לעיק-פראנט עסטעיטס פלארידא

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
571
רעאקציע ראטע
2,675
פונקטן
423
איך האָב לעצטנס געהערט וועגן אַ נייע פראיעקט — Lakefront Estate,
וואָס וועט האָבן 1300 דירות, א סופערמארקעט, שאפינג סענטער, מקוה, בית מדרש, סקול-חדר אין ביזנעס דיסטריקט, עס איז אין אמת׳ן אַ עלטערע פּראָיעקט וואָס איז יעצט ווידער געלאָונדזט געווארן מיט אַ פרישן קאמפיין און אַ 48-בלעטערדיקן בראשור, אינטער׳ן פירערשאַפט פון רב מאסקאוויטש פון מאנסי. איך בין נישט זיכער צי עס וועט זיך אויסארבעטן ווי זיי זאגן. אדרבה וואָס האלט דער עולם דערוועגן
 
לעצט רעדאגירט:
וועלכע רב מאסקאוויטש?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
באראוו׳ע רב
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט מען שוין אנגעהויבן די פראצעדור א שיינע פאר יאר צוריק,
נאר אזויווי מ'מאכט דא א נייע אידישע שטעטל פון אלף! דארט עס אסאך צייט
יעצט האלטן זיי שוין אינמיטן בויען די הייזער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט מען שוין אנגעהויבן די פראצעדור א שיינע פאר יאר צוריק,
נאר אזויווי מ'מאכט דא א נייע אידישע שטעטל פון אלף! דארט עס אסאך צייט
יעצט האלטן זיי שוין אינמיטן בויען די הייזער
יעצט האבן זיי אפיציעל ארומגעשיקט בראשור׳ס מיט הייזער פרייזען אין נאך אינפא
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס האט זיך אנגעהויבן ביי קאוויד, עס איז געווען א שטארקע מאפען-קיין פלארידע-רוח אין גאס, פלאס אליעזר קרויס פון קול מבשר האט געמאכט שטארקע PR אז מען זאל מאפען קיין פלארידע, למעשה האט זיך עס אנגעהויבן שלעפן און די עולם האט פארלוירן אינטערעסע.
לעצטנס האבן זיי זיך צוריק גענימען אין די האנט און געמאכט אסאך טוישונגען, איך מיין אז רב מאשקאוויטש איז שוין נישט די פיוטשער רב דארט, זיי האבן גענומען א אנדערע דיירעקשען און זיי טארגעטען די מער אין-די-באקס עולם.
 
די פלאץ דארט איז ווייט פון א נארמאלע ישוב, וואס געשעט אויב ארבעט זיך עס נישט אויס?
מען קען נישט פארקויפן די הייזער.
נישטא קיין גרויסע שפיטאל אין געגנט עס איז דא עפעס א וואלמארט א קליינע שפיטאל.
 
איך מיין אז רב מאשקאוויטש איז שוין נישט די פיוטשער רב דארט, זיי האבן גענומען א אנדערע דיירעקשען און זיי טארגעטען די מער אין-די-באקס עולם.
מיר קוקט עס אויך אזוי אויס!

רב מאסקאוויטש הייסט אַ קילע רב, ער האָט געהאַט אַ מוסד אין מאנסי וואָס האָט אריינגענומען יעדן איינעם. נאָך דעם ווי איך בלעטער אין בראשור, קוקט אויס אַז זיי האָבן געטאָן אַ 360 — און אויפגענומען אַ וועד הרבנים פון זאלוינישע, ארונישע, סקווירע און צאנזע דיינים, וואָס ברענגט אַראָפּ רב מאסקאוויטש׳ס ראנק אלס עקסקלוסיוו רב אין נעמט די פּלאַנירטע נייטראַלע שטימונג פונעם ישוב, צום מעינסטרים עקסקלוסיוולי. חבל!
 
לעצט רעדאגירט:
רב מאסקאוויטש הייסט אַ קילע רב, ער האָט געהאַט אַ מוסד אין מאנסי וואָס האָט אריינגענומען יעדן איינעם
גראדע איז ער זייער א מעינסטרים מענטש, אבער ער איז אסאסיעטעד אלץ א קילער, ווי די זאגסט שוין פארן חטא פון עפענען א מוסד וואס נעמט יעדעם אן.
 
די פאלגענדע, א סאָמערי פון די נײעס אין דעם שנירל, איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.


א נײע ײשוב אין לעיקפראנט פלארידע, בײ די גרעניצן פון גלעידס און אָקיטשאָבּי קאונטיס, מיט'ן נאמען לעיקפראנט עסטעיט, װערט אין די טעג מאַרקעטעד פאר הײמישע אידן פון די טרײ-סטײט עריע. באריכטן זענען אז עס רעדט זיך אַטײל פון א מולטי מיליאן אינװעסטמענט דורך אױסלענדישע, טשײניזע און אינדיאַנע אינװעסטערס װאס זעהען אַן אַפפערטוּניטי אין ציהלן הײמישע אידן מיט קינדער געבענטשטע פאמיליעס און דערבײ זיך אױך פארזיכערן א 'פערמענאַנט רעזידענט סטאַטוס (װיזע) אלס טײל פון א גאװערנמענט סקים גערופן EB-5.

דער סקים, אין קראפט זינט די 1990 אבער רעפארמירט אין 2022, טוהט פֿעסט טרעקן װיזעס פאר אױסלענדישע רײכע אינװעסטירער װעלכע אינװעסטירן לכה"פ $800,000 פאר רוּרעל געגנטער און אין בױ פראיעקטן װעלכע װעלן באשאפן כאטשיג 10 דזשאבס.

אונטער דעם פראיעקט שטײט א אידישער אינטרעפרענוּר מיט'ן נאמען דזשעף אקערמאן אײנע פון פולע אנדערע אמעריקאנער בױ אונטערנעמער און ארכיטעקטן װעלכע זענען פארנומען אפירזוכן גוטע דיעלס און זײ פארשלאגן פאר אױסלענדישע אינװעסטערס.

עס איז פארשטאנען אז נאר בערך $100,000 פון די טאטעל קאסט פון $600,000 פאר דער לעיקפראנט עסטעיט פראיעקט װעלן קומען פון די אױסלענדישע אינװעסטערס. דער דעװעלאופער װאס װעט בױען די הײזער איז קאָטלער גרופע װאס טראץ װאס דאס איז איר ערשטער פראיעקט פון דעם EB-5 סארט, האט זי אבער שױן א פּאָרטפאָליאו װאס אינקלודט האטעלן און קאָנדאָס אין פלארידע סיטיס.

1765549276921.webp


דזשעף אַקערמאַן שטײענדיג אינדרױסן פון אײנע פון די נײע הײזער אין א פראומאושענְל װידעאוס.

הײזער אין לעיקפראנט עסטעיטס פאנגן זיך אָן נידריגער פון $500,000 א שטיק מיט א פאטענשל פון 1,300 אזעלכע הײזער, (200 רעדי אין די קומענדיגע פאר חדשים), אזאך װאס װעט האלטן די פרײזן ביליג פאר א לענגערע תקופה.

די עדװערטעזמענט פאר די נײע ײשוב קומט מיט א ליסטע פון שטרענגע תקנות װאס אינדיװידועלן מוזן נאכקומען כדי אז זײערע קינדער זאלן װערן אָנגענומען אין די נײע מוסדות װעלכע װעלן דארטן אױפגעשטעלט װערן. די תקנות פאר די עלטערן אינקלודן אזעלכע װי:

  • מ'טאר נישט האבן גױאישע צײטונגען און מאגאזינען אין די הױז אפ' באופן עראי.
  • די תלמידים װאס װעלן אַטטענדְן די ת"ת טארן נישט האבן צוטריט צו צײטונגען אדער מאגאזינען אפי' בײ שכנים אדער אינטערװעגנס, װי למשל אין א קאר אדער א האטעל.
  • מ'טאר נישט האבן אינטערנעט אינדערהײם און אױב לשם פרנסה, אױך נאר אונטער שלאס און ריגל.
  • קינדער טארן נישט הערן כמו ראדיא פראגרעמס, אפי' אידישע פראגראמען פון אידישע טעמעס (א שטײגער די נײעס האָטלײן אױף אידיש - 'קול מבשר').
  • מאמעס טארן נישט גײן אנגעקלײדעט מיט מלבושים װאס "נעמען אװעק צורה פון אײדלקײט…"; זײ טארן נישט דרײװן, דארפֿן גײן מיט'ן קאפ באדעקט ובצניעות װען מ'נעמט אדער מען טראגט דאס קינד צום באס און כל שכן אין די בנין התלמוד תורה.

עם כל זה פירט די צעטל אױס װילן זײ נישט ארײנגײן אין "פרטים" פון די מלבושים אדער אנדערע התנהגות פון מאמעס אבער דאס זענען זאכן װאס זענען זעלבסט פארשטענדליך.

די תקנות פאר די קינדער װאס אטטענדן די מוסדות אינקלודן:
  • די תלמידים װאס װעלן אטטענדען די מוסדות טארן נישט גײן מיט דענים אדער אפילו װען ס'קוקט נאר אױס װי דענים. אױך מעגן זײ נישט גײן מיט שמאלע הױזן אדער מיט אױפשריפטן אױף די קלײדער. זײ ברױכן גײן חסידיש אנגעטוהן. נישט מיט קאלירטע אדער 'פיהר סעקשאָן' קאפלעך.
  • זײ מעגן אױף קײן פאל נישט האב צוטריט צו קאמפיוטער אפי' אהנע אינטערנעט.
  • אױב דארפן זײ פארפעלן א טאג פון חדר מוז עס זײן מיט קלארע ערלױבעניש, ספעציעל זונטאגס װאס איז די װיכטיגסטע טאג פון די װאך פאר א תלמיד…

  • די תלמידות טארן נישט האבן האר װאס פארשטעלן די אױגן (הנקרא 'בּענגס' אדער 'פֿרינדזש')….
  • אױב דערגרײכט די האר ביז די פלײצע מוז עס זײן אין א פאני טעיל אבער אױסדרוקלעך נישט קײן סײד פּאָני.
  • די קניען דארפן זײן צוגעדעקט אפילו װען מ'גײט ארױף שטיגן…
  • פון כיתה א' און העכער טאר מען נישט גײן מיט קײן הוּדס (אױף די דזשאקעט וכדומה).
  • טײטס טארן נישט האבן אױפשריפטן (נישט סתם, נישט פון די דיזײנער) אדער סטרײפּס. נאר פלעין בלױ, שװארץ אדער װײס.


די תקנות זענען אנגעבליך געמאכט געװארן דורך אברהם דוב ערענטאל, אַן ערגענישער אינגערמאן מיט א "ברײטע קאפ" און געשולטע סקילס, א געװעזענער מנהל פון נײטרא-װיליאמסבורג חדר ביז ער איז לױט באריכטן געפלױגן פון דארטן װײל ער איז ארױסגעפאלן מיט די דארטיגע הנהלה. דאס מײנט אז די תקנות זענען לכאורה קאפי\פעיסטעד פון געװענליכע װיליאמסבורגע, הײמישע מוסדות. אבער בנוגע אױב ס'װעט זײן א געהעריגע ענגליש דעפארטמענט אין די מוסדות החינוך איז נאכנישט קלאר.

1765549297580.webp


נאר נעמענדיג אין באטראכט די װײטקײט פון דער נײער ײשוב און די פילע אנדערע פראיעקטן װעלכע זענען שױן אין די לעצטע 20 יאר פרובירט געװארן איטליכער, מיט מער אדער װײניגער הצלחה, איז נישט קלאר װעמען זײ ציהלן מיט די סארט תקנות? אױב פאר גאר פרומע דאן קומט דאך פאר זײ לכאורה פלארידע נישט אין באטראכט װײל זי איז דאך שױן לאנג צוריק געאסרט געװארן אפי' נאר צו באזוכן. אױב אבער פאר אָפּען מײנדעד מענטשן, דאן װינדערן זיך מענטשן, װאס איז פשט פון די שטרענגע תקנות?

אנדערע זאגן אז די תקנות זענען פשוט געמאכט צו ציען מעינסטריעם חסידים װי סאטמאר, פאפא אדער װיזניצע וכדומיהם; אזא כלל חסידי מוסד. און די לאגיק לױטעט אז 'פיהר סלײס' קאפלעך קענען זיך גרינגער אײנגלידערן אין א פרומע געגנט װי אײדער א "ערנסטע" אינגערמאן אין "קיהלע" [מער רילעקסד] געגנט; נעמליך אז אױב פאנגט מען נישט אָן מיט די גאר פרומע סארט װעט זיך עס טאקע אױסארבעטן װי טעמפא, קאסא גראנדא, אינדיאנא, דזשערזי סיטי און טאמס ריװער, די יעניגע װאס האבן שװאך מצליח געװען רעלעטיװלי.

אבער ס'דא װאס טענה'ן װידער אז א מוסד פאר "אלע" חסידותער װעט קײנמאל נישט ארבעטן הגם ס'זענען שױן דא אזעלכע כלל חסידי מוסדות אין װמסב"ג, װאס האבן זיך אױסגעארבעט, זענען יענע נאר פון 'סאטמאר געשטימטע' סארט אבער נישט פון גאנץ קעגנזײטיגע חסידותער, א שטײגער װי סאטמאר װערסוס בעלז אדער ארונים װס זאלונים. הצד השװה װאס אלע שטימען צו אבער איז אז עס מוז אבער זײן עפעס צענטראל װאס ברענגט זײ אלעמען צוזאמען און דא קומט מען צו די דיסקוסיע ארום עפאָרדעבּילעטי.

פראפאָנענטס פון דער נײער ײשוב זוכן ארױסצוהױבן די ביליגע פראפערטי פרײזן און טעקסעס װאס איז אין פלארידע װײניגער פון ניו יארק. זײ װײזן אן אז א סטארטער הױז איז ביליגער װי למשל א סטארטער הײם אין מאנטיסעלא װירדזשיניע, פאר די זעלבע פרײז. א סטארטער הײם אין לעיקפראנט (1000-2000 סקװער פיס - 2-4 בעדרומס) װאס קאסט אין די רעינדזש פון 5-600,000 מיט חודשליכע ריפעימענטס פון 3 אלפים קענסטו באקומען פאר א מארטגעדזש אינטערעסט רעיט פון 4.4 פראצענט און א 25 אלפים דאון פעימענט לעומת א הױז אין די אידישע געגנט אין מאנטיסעלאָ פאר די זעלבע פרײז, אדער א $100,000 מער (7. מיליאן), װאס קאסט אנשטאט איבער 5 אלפים חודשליכע ריפעימענטס און פארלאנגט א 100 אלפים דאון פעימענט - פיהר מאל אזױ סאך.


פראפערטי טעקסעס, טענה'ן זײ, זענען אין מאנטיסעלא ארום 10 אלפים א יאר װערסוס 5 אלפים אין לעיקפראנט און די מארטגעדזש רעיט איז מיט 2 פראצענט העכער אין מאנטיסעלא - עט 6.4 פערסענטעדזש פױנטס. אױך, אין מאנטיסעלא זענען כעת נאר דא 15 הײזער פאר סעיל בשעת װאס איז לעיקפראנט זענען ארום 200 שױן גרײט מיט נאך הונדערטער צוקומען װי געזאגט אױבן אזאך װאס װעט האלטן די פרײזן נידעריג.

די סיבה פארװאס מען גלײכט עס צו מאנטיסעלא איז װײל דארטן האט זיך אױך געמאכט א װינט אין די לעצטיגע יארן אז דער עולם זאל אהינמופן פון די הײמישע געגנטער אין ברוקלין היות ס'איז גאנץ נאנט נאך צו די אָרידזשען, מוטער געגנטער און בײ די גרעניצן פון די א.ג. טרײ-סטעיט עריע.

נאר מבינים זאגן אז 5., 6. מיליאן אין אזא מדבר שממה װי לײקפראנט איז היבש איבערגעצאלט אין אז א סטארטער האום, װאלט נישט געדארפט קאסטן מער װי 250-300K גיװ אָר טעיק. אין מאנטיסעלא, נישט אין די הײמישע געגנט דוקא, טענהן זײ, קענסטו קױפן א פריװאטע גרױסע הױז, נישט א סטאַרטער, פאר $600,000 מיט טעקסעס פון נאך ארום $5-6000 - װאס איז נאר עטװאס מער טעקסעס פון װיפיהל ס'קאסט אין לעיקפראנט פאר די הײזער אין דעם אױבנדערמאנטן פראיעקט. נאר מאנטיסעלא איז סמוך ונראה און לעיקפראנט איז װײט ממילא איז עס א בחינה פון ירחיק עדותו..


1765549306658.webp

א סטארטער הײם פארקױפט זיך, אין פילע שטעטעלעך אין אמעריקע, פאר 250K ברענד ניוּ

לגבי װאוטשערס, פון די גאװערנמענט, װאס העלפט מיט שכר לימוד צאלונגען, זאגן די ערשטע אז דאס איז אױך אװעילעבל צו באקומען אין פלארידע און נאך בעסער און לײכטער ֹװי אין מאנטיסעלא װײל פריװאטע סקולס אין פלארידע באקומען אסאך. מה גם אז אין מאנטיסעלא קומען די װאוטשערס נישט צו צו די 8-9 טױזנט א יאר װי אין ניו יארק סיטי. הגם די צװײטע טענה'ן צוריק אז אין פלארידע נעמט א נײע סקול 10 יאר! צו 'באשטעטיגן' װאוטשערס.

דזשענערללי איז דא אַ אגרימענט אז די סארט ציבור אין מאנטיסעלא איז אױך אַן אנדער סארט עולם, מער חניאקיש געשטימט, צו די פרומערע זײט. גרױסע משפחות. מער סעקשאן 8 טײפ מענטשן. טראצװאס לפי די נוסח פון די תקנות קוקט אױס אז לעיקפראנט אױכעט, זוכט נישט צושלעפן עמיצער צופיהל אנדערש װי אין מאנטיסעלא.

אפילו בנוגע װעטער קריגט מען זיך ארום. די ערשטע מחנה זאגן דיבת הארץ אז מאנטיסעלא אז זײער היוּמיד בשעת װאס די צװײטע קעמפ דערמאנען פלארידע'ס האריקײנס און דערפאר העכערע אינשורנס װאס איז לדידם 4X טײערער װי אין מאנטיסעלא. דאס באטרעפט װײזן זײ, א סך הכול פון 2K מער באצאלט פאר הײם אינשורנס אין פלארידע. קומט אױס אז די געלט װאס מען שפארט זיך פון טעקסעס גיבט מען אױס פאר אינשורנס, מיט א שמוץ אריבער.

אױך ברענגען זײ זיך א ראיה פון דעם װאס רוב פון די הײמישע װאס װױנען אין פלארידע דורכן יאר, 70% פון זײ, אנטלױפן פון דארטן אין די זומער חדשים צוליב די שטאקע היצן. און קאנסידערינג די הארבע מוסדות תקנות װאס איר האט אױבן געזעהן קען מען זיך נאר פארשטעלן װאס ס'װעלן זײן די השלכות אױב זאל זיך עמיצן שמעקן צו בױען א פריװאטע סװימינג פּול אין זײן בעקיאַרד אזאך װאס איז פאר רובא פלארידע אײנװױנער א מאָסט העװ.

װײטער די לעבנסקאסט אין פלארידע איז 2X פון ניו יארק אזױ אז פארן צו אײן נעפיו'ס חתונה, אין ניו יארק, אדער א גרינע סוכות הוצאות טועהן אפװישן יעדן טראפ פון די דיפערענץ צו די טרײ-סטעיט (ניו יארק און מאנטיסעלא) הױז פרײזן װאס מען פארשװענדעט פאר טרעװל קאסטן.


1765549314830.webp


נאכדעם איז דא א דין ודברים װי װײט פון דער לעיקפראנט עסטעיט געגנט, װיכטיגע אינפראסטרוקטור װי א שפיטאל, א לופטפעלד און א װאלמארט אד"ג זענען. װעגן די זאכן זענען די דיפערענצן סך הכול װאס מײנט "װײט" און װי נאענט די זאכן דארפן זײן. װײל מען דארף געדענקן אז גלעידס קאונטי און אָקיטשאָבּי קאונטי זענען שױן אװעקגעשטעלטע געגנטער מיט גלעידס האָבענדיג א פאפולאציע פון ארום 13,000 אײנװױנער און אָקיטשאָבּי מיט א פאפולאציע פון בערך 40,000 אײנװױנער.

ממילא זענען די אלע צוגעהערן װאס א שטאט דארף האבן בערך מיט 15-20 װעג מיט א קאר פון די לעיקפראנט עסטעטיט שטח כאטש טאקע נישט אלעס כשר צוגעשטעלט פאר אזא הײמישע עולם װי אונזערס. חוץ אײן װיכטיגע זאך װאס איז טאקע א שטיקל פראבלעם, זענען אלע מודה, װאס דאס איז דער פּראָספעקט פון דזשאבס װײל דער נעקסטער גרױסער שטאט נעבן אָקיטשאָבּי איז אָרלענדא װאס איז כמעט 2 שעה װעג פארן מיט א קאר און מיט א פאפולאציע פון 353,000.

פײנעלי, אנבאלאנגט װיפיהל אירע עס האבן שױן געחתמט קאנטראקט איז נישט קלאר. די װאס אדװאָקירן פאר דער נײער ײשוב באריכטן אז 18 הײמישע פאמיליעס האבן שױן געסײנט קאנטראקט און אראפגעלײגט פערמענאנטע דעפאזיטס.

זײ זענען מוסיף אז אין קאנטראקט שטײט דאס װילאנג ס'נישטא לכה"פ 150 װאס מופן פארן נײעם יאר יאנואר, קענען די ביז איצטיגע חותמים ארױסבעקן פון דעם געשעפט. חוץ פון דעם זאגן זײ איז דא אפאר טױזנט פרישע אפפליקײשנס און אפאר הונדערט אלטע אפפליקײשנס. נאך 100 משפחות זענען גרײט צו שרײבן קאנטראקט אין די קומענדיגע פאר װאכן.

זײ זאגן אז די אפיס װאס האנדלט די אפליקאציעס איז אזױ פארנומען אז מען האט געברױכט יעצט דינגען פרישע אפיס ארבעטער צו האנדלען די װֿאָרקלאוד.

חוץ פו די דערמאנטע האבן אפאר הונדערט פאטענשל קליענטן אױך אראפגעלײט 5 אלפים "ריפאנדעבל" דעפאזיטס אין די עבר הגם יענץ האבן רוב אירע צוריקגעבעטן אבער מיטדעם אלעם זאגן זײ, קומען פיהלע פון דער גרופע אצינד צוריק ארײן אין די זאך.

נאכדעם זענען שױן אױכעט דא פלענער פאר מוסדות, א בית מדרש, א מקװה און א גראסערי. די קונים טרעפן זיך אײנער מיט'ן אנדערען. די קונים פארן אראפ זעהן דאס פלאץ. די ערשטע גרופע װאס איז אראפגעפארן איז נאר באשטאנען פון 10 מענטשן. אבער 2 װאכן ארום גײט זײן א 2טע גרופע און דעמאלס װעט אױך פארקומען די אבן הפינה פאר די בנין התלמוד תורה.

אנדערע צװײפלען אין די װארהײט דערפון און זאגן אז דא ליגט ראפינירטע מארקעטינג טאקטיקן. אױב דער פראיעקט װאלטן געהאט אזױפיהל אינטרעסירטע װאלטן נישט געװען בלױז א מנין אידן װאס פארן אראפ באקוקן דעם ארט און מ'װאלט נישט געפאטשקעט אזױפיהל געלט פאר מארקעטינג.

זײ זאגן אז די יודעי דבר װײסן אז בעצם האט מען שױן אנגעהױבן מארקעטן דער לעיקפראנט פראיעקט 4 יאר צוריק. דאס שױן נאך א יאר צײט פון פאקטיש אינװעסטירן, לױט זײ, 25 מיליאן דאלאר.

פון די פראפאגאנדע קאמפײן איז משמע אז די קאמפאניס אינװאלװד האבן אױסגעברענגט א מיאנטעק פאר מארקעטינג. אױסער דעם האט מען לעצטנס פארמאכט פאר די פאבליק זיך װעלענדיג רעארגענאזירן. און דער קאמפײן יעצט איז א רעזולטאט פון די רעארגענאזאציע.

דאס אז ס'איז שױן דא 18 זיכערע קאָנטראַקטס איז נאר אזא מארקעטינג שטיק. ס'איז אלעס, זאגן זײ, נאר ריפאנדעבל דעפאזיטס אבער ס'איז נישט באמת דא 150 װאס זענען שױן גרײט צו מופן פאר'ן נײעם יאר.

בלײבט איבער צוזעהן װאס די טעג װעלן פארצײלן.

1765549331363.webp
 
Back
Top