקל צו באשמוצן די חסידישע קאמיוניטי פול מיט האס, דורך מעסטן די זייף דיספענסערס אין בתי מדרשים ביי קאראנע עפאכע. א שאד וואו האס קען פירן.
 
Seriously?

50 דאלאר א שטיקל?
ווער וויל מאכן געלט אויף א זאך וואס לעבט שוין נישט?
אויך איז רוב דארט נישט אוועילעבל.
נישט דא קיין פדף ווערסיעס דערפון?


דו ערשטע זעקס דארף צו זיין די PDF פאר בחינם
אזוי אויך 2 גרעסערע יום טוב'דיגע אויסגאבעס
לינק?
 
אקעי
איך זעה יעצט אז ק''ש האט אראפ גענומען די וועקערס וואס ס'איז געווען פאר בחינם
די ערשטע 6 פלעגט זיין די PDF פאר בחינם
למעשה איז עס שוין נישט דארט

נאך א שווערע זיכעריי האב איך געלייגט א האנט אויף אלע 6
(אזוי אויך אויף קליינע חלקים פון די אנדערע)

און בס''ד גייט מען עס דא ארויף לייגן
 
אזוי אויך וועלן מיר פראבירן ארויף צו לייגן נאך PDF וואס פלעגט זיין בחינם אויף ק''ש
איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן אלעס אראפ גענומען,
 
אזוי אויך וועלן מיר פראבירן ארויף צו לייגן נאך PDF וואס פלעגט זיין בחינם אויף ק''ש
איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן אלעס אראפ גענומען,
נישט נאר דאס, זיי האבן אראפגענימען די גאנצע סאב פארום פון דער וועקער , איין באשעפער ווייסט פארוואס זיי האבן עס געמיזט אראפנעמען
 
נישט נאר דאס, זיי האבן אראפגענימען די גאנצע סאב פארום פון דער וועקער , איין באשעפער ווייסט פארוואס זיי האבן עס געמיזט אראפנעמען
נישט אראפ גענומען
מ'האט עס געטוישט צו מייסטערווערק
 
דער וועקער איז געגאנגען א גאנג נאכדעם וואס זיי זענען געווארן עקסטרים לינק, און געוואוידמעט א גאנצן ארטיקל צו באשמוצן די חסידישע קאמיוניטי פול מיט האס, דורך מעסטן די זייף דיספענסערס אין בתי מדרשים ביי קאראנע עפאכע. א שאד וואו האס קען פירן.
די וועקער האט נישט געטראגן קיין שום מטרה צו באשמוצן קיינעם. און איז אונטערגעגאנגן ווען די ארויסגעבער האבן מער נישט געקענט געבן אזויפיל צייט.

די וועקער האט קיינמאל נישט געהאט קיין האס מאטיווען קעגן קיינעם.

דיסקלעימער: איך בין געווען אינוואלווד אינעם וועקער.
 
איך פיל אז איך האב פארפאסט א שטיקל היסטאריע. ליידער בין איך נאך געווען צו יונג און אומ-ערוואקסען ווען וועקער איז געלאפן און געמאכט כוואליעס אין אידישע ליטעראטור.

איך וואלט געקענט באשטיין זיך מער צו באקענען דערמיט.

פון ווען ביז ווען איז עס געלאפן?

איז דא צו באקומען בחינם (אדער אפי' פאר געלט) די גאנצע קאלעקשאן?

איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר סיי וועלכע הילף אדער לינקס/פדף.
איך האב כמעט אלע דערפון, אויב ווילסטו קען איך דיר עס בּארגן
 
איך האב מיר איינגעזאמלט כמעט אלע וועקערס, איך דארף מיך אראפזעצן עס איבערלייענען, ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזעלכע גוטע לייען מאטריאטל אזוי שיין מסודר, ס'איז א עכטע שאד אז ס'איז אונטערגעגאנגען.
 
די וועקער האט קיינמאל נישט געהאט קיין האס מאטיווען קעגן קיינעם.
א סאביעקטיוו דיסקלעימער. די וועקער איז געווען געטריבן פון א קריטיקל בליק אויף אונזער געזעלשאפט ספעציעל ווען ס'איז געקומען צו גאר לינקע אידייען ווי פראגרעסיוויזם אין פאליטיק, קאוויד, אט''ד און אמונה וחקירה. און צומאל האט זיך עס געקענט ליינען פאר געוויסע מיט א טאן פון האַס.
 
איך האב געשיקט א איעמיל צו די וועקער אפאר וואכן צוריק און זייער אטאמאטיק ריספאנס זאגט דאס..
Thank you for contacting Der Veker.

Please be advised that we do not regularly monitor this email account. We will respond at our earliest convenience.

Currently, there are no planned future issues.

PDF files of articles featured in Der Veker are not available for the general public. However, contributing writers may request a PDF of their own work.

A new initiative was recently launched. Please check out "Meisterverk". You can contact the editors at [email protected].

Hatzlacha rabbah.

סאו ווער ס'האט עפעס געשריבען אין די וועקער קען בעטן זיין ארטיקלען און מ'קען דא מאכן א ליקוט פון אלע ארטיקלעך וואס די שרייבער'ס קענען באשטיין צו לייגן פאבליק
 
איך האב געשיקט א איעמיל צו די וועקער אפאר וואכן צוריק און זייער אטאמאטיק ריספאנס זאגט דאס..


סאו ווער ס'האט עפעס געשריבען אין די וועקער קען בעטן זיין ארטיקלען און מ'קען דא מאכן א ליקוט פון אלע ארטיקלעך וואס די שרייבער'ס קענען באשטיין צו לייגן פאבליק
דער פראבלעם איז אז נישט יעדער האט געסעוויד זיין ארבייט אויף פּי די עפס. איך האב שוין פרובירט זיך צו ווענדן צו די שרייבערס דירעקטלי און אסאך פון זיי האבן מיר דאס גענטפערט
 
Back
Top