לא עת לחשות

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
736
רעאקציע ראטע
1,690
מעשה נבלה עשו בק"ש, לא את לחשות!!! הכזונה יעשה את אחותינו!?! באו ונצא ברחובה של וועב למחות במחאה נמרצה על עלבונה של תורה, ולומדוהי.

על מה חרי האף הזה ועל מה יצא הקצף, פרעגן אלע מיט געהויבענע ברעמען, מיר פארשטייען נישט די וויי געשריי אויף וואס די בוסט אזוי צוהיצט, אדרבה פארצייל אונז וואס גייט דא פאר?

איז אזוי וועל איך דיר מסביר זיין: האסט צייט א מינוט, ווייל עס איז א מעשה וואס ציהט זיך שוין 12 יאר. איז ע"כ גארטעל דיך אן צו פארשטיין די אויפברוזי פון א 12 יעריגער האראוואניע קומט צו א פלוצלינגער אפשטעל דורך יחידים וואס זוכן נאר דיקטאטארשאפט און בעלות אויף דעם עם סגולה און דער פאר איז די קצף וייניג אנטקעגן די מעשה נבלה וואס מיר רעדן דא פון.

אין יאר 2012 למספ' האבן זיך אפאר יחידים וואס האבן פארשטאנען אז דער ציבור איז אונטער די אינפלואציע פון שררה הינגעריגע וועלף, און די פרייהייט פון א יעדעס גלייך בארעכטיגטער מענטש ליגט אין זייער שרביט הזהב דער דעת הקהל מוז זיך נייגן, און בייגן צו ווי אזוי זיי ווילן און פארשטייען. זייערע שגענון זענען וואס זענען אונז מטהר, אדער מטמא. אונזערע שייטלן, אדער אונזערע גאטשעס, צו עס איז כשר, אדער נישט, ווענט זיך ווייטער אין זייער ש"ב אדער תאווה'ס. ווי באלד די שררה הונגערער זענען געווען געלטס מענטשען האבן זיי משחד געווען די עיני העדה, די ר(ע)בנים, און די ראשי המוסדות, וואס זענען געפאלן פאר די געלטער וואס די הונגעריגע האבן געוואפרן אין זייער דירעקציע.דער פסוק זאגט דאך שוין כי השוחד יעבר את עיני חכמים. ויסלף דברי צדיקים אין אזוי במשך פון די לעצטע 50-60 יאר האבן די שולט געווען אויפן ציבור במלוא מובן המילה, און טאקע אויף די מחשבה און אויף די מילה זעלבסט. דער מחשבה מיטן ווארט דארף ווערן עפראווד ביי די הנהלה'ס ווי דיינע קינדער לערנען, און די רבנים ווי די דאווענסט דארפן מאשר זיין דיין טראכטן, און רעדן גאנג. טאמער נישט זענען די עקבי הצאן א טאבע דיך צו ווייזן אז מיר זענען פולשטענדיגע בעלי בתים אויף דיין מחשבה, דיבור, ומעשה. און אזוי איז גייט די סטענדערד אן זונט מיר, כ"י האט זיך אריין געזעצט אין די גאלדענע אמעריקא, נאך וואס מיר האבן פארלוירן אלעס אין די יארן פאר דעם, ביי היטלערן ימ"ש אין די קריג.

די יחידים האבן קריעטעד א פלאטפארמע וואס וועט ארבעטן פונקט קאפויער ווי די קאפריזן פון די הונגעריגע שררה זיכער. די פרייהייט פון ווארט איז א רעכט וואס א יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז עס מוז. אן דעם איז אויס וועלט. דיקטארישאפט, דעמגאגע, און אלע שלעכטע טבע'ס פון די מענטשען וואס זיכען הערשאפט איז טאקע די פרייהייט פון ווארט דער ערשטע זאך וואס זיי פרובירן אונטער דריקן. אזוי ווי עס גויאישט זיך אידישט זיך אזוי האבן די לענינס און די סטאלינס מצליח געווען צו געוועלטיגן אויף איבער 50 מיליאן מענטשען. די פארשטייען אז מיט די פרייהיייט פון ווארט וועלן זיי נישט קענען שולט זיין. ע"כ איז די פלאטפארמע געווען כמים קרים על נפ עיפה חאטשיג אונטער א שלייער פון אן איי פי אדרעס קענען זאגן וואס מען וויל און ווי אזוי מען וויל. ווי לאנג די ווערטער זענען געציהלט צו צוברעכן די יסודות הדת. אבער יסודות הדת מיינט ווי אזוי די רבי אדער די רבי האט מחליט געווען וואס דאס איז נאר אזוי ווי משרע"ה האט דאס געגעבן ביים בארג סיני נישט מער און נישט ווייניגער.

די געדאנק האט טאקע געשלאגן ווארצלען ביי טויזענטער שלומי ואמיני כ"י און ווי זיי האבן זיך איין געשריבן און געווארן מעמבערס אויף די פלאטפארמע און געלאזט לופטרן זייער מיינונגען דארט, זה בונה וזה סותר אבער עכ"פ עס איז דא דייאלאג, ווער ווייסט וויפיהל שלעכטע גזירות פון די וואויל טעטיגע שררה זיכער זענען פארטיליגט געווארן וואוסענדיג אז טאמער וועלן זיי איבערציען די שטריק איז נאך אלץ דא א קליין הייפעלע יראי ה' חכמים שיודעים את התורה, און וועלן מאכן א מצוה לספר די פאלשקייט און ממילא איז כדי נישט צו איינרייסן מיט די וואס קענען ארויס ברענגען קלונם ברבים.

די לעצטע תקופה האט זיך ארויף געזעצט אויפן בענקל אויף די פלאטפארמע א מנהל הראשי (רעשי) וואס גלייכט אויך שררה און ער האט געטראפן א גוט פלאץ ווי עס איין צו מאנען. כאן מצא בע"ח לגבות את חובו. אבער א קליין הייפעלע פון די בחירי שבעם די אויבערשטע פונעם שטייסעל האבן זיך נישט געלאזט, געקאפעט, און געהאקט אין טיש אז לא יעשה כן במקומינו. ליינט איבער דעם קעפל.

ויבוא קרעמל !!! תאו התכנשו לכבוד התורה, ולומדיה, און מחזק זיין דעם קרעמל עס זאל זיין די ריכטיגע כבוד התורה און א קידוש השם


די אויבערשטע שורות זענען געשריבן געווארן ווען מען האט געעפענט דעם וויקס זייטל וואס איז נישט קיין משהו אין די סאפיסטיקעשאן נאנט צו פי עיטש פי ווי @חבקוק האט געשטופט און ווי אויך שעפטי (וואס אגב, איז ער נישט צום האבן. הילד איננו ואנא אני בא, אן שעפטי איז נישטא קיין חתונה. לכה"פ 50% פון די קרעדיט קומט איהם) האבן געטריבן אניכי הק' לייביש צו גיין און נאר דאס האט אונז געטריבן צו האלטן דא.

נצח ישראל לא ישקר. א קליין הייפעלע יראי ה' הקטנים והגדולים ממש במתי מעט אן קיין גרויסע גרידער אהער געשטעלט א בית מלא תוי"ש. כי לא תשכח מיר זענען דא נישט צו רעוואלטירן נאר פאזעוועטירן אזוי ווי מיר זעהן דא אזא שיינע פיוטשער בעז"ה.

דערפאר ווילן מיר מאכן א ברכת שהחינו מיטן ה' המלכות, און נאך יו"ט א גרויסער קידוש להודות ולהלל על כל החסד אשר עשה אמדי ואשר עתיד לעשות עימי אז און אזא קורצע תקיפה אזא צו-שטעל. דאס קען נאר געשעהן מיט הויפענעס ס"ד. כן יעזור ה' הלאה.
 
Back
Top