- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 428
- רעאקציע ראטע
- 1,887
- פונקטן
- 213
דער קאנצעפט פון טעלעאלאגיע, תכלית, ענד ציל, דער געדאנק אז נאטור אפערירט אויף אן אופן פון א צוקונפטיגע געברויך, פון 'כדי' ענדערש ווי 'וויבאלד', איז אסאך דעבאטירט געווארן במשך אלע דורות. פארצייטנס, בפרט אין דער פילאזאפיע פון אריסטאטלעס, איז טעלעאלאגיע געווען אן אינטעגראלע טייל פון חכמת הטבע. שטיינער זענען געפאלן אויף אראפ, נישט צוליב א פיזישע קראפט וואס האט זיי געטריבן דערצו, נאר כדי זיך צו פאראייניגן מיט זייער נאטורליכע מקור.
איינס פון די סיבות צוליב וואס מענטשהייט זוכט צו ערקלערן ערשיינונגען מיט טעלעאלאגישע הסברים איז, ווייל דאס איז וויאזוי מיר מענטשן אפערירן על פי רוב. די באוואוסטזיניגע החלטות אין אונזערע מוחות זענען מערסטנסטייל באזירט אויף צוקונפטיגע געשעענישן. דו הייבסט אויף דעם טעלעפאן 'כדי' צו רעדן מיט דיין חבר, איז וויאזוי מיר שטעלן דעם פראז, ענדערש ווי 'דו הייבסט אויף דעם טעלעפאן 'ווייל' דו האסט געהאט א ווילן צו רעדן מיט אים,' כאטש וואס אין אמת'ן וואלטן ביידע געווען אייניג ריכטיג אלס אן ערקלערונג.
דאס רירט עטוואס אן די באקאנטע שאלה פון בחירה קעגן דעטערמעניזם, היות דער שארפער חילוק צווישן די צוויי שיטות איז אז איינס איז באזירט בלינדערהייט אויפ'ן עבר, און דער צווייטער מיט א קלארע טעלעאלאגישע ציל צום עתיד. רוב מענטשן גלייבן אז זיי פארמאגן יא פרייע בחירה, וויבאלד פון א ריינע דעטערמעניסטישע, פיזישע, מעכאניסטישע פערספעקטיוו וואלט מען ווען געדארפט קענען אויסרעכענען דעם גאנג פון יעדן אטאם, מאלעקיול און צעל וועלכע צירקלט ארום אונזער קערפער, און דאדורך סטראטעגירן וואס אונזער נעקסטער שריט וועט זיין. און זינט דאס איז קיינמאל נישט אמת, באוועגט דאס אונז צו גלייבן אז אויף עפעס א וועג זענען מיר אויסגעשלאסן פונעם מעכאניסטישן בילד און אפערירן ריין אויף א עתיד-באזירטע, טעלעאלאגיש אויסגערעכנטע מהלך.
ווי געשריבן, רירט דאס בלויז אן דעם דיסקוסיע, און עס איז נישט ממש די זעלבע שאלה, וויבאלד אפילו אויב מענטשן אפערירן טאקע אויף א טעלעאלאגישע שטייגער און טראכטן פונעם עתיד, באדייט דאס נאכנישט אז זיי פארמאגן בחירה אויסצוקלויבן פון צווישן צוויי מעגליכע צוקונפטן.
און הגם מאדערנע סייענס האט שוין פון לאנג פאר'יתומ'ט דעם פרימיטיוון געדאנק פון אריסטאטלעס' טעלעאלאגיע און אדאפטירט מער א מעכאניסטישע סיסטעם וואו זאכן פאלגן נאך פאריגע גורמים ענדערש ווי ארבעטן אין ריכטונג פון א צוקונפטיגע ציל, איז אבער פארט פארבליבן דער אויסשפראך און טערמינאלאגיע פון טעלעאלאגיע אינערהאלב פארשידענע פעלדער פון וויסנשאפט. ליכטיגקייט 'קלויבט אויס' דעם שנעלסטן וועג צווישן לופט און וואסער. נאטור 'זוכט' אלעמאל עקוויליבריום. אפילו דער מערסט אנטי טעלעאלאגישע ראם פון סייענס, די ביאלאגישע טעאריע פון עוואלוציע און נאטורליכע סעלעקציע, נוצט אויך א טעלעאלאגישע שפראך צו שילדערן נאטורליכע פרעצעדורן, הגם דער אמת'ער הסבר וואס עס געבט אן איז א בלינדע תוצאה פון פארגאנגענע געשעענישן, אין וועלכע בלויז דער בעסטער סארט האט איבערגעלעבט.
און דאס איז מעורר א הארבע פראגע: צי זענען דאס בלויזע נוצליכע משלים וואס מען נוצט, און זיי שטימען פערצופאל מיט די אמת'ע כוחות פון נאטור וועלכע זענען ריין מעכאניסטיש, אדער צייגן זיי יא אויף עפעס טיפער, א גייסטיגע תכלית וועלכע איז אריינגעפעדימט אין די סאמע יסודות פון דער וועלט, און צילט כסדר צו עפעס באדייטפול אינעם צוקונפט? אביעקטן פאלן פון א הויכע ארט צו א נידריגן, וויבאלד זיי 'זוכן' צו פארמאגן דאס ווייניגסטע פאטענציעלע ענערגיע וואס עס איז מעגליך, אדער איז דאס א פשוט'ע צופאל, און דער אמת'ער הסבר איז א בלינדע תוצאה פון פארגאנגענע אורזאכן, ווי דער קראפט פון גראוויטעט וואס האט נישט קיין אהנונג וואס עס וועט ברענגען אינעם צוקונפטיגן רגע?
דאס ברענגט אונז צום נעקסטן שאלה: אם תמצא לומר אז מיר געפינען יא א קלארע טעלעאלאגישע ערשיינונג אין דער וועלט, עפעס וואס קען נישט פארענטפערט ווערן דורך הוילע פיזישע געזעצן. וואס וואלט דאס אונז דערציילט? וויאזוי וואלטן מיר דאס געדארפט אפלערנען? דאס איז דאך זיכער אז אריסטאטלעס' שטיין פארמאגט נישט קיין רצון, צורך אדער מעגליכקייט צו טוהן אנדערש. איז וואס שטייט יא אונטער דעם געצילטן אקט פון שטרעבן אויף עפעס פונעם עתיד?
איין מעגליכע ענטפער איז: דיזיין. אויב נאטור שטעלט ארויס קלארע נייגונגען צו א ציל, קען דאס זיין אן אנדייטונג אז עפעס א מוח אדער פארשטאנד שטייט דערונטער. און דאס איז טאקע דער פונדאמענט פון אסאך טעלעאלאגישע ארגומענטן פאר די עקזיסטענץ פון גאט, אריינגערעכנט די באקאנטע פינף וועגן פון טאמאס אקווינעס און דער זייגער אנאלאגיע פון וויליאם פעילי.
אבער פארט וועט דאס נישט קיין קריסטאלענע, אטאמאטישע מסקנא וואס פאלגט בעל כרחך נאך פון די ערשטע הנחה אז עס איז פארהאן טעלעאלאגיע אין דער וועלט. די טעלעאלאגישע ערשיינונגען קענען, אין טעאריע, זיין זעלבסט אונטערהאלטנד, א טייל פון נאטור, אן קיין געברויך פאר א דרויסנדיגע משפיע.
און פארשטייט זיך אז ווי נאר מען ברענגט יא אריין א דרויסנדיגע דיזיינער אין בילד, שטעלט זיך גלייך די לעגענדארע פראגע, ווער האט דיזיינט דעם דיזיינער? פון וואו נעמט ער זיין טעלעאלאגישע אייגנשאפט?
דא דארף מען אונטערשטרייכן: נישט יעדעס מאל ווען א הסבר שטויסט זיך אן מיט א קשיא איז דאס א בארעכטיגטע סיבה דאס גענצליך אפצואווארפן. אויב מען פארמאגט א גוטע סיבה אנצונעמען א געוויסע הסבר, קען נישט די מיסטעריע וואס יענע הסבר ברענט צום טיש פאראורזאכן אז אז מיר זאלן נישט מעגן נוצן דעם הסבר. אבער אין דעם פאל איז יא וויכטיג צו פרעגן אויפ'ן הסבר, פשוט ווייל מיר ווילן זען און פארהערן דעם מסביר, וויאזוי ער וועט זיך אן עצה געבן מיט די פראבלעמען. אויב זיין ענטפער איז אז ער ווייסט באמת נישט, דאן האט זיין הסבר גארנישט מסביר געווען מער ווי עס האט פארענטפערט. אבער אויב ער וועט אויף עפעס א וועג קענען אנצייגן פארוואס זיין הסבר'ס פראבלעם איז קלענער ווי דער פראבלעם וואס עס לייזט, דאן איז ער פולקאם בארעכטיגט אנצונעמען דעם הסבר.
אלזא, אין דעם פאל מיט דעם פראבלעם פון דעם דיזיינער'ס דיזיינער, טוט קלאסישע טעאלאגיע אנגעבן אז גאט איז בכלל נישט קיין קאמפליצירטע אדער מורכב'דיגע מציאות. בלויז פשוט, אייניג און אן קיין שום טויש קיינמאל. און ממילא איז פשוט אז דער הסבר פון דיזיין פארענטפערט מער ווי עס מאכט שווער. אויב גאט איז פשוט'ער ווי דער וועלט, דארף ער ווייניגער צוקומען צו א דיזיינער ווי דער וועלט.
פארשטייט זיך אז נישט יעדער איינער איז צופרידן מיט אזא בילד. עס שפירט זיך צו קאלט, אבסטראקט און דערווייטערט. לויט מאדערנע טעאלאגן ווי אלפרעד נארט ווייטהעד און טעילהארד דע טשארדין, איז גאט טאקע נישט קיין שטייפע, פערפעקטע וועזן אינדרויסן פון מקום וזמן, נאר א לעבעדיגע רעאליטעט וואס טוישט זיך כסדר, וואקסט און עלטערט זיך אינאיינעם מיט דער וועלט. גאט שפירט, רעאגירט און שאפט קאנטאקט. עס איז אזא סארט קאסמישע פראצעס, אפשר אפילו אזא וואס האט זיך אנגעהויבן פשוט אבער האט שפעטער עוואלווט אין ריכטונג פון העכערע אינטעליגענץ. און אזא סארט בילד איז טאקע אין איינקלאנג מיט'ן תורה'דיגן בילד פון גאט - איינער וואס רעדט, רעגט זיך, מאכט שלום, מוסר'ט און איז מחזק.
פון הינטער די צוויי מהלכים שטעקט אבער א טיפערע שאלה: צי קען א פשוט'ערע זאך פאבריצירן עפעס וואס איז מער קאמפליצירט ווי אים אליין? קען א מענטש בויען א מאשין, סטרוקטור אדער אלגאריטם וואס שטייגט גאר איבער זיין אייגענע קאמפליקציטעט?
דער ענטפער דערויף, אין געוויסע פעלער, איז יא.
מענטשן זענען אויפגעקומען מיט סופער קאמפיוטערס וועלכע פארמאגן ביליאנען טראנסיסטערס, סאפטווערס וועלכע פארמאגן מער רייעס פון קאוד ווי דאס וואס עס געפינט זיך אין א מענטשליכע זשינאם, און עי איי סיסטעמען וועלכע טוען פילפאכיג איבערשטייגן מענטשן אין פארשידענע פעלדער. אבער פארט, קיין איינס פון די דורכברוכן שטייגן נישט איבער דעם מענטשליכן מוח אין אלגעמיינע אינטעליגענץ, זעלבסט באוואוסטזיין אדער טיפערע געפילן.
אלזא, דאס איז טאקע קלאר אז א פשוט'ערע זאך קען זיכער שאפן עפעס מער קאמפליצירט ווי אים אליין, אבער עס איז נישט באקאנט צי אן עכטע שעפערישע אינטעליגענץ קען געשאפן ווערן פון עפעס וואס איז ווייניגער ווי אים אליין.
און דאס איז וואס ליגט הינטער די צוויי שילדערונגען איבער וויאזוי גאט זעט אויס. צי זענען מיר געצוואונגען צו זאגן אז ער איז א פשוט'ע מציאות, דער פשוט'סטער וואס עס איז מעגליך, אדער קען מען זיך יא ערלויבן אים צו שילדערן אלס מורכב'דיגע מהות וואס עוואלווט אינאיינעם מיט דער באשאף. הגם ביידע פון זיי זענען סוקסעספול אין פארענטפערן וויאזוי דער דיזיינער איז פאראנטווארטליך פאר'ן דיזיין אבער ער אליין דארף ווייניגער א דיזיינער.
עס איז לכאורה נישט קיין צופאל וואס קלאסישע קבלה נוצט ביידע פון די מאדעלן ווען זי שטעלט פאר גאט. פון אויבן געפינט זיך דער אור אין סוף, פשוט, איינציג, טוישט זיך נישט און קאמוניקירט נישט, און דאן קומט אפיר א צמצום וואס מאכט אלעס קאמפליצירט. גאט ווערט מורכב, טוישט זיך, זיין אור פליסט ארויס פון חכמה און בינה, אריין אין די כלים פון די זיבן מדות. ער איז מער נישט איינס מיט זיין חכמה ווי דער רמב"ם שרייבט, און דארף זיך שוין פארמעסטן מיט כוחות הטומאה און א הארטנעקיגע פאלק.