לאמיר זיך שפארן דעם צאתכם לשלום אשכול אין 12 יאר

Nanach

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 4, 2024
מעסעדזשעס
120
רעאקציע ראטע
373
12 יאר צוריק זענען געזעצן אפאר אינגערלייט און מטכס עצה געווען אז אייוועלט איז צופיל צענזור, פאליש זעהט מען אז עס גייט זיך שוין פארמאכען. וואס טוט מען דא?:oops:
האבן אפאר ענערגישע אינגערלייט אפגעמאכט, גיי מיר עפענען א נייע סייט. ויקרא שמו בישראל ״קאווע שטיבל״.:coffee:
עס האט אנגעהויבן אזוי היימיש און צוביסלעך אנגעהויבן באמען מער און מער ביז א יאר צוויי איז עס געווארען א מעכטיגע פלעטפארם🎉🎉🎉👏👏👏
איז דורך אזא 2-3 יאר אין אינגערלייט ווערן אויס אינגערלייט, און די פירער האבן אפגעמאכט אז עס נישט פאר זיי מער🥱
האבן א חלק פון זיי ארויפגעשארט די ארבל און אריינגעטאנצן זיי וועלן קער נעמען פון איצט און ווייטער🫡
אבער יארן בלייבן נישט שטיין און די וואס זענען געווען אינגערלייט ווען די מייסדים זענען געווארן אויס אינגערלייט, זענען אויך געווארן אויס אינגערלייט👴👨‍🦳
און צוביסלעך איז די הנהלה געווארן שיטערער און שיטערער🙋‍♂️ ביז מען האט זיך געטראפן נאר מיט איין מנהל🙍‍♂️
די מנהל איז אויך נישט געבליבן אינג אבער ער האט געפילט אן אחריות. און אזוי געשלעפט און געשלעפט😴
ביז איינמאל איז געשעהן א שטיקל מיספארשטענדעניש מיט פרישע אינגע כוחות און עס האט אנגעהויבן קרעשן💔
וואס האט געגעבן די געפיל פאר די מנהל אם כן למה זה אנוכי, און פון דארט האט זיך עס געקייקלט ביז ווי מיר שטייען יעצט🔒😢

די שאלה איז, עס איז קלאר אז אונז גיי מיר אויך נישט בלייבן אינג, און אויב זיין אמת׳דיג איך זעה מיר נישט דא זיצן אין 10 יאר👶👦👨👨‍🦱👨‍🦳
וואס קען מען טוהן אז די נעקסטע דור זאל דאס נישט דארפן נאכאמאל אריבערגיין?🔁
לדעתי איז נישט גענוג צו טוהן נאר איין זאך מען דארף עס מאכן אויף א שטארקע סיסטעם אז עס זאל זיך נישט איבערחזר׳ן אין א ריפיעטינג סייקל🌀
פליז קומט אריין מיט הצעות🤔
 
לאמיר צוזאמען טרעפן עצות
איים סארי אויב עס שטערט איינעם די עמאודזשיס, איך האב עס געמוזט אויסטרייען.
און טא בי האנעסט עס פיעלט זיך זייער גוט.
שכוח פאר די אדמעניסטראציע פאר ענקער ארבעט.
 
ס'איז כמעט נישט מעגליך אויסצופלאנען אזא זאך. ווארום, ס'נישטא קיין שום וועג צו סעקיורן אז עפעס זאל פאסירן אינעם עתיד.

די וועג וויאזוי איך זעה עס איז אז מ'דארף אהערשטעלן אן פיטשער וואס זאל ערמעגלעכן פאר סיי וועם צו קענען בּאָלק דאונלאודן אלע קאנטענט סיי ווען. און אזוי ארום וועט מען עס קענען שנעלער טראנספערירן צו אנדערע פלאטפארמעס און 'קרעמל' וועט נישט קענען האלטן די ווארע האסטידזש.
 
קודם כל וואס הייסט עס איז נישט מעגליך. דאס וואס דו שרייבסט איז א משל פון א סאלושען.
טאקע פון דעים האב איך גערעדט, לאמיר צוזאמען ברעין סטארמען אזעלכע איידיעס.
צווייטענס מען קען מעגליך מאכן א סיסטעם אין די שטאטוען וויאזוי די הנהלה זאל איבערגעבן פאר די נעקסטע דור.
 
ווילאנג עס איז נישט דא געלט אינוואלד זעה איך נישט קיין שום לעזונג...

א ביזנעס וועט קיינמאל נישט האבן די פראבלעם אז עס איז נישט דא ווער עס זאל עס איבערגענומען... מען וועט זיך גאר הארגענען דערויף....

אבער א יחיד/ים וואס טוט א וואוילטעטיגע פעולה וועט זיך אייביג מוטשענן צו טרעפן א שטעל פארטרעטער ווען ער ברענט אויס...
 
מ'קען מאכן שטאטוטן פון היינט ביז משיח'ס טאג. די מציאות איז אז מען איז נישט געבינדן דערצו. קאווע שטיבל האט צובראכן פילע הבטחות. און זיך אויפגעפירט קעגן די עיקר פרינציפן מיט וואס זיי האבן זיך אהערגעשטעלט. אין די לעצטע יאר צייט האבן זיי נישט צוגעשטעלט קיין פרייהייט פון ווארט, און סיי ווער ס'האט גע'קרומט אויף די הנהלה איז געווארן אויסגעשפארט זאפארט....
 
שכח @Nanach פארן גיין פתיחה
כ'האלט אינמיטן א לענגערע שרייבונג דערוועגן.
כ'וועל עס בעז"ה דא ארויפלייגן וויל ס'איז גרייט.
--
אגב.
וואס האט געגעבן די געפיל פאר די מנהל אם כן למה זה אנוכי, און פון דארט האט זיך עס געקייקלט ביז ווי מיר שטייען יעצט🔒😢
למען האמת. ס'האט זיך אנגעהויבן ביי דעם פאר א אנדערע סיבות און פאקטארן וואס וועלן קיינמאל נישט אויסגעשמועסט ווערן. די מנהל האט שוין אפאר מאל פארדעם געסטראשעט מיטן פארמאכן (עיין 951 ניקס אשכול.)
 
ווילאנג עס איז נישט דא געלט אינוואלד זעה איך נישט קיין שום לעזונג...

א ביזנעס וועט קיינמאל נישט האבן די פראבלעם אז עס איז נישט דא ווער עס זאל עס איבערגענומען... מען וועט זיך גאר הארגענען דערויף

אבער א יחיד/ים וואס טוט א וואוילטעטיגע פעולה וועט זיך אייביג מוטשעט צו טרעפן א שטעל פארטרעטער ווען ער ברענט אויס...
איך זעה נישט וויאזוי ס'זאל קענען ווערן א ביזנעס דערפון. ס'שוין פיל גרינגער אזוי. ווען ס'וואלט געווען מעגליך צו מאכן דערפון א ביזנעס וואלט שוין געווען מערערע אזעלכע. למעשה אפילו אייוועלט איז נישט קיין ביזנעס.
 
שכח @Nanach פארן גיין פתיחה
כ'האלט אינמיטן א לענגערע שרייבונג דערוועגן.
כ'וועל עס בעז"ה דא ארויפלייגן וויל ס'איז גרייט.
--
אגב.

למען האמת. ס'האט זיך אנגעהויבן ביי דעם פאר א אנדערע סיבות. כ'גיי עס נישט שרייבן ווייל ס'איז יענעמס פריוואטע לעבן. מיט די דיינעמיקס פון די הנהלה דארטן. און נאך אפאר פאקטארן וואס וועלן קיינמאל נישט אויסגעשמועסט ווערן.
שרייבן במגלה טפח למכסה טפחיים איז אפשר מעגליך.
 
12 יאר צוריק זענען געזעצן אפאר אינגערלייט און מטכס עצה געווען אז אייוועלט איז צופיל צענזור, פאליש זעהט מען אז עס גייט זיך שוין פארמאכען. וואס טוט מען דא?:oops:
האבן אפאר ענערגישע אינגערלייט אפגעמאכט, גיי מיר עפענען א נייע סייט. ויקרא שמו בישראל ״קאווע שטיבל״.:coffee:
עס האט אנגעהויבן אזוי היימיש און צוביסלעך אנגעהויבן באמען מער און מער ביז א יאר צוויי איז עס געווארען א מעכטיגע פלעטפארם🎉🎉🎉👏👏👏
איז דורך אזא 2-3 יאר אין אינגערלייט ווערן אויס אינגערלייט, און די פירער האבן אפגעמאכט אז עס נישט פאר זיי מער🥱
האבן א חלק פון זיי ארויפגעשארט די ארבל און אריינגעטאנצן זיי וועלן קער נעמען פון איצט און ווייטער🫡
אבער יארן בלייבן נישט שטיין און די וואס זענען געווען אינגערלייט ווען די מייסדים זענען געווארן אויס אינגערלייט, זענען אויך געווארן אויס אינגערלייט👴👨‍🦳
און צוביסלעך איז די הנהלה געווארן שיטערער און שיטערער🙋‍♂️ ביז מען האט זיך געטראפן נאר מיט איין מנהל🙍‍♂️
די מנהל איז אויך נישט געבליבן אינג אבער ער האט געפילט אן אחריות. און אזוי געשלעפט און געשלעפט😴
ביז איינמאל איז געשעהן א שטיקל מיספארשטענדעניש מיט פרישע אינגע כוחות און עס האט אנגעהויבן קרעשן💔
וואס האט געגעבן די געפיל פאר די מנהל אם כן למה זה אנוכי, און פון דארט האט זיך עס געקייקלט ביז ווי מיר שטייען יעצט🔒😢

די שאלה איז, עס איז קלאר אז אונז גיי מיר אויך נישט בלייבן אינג, און אויב זיין אמת׳דיג איך זעה מיר נישט דא זיצן אין 10 יאר👶👦👨👨‍🦱👨‍🦳
וואס קען מען טוהן אז די נעקסטע דור זאל דאס נישט דארפן נאכאמאל אריבערגיין?🔁
לדעתי איז נישט גענוג צו טוהן נאר איין זאך מען דארף עס מאכן אויף א שטארקע סיסטעם אז עס זאל זיך נישט איבערחזר׳ן אין א ריפיעטינג סייקל🌀
פליז קומט אריין מיט הצעות🤔
די הנהלה דא זענען נישט אזעלעכע אינגעלייטליך.
 
איך זעה נישט וויאזוי ס'זאל קענען ווערן א ביזנעס דערפון. ס'שוין פיל גרינגער אזוי. ווען ס'וואלט געווען מעגליך צו מאכן דערפון א ביזנעס וואלט שוין געווען מערערע אזעלכע. למעשה אפילו אייוועלט איז נישט קיין ביזנעס.
איינער מיט א שטיקל וויזיע און דרייוו קען ווען מעגליך מאכן א שטיקל געשעפטל דערפון, פאר בערך פופצען אלפים א יאר קען מען לכאורה האבן געוויסע געימינג פיעטשערס וואס מען מאכט אוועילעבל פאר צאלענדע פרימיום מעמבערס, אזוי אויך קען מען געבן פארשידענע אנדערע perks ווי צוטריט צו ספעציעלע אפטיילונגען, טשעט, אנאנים, און נאך פרימיום פיטשערס. דערנאך קען זיין אביסל עדס, די פראגע איז נאר אויב עס איז דא די מארקעט דערפאר. ביז קול מבשר האט קיינער נישט געטראכט אז קול מבשר קען זיין א ביזנעס.

וויאזוי אימער איך גלייב נישט אז דאס איז די דירעקציע וואו מיר ווילן גיין.
 
מען

אינגעלייט איז נישט א עידזש, עס איז א מיינדסעט.
בערל בעל עגלה איז א איבער זעכציג יעריגע אינגערמאן
נו זאגסט דאך גוט דעי מיינדסעט וועט בלייבן אונדז וועמער בלייבן יונגעלייט מיינדסעט

בד"וו פור די רעקארד פאליש האט זיך געפענט נאך קאווע שטיבל
 
איך קלער אז ווילאנג ס'איז דא א שטעלפארטרעטער איז נישט אזוי שלעכט אז ס'מאכט זיך צו יעדע 12 יאר אזא וועבזייטל און ס'עפענט זיך א נייע.

ס'איז דא אסאך מעלות דערצו, למשל אויף א אלטע וועבזייטל מאכט זיך אפט אז איינער עפענט א אשכול מיט א פרישקייט כדי צו געוואויער ווערן אז ס'איז שוין דא אזא אשכול.

ס'איז דא ניקס וואס האבן א געוויסע תקופה געשריבן אסאך, זיי בלייבן די עליטע און ס'איז זייער שווער פאר פרישע כוחות צו איבערקומען די וואנט און ווערן פון די גרויסע.

ווען ס'איז א נייע סייט הייבט מען אן מיט א פרישקייט, ס'האט פרישע כוחות, נישט אזעלכע איינגעגעסענע פראבלעמען, נישט קיין אלטע איינגעזויערטע מערכות און מחלוקת וואס מאכט זיך דא דארט, מ'קען אנהייבן מיט א פרישקייט.

ס'איז דא אסאך חסרונות צו אזא מהלך, איינס אז מ'איז נישט פארזיכערט אז ווען די סייט וועט זיך צומאכן אז ס'וועט זיין א נייע גרייט, ווי אויך אלטע געשריבענע סחורה ווערט פארלוירן, אבער אז ס'איז שוין אזוי סיי ווי, וויל איך ארויסברענגען די גוטע זייט.
 
שרייבן במגלה טפח למכסה טפחיים איז אפשר מעגליך.
יעצט אז ק"ש איז ווי א מיטה פונעם מת גלייך ביים אנהייב פון באגלייטן ווען אלע באקאנטע מורמלען זיך אונטער ער זאל זיין א גוטע בעהטער. לאמיר איינמאל פאר אלעמאל הערן די ג-א-נ-צ-ע געשיכטע (וואס מ'קען דערציילן).
 
איך האב אויך געטראכט ווי @תרמב, בדיעבד איז גאנץ גוט די פרישע התחלה.

לדעתי איז וויכטיגער צו אויסארבעטן די תקנות און שטאטוטען פאר די יעצטיגע צרכים, ווי זיך זארגן פאר אן עתיד וואס קיינער ווייסט נישט וואס עס וועט זיין. אפשר וועט זיך די סייט נאטורלעך עוואלוון אין א גאנץ אנדערע דירעקציע, גאנץ מעגליך וועט זיין גאר אנדערע סארטן קאמיוניקאציע וואס וועט איבערנעמען די סטייעל פון פארומס, שטארק מעגליך אין 10 יאר ארום וועלן זיין אסאך ניקס וואס וועלן זיין בגילוי שם און ממילא וועט זיין גרינגער צו איבערגעבן פאר נייע מנהלים, און אפשר וועט זיך אונזער קאמיוניטי טוישן צו האבן גאנץ אנדערע באדערפענישן.

As they say, let's cross the bridge when we get there
 
די חילוק פון 2012 ביז 2024 איז אז אין 2012 איז די גאנצע קאוועשטיבל געדאנק געוועהן א שטויס אינעם אזויגערופענעם סיסטעם און אלעס האט זיך געדארפט פירן בחדרי חדרים ווי ביי די אינקוויזיציע, שליסלען צום סייט האט מען נאר געקענט איבערגעבן צווישן פיר אויגן פאר א צווייטער אנוס, און טרעפן אנוסים איז א שווערע עבודה. אין 2024 ווידער איז שוין די קאוועשטיבל פענאמענאן א חלק פונעם סיסטעם כמעט ווי אייוועלט, אייוועלט איז גרינגער אנצוהאלטן ווייל ס'קען אנגיין בגלוי און מ'דארף נישט פירן געהיימע געשפראכן אונטער די גרויזאמע שטיוול פון טארקוועמאנדא, אויב קרעמל האלט נאכנישט ממש דארט איז עס שוין אסאך נענטער דערצו ווי ווייטער, ככה ניראה לי.
 
ס'איז אביסל אויסגעמישט (ס'איז קאפי פעיסט פון וואטסאפ שמועסן וואס כ'האב געהאט מיט א חבר)

כ'זאג מיינע געדאנקן, אבער טוהן וועט מען לויט די ווילן פון רוב וועטעראנען.

אויב כ'דערמאן א געדאנק וואס איינער האט שוין געזאגט, אדער ענדליך צו דעם, ביטע שיקט מיך א מעסעדש מיטן לינק צום תגובה, ס'וועט מיך זיין א כבוד צו זאגן בשם אומרו.

ווער ס'האט נאך געדאנקן, אנדערע עצות, יעצט איז די צייט זיך אנצורופן ווען מ'בויעט די יסודות.

--

מה יעשה האדם ויחיה? ימות את עצמו!
אונז פראבירן זיך צו שיסן אין די אייגענע פיס אונז זאלן קיין מאכט קיינמאל נישט האבן. און אז פרייהייט פון ווארט זאל אלעמאל זיין.

שטאטונגען איז נישט גענוג.
נישטא קיין יא גערעכט, נישט גערעכט. ס'איז דא א רוב.

נישטא קיין פירער אדער א פטרון וואס האלט אויס דעם סייט.
אונז זענען א קאמיונעטי ווירטואל, און אויך אין ריעל לייף מ'איז קונה גענוג טראסט און מענטשליכקייט מיט די צייט. (ס'איז נאר אנאנימע ניקים פאר די ברייטע גאס, אבער צעווישן זיך איז דא אסאך וואס זענען אמת'ע ברידערליכע פריינט.)

קאמיאניקעישאן!!! מ'טאר קיינמאל נישט ארום חושן מיטן ציבור אויב מ'חלום'ט פון מצליח זיין.

אויב מ'טוהט עפעס וואס די סיבה איז צו האקל עס צו פארשפרייטן פאר יעדעם. קען מען שרייבן אז ס'איז געווארן אויסגעשמועסט דורך די מייסדים (איבער א מנין באזעסענע אירע וואס זענען געווען מסלתה ומשמנה אין אנדערע סייט'ס) יעדע זאך איז מען דן און מ'וואוט.

א מאד מעג זיך טועה זיין, ער איז נישט סופער הומען, מ'קען אלעמאל פרעגן אנדערע מאד'ס און וועטעראנען און גיין על פי רוב. און זיך אנטשולדיגן, צוריק טוישן. (ביז די וועטעראן סיסטעם פארט שוין אליין מעקט שבתי אמאל, כ'פרעג פארדעם אנדערע ווען איך קען. כ'פלאן צו לייגן די געפירקעלטע תגובות אין די וועטעראן ווינקל ס'זאל געזעהן ווערן און מ'זאל עס קענען צוריק לייגן לויטן פארשטאנד פון די וועטעראן. שטייצעך חוץ פון גילוי תגובות)

קרעמל מיז פארן אוטומאטיש, אהן א מענטש וואס זיצט דערויף א גאנצן טאג צו מאנעטירין. ווי מער מ'קען איבערגעבן צו די חשובע שרייבער'ס, וועטעראנען. אונז דארפן און גייען האבן מער מאדעראטארן. מ'דארף אריין נעמען נאך מאד'ס יעדע יאר צוויי פון די אקטיווע באזעסענע שרייבער. כדי מ'זאל אלעמאל קענען איבערגעבן ווייטער ווען מ'קען נישט.

די עיקר איז פרייהייט פון ווארט דאס איז וואס מ'דארף.
אוואדע ווילן אונז ס'זאל זיין א געשמאקע פלאץ, מיט תוכן, אבער דעס מעג נישט זיין אונזער דאגה.

קרעמל דארף נישט האבן "טרעפיק", מ'מוז נישט שרייבן, אונז זענען א מועט מענטשן וואס ערלויבן זיך צו טראכטן. ס'מעג זיין שטיל פאר אפאר טעג און דערנאך קומט ארויף א זאפטיגע שנירל.
פאר מ'שרייבט א תגובה מעג מען טראכטן, וואס גייט עס צוגעבן?
איז עס גאר אינטרעסאנט פאר מיך אליין? (אויב נישט, פארוואס וועט יענער הנאה האבן)
איז עס א מאסט?
איז עס עפעס הילפבאר?

מיט דעם אלעם, דארף מען געדענקן אלעס איז צייטווייליג, פראביר זיך אויפצופיהרן מענטשליך און באקען זיך מיט ניקים וואס זענען אחים לדעה.
אז אויב חלילה קרעמל גייט אראפ פון די רעלסן זאלן ענק קענען עפענען א נייע ארט.
מחנים האט געשריבן אז מ'גייט ארויסלייגן די פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי צו עפענען אזא סייט.

אונז זענען נישט א חדר. אונז זענען דא צו שמועסן געשמאק, פארברענגן, זיך העלפן מיט עצות, נאלידש, סופארט. (אונז מיין איך די נארמאלע אקטיווע ניקים). ס'נישט דא קיין שום סיבה אין די וועלט אונז זאלן זיך דארפן פארעקלן פון אונזער ווינקל פון א פלייץ פון פירקלעריי.
אויב דו האסט נישט וואס צוגעבן צו א שמועס, מאך צו דעם זיפער און באגיס נישט קיינעם מיט פארדרייטע תגובות. שרייב א שיינע שכח (אויב דו פילסט עס און ס'קומט פון הארץ).
שרייב אין די נייעס און שמועסן אפטיילונג, און לאז די מחשבה שנירלעך פאר דעי וואס באקומען מער לייק'ס.
אפשר כעצת זית רענן זאל יעדער קענען ליינן אבער נישט יעדער זאל קענען שרייבן איבעראל.
למשל נייעס און שמועסן קען יעדער שרייבן. געוויסע פלעצר קען מען נאר שרייבן נאכן זיך אהער שטעלן אלס ערוואקסן און טראסטבאר פארדעם.

תא"ט
אונז דארפן זייער קלאר שרייבן וואס אונז ווילן ("אונז" מיין איך די וועטעראן, אויב דו ביסט נאכנישט, פליז נעם זיך שרייבן נאך תוכן'דיגע תגובות, וועסטו גאנץ שנעל אריין גיין)

אונז זענען נישט קיין תורה געבעיסט סייט, חרד'ישע סייט, סיסטעם סייט, ווער ס'וויל נישט ליינן אלעס זאל נישט בעטן פאר עקסעס אין דת ואמונה, אונטער'ן פירהאנג. אונז פסקנן נישט וואס שטומט מיט תורה און וואס נישט.
אונז זענען דא צו טשילן, פארברענגן געשמאק, זיך קלוגער מאכן און זיך העלפן איינער דעם צווייטן מיט ליבשאפט, רעקעגנישן, און סופארט.

--
אגב. א נקודה למחשבה.
עלטערע אדער יונגערע פאר וועם איז די סייט באמת? פאר די יונגערע.
אונז אלטע זיידעס גייען מיד ווערן אין אפאר יאר ארום. די 20 יאהריגע חברה וואס קומען אריין גייען אין אפאר יאר ארום זיין דעי וואס העלפן די נייע 20 יאהריגע.

נישט אלע גייען שרייבן מורא'דיג ערוואקסן, אבער מיט די צייט וועלן זיי קלוגער ווערן. (דאס איז די שיינקייט פון א פארום אז מ'וואקסט און מ'שטייגט. העכסטענס קען מען עפענען א נייע ניק נאך די ערשטע יאר צוויי ווען מ'שפירט אז מ'האט שוין אויסגעוואקסן די יונגערע שיך)

ס'וואלט געווען כדי אז מ'לאזט פלאץ פאר יונגערע און נייע שרייבער צו זיין זייער עידש/סטעידש אהן זיי אטאקירן, אוועקמאכן.

ווי @תרמב האט דערמאנט אז כאטש ק"ש איז ליידער פארמאכט, קענען אונז כאטש ארויסנעמען דערפון אן אפערטונעטי.
 
חלק ב'
די פרייז פון פרייהייט פון ווארט צו דיסקאסירן מיינונגען.

מענטשן גייען שרייבן איבער נושאים וואס אינטרעסירט מיך נישט

מענטשן גייען אפמאכן אז דאס סייט איז נישט פאר זיי ווייל איינער שרייבט זאכן וואס זיי האבן נישט ליב

מענטשן גייען דא שרייבן אז זיי האבן נישט ליב דעם פלאץ און האבן טענות אז זיי האלטן מ'טאר נישט האבן קיין פרייהייט פון ווארט, מ'דארף א חדר וואס מאכט זיכער אז דערעולם איז "וואויל" און מ'שרייבט נישט קיין ציונות חלילה. (און זיי גייען נישט ווערן אויסגעשפארט אדער פארמעקט)

מ'וועט נישט קענען קעיטערן פארן ציבור וואס ק"ש האט געקענט קעיטערן ווייל זיי זענען לויט די שטאטוטען "ע"פ תורה".
וואס דאס מיינט אז אפשר וועלן ווייניגער מענטשן שרייבן און ליינען, און ס'וועט זיין פארשלאפענע טעג.

אבער די מתנה איז.
ס'וועט זיין א ווינקל פון פרייהייט פון ווארט. ווער ס'דארף הערן וועט שוין הערן.

ס'וועט זיין א נאטירליכן ווינקל וואס שפיגלט באמת אפ מיינונגען, און נישט פארקערט, וד"ל.
 
לאמיר פארשטיין עפעס אנדערש; פארוואס האט אייוועלט געקענט אנהאלטן ביז יעצט, אפילו ס'איז נישט קיין ביזנעס (אפשר יא?), און פארוואס האט קאווע שטיבל געמוזט פארמאכן?

דאס איז די הימל-שרייענדע שאלה וואס שוועבט אין די לופטן, און קיינער האט דאס נאכנישט געענטפערט!

(נ.ב. פאליש איז פארמאכט געווארן, ווייל עס איז געווען בלויז שמוץ, און דער אואנער איז געכאפט געווארן... ליידער...)
 
Back
Top