לייז אונז אויס, לייז אונז אויס

שטייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
85
רעאקציע ראטע
311
אזוי זאגענדיג סליחות, האביך באמערקט אז א גרויס חלק פון די סליחות איז די בעהטן פאר די גאולה און משיח, אויף איין וועג אדער אן אנדערער. אזוי ווערנדיג מיטגעשלעפט מיט דער קאך ביי "תראם נסיך עושה גדולות", איז מיר בייגעפאלן אזא מחשבה זרה'לע: זייט ווען קען מען ברענגען די גאולה מיט "איינרייסן"? כ'מיין ס'איז דא א ספעסיפיק קרייטעריע ווען משיח קען קומען. כ'גלייב נישט אז די באשעפער וועט זיך ברעכן just ווייל אונז מוטשענען עם.


משל למה הדבר דומה? אז א קינד מוטשעט זיין טאטע פאר א דראון, chances זענען אז מיט אסאך מוטשען וועט זיך דער טאטע ברעכן. אבער טאמער וועט ער מוטשען צי ווערן א חתן אדער באקומען אן עכטע קאר, וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו.


נמשל? אז אונז רייס מיר איין אז דער צדיק הדור זאל ווערן געזונט, מילא. שוין געהערט אזאנס אז די אראלים הייבן הענט פאר די מצוקים. אבער די גאולה? אונז האבן שוין מילא major lobbying פאר דעם דורך די עליטסטע קעפ. משיח אליין בלוטיגט, די שבעה רועים און אליהו מיט אלע צדיקים הקודמים הערן נישט אויף אראפדרייען די קאפ פון די שכינה. אבער no way! ס'איז דא א באשטימטע סדר אויף דעם וואס איז set in stone.


מילא וואס יא? כ'קלער אפשר זאל מען פאקוסען מער אויף פראדאקטיווע שריט. ס'איז דא קלארע חז"ל אויף דעם. עד שתכלה פרוטה מן הכיס און הנשמות שבגוף. איז די סטראטעגיע פשוט. ס'איז דא היינט צי באקומען מעדיקאציעס וואס טרייבט אויף פארטילעטי, מ'קען יעדער האבן א טריפלעט יעדעס יאר! ווייטער פאר די פרוטה שבכיס, יעדער קען סימפלי אוועקגעבן ס'גאנצע געלט פאר וואויטעטיגע ארגענעזאציעס. אודאי נישט פאר יודישע ארגענעזאציעס, ווייל מה הואילו חכמים בתקנתן? אבער מ'קען געבן פאר טראמפ קאמפיין, go green, pet rescue וכו'.


אזוי רעדנדיג פאלט מיר ביי א פשוטע פשט בדך פשט אויף הנ"ל, אודאי איז דא העכערע זאכן אויך דערביי. דהיינו: אויב וועט יעדער מאכן א באנטש נשמות, און א פרוטה בכיס וועט נישט זיין, וועט די באשעפער פשוט זיין געצווינגען צי ברענגען משיח, ווייל אויב נישט וועט נישט בלייבן "וועמען" צי אויסלייזן! והאו רחום יכפר
 
Back
Top