- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 764
- רעאקציע ראטע
- 1,868
די מעשה איז שרעקליך און מאורעדיג באנאזאם.
מאכט זיך אמאל א מעשה די וויזניצער רבי שליט"א פון ירושלים (וואוינט פרוצופאל אין אמעריקא) און איז באקאנט מיט זיינע אומצאליגע חסד אפאראטן פאר חולי ישראל, אידן וואס וואלגערן זיך אין די שפיטעלער (מט. סיני איבערהויפט, ווי ער איז דער אפיצעלער ליעזאן פאר די אידישע פאציענטן) קומט אן צו א חתונה פון א וויזניצער חסיד וואס וואוינט אין א"י (האט זיך משדך געוועזן אין אמעריקא און דער חתונה איז פארגעקומען אין אמעריקא).
ווי נאר ער גיט מז"ט פארן מחותן גיט אים די מחותן א רוים אריין אין די אויער, גענוג הויעך אז די ארומיגע זאלן דאס הערן “קיינער האט אייך נישט גערופן.
דער רבי שליט”א שאקעלט אזוי מיטן קאפ ווי כאילו נישט אים מיינט מען און גייט זיך צו זיין פלאץ אויפן אויבן-אן זייענדיג מקבל דעם נזיפה און א בחינה ווי הנעלבים ואינם עולבים שומעין חרפתם ואינם מושיבין.
זיצענדיג דארט קומט צו צום רבין א וויזניצער אינגערמאן וואס האט געהערט די חוצפעדיגע ווערטער פונעם מחותן און זאגט פארן רבין אזא מין התנהגות קען נישט פארשווייגט ווערן, ממש א מעשה פון קמצא בר קמצא אזוי מיעס באליידיגן דעם רבין מיט אזאנא ווערטער און דער רבי זז”ג נעמט זיך פאר זיין כבוד נישט אן וועלן מיר דעם מחותן מוזן פארווארפן פון ביידע וועלטן א חרם דארף אויף עים געלייגט ווערן. אזוי צו פארשעמען וויזניץ, היעלה על הדעת?
דער רבי קוקט אויף אים מיט א רחמנותדיגער בליק און רופט זיך אן בלש"ק, טאקע זייער שיין אז די נעמסט דיך פאר מיין כבוד, און פאר די כבוד לבית וויזניץ. און א שיינער געשמאקער מחלוקה אנדרייען לכבודי ולכבוד בית אבא. אבער דע בני דע. אזוי זענען אלע מחלוקת געווארן און אומ-אפשטעלנדע פייערן האבן זיך אזוי אנגעהויבן אבער לאמיך דיך פארציילן וואס דא איז פארגעקומען.
דער מחותן איז מיר א נאנטער ידיד און שטיצער מינקתינו, שוין יארן וואס איך מיט דער איצטיגער מחותן זענען בידידות באהבת דוד ויונתן. עד הנה און אפי' נאך זיין סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט אז קיינער האט אייך נישט גערופן איז עס נאך אלץ אזוי. זיין א"י טעלעפוין האט עפעס נישט געארבעט און געדארפט האבן א טעלעפוין וויכטיג צו קלינגען דעם, אדער יענעם פאר די לעצטע הכנות, בלית ברירה האט ער געבארגט פון מיר מיין טעלעפוין.
זאג איך דעם מחותן, איך בארג דיר עס זייער גערן, אבער אז אויב איינער רופט מיר אויפן טעלעפוין זאל ער מיר איבערגעבן די אינפארמאציע פונעם רופער און וואס ער האט געוואלט. ווען איך האב איצטער געזאגט מז"ט און געגעבן מיינע וואונטשען, ער זאל גיין צום חופה מיטן רעכטן פיס. האט ער געפאלגט מיין צוואה און מיר געזאגט אז קיינער האט מיר נישט גערופן (מיינענדיג אויפן טעלעפוין) און איך קען זיין רואיג אז ער איז א גוטער שומר אויפן טעלעפוין ווי לאנג ער וועט זיינע זאכן האבן ארלעדיגט.
און די אינגערמאנטשיג, פאר די גייסט מאכן א מחלוקה לשם שמים זאלסטו קודם זיך גוט אריין טוהן אין דעם מאמר חז"ל. הוי דן כל אדם לכף זכות וועסטו נישט קיין טעות האבן און אנהייבן א פייער וואס איז זייער שווער צו פארלעשן.
זייענדיג אין שפיטאל פאריגע וואך מיט א איד אין מט. סיני האט זיך דער וויזניצער רבי אפגעשטעלט אין אונזער צימער מבקר חולה צו זיין און טשעקן צו אלעס איז אין-דער-ארדענונג, און איך האב עם איבער געפרעגט וועגן די מעשה.
בתוך ענוותניתו האט ער מיר געענטפערט אזוי "אזא מעשה פארציילט מען אויף מיר, איך דענק עס נישט. אבער מיין טאכטער א אידישע לערערין אין די וויזניצער מידדל סקול האט מיר ביי א געלעגענהייט געזאגט אז זי האט איבערפארציילט אט די מעשה פאר אירע שילערין וואס זי זאגט אז זי האט געהערט פון מיר די מעשה גלייך נאך וואס עס האט פאסירט. צו עס איז יא אמת איז שוין בכלל איבעריג ווייל דער מוסר השכל דערפון איז ריכטיג"