מעדאקס בעטסאן
מעדאקס בעטסאן, איז א יונגע אמעריקאנע זינגער (ארום 15 יאר אלט) וואס ווערט מער און מער פאפולער.
מיט זיין הערליכע שטימע טוט ער מהנה זיין אינג און אלט, קינד און קייט, נישט אידן און להבדיל אידן צוגלייך.
אנגעהויבן האט ער אלס א פוטבאל שפילער, און איז געוואור געווארן אז צוליב פראבלעמען מיט זיין פוס איז ער נישט ביכולת צו זיין א סוקסעפולע פוטבאל שפילער.
וואס קען מען טון? מ'גייט טרעפן וואס צו טון.
האט ער אנגעהויבן קאמפאזירן ניגונים. און איז געוואור געווארן אז ער קען גראדע זייער גוט מאכן ניגונים.
ער האט ארויסצוגעבן זיין ערשטע ניגון, גערופן טיער"ס אי"ן ד"י ריווע"ר (Tears in the river) וואס איז שנעל געווארן גאר פאפולער, און האט אנגעהויבן באקומען אויפמערקזאמקייט איבעראל.
די ערשטע מאל ער האט געזונגען לייוו אויף א סטעידש איז געווען צוזאמען מיט דשעסי מוירף (Jessie Murph) פאר כמעט "פופציג טויזנט" מענטשן.
און אזוי זעצט זיך מעדאקס אראפ מיט זיין גיטאר אויפן סטעידש און נעמט זיך זינגען א ניגון וואס ער האט אליינס געמאכט. ער ברומט זיך אונטער מיט א רואיגקייט, און... דער עולם האט אים אנגעהויבן ליב צו האבן, צוזאמען מיט זיין מוזיק.
און פארשטייט זיך ווי נאר ער האט געענדיגט זינגען האט די גאנצע קראוד זיך גענומען שרייען און קלאטשן פאר די אינגע זינגער וואס האט גענומען די גאטס פון זיך ארויפשטעלן זינגען פאר פופציג טויזנט מענטשן די ערשטע מאל אין זיין לעבן.
א קורצע שטיק צייט שפעטער האט ער אנגעהויבן גיין אויף א קליינליכע טאור און האט באקומען אסאך פון פאפולעריטי און די עולם האט אים ליב באקומען מער און מער.
שפעטער האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטע אפיציעלע מוזיק ווידעא, גערופן איי. וואננע 'ק'נאו (I wanna know)
די עולם איז געגאנגען נאט'ס פאר עס, און מיטגעזונגען ביי די קאנצערטן די נייע ניגון, און געשריגן אזוי הויעך, אז יעדער איז ארויסגעגאנגען פון דארט אינגאנצן אן קיין שטימעס.
די גאנצע עולם האט זיך געשאקלט צוזאמען, און געהאלטן די טעלעפאונ'ס אין די הייעך מיט די פלעשלייט אנגעצינדען, פראבירנדיג צו כאפן זיינע אויגן, אבער עס האט זיי נישט קיין סאך געהאלפן צוליב וואס יעדער האט געטון דאס זעלביגע.
אזוי אויך האט ער האט אונטערגעשריבן א דיעל מיט ווארנער רעקארדס אז זיי זאלן באַקומען די אויסשליסליכע רעכטן ארויסצוגעבן זיינע מוזיק.
אביסל שפעטער האט ער ארויסגעגעבן נאך א ניגון גערופן עקס'עס (X's) וואס רעדט זיך פון ליבשאפט צו א מיידל (פונקט ווי כמעט אלע זיינע ניגונים).
די ניגון האט אויפגעריסן איבער גאנץ אמעריקע, זיינע סובסקרייבער'ס און פאלאוער'ס האט אנגעהויבן וואקסן ווי אויף הייוון איבער אלע סאציאלע מידיא פלאטפארמע'ס.
די קומענדיגע ניגון איז געווען סאוטבאונד (Southbound) נאך א געשמאקע ניגון אין די ליסטע, אוודאי אין די קאנטרי סטייל מוזיק, אזויווי אלע ביז אהער. ווען אין די זעלבע צייט וואקסט זיין פאפולעריטעט העכער און העכער.
דערנאך איז געקומען אי"י דאונ"ט ליי"ק י"ו ענימאו"ר (I don't like you anymore). און אזויווי ביז יעצט, איז דאס אויך געווען איבער ליבשאפט.
א וואך שפעטער, און מעדאקס איז דא מיט א פרישע ניגון, גיר"ל אי"ן גרי"ן (Girl in green) איז די פרישע אויפגעכאפטע ניגון אויף סאציאלע מידיא, גרייכנדיג צו איבער פיר מיליאן וויו'ס אויף יו-טוב, (פונקט ווי אלע זיינע אפיציעלע מוזיק ווידעא'ס). אין די פאל, האט ער גאר אנגעדרייט א גאנצע מעשה, פון א מיידל וואס ער זוכט. וואס איבער איר רעדט זיך די גאנצע ניגון.
יעצט קומט עס, מעדאקס גיבט ארויס זיין ערשטע אלבום (EP) גערופן פירס"ט דענ"ס (First Dance), מיט רוב פון זיינע פריערדיגע ניגונים, און אזוי אויך עטליכע נייע. די נייע ניגונים זענען, פראבלעם (Problem) אי"ט ווא"ס י"ו (It was you) ג-"ד טאלקינג (God talking) די עולם גייט משוגע פאר אים, ממש ווי פאר מהר''א ביי זיין הדלקה. (God talking איז מיין פערסאנעל פעוואריט)
און צוויי וואכן שפעטער, איז צוריק מיט א פרישע אלבום גערופן פירס"ט דענ"ס [ד"י עפטע"ר פארט"י] (First Dance [The after party]) וואס איז מער ווייניגער זיין אלטע אלבום מיט צוויי צוגעלייגטע ניגונים, אי"י ני"ד ע"י טרא"ק (I need a truck), ט"ו פי"ט (2 feet), און סאמווהע"ר סאו"ט (Somewhere south).
און יעצט לאזט זיך מעדאקס ארויס אויף זיין ערשטע ריזן טאור, וואס הייסט אי"י ני"ד ע"י טרא"ק (I need a truck) נאך זיין לעצטע ניגון. טיקעטס קען מען קויפן אויף Maddox Batson ער וועט באזוכן אין 29 שטעט, אנגעהויבן פון יוני 28, און ענדיגט זיך אום נאוועמבער 2.
אזוי אויך קען מען אויף זיין זייטל קויפן מערטש (Merch בלע"ז) און אים נאכפאלגן אויף סאציאלע מידיא.