לתקן עולם! דזשענעטיק Eugenics מאנדאט

ביי די ……… משפחה לויפט בייפאולער. אין ביי די ……… משפחה לויפט סקאליוסעס. משפחת …….. האבן א דיספראפארשענעל פראצענט הארץ־פעלערן. אין ביי די …….. מאכט זיך ליידער גאר א גרויסע פראצענט פון קענסער־ליידענדע.

מיין קשיא איז פשוט: סיי עטיקלי, סיי הלכה׳דיג — איז דאס ריכטיג צו מאכן קינדער ווען מען ווייסט אז ס׳איז דא א שטארקע פאמיליע־היסטאריע פון מחלות, גייסטיש אדער פיזיש? ווען ס׳איז גאנץ מעגליך אז מען ברענגט אראפ נשמות וועלכע וועלן סאַופערן זייער גאנצע לעבן.

נאך א קשיא: ווען מען קען שוין היינט סקרינען און סעלעקטן זרע דורך IVF — איז דאס נישט ראטזאם אז אשכנזישע אידן בפרט - וואס פארמאגן די מערסטע קרענק ראטע per capita - זאלן איבערנעמען IVF אלס נארמאלע וועג צו ריפראדוצירן? אזוי קען מען פארמיידן פיין און סאַופערינג. און אויב איינער וויל דייקא נישט סעלעקטן זרע, איז דא שוין די אפציע פון CRISPR.

ווי די נייע וויסנשאַפט ווייזט — א נייע גענעראציע פון CRISPR גיט א זיכערער וועג צו באהאנדלען גענעטישע קרענקען

ביטע אריינקומען קלאר
 
לעצט רעדאגירט:
עני איידיע פארוואס דיין ערשטע קשיא דערמאנט מיר פון די נאצישע אייגעניק געזעצן?
 
זאל מען בכלל האבן קינדער אין אזא שווערע וועלט? אויב דיין פראגע איז ריכטיג האסטו א גרעסערע עטישע פראבלעם, דהיינו האבן קינדער בכלל.
 
איך האב געהאט אט די תמיה ווען איך האב געדארפט געבן אינפארמעשאן אויף א בחור מיט פערסונאלעטי דיסאורדער.
 
איז טאקע דא דעטע אז פון די IVF געבוירענע איז דא ווייניגער פראבלעמען בגוף ובנפש?
 
עני איידיע פארוואס דיין ערשטע קשיא דערמאנט מיר פון די נאצישע אייגעניק געזעצן?
כווייס נישט וואס די ווילסט, איך פרעג אויף א עטיקס פראבלעים, אין די קומסט מיר מיט פילינגס
 
CRISPR איז גראדע נאכנישט עוועלעבל פארן פאבליק
אה כ׳פארשטיי, דעמאלט זאל מען ווייטער אנגיין מיט ריפראדוצירן, ווייל CRISPR איז נישט עוועילעיבל, אפי׳ ס׳קען דערפון געבוירן ווערן הומען ביאינגס וואס וועלן איבערנעמען גענעטישע פּיין אויף זייער גאנצע לעבן? ס׳קוקט שוין אויס באלד ווי די מענטשהייט וואס עסט חיות און געוויקסן מיטן אויסרייד, אז אנדערש וועט מען אויסגיין פאר הונגער און ח״ו שטארבן. נו, ווער האט געבעטן בלייבן לעבן, אויב דער פרייז איז סאָקן נוטריענס ווי א וועמפּייער, און דערנאך איבערלאזן די רעשט ווי א סמייטע אין די סוער־קראנען, נאך מיט א חוצפּה צו באמיסטיגן דעם פּלאנעט? און וואס העט זיין אז מ׳וועט שטארבן — יעדער שטארבט דאך סיי ווי. פיל מער זענען שוין געשטארבן ווי געבליבן לעבן, און דאס רעשט פּלאַנט אויך צו שטארבן. ע״כ לצרה זו למה. מיר אלע אגריען דאך אז — די בריאה איז אן עקסידענט. נאך א עקסידענט רוימט מען עס אפ. מיין לייגט עס נישט אויף דיספלעי.

עניוועי @Reb Yid לייגט אייך צוריק אויף אנדערע זייט אולי יש תקוה
 
רבי איד איר זענט אין ארדענונג? עפעס באדערט אייך היינט?


עניוועי @Reb Yid לייגט אייך צוריק אויף אנדערע זייט אולי יש תקוה
גא"מ... מארגן וועט זיין א בעסערע טאג. 😆
 
Wow
דאס איז זייער א ווייטאגליכע טאַפיק,
לאמיר עס צונעמען זייער בקיצור.
יא זייער אסאך פראבלעמען לויפן אין די גענעס, פיזיש און גייסטיש.
און יא, אשכנזישע אידן האבן א העכערע ראטע דערפון.
וואס מ'קען טון עס צו פארמיידן, פארשטייט זיך פאר די וואס ווילן 'יא' אראפברענגען קינדער, איז IVF, אבער דאס קאסט שווערע געלטער, (נישט אז דאס איז א סיבה אנצוזעצן קינדער, אבער גענוג א גוטע אורזאך צו avoid'ען די נושא וד''ל...)

אבער, רבונו דיונה, ס'דאך דא אזא פשוטע עצה, טעסט פאר דו ווערסט א חתן\כלה!!!!

און קום מיר נישט ענטפערן דור ישרים טעסט שוין, ווייל זיי טעסטן א דריטל פון וויפיל ס'שייך צו טעסטן, כ'רעד נישט פון זאכן וואס איז א מיעוט שבמיעוט שבמיעוט, כ'רעד פון זאכן וואס ס'דא ביים היימישן ציבור, אפשר נישט אין די מאסן, אבער גענוג אז דור ישרים וואלט עס געמעגט צולייגן צום פענעל!
נאר וואזשע דען? די רבנים פון דור ישרים האלטן 'נאך' נישט אז ס'וויכטיג... ווער געדענקט נאך ווען די גאנצע נושא פון טעסטן איז געווען אפגעפרעגט?!

יעצט איז אזוי, אויב פאר דו טוסט א שידוך\ווערסט א חתן\כלה, פרעגסטו דיין רב מיט וועם צו חתונה האבן, דאן רוף אריין צו דור ישרים, זיי העלן גערן אראפקומען צו דיר אין שטוב פאר אביסלע בלוט.
אויב אבער דו מאכסט אייגענע החלטות, פליז, פרעג דיין דאקטער ווי דו קענסט זיך טעסטן פאר די מערסטע זאכן..... ואצ"ל אויב לויפט עפעס א מחלה וכו' אין די משפחה.

סארי אויב ס'א שארפע טאָן, כ'האלט פשוט מיט זייער א ווייטאגליכע מעשה אויף דער נושא....

א גוטע נאכט מיינע הייליגע ברודער
 
ווייס איך פון א חשובע יוד פון א"י וואס האט געהאט א שיינע פאר גייסטיש נישט געזונטע קינדער, און עס גייט שוין ווייטער צו געוויסע אייניקלעך.

אמשינובער רבי שליט"א האט עם מחזק געווען מיט זיין עבודת הקודש אראפצוברענגען די הייליקע נשמות. ווייל זיי האבן ספעציעלע תיקונים צו אויפטון אויף דעי וועלט. עפעס אזוי

שוין. וואס האמיר אונז קליינע מענטשעלעך אריינצורעדען
 
Back
Top