לייג זיך נישט אן אויף די מאדעראטארן, נוץ דאס ״איגנאריר״ קנעפל

מַחֲנַיִם

אדמיניסטראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
מאי 7, 2024
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
531
דאס איגנאריר קנעפל אויפ'ן מעמבער'ס פראפיל 👇
איגנאריר קנעפל אויף מעמבער פראפיל


די איגנאריר קנעפל אויף שנירלעך 👇
איגנאריר קנעפל אויף שנירל


דאס ״איגנאריר״ קנעפל - וואס איז דאס און פארוואס זאל מען דאס ניצן?

אין יעדן היימישן סאציאלן פארברענג פלאץ, צי זאל עס זיין ביי די מענער אין שול אדער ביי די פרויען אין צירקל אדער ביים באס ווארטן, וועט אלץ זיין דער איינער וואס קען נישט ״ליינען דאס צימער״, אזא איינער דענערווירט די מיטשמועסער און קען צומאל אינגאנצן צוגרונד לייגן א געשמאקן שמועס.

א מיטשמועסער קען דענערווירן אויף מערערע אופנים - שרייען, אריינהאקן, ענטפערן שלא מן הענין, כסדר זאגן פארקערט פון יעדן בלויז לשם זאגן פארקערט, אא"וו צענדליגער אופנים וואס אין פיל פעלער כאפן ניטאמאל די מיטשמועסער וויאזוי דער פארברענג איז אראפ פון די רעלסן.

דער דאזיגער פענאמען איז פיל ערגער אין דער אנאנימער ווירטועלער וועלט, וואס אויסערדעם וואס צום געשריבענעם ווארט דארף מען פשוט צולייגן מער קאפ איז אויך פארהאן די פראבלעם פון במזיד׳יגע טראלס וואס זוכן צו מאכן ״טראבל״ - אנצוהיצן די געמיטער, סתם פארדרייען שמועסן, האקן אין טשייניק, אא"וו.

רוב קרעמל זיצער וועלן מסתמא מסכים זיין אז מען דארף פארשיקן א הונדערט פראצענטיגער טראל במזיד וואס איז דא בלויז לשם פארדרייען א קאפ, און מען דארף טאקע ארבעטן צו מאכן די פאסיגע שטאטוטן דערצו. אבער וואס טוט זיך מיט די ספיקות? סתם, מעגליך א וואוילע נשמה וואס פארשטייט נעבעך נישט זיין פלאץ אין א שמועס?

יענעם קען מען טאקע נישט אויסשפארן, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער מוז ליידן. דערפאר קומט אונזער קרעמל מיט א ספעציעלן ״איגנאריר״ קנעפל אויף די באנוצער פראפילן (און אויך אויף גאנצע שנירלעך ווי שפעטער אויסגעשמועסט), וואס דארף ווען זיין איינס פון די גאר פאפולערע קנעפלעך פון וואס יעדער קען הנאה האבן.

דאס ״איגנאריר״ קנעפל איז חלילה נישט קיין מחלוקה געצייג אזויווי דאס ״בלאקיר״ קנעפל אויף סאציאלע פלאטפארמעס ווי פעיסבוק און עקס, וואו דער בלאקירטער ווערט גענצליך אפגעהאקט פון דעם בלאקירער, פארקערט גאר, דאס קנעפל העלפט ארויס האלטן חברים בשלום ושלווה.

פונקט ווי אין בית המדרש אדער מיט שכנים ווען מען זעט אזא איינעם גריסט מען זיך פריינטליך און מען גייט ווייטער; מען דארף זיך נישט קריגן און בלאזן, אבער שמועסן מיט יענעם דארף מען אויך נישט, ארבעט דאב ״איגנאריר״ קנעפל בערך דאס זעלבע: עס בלאקירט נישט גענצליך, מען קען נאך זען יענעמ'ס פראפיל, לייקס, אדער ווען יענער ווערט ציטירט, נאר ווען יענער שרייבט עפעס ווערט עס באהאלטן פאר'ן איגנארירער און עס שפרינגט נישט אין די אויגן; מען קען ווייטער סקראולן רואיג און פירן ווייטער דעם שמועס. אויך איז דא די אפציע אז שנירלעך פון דעם איגנארירטן זאל נישט ארויפקומען אויף דער "אקטיווע שנירלעך" ליסטע.

די מעלות דערפון איז פי כמה, אנשטאט באריכטן כסדר צו מעקן און זיך אנלייגן אויף די מאדעראטארן, נעמסטו די זאך אליין אין דער האנט אריין אן וויי טון אנדערע. עס איז דאך אויך אלץ דא די מעגליכקייט אז בשעת דו ווערסט נערוועז איז דא א צווייטער וואס האט דוקא הנאה פון יענעמ'ס שרייבן.

אלזא, ווען דו שטויסט זיך כסדר אן אין איין ספעציפישן מעמבער וואס קריכט דיר אויף די געהירן איינמאל און נאכאמאל, דאן נוץ דאס איגנאריר קנעפל. עס וועט העלפן פאר דיר און פאר יעדן ארום.

מיר האבן אויך אנגעשטעלט א ספעציעלע אפציע צו איגנארירן גאנצע שנירלעך, וואס איז גאר א געשמאקע אפציע צו באהאלטען שנירלעך וואס קומען כסדר ארויף אויפ'ן אויבערפלאך אבער עס דענערווירט דיך פאר סיי וואספארא סיבה.

די איגנאריר קנעפלעך האבן נאך עטליכע אפציעס וואס מיר האפן אויסצושמועסן מיט דער צייט אין דעם שנירל.
 
ס'איז באמת א געוואלדיגע אפציע.
עס דארף אויך גענומען ווערן אין באטראכט אז צומאל קען עס גאר זיין א גורם פאר פרישע דענערווירונגען, ווייל עס קען זיך אסאך מאל מאכן אז צוויי איגנארירטע דענערווירער האבן זיך פארצויגן א שמועס וואס דעקט געוויסע זאכן און דער וואס איגנארירט זיי זעט דאס נישט און שרייבט איבער אדער שרייבט שלא מן העניין.
 
ס'איז באמת א געוואלדיגע אפציע.
עס דארף אויך גענומען ווערן אין באטראכט אז צומאל קען עס גאר זיין א גורם פאר פרישע דענערווירונגען, ווייל עס קען זיך אסאך מאל מאכן אז צוויי איגנארירטע דענערווירער האבן זיך פארצויגן א שמועס וואס דעקט געוויסע זאכן און דער וואס איגנארירט זיי זעט דאס נישט און שרייבט איבער אדער שרייבט שלא מן העניין.

ווי @הכל הבל האט שוין אנגעמערקט, מען קען זען אז עס איז פארהאן איגנארירטע הודעות אין די שמועס.

ממילא אויב איינער זעט אז עס זענען דא מערערע איגנארירטע הודעות איז טאקע נישט כדאי אריינצורעדן אין דעם שמועס ביפארן עפענען און ליינען די איגנארירטע הודעות.

אוודאי אויב דיין זארג שטעלט זיך ארויס צו זיין ריכטיג און די איגנאריר פונקציעס איז טאקע גורם צו אומאנגענעמליכקייטן וועט מען ברויכן טרעפן עצות צו פארבעסערן די פונקציע.
 
איינער פון אונזערע חשוב׳ע חברים האט אנגעמערקט אז אפילו נאכן איגנארירן א שנירל קומט עס נאכאלץ ארויף אין די ״אקטיווע שנירלעך״, דאס קוקט אויס צו זיין א באג, אבער אויף דערווייל קען מען טון די פאלגענדע עצה (מען דארף עס טון נאר איינמאל און דאס דארף צו העלפען אפילו אויף שנירלעך וואס מען איגנארירט שפעטער.

1) נאכן אריינגיין אין אקטיווע שנירלעך, קליק ״פילטערס״ אויף די לינקע זייט אויבן, כזה:

IMG_4477.jpeg


2) דערנאך וועל אויס ״היט אפ אלס סטאנדארט״ (וועל נישט אויס ״ווייז איגנארירטע שנירלעך״ ווייל דאס איז טאקע געמאכט יא צו ווייזן די איגנארירטע אויב מען וויל עס אמאל זען), כזה:
IMG_4478.jpeg


3) דריק די ״פילטערן״ קנעפל

ווי געשריבן, איינמאל מען שטעלט אן דעם פילטער אלץ סטאנדארט, בלייבט עס שוין אזוי
 
Back
Top