- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 497
- רעאקציע ראטע
- 1,830
ב״ה אז קאווע שטיבל איז שוין אפן, ס׳דערמאנט די ווערטל: די זון קען מען נאר מכיר טובה זיין נאכדעם וואס די וואלקענעס פארדעקן איר…
כ׳האב אנגעפאנגען דורכגיין עטליכע גוטע ארטיקלען און א דאנק @שמן למאור , אז דו האסט צוטירט דעם לינק פון שטילע אינגערמאן:
עביוזען א צווייטע - קאווע שטיבל
וואו ער דערציילט זיינע מיטמאכענישן נאכ׳ן מסכים זיין צו העלפן אן אויסניצער (נארסיסיסט)
איך מיין אז ס׳איז וויכטיג צו געדענקען אז בדרך כלל וועלן רוב מענטשן אלעמאל נעמען advantage פון דיר נאר אזויפיל וויפיל דו וועסט זיי לאזן.
*עביוזערס נעמען עס צו די נעקסטע לעוועל און אומפארשעמטערהייט וועלן זיי אויסניצן ביזן לעצטן טראפן בלוט. זיי וועלן כסדר דערגיין די יארן, און פּעגערן -אויב זיי האבן אפילו א הוה אמינא אז דו וועסט זיך לאזן פירן פון זיי.
עס איז אונזער אחריות צו שטעלן די גבול, אבער ליידער האט מען אונז קיינמאל נישט אויסגעלערנט, א געזונטע וועג וויאזוי צו זאגן ניין. מ׳זאל עס קענען זאגן רוהיג און פעסט אָן דעם וואס מ׳זאל זיך פילן כאילו ״ביזט א שלעכטער״ דא.
ס׳פארהאן א ביכל וואס כ׳האב לעצטנס פארגעשלאגן פאר איינעם און ער האט מיר אזוי באדאנקט דערויף נאכדעם וואס ער האט טועם געווען פון די גוטע רעזאלטאטן.
נישט נאר איז יענער א גוטהארציגער נשמה, נאר נעבעך אויך פון זייער אן אומגעזונטע משפחה (toxic) און דורך דעם ביכל האט ער געטראפן גוטע אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען אויף אן אופן אז ס׳זאל אים גרינגער ווערן דאס לעבן!
איך טייל מיט דא די לינק פאר די ביכל דא אונטן, אז ווער ס׳וויל זאל עס גרינג קענען קויפן אויף אמאזאן (אדער קענסטו עס האבן אומזיסט אויף audible ווי כ׳האב שוין דערמאנט דא)
Drama Free
אויב ליידט דיין בני בית פון צופיל גוטהארציגקייט, אזש אז זי לאזט זיך אפט צוטרעטן וויא שמאטע (ביז ס׳קראכט נעבעך אויס, ווי ס׳איז די שטייגער ווען א מענטש געבט זיךאוועק איבער די מאָס) דעמאלס איז דא פון א היימישע פרוי א ביכל וואס מ׳קעןארויספרינטן אומזיסט (אין case אויב זי איז צו פרום צו ליינען א נישט היימישע ביכל)
דא איז די ביכל אויף אמאזאן
(אויך עוועילעבל אויף audible)
אויב דו ווילסט די לינק צו פּרינטן די ביכל אומזיסט, אדער צו ליינען אויף א טאבלעט, קעןאיך יענץ אויך מיטטיילן