לאור המצב, זאל מען אננעמען פרישע ניקס מער אגרעסיוו?

טעלעפאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
205
רעאקציע ראטע
568
לאור וואס האט פאסירט מיט'ן אנדערן פארום ק''ש. איז מן הסתם אצינד דא א איבערפלוס פון אפליקאציעס. אבער זינט קרעמל איז נאכנישט גרייט פאר התגלות לאור עולם נעמט מען דערווייל אן צוויי פרישע ניקס אויף אמאל.

וואס האלטן די מעמבער'ס? זאל מען צייטווייליג הייבן די ציפערן אדער אנגיין אויפן זעלבע פלוס? קומט אריין מיט א קלארקייט.....
 
קריעט א פאול און ירא הקהל וישפוט
 
גווע איידיע אבער יעצט קען מען שוין נישט טוישן און צולייגן.
 
לאור וואס האט פאסירט מיט'ן אנדערן פארום ק''ש. איז מן הסתם אצינד דא א איבערפלוס פון אפליקאציעס. אבער זינט קרעמל איז נאכנישט גרייט פאר התגלות לאור עולם נעמט מען דערווייל אן צוויי פרישע ניקס אויף אמאל.

וואס האלטן די מעמבער'ס? זאל מען צייטווייליג הייבן די ציפערן אדער אנגיין אויפן זעלבע פלוס? קומט אריין מיט א קלארקייט.....
איך האלט מען זאל הייבן די ציפער, מענטשן געפונען יעצט אויס צום ערשטן מאל פון קרעמל און זענען זייער נייגעריג.

ווי אויך, וואס הייסט אז ס'איז נאכנישט גרייט פאר התגלות העולם? וואס דארף געשען אז ס'זאל יא זיין גרייט?
 
די פלאטפארמע איז נאכנישט הונדערט פראצענט סטאביל.

די אדמיניסטראציע האט דערווייל נישט די צייט און כח זיך אפצוגעבן מיט מאסן מאדעראציע אויף א ציבור'דיגע פארנעם.

די פלאן האב איך פארשטאנען איז געווען צו וואקסן שטייט אז מ'זאל קענען פארנעמען די growing pain.

ווי אויך, דערווייל ארבעט מען מער מיט א סיסטעם פון טראסט וואס איינער ברענגט די אנדערע און אין א געוויסע זין איז דא א שטיקל אחריות. אויב נעמט מען אריין יעדע אפליקאציע דארפן די מאדערעיטארס פארברענגען צופיל צייט.
 
די אדמיניסטראציע האט דערווייל נישט די צייט און כח זיך אפצוגעבן מיט מאסן מאדעראציע אויף א ציבור'דיגע פארנעם.
דאס איז א פראבלעם מתחילה! אויב קענען זיי נישט הענדלען דארפן זיי אפשר אויפנעמען מער אחראים וכו'
 
לענ"ד נישט צו עפענען די סייט פובליק.

דערווייל האלטן אויף מצומצדיגע פארנעם, ווי איין שרייבער ברענגט א צווייטן און סאיז דא א שטיקל קאנטראל אויף די פלוס.
אזוי קען מען אויפבויען א שטארקע באזע פון ארטיקלען און אינפארמאטיווע זאכליכע אשכולות, און בשעת די קרעמל וואקסט מיט נייע מעמבערס איז דא אויף צו וואקסן, און מדארף נישט בלאזן בעבלעך אין וואסער צו זיין אקטיוו...
 
לדעתי זאל מען גיין פאבליק עכשיו ומידי, וואס זאל איך אבער טון אז כ'בין נישט פון די הנהלה און איך האב אויך נישט די צייט צו זיין א מאדערעיטער.

כלל ישראל טאר נישט אנגיין פאר קיין רגע אן קיין אפענע פלאץ פאר אידן צו שרייבן און לאזן הערן א מיינונג.

אז קאווע שטיבל איז דאון, זאל מען דא זאפארט עפענען.

עיגעין, דאס איז מיין עדווייס און דעה.
 
איך קלער אז כלליות'דיג איז כדאי אריין צו נעמען צוביסלעך אזוי ווי ביז היינט,
אבער די געלונגענע שרייבערס פון ק"ש - וואס זענען נאך נישט דא - זאל מען גלייך אריין נעמען.
 
לדעתי זאל מען גיין פאבליק עכשיו ומידי, וואס זאל איך אבער טון אז כ'בין נישט פון די הנהלה און איך האב אויך נישט די צייט צו זיין א מאדערעיטער.

כלל ישראל טאר נישט אנגיין פאר קיין רגע אן קיין אפענע פלאץ פאר אידן צו שרייבן און לאזן הערן א מיינונג.

אז קאווע שטיבל איז דאון, זאל מען דא זאפארט עפענען.

עיגעין, דאס איז מיין עדווייס און דעה.
דיין אהבת ישראל בארירט מיר.

אפשר זאל זיין אן עקסטערע אפטיילונג פאר המון עם מיטצוטיילן סיי וועלכע בויך-ווייטאג, און זאלן נאכנישט האבן צוטריט צו די מעין פלעטפארעם בעפאר זיי בויען טראסט אז זיי האבן עפעס צוצוגעבן צו די תוכן פון קרעמל (א פלאץ פשוט פאר דאגה בלב איש ישיחנה)

ס׳דא צופיל שוועריקייטן היינט און ווי דו זאגסט ריכטיג: מענטשן דארפן א פלאץ ארויסצוגעבן וואס ליגט אויפ׳ן הארצן. ס׳וויכטיג פאר׳ן געזונט, און איך פיל ווי א טשיט אז איך האב יא איינטריט און א צווייטער וואס דארף עס אפשר אסך מער וויכטיג קען עס נאכנישט האבן 💔
 
לדעתי איינער וואס האט א ניק אויף קאווע שטיבל מיט 20-30 זאכליכע תגובות אויף קאווע שטיבל דארף מען אננעמען גרינג און שנעל.
לגבי עפענען בכלליות, וואלט איך נאכאמאל ארויפגעברענגט מיין הצעה צו מאכן א מעמבערשיפ סיסטעם וואס קען זיכער שטיפען די באן
 
לדעתי זאל מען גיין פאבליק עכשיו ומידי, וואס זאל איך אבער טון אז כ'בין נישט פון די הנהלה און איך האב אויך נישט די צייט צו זיין א מאדערעיטער.

כלל ישראל טאר נישט אנגיין פאר קיין רגע אן קיין אפענע פלאץ פאר אידן צו שרייבן און לאזן הערן א מיינונג.

אז קאווע שטיבל איז דאון, זאל מען דא זאפארט עפענען.

עיגעין, דאס איז מיין עדווייס און דעה.
ס'קען זיך דאכטן אז ווען כלל ישראל האט געהאט קאווע שטיבל האט זיך געשריבן דארט טויזנטער תגובות... יעדן טאג צוגעקומען צענדליגע פרישע אקטיווע ניקס...

סך הכול איז דא אסאך נייגעריגע מענטשן וואס ווילן אויסטשעקן די פלאץ און זיך גיין ווייטער, זיי קענען ווארטן אביסל, דער וואס האלט ביים שרייבן טרעפט זיך די וועג אריין עניוועי..
 
ס׳זיכער דא אזעלכע וואס נייגעריגקייט איז דאס וואס טרייבט זיי. פונדעסטוועגן גלייב איך אז מ׳קען נישט אונטערשאצן די cathartic רעליף וואס א מענטש פילט ווען זיין ווייטאג ווערט אויסגעדריקט דורך א צווייטן (ער מוז גארנישט שרייבן, נאר הערן איינעם לייגן ווערטער צו דעם וואס פלאגט אים פילט אזוי validating און איך גלייב ס׳דא אסך וואס דארפן דאס וויכטיגער אין די יעצטיגע צייט:

אן עיר מקלט ווי זיי קענען פילן זיי באלאנגען און פת בסלו: אויב ווילן זיי קאמענטירן קענען זיי דאס אויך.
 
ס'דא צדדים לכאן ולכאן, דאס איז לכאורה זיכער אז ס'זענען פאראן עטליכע אימפאסטער'ס מיט בייזוויליגע כונות וואס וועלן פראבירן אינטערצוברענגן דעם נייעם מקום, צו ווייל ס'איז צו אפן לשיטתם, אדער פאר נקמה וכדו', אזוי אויך זענען דא אסאך וואס זענען נישט געמאכט פאר דעם פארום, זיי קענען זיין גאנץ גוטע טראכטער און שרייבער, אבער זיי זענען אוממעטשור און זענען עלול אראפצונידערן דעם ניווא מיט א שנעלן אימפעט ביודעין ובלא יודעין.

מצד שני זענען דא אסאך וואס קענען באמת צוגעבן צום פלאץ און עס מאכן מער קאלירפול מיט מער כאראקטער און א גרעסערע ספעקטרום פון דעות און טאלאנט און זיי זענען ווערד אריינצוקומען מיד ולדורות.

קיין פילטערינג סיסטעם איז דערווייל נאכנישט דא, תקנות המקום זענען נאך אין די ווינדלן און זאכן קענען גיין זויער גאנץ שנעל.

ס'קען אפשר זיין א מעגליכקייט צו מודיע זיין אז ווער ס'שיקט אריין א שיינעם שטיקל שרייבווערק צום דעזיגנירטן אימעיל אדרעס, און ס'וועט געפעלן די וואס האבן שטום רעכטן, וועלן ווערן אנגענומען. (די פסיכאלאגיע דערפון איז, אז איינער וואס האט אינוועסטירט אין שרייבן את שיינעם ארטיקל - וואס וועט פארעפנטליכט ווערן - וועט נישט אזוי שנעל מקלקל זיין, דאס איז באופן וואס דאס איז געווען זיין ציל מעיקרא).
 
גאנץ א גוטער געדאנק, אבער א קאמפלעצירטער פראסעס
 
דאס גייט בלייבן די אופן אויף שטענדיג וויאזוי מ'קען זיך איינשרייבן דא? אדער ווילאנג מ'נאיז נאך אין בעטא??
 
Back
Top