למי אני עמל (יל"ג)

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,621
רעאקציע ראטע
11,677
פונקטן
1,943
הקדמה:
באמת האט דער ארטיקל געדארפט צו אריינגיין אין דעם סוכות "כוואליע", וויבאלד די פיוט איז געבויעט אויפן פסוק אין קהלת (ד, ח), אבער אזויווי ס'האט זיך אפגעשטופט וועל איך עס דא ברענגן (בלתי מוגה/first draft).

איך ברענג עס אלס תגובה אויף די הערליכע ארטיקל פון @אלפא. מענין לענין, וויבאלד ער האט דערמאנט סיי מיר און סיי די פיוט פון יל"ג. זאל די קרעדיט גיין צו איהם פארן ארויסברענגען די טיפערע מאטיוואציע מיינע ביים שרייבן דאס ארטיקל.


***

עוֹד לִבִּי הוֹגֶה וִימִינִי כּוֹתֶבֶת
כּוֹתֶבֶת שִׁירִים וּבְשָׂפָה נִשְׁכַּחַת


יהודה ליב גורדון (1830-1892) איז געווען א גאר טאלאנטפולער שרייבער, און פון די מערסט פראמינענטע משוררים צווישן די ערשטע משכילים פון מזרח אייראפע.

צווישן זיינע מערסט באקאנטע פיוטים ציילט זיך "הקיצה עמי", א ראמאנטיש נאציאנאלע פאעמע פאר אידן זיך צו הייבן די קעפ אין גלות, ווי אויך זיין באקאנטע פאלעמיק-פאעמע קעגן די רבנים, גערופן "קוצו של יוד".

זיין ספעציעלע טאלאנט איז אין די וועג וויאזוי ער פלעכט אריין פסוקים אין מאמרי חז"ל, צומאל אויף א צינישן אופן, אין די שורות פון זיינע שירים. ס'האט א היימישקייט צו זיך, געמישט מיט א מאדערנע געדאנקען גאנג.

די פיוט "למי אני עמל", (זעה קהלת ד, ח), האט ער געשריבן אויף די עלטערע יארן זייענדיג היבש אנטוישט און אראפ געקלאפט איבער די שוואכע השפעה (לדעתו) וואס ער האט געהאט אויף די מזרח אייראפעאישע אידן וויבאלד מ'האט איהם פארשריגן און מחרים געווען און נישט געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן. ווי אויך קלאגט ער אויף דעם וואס די אויפגעקלערטע יונגערע דור רעדן שוין און שרייבן שוין אין די שפת המדינה, און ס'בלייבט ליידער נישט איבער ווער זאל ליינען זיינע שרייבעריי אין עברית.

איך האב אויסגעקליבן צו ברענגען די שיר וויבאלד מען קען טרעפן אין יעדע שורה עפעס וואס איז נאך פולשטענדיק נוגע. ס'איז ווי גלייך צייט האט זיך גארנישט גערוקט און מיר זענען פארפרוירן אינעם זעלבן דילעמע ווי 150 יאר
צוריק.

די שיר איז צוטיילט אין זיבן, גייענדיג פון איין גרופע צום צווייטן ארויסצוגעבן זיין ווייטאג. פון זיינע עלטערן ביז זיינע חברים, פון די קהילה ביז זיינע קינדער, איינס ביי איינס גייט ער דורך פארוואס ער זעהט נישט די המשך פון זיין פאך, און די אוידיענס פאר זיינע ווערק.

אינעם ערשטן שטיקל רעדט ער זיך אפ אז זיין האנט שרייבט ממש געצווינגען און ער איז נישט זיכער אויב עס דינט סיי וואספארא ציל. פארוועם און פארוואס גיבט ער אוועק אזויפיל צייט פון זיין לעבן צו שרייבן אין א פארגעסענע שפראך?

די נעקסטע בית איז א קלאגעניש אויפן אנטי-אינטעלעקטועליזם וואס איז איינגעווארצלט ביי זיינע עלטערן און קהילה, עפעס וואס מאכט זיי שרייען אויף איהם 'אפיקורס' בלויז פארן שרייבן אביסל שיינע שירים.

אינעם דריטן, דריידט ער זיך אויס צו זיינע חברים משכילים און באשולדיגט זיי אין לאכן פון איהם פארן שרייבן אין העברעיש, "ווער דארף עס האבן?", שרייען זיי, "זאל זיך יעדער רעדן די שפראך פון זיין לאנד!".

ביים פערטן טראכט ער, אפשר די ריינע לויטערע ווארעמע אידישע טעכטער קענען זיין זיין אוידיענס?
אבער וואס זאל מען טוהן זיי זענען אויפגעוואקסן ווי פארכאפט, און מ'האט זיי נישט געלערנט לשון הקודש. ער טוט דערביי רעפערענצן דעם באקאנטן "כל המלמד בתו תורה כאילו מלמדה תפלות" (משנה סוטה).

אינעם פינפטע קלאגט ער אויף די יונגערע דור וואס רוקט זיך אזוי ווייט שוין אז פאר זיי איז שוין נישטא כמעט קיין וועג אויף צוריק. זיכער זענען זיי נישט אינטערעסירט אין זיינע מאמרים.

איז איהם נאר געבליבן א הייפעלע אידן "אחד בעיר ושנים במדינה" וואס פארשטייען איהם און ליינען זיינע ווערק…

און ער ענדיגט צו, ווער ווייסט דען וואס וועט זיין די צוקונפט. אפשר איז ער גאר דער לעצטער שרייבער... און זיינע ליינער די לעצטע ליינער…

לְמִי אֲנִי עָמֵל?

עוֹד בַּת הַשּׁירָה אֵלַי מִתְגַּנֶּבֶת,
עוֹד לִבִּי הוֹגֶה וִימִינִי כּוֹתֶבֶת –
כּוֹתֶבֶת שִׁירִים וּבְשָׂפָה נִשְׁכַּחַת.
מַה-יִשְׁעִי מַה-חֶפְצִי וּמְגַמַּת פָּנָי,
וּלְמִי אֲנִי עָמֵל מִבְחַר כָּל שָׁנָי
וּמְחַסֵּר נַפְשִׁי מִטּוֹבָה וָנָחַת?

הוֹרַי – הַדְּבֵקִים בַּאלֹהִים וּבְעַמָּם,
עוֹסְקִים בִּסְחוֹרָה וּבְמִצְוֹת כָּל יוֹמָם,
מָאֲסוּ הַדַּעַת, לֹא לָמְדוּ טוּב טַעַם;
"מָוֶת בַּשִּׁיר, אֶפִּיקוּרְסוּת בַּמְּלִיצָה!
“אָסוּר עִם הַמְּשׁוֹרֵר לָדוּר בַּמְחִיצָה!”
כֵּן יִגְעַרוּ בָּנוּ, יִרְדְפוּנוּ בַּזָּעַם.

אַחַי הַמַּשְׂכִּילִים דַּעַת לָמְדוּ,
בְּדֶבֵק לֹא-טוֹב לִלְשׁוֹן עַמָּם נִצְמְדוּ,
הֵם בָּזִים אֵם זָקְנָה תּוֹמֶכֶת פֶּלֶךְ:
"עִזְבוּ שָׂפָה, עָלֶיהָ אָבַד כֶּלַח,
" עִזְבוּ סִפְרוּתָהּ, תָּפֵל מִבְּלִי מֶלַח;
“עִזְבוּהָ כִּי אִישׁ לִשְׂפַת אַרְצוֹ נֵלֶךְ”.

אֲחוֹתַי בְּנוֹת צִיוֹן! אוּלַי אַתֵּנָה
אֶל שִׂיחַת בַּת-שִׁירִי לִבְּכֵן תִתֵּנָה,
וַאלֹהִים חֲנַנְכֶן נֶפֶשׁ נֶחְמֶדֶת,
רוּח חֵן, חֵךְ טֹעֵם, לֵב חַם בַּקֶּרֶב –
אַךְ הָהּ כִּי גֻּדַּלְתֶּן כִּשְׁבֻיוֹת חֶרֶב,
כִּי “בַּת תִּלְמַד תּוֹרָה – תִּפְלוּת לוֹמֶדֶת!”

וּבָנֵינוּ? הַדּוֹר הַבָּא אַחֲרֵינוּ?
הֵם מִנְעוּרֵיהֶם יִתְנַכְּרוּ אֵלֵינוּ,
– לָמוֹ פִּצְעֵי לִבִּי יִדְווּ יָזוֹבוּ –
הִנָּם הוֹלְכִים קָדִימָה שָׁנָה שָׁנָה,
מִי יֵדַע הַגְּבוּל עַד מָתַי? עַד אָנָה?
אוּלַי עַד מָקוֹם – מִשָּׁם לֹא יָשׁוּבוּ…

וּלְמִי אֵפוֹא אֶעֱמוֹל אֲנִי הַגֶּבֶר?
לִמְתֵי מִסְפָּר הַשְּרִידִים מִבְּנֵי עֵבֶר
שׁעוֹד לֹא נָתְנוּ שִׁיר צִיוֹן לִשְׁנִינָה?
הוֹי, שִׁבֳּלים בּוֹדְדוֹת, מִי יֵדַע אַיֶּמוֹ,
מִי יִשָׂא רֹאשָׁם, יִמְנֶה מִסְפָּר לָמוֹ? –
אֶחַד בָּעִיר הֵם וּשְׁנַיִם בַּמְּדִינָה!
הֱיוּ אֲשֵׁר תִּהְיוּ וּבַאֲשֶׁר שָׁמָּה!
לִשְׂפַת עֵבֶר תֹּאמְרוּ: אֲחוֹת רֻחָמָה,
נִיבִי לֹא תִּבְזוּ, תֹּאמְרוּ לִי: אָחִינוּ.
וּבְעוֹד רַבִּים אַחֲרַי רֹאשָׁם יָנִיעוּ
לָכֶם שִׁירַי אֵלֶּה רוּחִי יַבִּיעוּ,
אַתֶּם תֵּדְעוּ נַפְשִׁי, לִבִּי תָּבִינוּ.

לָכֶם אֶזְבַּח רוּחִי, אַגִּישׁ דִּמְעָה לַנָּסֶךְ!
הָבָה אֵבְךְ עַל צַּוַארְכֶם וּכְאֵבִי יֵחָשֶׂךְ,
אֲחַבְּקְכֶם אֶשָׁקְכֶם רִבּוֹא רִבְבוֹת מוֹנִים;
הוֹי, מִי יָחוּשׁ עֲתִידוֹת, מִי זֶה יוֹדִיעֵנִי
אִם לֹא הָאַחָרוֹן בִּמְשׁוֹרְרֵי צִיוֹן הִנֵּנִי,
אִם לֹא גַּם אַתֶּם הַקּוֹרְאִים הָאַחְרוֹנִים?!


***

יהודה ליב גורדון איז אבער ווייט פון דער איינציגסטער זיך צו מוטשען מיט די ספיקות.

ליינענדיג זיינע הארציגע שורות, קומט גלייך אויפן געדאנק א באקאנטע סטענזע אויף יודיש, געשריבן ביים סוף פונעם צוואנציגסטן יאר הונדערט, דורך דער באקאנטער יודישער דיכטער און פאעט אהרן צייטלין (1898-1973).


זעקס שורות

כ׳װײס: קײנער דאַרף מיך נישט אױף אָט דעם עולם,
מיך, װערטער־בעטלער אױף דעם ייִדישן בית־עולם.
װער דאַרף אַ ליד — און נאָך דערצו אױף ייִדיש?

נאָר בלױז דאָס האָפנונגסלאָזע אױף דער ערד איז שײן,
און געטלעך איז נאָר דאָס, װאָס מוז פאַרגײן,
און נאָר הכנעה איז מרידה׳ש


אהרן צייטלין, פונקט ווי יהודה לייב, האט זיך געפארכט אז ער איז פון די לעצטע שרייבער פון א שפראך וואס האלט ביים שטארבן. און פונקט ווי יודא לייב איז איהם געווען אוממעגליך צו פאראויסשאצן אז יארן שפעטער וועלן נאך הונדערטער טויזנטער רעדן, ליינען, און שרייבן אין די זעלבע שפראך, און ליינען זיינע ווערק.

מיר קענען זיך אליין פרעגן די זעלבע שאלה, אבער לאמיר נישט מאכן זייער טעות. אויב קען מען עפעס לערנען פון היסטאריע, איז עס אז מ'קען קיינמאל נישט פאראויסשאצן וואס גייט זיין יארן שפעטער.

און אפשר טאקע איז אט די פחד פון אלעס פארלירן, וואס טרייבט אונז צו אוויקגעבן אזויפיל צייט צו שרייבן, ווייל מיר פילן א חוב צו פאראייביגן א חלק פון אונזער געוויסן אז זי זאל נישט פארגעסן ווערן ווען אונז זענען מער נישטא?

***

Screenshot_20250522-143749.webp

יהודה לייב גארדאן


Screenshot_20250522-224924.webp

אהרן צייטלין

Screenshot_20250522-143452.webp

א חלק פונעם אריגענעלע שיר "הקיצה עמי", געדרוקט אין צייטונג.
 
לעצט רעדאגירט:
וואלט נישט געווען בעסער אז אונז זאלן רעדן ענגליש?

די טשאנסן אז די ענגליש זאל אונטערגיין איז גאר גאר קליין, משא"כ אידיש דארף רחמי שמיים

פארוואס זאל מען דארפן טראכטן אין יעדע גענעראציע אז אונז זענען די לעצטע צו רעדן די שפראך

אונז רעדן א שפראך וואס אפילו אונזערע ווייבער און שוועסטער קענען עס נישט אזוי גוט

פארוואס זאלן אונז רעדן א שפראך וואס כמעט קיינער קען נישט, ניטאמאל ביי די פרומע אידן רעדט מען עס איבעראל
 
ענגליש איז געווארן א supernova, און א סופער נאווע פלאצט צום סוף, ענגליש האט פארלוירן איר אינטימישקייט, יעצט קום מיר נישט זאגן ליין דאס ליין יענץ, איך רעד פון ענגליש אין גאס און אין די שטיבער, מיט אירע איינגערעדטע מיליאן ווערטער, איז זי למעשה היינט זייער שטחיות׳דיג. אראמיש איז אמאל געווען דער סופערנאווא, דערנאך גריכיש, לאטייניש, פערסיש? אדער איז פון זיי געבוירן געווארן קריאלס וועלעכע האבן באגראבן דעם ארגינעלן (לאטייניש), אדער לכל הפחות משנה צורה געווען עד בלי היכר כלל (פערסיש), אדער פשוט איינגעשרינקען צו א הייפעלע רעדערס (גריכיש, אראמיש).
להערכתי וועט ענגליש זיין אין טויזנט יאר ארום די שפראך פון די פארבליבענע אנגליזירטע קירכעס, א לוטירגישער שפת קודש, און פון נאך אפאר איזאלירטע גרופעס, דער איבעריגער עולם וועט שוין לאנג האבן געגאנגען ווייטער
Read patterns, dude
יידיש ווי קליין זי איז, האט א מעכטיגער בעיס ליין, נישט געבויט אויף פרסום אדער וועלטליכע כוואליעס, נאר ווירדן, אפילו די פארבליבענע אידישסטן זענען ווייט נישט מוכן אויפצוגיבן אויפן יידיש, דאס איז א רעליגיע ביי זיי.

אין לובאוויטש און גער, און ביי ליטוואקן און נאך איז אידיש די שפראך פון נאסטאלגיע, פון לומדות, און פאעזערוויסטן, בקיצור א לוטירגישער שפראך. אין סאטמאר און סקווירא, און נאך האט אידיש ציינער אפילו צווישן רובם ווייבער. איך וואלט אפילו געגלייבט אז אפילו צווישן פארשידענע שיכטן פון לובאוויטשער און ליטוואקן קען אידיש מאכן א קאמבעק, איינמאל ענגליש ווערט שוין איבערגעטריבן וועלטליך אז ס׳בלייבט שוין נישט קיין מארך דערין.

לדעתי האלט מען שוין דארטן ווי ענגליש האט שוין פארלוירן איר גלאנץ פון די תור הזהב יארן, אריבער זענען די צייטן ווען ענגליש האט דיך געמאכט א חלק פון די (bro’s), פארביי זענען די צייטן ווען דער עולם האט געשפירט ס׳דא א חברה, א גאס, די היסטארישע אמעריקאנער גייסט פון די בראשית יארן פון די גרויסע אימיגראציעס. נעם למשל די שפאניש רעדנדע, זיי וואוינען דא דרייסיג פערציג יאר און זיי שפירן נישט פאר וויכטיג צו לערנען ענגליש, און פאר א גוטער סיבה, ס׳שוין נישט די זאך היינט. היינט האסטו מיליאנערן וואס רעדן כמעט בלויז אידיש, און אמאל דוקא וועגן זייער אידיש, ווייל דאס איז אן אינווייניגסטער מאפיא שפראך. מען האט אמאל געמיינט אז אינטערנעט וועט פארגרעסערן ענגליש, וואס ס׳האט אבער פאסירט איז, מענטשן פאר ברענגען ווייניגער אינדרויסן, און פיל מער אנליין, און מיט AI קען מען פליקן מעסידזשעס און זיך פארטייטשן

איך וועל נעמען מיך אלץ משל, איך קען היינט א גענוג גוטער ענגליש אז כ׳זאל קענען שרייבן אין איר א זאפטיגער ארטיקל, איך האב מיך גענוג געדרייט צווישן די שיכטן פון פאלק, איך קען די זיבן קללות וואס מען זאגט מיטן האנקינג, פינדעסטוועגן, אז כ׳שרייב אויף ענגליש שפיר איך נישט אז ס׳וועט איינער אפילו כאפן די טיפענישן פון מיין שטורעמישער נשמה, יא, כ׳וואלט אפשר געשריבן א בריוו צום יוניווערס אין מארק טוועין׳ס צינישער שפראך, אבער דער עולם, טאמער שרייב איך נישט מיט אזא וואנילא refined and effortless סטיל, קען איך מיך נישט מצייר זיין במחשבתי צו וועמען איך רעד אפילו.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top