- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,018
- רעאקציע ראטע
- 4,664
לכבוד מיין טויזענסטע תגובה, כמבואר כאן.
אין א קאלטע תקופת טבת אווענט זיצט דער רבי ביי זיך אין ספרים צימער און קוקט זיך פאר אכט תירוצים אויפן בית יוסף'ס קשיא. נאק נאק, דער הויז בחור נחום קלאפט אריין, איבערצושמועסן מיט'ן רבין וועגן די פרישע פאליטיק און קריגערייען וואס האט אויסגעבראכן אין דעם דערנעבנדיגן רבי'שן הויף.
די קיך שמעקט אוועק פון פיינע פרישע ווארעמע בארכעס'לעך וואס די רביצין האט נארוואס אפגעבאקן צו פייערן דעם יערליכן יארצייט פונעם רבי'נס עלטער זיידע. שיינדי! רופט די רביצין איר אכצן יעריגע טאכטער, ווילסט קענען טוהן א פאסיגן שידוך, שארץ דיר ארויף דיינע ארבלען און נעם דיך צו דער ארבייט! שייל אפ הונדערט פאטעיטאס, פינף סקוואש, גרייט צו די סעלצער כדי די פאטעיטא קוגל זיין שיין הויך און אויפגעבלאזן, זאלץ, פעפער... נו, חלום נישט! געגאנגען.
שיינדי, א קלוגע שיינע מיידעלע, די עלטערן האבן געהאט גאר גרויסע האפענונג פאר איר צוקונפט, א חתן פון די בעסטע וואס די חסידות האט נאר ארויסגעגעבן, און פון א פאסיגע שטוב אזויווי ס'פאסט פאר א בת מלך, זי זאל אליין קענען פירן א רעבישע הויף עווענטואל. שיינדי האט אבער געהאט אנדערע חלומות, טראץ נישט מיטטיילנדיג מיט אירע עלטערן האבן זיי פארט דערשפירט אז זי פארמאגט פייגלעך אין קאפ. שטענדיג האבן זיי פרובירט איר איבערצורעדן איבער די גרויסע גליקן וואס ווארטן אויף איר, אבער שיינדי ביי זיך האט געהאלטן אנדערש.
די הכנות פאר די חודש ניסן טעג איז אין פולן טעמפא. די ליל התקדש החג זענען גאר גרויסע מאמענטן, הייבן הייבט זיך עס נאך אן ווען מ'בענטשט ר"ח ניסן, די פרייליכע געזיכט אויף יעדנ'ס פנים אז אט אט איז שוין פרילינג דא, די קאלטע ווינטער נעכט ווערן פארשווינדן, די שניי-בלאטיגע וועגן קומען ענדליך צו א סוף, און די שיינע גרינע גראז שפראצן שוין ארויס. די נאקעטע ביימער טוען שוין אן זייערע הערליכע גרינע קליידער. ווארט נאר אויף ר"ח און דער רבי גייט אין באגלייטונג מיט די גאנצע פמליא צו מאכן א ברכה אויף די פרוכט ביימער.
זעליג דער ראה"ק זיצט מיט'ן רבי'ן, דער פרעזידענט מעקס (מנחם), דער גבאי בעריש, חיים משה דער רו"ח, מיט נאך עטליכע קלענערע קנאקערס, און אינאיינעם ארבייט מען דורך די חודש ניסן אויסגאבן פון די קהילה בכלל, און קמחא דפסחא בפרט, צו זעהן וויפיל די קהילה קען זיך ערלויבן צו טיילן היי יאר. דער הויז בחור נחום, א איין און צוואנציג יעריגער שיינער הויכער געשטאלט, נעמט יעדן אויף מיט א שמייכל, אזוי ווי געווענליך. דערפאר האט אים דער רבי גענומען, ער האט עס פשוט, ער פארמאגט דעם חן, ער ווייסט ווען צו שמייכלען, ווען מיט צו קרעכצן. קיין גרויסער לערנער איז ער טאקע נישט, אבער א הארץ ווי פוטער פארמאגט ער. זיין טאטע פנחס, א יוגנט פריינד מיט'ן רבי'ן, האט ארלעדיגט זיין נחום'ל זאל זיין צו די האנט און זאל באדינען דעם רבי'ן וואו ער גייט.
אינעם ספרים צימער, פארקוקנדיג זיך דעם שבת הגדול דרשה וועלכע איז משולב מיט הלכה, אגדה דרוש רמז און סוד, מיט מערערע ספרים אויפגעמישט איינס העכער דעם צווייטן ווי א פיראמיד, זיצט דער רבי אזוי אריינגעטוהן פארגלאצט. נחום ווארט אין פארצימער און געבט זיך אפ מיט די טעלעפאן רופן פון חסידים און מעמבערס, נעמט אויף מעסעדזשעס איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן. "נחום"! רופט דער רבי אריין, "גיי נאר זיי מוחל אריין אין קיך און ברענג מיר די טשאקלאד וואס כ'האב אוועקגעלייגט דארט העכער די פרידזשירעטאר נאך פון פורים, און מאך זיכער אז קיינער זעהט נישט וואס דו ברענגסט".
נחום טראכט נישט קיין צוויי, לויפט אריין אין קיך הייבט אן נישטערן, און ווער באמערקט אים דארט? שיינדי! "וואס זוכסטו דארט, נחום?" אדרעסירט אים שיינדי ביים ערשטן נאמען. שעמעדיג, אבער מיט א שיינעם שמייכל, גריסט נחום צוריק און אדרעסירט שיינדי ביים נאמען, נישט קענענדיג מאכן א דיסיזשען צו ער מעג מגלה זיין דעם סוד פון די טשאקאלאד וואס איר טאטע דער רבי האט פארלאנגט. "כ'קען דיר העלפן מיט עפעס?" פרעגט זי אזוי איידל מיט א שמייכל אויף איר געזיכט. נעה, דיין טאטע האט געבעטן אים צו ברענגן עפעס א שאכטל וואס ליגט העכערן פרידזשירעטאר. "איים סארי אז כ'האב דיך אדרעסירט ביים נאמען, נאטטינג פערסאנאל. עניוועי ביסט דא אין שטוב ווי אן אייגענער", פירט זי אויס. "כ'גלייך גראדע נישט ווען מ'רופט מיך ביים לעצטן נאמען", ענטפערט נחום, "ס'בעסער אזוי".
"מיין מאמע איז געגאנגען געבן א שיעור און צאמנעמען געלט פאר די לעידיס אקזילערי לכבוד די קמחא דפסחא פארטיילונג, סאו זי קומט נישט צוריק אהיים פאר עטליכע שעה", פארציילט שיינדי ווייטער. "כ'האב מיך טאקע געוואונדערט אז ס'פאר פסח און ס'איז אזוי שטיל דא", זאגט נחום. "דיין טאטע האט מיר גראדע געבעטן אנהייבן מאכן פסח'דיג, אבער אויב דיין מאמע דרייט זיך דא איז אביסל אומבא'טעמ'ט". נעה, מיין מאמע וועט נישט זיין צוריק פאר כאטשיג פיר שעה, קענסט רואיגערהייט קומען רוימען, כ'קען דיר אפילו העלפן, כ'וועל דיר ווייזן וואו אלעס ברויך זיין!... ענטפערט שיינדי. נחום טראכט ביי זיך, "הממ, נישט קיין שלעכטע פלאן..."
"נו, האסט געפונען די טשאקלאד"? פרעגט דער רבי. יא, דא איז דער שאכטל. דער רבי עפענט עס אויף שמעקט אריין, אההה!! נחום, האסט זיכער געמאכט אז קיינער האט נישט געזעהן וואס דו ברענגסט מיר? "יא, אוודאי!". קומ'זשע נחום'ל, זאגט דער רבי אזוי ליבליך, מיינסט טאקע אז סתם אין א גרינע נאכט אינמיטן לערנען האט זיך מיר פארגלוסט טשאקאלאד?? נאר וואסזשע דען, כ'ברויך דאך אויפבלייבן פאר שפעטע שעות לערנען און זיך אפגעבן מיטן כלל און דאס גיבט מיך די ענערגיע.
"נחום; וואס איז דיין פלאן פאר יעצט"? פרעגט דער רבי. "כ'גיי אנהויבן רוימען פאר פסח, היום קצר והמלאכה מרובה ובעל הבית דוחק", ענטפערט נחום ווי א למדן. אט אט איז שוין ליל התקדש החג, מ'ברויך שוין נעמען קאכן, אבער קודם מוז מען כשר'ן. "נו, געגאנגען, אומר ועושה" ענטפערט דער רבי א צופרידענער.
נחום גייט ארויס פונעם רבי'נס ספרים צימער איידעלערהייט, שפארט שיין צו דיר טיר, שארצט זיך ארויף די ארבל און גרייט צו רוימען. פלאנירט אויס וואו ס'בעסטע אנצוהייבן. "נחום, האו קען איי בי אוו יור העלפ", פרעגט שיינדי. "וואט עי נייס דזשעסטור, שיינדי", איז די באלדיגע ענטפער פון נחום. צוזאמען פלאנירן זיי אויס וויאזוי צו ארבייטן אינאיינעם אויסצוקלינען דעם גרויסן קיך און עס צוגרייטן פאר פסח.
קלינענדיג און ארבייטן אזוי אינאיינעם, איז אויך אויסגעקומען אביסעל ארומצושמועסן על דא ועל הא, אביסל פון אייגענע פאליטיק, גאס פאליטיק און סתם פאמיליע זאכן, קאמפלימענטן צווישן ביידע האט אויך נישט געפעלט. נאכ'ן ענדיגן רוימען רופן זיי זיך אן איינער צום צווייטן, "איט וואז עי פלעזשור ווארקינג טוגעטהער", "סעים היר"... "כ'זעה שוין", זאגט נחום, "יעדעס יאר ברויך איך אלעס טוהן אליין, דאס יאר האב איך פיינע העלפ... עני טיים דו דארפסט מיין העלפ אדער עניטינג, פליז לעט מי קנאו, איים היר פאר יו", זאגט נחום מיט א שמייכל און געזעגנט זיך מיט שיינדי מיט א זיסע גוטע נאכט.
שוין לאנג נישט געהאט אזא געלונגענעם נאכט, טראכט נחום ביי זיך. פוטער פליגן בויען א נעסט ביי נחום אין געדערים. ער הערט נישט אויף צו טראכטן פון שיינדי ווי זי רופט עם אזוי ווארעמלעך ביים נאמען. גארנישט ווייניגער פוטער פליגן נעסטן זיך אין שיינדי'ס בויך, די אינערן געפילן טרייבן, ווען קענען מיר זיך נאכאמאל טרעפן? אפשר ביים פסח'דיג מאכן טאקע די ספרים צימער, די ווארטונגס צימער..
יוש! - פארפעלט נחום א הארץ קלאפ - כ'האב פארגעסן מיין אייפעד אין קיך, לאמיך שנעל צוריק לויפן פאר איינער באמערקט עס... נחום יאגט שנעל צום קיך, שיינדי האט זיך נאך געפארעט דארט. נאך דאס פעהלט מיר אויס, איינער זאל דאס געפינען, ברומט זיך נחום אונטער.. "אהה, דו פארמאגסט אזא מאשין?!" פרעגט שיינדי מיט שמייכל און ווינדער... יא, פרעג נישט, דיין טאטע האט עס געקויפט ווייל ער נוצט עס כסדר ווען ער וויל נאכקוקן אין ספרים וואס ער פארמאגט נישט, און די איבעריגע צייט נוץ איך עס, שמייכלט זיך נחום אונטער... "קאממאן, צו וואס ברויך עס מיין טאטע...? אקעי שוין.. קודם ווייס איך אז ווען כ'ברויך עס קען איך עס בארגן פון דיר?" זייער גערן, ענטפערט נחום. "ביי די וועי, ס'האט א פילטער?" שוין, פרעגסט צופיל קשיות לאל... איך האלט אז דו ברויכסט דיר אויך איינהאנדלען אזאנס אדער עפעס ענליכס, אזוי וועלן מיר קענען אויף א רואיגע אופן קאמיוניקירן.
אושי, זעליג דער ראה"ק'ס עלטסער זוהן. א הויכגעבויטער, פעסטער יונג, א געניטער סוחר, פירט דאס געשעפט פון זיין טאטע מיט גאר א פעסטע האנט. א הערליכער אפיס אויסגעצירט מיט גאר הערליכע אימפארטירטע איטאליענישע מעבל מיט א הערליכע פארצייטישער לאמפ אויף זיין פריוואטע טיש. אינעם טייערע לעדערנער בענקל זיצט זיך אושי און לויפט דורך די לעצטיגע חשבונות, ער קוקט אויס ווי א פארצייטישער באנקירער.
אויף א זייטיגע טישל ליגט אויסגעלייגט א קאלעקציע פון טייערע סקאטש, בוירבאן, טאקהילא, ווי אויך ליגט דארט אריגינעלע קובאנע ציגארס. אויפן וואנט הענגען בילדער פון זיין משפחה, צווישן די מערערע בילדער קען מען אויך זעהן ווי אושי מיט זיין טאטע זעליג טרעפן זיך מיט גרויסע שטאטישע באאמטע, ווי צב"ש דער גאווערנער, מעיאר און פאליציי קאמישאנער.
ריזיגע הויכע פארטונקעלטע פענסטערס אראפקוקענדיג צום ווערהאוז וועלכעס ווירבלט מיט הונדערטער ארבייטערס פון זריחה ביז ר"ת, זעקס טאג א וואך. לאנגע טרעילארס ליפערן און נעמען אפ סחורה. ריזיגע סקרינס אויפן וואנט וועלכעס האלט אן אויג אויף אלעס ארום. אריינצוגיין צו אושי אויף א פריוואטע באזוך ברויך מען דורכגיין סעקראטעריס לפנים מ'סקעראטעריס. אויך ברויך מען צומאל ווארטן טעג און וואכן ביז מ'דערזעהט זיך אינווענדיג.
איינמאל אדער צוויי מאל א חודש - ווענדט זיך וויפיל טעג ר"ח איז - רייסט זיך אושי אויף מיט א פליישיגע ר"ח סעודה פאר אלע ארבייטערס. בכלל גלייכט אושי זיך אויפצורייסן בכל עת מצוא. זיין טאטע זעליג בייסט זיך די לעפצן, א פארצייטישער קארגער גביר, וועלכער לויפט ארום מיטצוהאלטן יעדן סעיל פון שטאט, האלט פונקטליך מיט וועלכע געשעפט פארקויפן די ביליגסטע אייער און טאמעיטאס, אבער למעשה פירט אושי זיין געשעפט און ער מוז שווייגן.
איינמאל א טאג שפאצירט אושי אריין אינעם ריזיגן ווערהאוז, די ארבייטערס האבן דאס קדחת פון אים, א שטרענגער באס איז ער, נו נו, טאמער כאפט ער איינעם רעדן אדער טעקסטן אויפן סעלפאון איז אחת דתו, דין פרוטה כדין מאה שרייט ער!
דערוילם גרייט זיך אין גרויסן פאר קאנטרי, די קינדער פאר קעמפ און די רבי'ס פאר די שווייצע בערג. דער רבי פארט יעדן זומער אויף וואקאציע קיין שווייץ זיך פשוט אויסרוען פונעם עבר און זיך אנשעפן פרישע כוחות פאר די ימים נוראים. נחום פארט אין קעמפ ארויסהעלפן מיט די קאונסלערס. דער רבי פארט אליין מיט רביצין, און שיינדי מיט די יונגערע קינדער פאר'ן אין קעמפ ווי שיינדי איז פון די העד קאונסלערס. לכבוד די קעמפ האט שיינדי באקומען א פריוואטע סעלפאן, אירע עלטערן זאלן האבן די מעגליכקייט צו רופן ווען ס'פעהלט אויס, זי איז דאך אין שידוכים.
טררר! העלא? שיינדי! ס'איז נחום! טוצעך? האו אר יו? העי נחום! כ'האב געהאפט אז דו גייסט באקומען מיין סעל נומבער, יא פרעג נישט, כ'האב עס געמוזט ארויסשמוגלען פון דיין מאמע'ס טעלעפאן בוך, נישט גרינג געווען, יעדע גוטע זאך קומט אן שווער, חחח... עניוועי, וואס טוצעך? וויאזוי גייט קעמפ דארט? ביסט ביזי? האסט אמאל עקסטערע צייט? כ'מיין אז יעצט ווען דיינע עלטערן זענען נישט לאקאל און דו האס עפעס פרייע צייט וואלט געווען א גרעיט אפערטוניטי זיך צו טרעפן ערגעץ, וואו היימישע דרייען זיך נישט, לאמיר זאגן אין א גוי'אישע רעסטוראנט וואו מ'ברויך נישט ציטערן יעדע מינוט אז א היימישער אדער באקאנטער וועט זיך אנרוקן ערגעץ לאמיר זאגן א שעה אוועק פון דא... יא, סאונדט עקסיידינג! אפשר גיימער צו א דאנקין דאנאטס פאר א לאטעי? מ'עט שוין אינאיינוועגס טעיסטן א דאונאט חחח...
אקעי שיינדי, לאמיר עס מאכן ארבייטן, היינט איז זונטאג, האו אבאוט דינסטאג די וואך? יא, גראדע די וואך דינסטאג קען איך נעמען אפף. אקעי סאו דו נעם א טעקסי און פאר צו צו די נעקסטע וואלגרין'ס אדער סעווען עלעווען און שיק מיר א לאקעישאן און איך וועל דיך אויפפיקן מיט א געדינגענעם קאר, איך וועל דיך שוין לאזן וויסן קאמפאני מעיק, קאליר, ענד מאדעל אזוי אז ווען איך קום אן דארט זאלסטו שוין זיין גרייט, און וועסטוך גלייך אריינזעצן אין קאר און מיר וועלן אוועקראללן ערגעץ א שעה פון דארט צו עפעס א מער שטילערע געגנט און פארברענגען. אייזן! איי לאוו דיס פלען! זאל איך עפעס מיטברענגען? עניטינג יו לייק? ניין, דזשאסט דיך! רופט נחום אויס מיט אן עקסיידעט וואויס, איטס אלל ווי ניד!
נחום האט נישט געוואלט ניצן זיין געווענליכע קאר זיך צו טרעפן מיט שיינדי, איז אים בייגעפאלן צו דינגען א קאר, נישט קיין אויפפאלנדע קאליר און אויך נישט עפעס ספעשל פענסי, נאר א פשוט'ע קאר וועלכע זאל גוט דינען פאר די באגעגעניש. געגאנגען און געטוהן, נחום האט געדינגען א בלויע סיוויק, פונקט גוט צו וואס מ'ברויך עס. איצטערט ברויך מען נאך אויסארבייטן פונקטליך וואו און ווען מ'טרעפט זיך. נחום ציהט ארויס א גוגל מעפ און הויבט אן זוכן ס'בעסטע פלאץ וואו אויפצופיקן שיינדי און נאכדעם פון דארט פארן צו א שטילערע רואיגע פלאץ, ווייט אוועק פון די רוישיגע קעטסקילס וועלכע שפרודעלט מיט היימישע אידן, צו ערגעץ א פלאץ וואו ס'בכלל נישט פארהאן דאס מינדעסטע חשש אנצוטרעפן דארט איינעם וועם מ'קען.
נחום שיקט א טעקסט, שיינדי; פליז זיי רעדי מארגן אינדערפרי 10 אזייגער און ווארט מיך אפ ביי מעקדאנעלדס און נישט ביי וואלגרין'ס, דארט וואו דו גייסט הייסן די טעקסי דיך אראפצולייגן ווייל דארט איז א באקאנטע פלאץ וואו אסאך היימישע קומען און גייען, אבער ביי מעקדאנעלדס אקעגן איבער די גאס דרייט זיך קיינער נישט. וועסט דערקענען מיין קאר, ס'נישט מיין געהעריגע נאר א געדינגענע בלויע האנדא סיוויק. פון דארט עמער פארן ערגעץ ווייטער. שיינדי; חזר דיך גוט איין וואס דא שטייט און פליז מעק אויס דעם מעסעדזש גלייך נאכן ליינען.
ס'צען אזייגער אינדערפרי, נחום ווארט שוין אפ שיינדי ביי וואלגרינס און ווי נאר שיינדי טרעט ארויס פון טעקסי, דרייווט נחום גלייך אריבער צום מעקדאנעלדס אקעגן איבער די גאס און ווארט שיינדי זאל אנקומען אהין. נחום פארקט אין די בעק פון מעקדאנאלדס פשוט פאר עקסטערע זיכערקייט. שיינדי וואקט נאך און בוכאשעם די ערשטע פאזע האט זיך גאר פיין אויסגעארבייט. נחום גייט ארויס פון קאר אפצואווארטן זיין באליבטע מיט ווארעמקייט, מיט א האג טוט ער זי ענטפאנגען און מיט א פרייליכע שטימע שרייט נחום אויס "שיינדי! גיימער האבן א גוד טיים!" ער עפנט אויף די פאדערשטע טיר, שיינדי זעצט זיך אריין, פארמאכט די טיר, און נחום זעצט זיך אריין ביים דרייווער זיץ און מ'הויבט אן אוועק דרייוון.
שיינדי דערציילט אלע דעטאלן וויאזוי איר פלאנירן דעם טאג איז געווען, און וויפיל ליגענט זי האט געמוזט זאגן פאר יעדן וואו אהין זי גייט און ווי לאנג. אויך נחום האט געהאט א זאק מיט מעשיות וויאזוי ער האט זיך געברויכט ארויסדרייען פון דעם און יענעם אבער בוכאשעם אז מ'האלט שוין דא. כ'בין עכט עקסיידעט דיך צו האבן דא, אונז גייען האבן אסאך פאן היינט, אונז גייען עס אויסניצן צו די מעקס, זאגט נחום, געגאנגען! געזינגען צוזאמען, ארום געלאכט, געשמועסט, אזוי איז מען געפארן פאר א שעה צייט וועלכע האט געשפירט ווי פינף מינוט, אזוי געשמאק איז געווען די רייד.
ענדליך איז מען אנגעקומען צו דעם אפגעשמועסטן דאנקין דאונאטס וועלכע איז אינדרויסן פון יעדן היימישן אדער אפילו אידישע שפור. נחום פארקט אריין דעם קאר און א פרייליכער שפאצירט אריין צו דאנקין, האלט אפן די טיר פאר שיינדי. ביידע זעצן זיך אוועק נאכן באשטעלן א פיינעם אייז קאלטן לאטעי מיט עטליכע פיינע פרישע אפגעבאקענע מזונות'לעך, פאנקען מיט פריטלעך, און אזוי לאזט מען זיך אריין אין א פיינע הייסע שמועס איבער אלעמען. נחום פארציילט וועגן א שיעור אין שיר השירים וואס ער האט געהאט מיט איר טאטן דורכאויס פסח, און ווי איר טאטע האט עם אזוי שיין מסביר געווען אלע משלים און וואס פונקטליך די נמשל איז.
איך אבער, פארציילט נחום, בין סטאק געווארן אינעם משל מיט אנדערע נמשל רעזולטאטן, מיין נמשל האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט ביי דיר. יעדעס מאל כ'האב מיך אוועקגעזעצט לערנען מיט דיין טאטן האב איך געשוויצט פאר בענקשאפט צו דיר, מיין קאפ האט געשווינדלט פון די פאנטאזיעס מיט וועלכע די שירים זענען געשריבן געווארן. דיין טאטע האט עס דערשפירט און פלעגט מיר זאגן, נחום זיסער; ס'איז נארמאל מ'זאל אזוי שפירן, דערפאר איז עס אזוי געשריבן געווארן, מ'טאר אבער נישט שטיין בלייבן ביים משל, נאר נעמען עס צו נעקסט לעוועל און דערמיט מיט אלע פאנטאזיעס דינען גאט מיט א בענקשאפט! און דיין טאטע איז אנגעגאנגען ווייטער און גע'דרש'נט וועגן דעם נמשל, אבער מיין קאפ איז געפארן צו גאר אן אנדערע דירעקציע צו דיר שיינדי, ממש זייט כ'האב אנגעהויבן לערנען שיר השירים מיט דיין טאטן האב איך געשפירט א ליידיגקייט אין מיר, א חלל וועלכע ס'קען נאר אנגעפילט ווערן מיט דיר, און דורך דיר, מיין בענקשאפט צו דיר איז געוואקסן פון מינוט צו מינוט... אדרבה, זאגט שיינדי, מאכסט מיך אזוי נייגעריג, זאג מיר וואס האסטו געלערנט?
אקעי קוק שיינדי, כ'קען נישט דורכגיין די גאנצע, דאס קען נעמען א לאנגע צייט, אבער עטליכע פראזן וועל איך דיר יא איבערגעבן, פראזן וועלכע האבן מיך ממש נישט געלאזט שלאפן און מיך געצויגן נאך דיר מיט גאר שטארקע שטריקן פון בענקשאפט. ס'געשריבן געווארן ווי א בוי און גירל פרענד האבן א שמועס פון דערווייטענס און פון די נאענט, פיהל מיט בענקשאפט. הייבן הייבט זיך עס אן ווי די מיידל זאגט פאר איר בוי פרענד, ישקני מנשיקות פיהו. הלוואי ווען דו קענסט מיר קישן פון דיינע ליפן. די פראזע איז אריין אין מיר ווי א ווילדע פאנטאזיע ווי דו בעהטסט מיך אונז זאלן זיך ליפן קישן און אין מיין פאנטאזיע האב איך עס פארשטייצעך גלייך געטוהן, די פראבלעם איז אז ס'נאר געווען אין פאנטאזיע און נישט עכט.
על כן עלמות אהבוך. משכני אחריך נרוצה, הביאני המלך חדריו, נגילה ונשמחה בך. דו ווייסט ווי שטארק די מיידלעך האבן דיך ליב? ציה מיך נאך, נאך דיר וועל איך נאכלויפן און אריינגיין מיט דיר אין דיין צימער און זיך פרייען מיט דיר!
יונתי בחגוי הסלע, מיין טויבעלע באהאלט זיך צווישן די שפאלטענעס פון די פעלזן שטיינער, בסתר המדרגה, אונטער די באהעלטעניש פון די שטיגן אין די שטיינער, הראיני את מראיך, השמיעיני את קולך, כי קולך ערב ומראך נאווה, באווייז מיר דיין געשטאלט, מאך מיך הערן דיין קול ווייל דיין קול איז זיס און דיין געשטאלט איז הערליך! דודי לי ואני לו, זי באווייזט זיך טאקע נישט צו מיר יעצט, אבער געטריי איז זי צו מיר. מיין בוי איז צו מיר און איך בין צו אים.
הנך יפה רעיתי, ביסט דאך אזוי שיין מיין גירל פרענד, הנך יפה עיניך יונים מבעד לצמתך, דיינע אויגעלעך וועלכע ליגט אינטער דיינע בענגס זענען אזוי שיין ווי די אויגן פון טויבן, שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד, דיינע שיינע שווארצע האר איז ווי די שווארצע ציגעלעך וועלכע שפרינגען פון די בארג גלעד, דיינע שיינע שווארצע האר שאקלען זיך גרינג ווי די ציגעלעך וועלכע שפרינגען ארויס פון דעם בארג גלעד.
שיניך כעדר הקצובות, דיינע שיינע ווייסע ציינער זענען ווי וואל פון די שעפעלעך, שעלו מן הרחצה, וועלכע זענען נארוואס ארויס פונעם וואסער וועלכע זענען גאר ריין, שכולם מתאימות, אלע ציין זענען אייניג, ושכלה אין בהם, ס'פעהלט אפילו נישט קיין איין ציין.
כחוט השני שפתותיך ומדברך נאוה, אזוי שיין רויט ווי א בענדל זענען דיינע ליפן, און דיינע רייד וועלכע קומען ארויס פון דיין שיינע מויל איז הערליך, כפלח הרמון רקתך, מבעד לצמתך, דיינע באקן פון אונטער די בענגס זענען אזוי שיין רונדיג און רויטליך ווי מילגרוים.
שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה הרועים בשושנים, דיינע צוויי בריסטן זענען ווי צווילינג הערשעלעך וועלכע זענען געבוירן אייניג, רירן זיך גרינגערהייט און פאשן צווישן רויזן.
לבבתני אחותי כלה, נעמסט איבער מיין הארץ מיין שוועסטער די כלה, לבבתני באחת מעיניך, נעמסט איבער מיין הארץ אפילו נאר מיט איינע פון דיינע הערליכע אויגן.
יפה את רעיתי כתרצה, ביסט אזוי שיין מיין גירל פרענד אזוי ווי די שטאט תרצה, נאוה כירושלים, הערליך ווי ירושלים, מורא'דיג ווי די שטערנס פון הימל.
מה יפו פעמיך בנעלים בת נדיב, ווי שיין זענען דיינע פוסטריט ווען זיי זענען אין הויכע שטעק שיך, דו רייכע טאכטער, כמו חלאים מעשה ידי אמן, אזוי ווי צירונג וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך א מייסטער.
צוארך כמגדל השן, דיין האלדז איז אזוי שיין הויך, גלאנציג און גלאט ווי די טורעם וועלכע זענען געבויעט פון גאר טייערע הערינגבאון.
אוי שיינדי, מיין הארץ פלאקערט נאר ווען איך זאג דיר עס יעצט איבער, ווילסט הערן נאך? דאס זענען נאר א קליינע חלק פונעם גאנצן שיר, גלייב מיר ס'נאך דא אסאך ראמאנץ אין שיר השירים, אסאך טינט קען נאך פארגאסן ווערן, כ'האב נאר ארויסגענומען די פאר פסוקים, אבער גלייב מיר די פאר וועלכע איך האב דא דיר געזאגט קיצלט מיר ביינאכט ווען כ'ליג מיר אליינס אין בעט און כ'בין פריי צו טראכטן און פאנטאזירן, די מחשבות לאזן מיך נישט צורוה, כסדר טראכט איך נאר פון דיר!
נחום, ביסט ביי מיר אזוי באליבט! דיינע שיינע שווארצע האר, דיין געבוי, דיין שטארקייט, דיין מענערישקייט נעמט מיך איבער יעדעס מאל ווען דו קומסט מיר אין פאנטאזיע. געדענקסט נאך ווען ביסט געקומען מאכן פסח קלינינג און דו האסט אויפגעהויבן דעם געז רענטש מיטן אויוון אזוי מיט איין האנט ווי יעקב האט געקוילערט דעם שטיין, האב איך געטראכט צו מיר "אזא שטארקע מאן וויל איך האבן, דיין שיינע בא'טעמ'טע שמייכל, דיין פריינטליכקייט, אין דיינע ארעמעס וויל איך ליגן, ביסט צו מיר ווי א פעלזן שטיין, אויף דיר וויל איך מיך אנלאנען, ביסט אלעס וואס א מאן קען פארמאגן"!
אינמיטן די הייסע ראמאנטישע מאמענטן וועלכעס גייט אהין און צוריק גענוי ווי דער שיר השירים, פארגעסענדיג פון אלעם וואס טוט זיך ארום, פון די פאנקעס און פריטלעך, פון די אייז לאטעי, געט זיך אן עפן אויף דער טיר פונעם דאנקינס און.... אושי שפאצירט אריין מיט איינע פון זיינע שיינע אינגע סעקראטארינס, גאר שיין אהערגעשטעלט, פריש פון ווי שיך באקס ארויס. נחום באמערקנדיג פרעגט א פאררויטלטער, געוואלד און געשריגן! וואס וועט זיין דא??? אבער שיינדי ווערט נישט פארלוירן און ווי א פרוי מיט בינה יתירה זאגט זי פאר נחום, זארג נישט מיין טייערע, לאמיך עס הענדלען...
קוק, זאגט שיינדי, ער איז ניטאמאל געקומען מיט זיין עסקעלעיד, נאר מיט א פשוטע בלויע קעמרי! נאופ, עפעס איז דא נישט אין ארדענונג... אקעי, מאכט שיינדי א חשבון. אושי, פונקט ווי אונז, איז פשוט געקומען מאכן א לעבן דא, און דערפאר האט ער נישט געוואלט קומען מיט זיין געהעריגע עסקעלעיד נאר מיט א קאר וועלכע מ'זאל בכלל נישט דערקענען. אושי שפצירט אריין אינעם דאנקין אזוי שטאלץ האלטנדיג די טיר אפן פאר זיין שגל.. ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן.. ער דערזעהט זיך דא אין פארנט פון ש'מערנישווייניגער ווי שיינדי! דעם רבי'נס טאכטער אליין מיט'ן הויז בחור.
זיי קוקן זיך אן איינעם דעם אנדערן אן ארויסרעדן א ווארט אין טאטאלע שאק! אלע טראכטן די זעלבע, מיט אקוראט די זעלבע מחשבות... וואס האט מיך דא אריינגעברענגט?! אוועק פונעם הוהא פונעם טאפ, און פונקט דא האמיר זיך געברויכט טרעפן?! די צינגען צוגעקלעבט צו די באקן, די קליידער פארשוויצט, פיר מענטשן גלאצן איינע אויף די אנדערע, יעדער ווארט דער אנדערער זאל אנהייבן רעדן, א מכת חושך שטילשווייגעניש הערשט, אפילו די שטיקלעך אייז אינעם לאטעי האט זיך צולאזט... שיינדי ברעכט די שטילקייט, אושי; ס'צייט פאר א דיל? דאן דיל! ענטפערט אושי קוים וואס ער קען שלינגען, שמור לי ואשמור לך!

*