מען גייט קויפן ביטקוין?

טובה

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 4, 2024
מעסעדזשעס
210
רעאקציע ראטע
369
וואס איז דער וועג צו מאכן געלט אין ביזנעס?
מיר רעדן נישט פון קיין הימלישע זאכן. אוודאי אן סייעתא דשמיא קען מען זיך נישט געבן קיין ריר אדער פארדינען א דאלאר. אבער מ'דארף דאך מאכן עפעס השתדלות, איז לאמיר רעדן ווי א ביזנעס קאנסולטאנט, עמיצער וואס קומט אונז אויסלערנען די פשוט'ע א-ב פון פארדינען געלט.

ס'איז א דבר פשוט אז עס איז פארהאן א ריזיגער חילוק צווישן עמיצן וואס פארדינט געלט פון זיין ארבעט, צו עמיצן וואס מאכט אן אינוועסטמענט. דער בעסטער ארבעטער אין דער רייכסטער אינדוסטריע וועט געווענליך נישט זיין קיין עושר. ס'איז פשוט נישט מעגליך פאר א מענטש צו מאכן אייגענע ארבעט וואס זאל אים אריינברענגען עשירות.

אוודאי, אן ארבעטער קען שיין פארדינען, און ס'זענען דא אינדוסטריעס וואו א געלונגענער ארבעטער פארדינט אסאך געלט, און קען ארויסגיין מיט א שיינער אפותיקי. אבער איר וועט זיך ארומקוקן אויף די גרעסטע מיליאנערן און ביליאנערן, איז קיינער פון זיי נישט עמיצער וואס איז אליין אן ארבעטער. נישט אזוי פארדינט מען גרויס געלט.

דער ריכטיגער עושר איז דער וואס נוצט אויס א גאלדענע געלעגנהייט צו אינוועסטירן אין א גוטן ביזנעס, ער לאזט אנדערע ארבעטן, און ער שניידט די רווחים אדאנק דעם וואס ער האט אויסגעניצט די פאסיגע געלעגנהייט ווען און וואו אריינצולייגן זיין געלט.

לאמיר אנכאפן איין גוטן משל:
פאר פופצן יאר צוריק איז געבוירן געווארן א נייע באשעפעניש מיט'ן נאמען "ביטקוין". אן אריינגיין אין די קאמפליצירטע באגריפן פון "קריפטא קארענסי" און "בלאקטשעין", גענוג צו וויסן אז עמיצער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, און די גאנצע ביזנעס וועלט האט געלאכט פון אים.

אין יאר תשע"א האט מען געקענט קויפן איין ביטקוין פאר 0.30 צענט. אויב גרונם האט געהאט איין עקסטערן הונדערטער וואס ער האט נישט געהאט וואס צו טון דערמיט, און האט אינוועסטירט בלויז דעם איינעם הונדערטער אין ביטקוין, וואלט ער באקומען דערפאר בערך 333 ביטקוינס.

אויב וואלט ער דאס אנגעהאלטן ביז יעצט, בשעת די שורות ווערן געשריבן, וואלט זיין באנק אקאונט היינט ווערד געווען העכער 10 מיליאן דאלאר!

נו, מ'קען נישט האבן קיין טענות צו קיינעם וואס האט נישט פאראויס געזען וואס גייט אויסוואקסן פון דעם מאדנעם באשעפעניש, אבער וויאזוי וואלט איך מיך געשפירט ווען עמיצער וואלט געקומען צו מיר צען יאר צוריק און געגעבן אין די הענט אריין 300 ביטקוינס, און איך וואלט עס געווארפן אין מיסט?!

אקוראט דאס זאגט דער הייליגער דברי שמואל פון סלאנים זי"ע אין פר' וישב, אויף יוסף הצדיק וועלכער האט געשריגן אין אן עת נסיון דעם "וימאן" מיט א שלשלת: יעדעס מאל ווען ס'קומט אונטער פאר'ן מענטש א נסיון, איז עס פאקטיש א מינוט וואס מ'האט אים פארגעשלאגן די בעסטע אינוועסטמענט געלעגנהייט!

אויב ער האט יעצט שכל און ער זאגט יעצט א "וימאן", האט ער יעצט געמאכט א ריזן אינוועסטמענט! ער האט זיך איינגעקויפט א קרן וואס וועט איין טאג אים ברענגען ריזיגע רוחים. יעדע 'וימאן' עקסטער, איז א נייע אינוועסטמענט. און וואס שווערער דער 'וימאן' קומט אן, אלס א גרעסערע אינוועסטמענט, א בעסערע ביזנעס געלעגנהייט!
 
טויזענט לייקס און נאך מער וואלט זיך דיר געקומען פאר די תגובה
 
שכל זאגסטו?
 
אקוראט דאס זאגט דער הייליגער דברי שמואל פון סלאנים זי"ע אין פר' וישב, אויף יוסף הצדיק וועלכער האט געשריגן אין אן עת נסיון דעם "וימאן" מיט א שלשלת: יעדעס מאל ווען ס'קומט אונטער פאר'ן מענטש א נסיון, איז עס פאקטיש א מינוט וואס מ'האט אים פארגעשלאגן די בעסטע אינוועסטמענט געלעגנהייט!

אויב ער האט יעצט שכל און ער זאגט יעצט א "וימאן", האט ער יעצט געמאכט א ריזן אינוועסטמענט! ער האט זיך איינגעקויפט א קרן וואס וועט איין טאג אים ברענגען ריזיגע רוחים. יעדע 'וימאן' עקסטער, איז א נייע אינוועסטמענט. און וואס שווערער דער 'וימאן' קומט אן, אלס א גרעסערע אינוועסטמענט, א בעסערע ביזנעס געלעגנהייט!
@טובה
הערליך! הארציג! און שטארק!
פליז פארגין אונז נאך פון דיינע מורא'דיגע ווערק
 
אמאל מ'פאלט דורך און מ'ווערט געוואור אז דאס איז טאקע די ישועה. די דורכפאל איז די הונדערטער. און די רעזולטאטן פון די ניסיון איז די צען מיליאן.
 
Back
Top