מען האט מיך פארמעקט. פארוואס?

לאקאלער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 31, 2024
מעסעדזשעס
32
רעאקציע ראטע
198
שלום אחי וריעי

שמעו נא רבותי, הערטס מיר צו, איך גיי נישט אפזאגן דא דעם גאנצן נוסח פון התרת נדרים, אבער איך וויל פארשטיין עפעס.

מיין הבנה אין דעם קרעמל איז, אז מען קען רעדן גענוי אזוי ווי מען רעדט אין קאנטרי קופקע. נישט אין קיין פארפרומטע קאנטרי, נאר אין א נארמאלע היימישע פלאץ, ווי מען מעג רופן אמאל אדמו"רים ביים ערשטן נאמען. מען מעג זאגן אזא וויצל דמשתמעי לתרין אנפין. וכו' וכדומה והמכין יכין בכל שום וחניכא דאית לי'.

אזוי איז מיין הבנה געווען, און אזוי האב איך געשריבן.

ווי עס שיינט מיר, האט דער ציבור עטוואס הנאה פון מיינע ווערק, און איך בין נישט קיין גענצליכע נערוון קריכער. פון וואנעט ווייס איך דאס? ווייל איך באקום נאטיפיקאציעס ווען איינער אגודל'ט ארויף נאכן ליינען מיינע פינגער אפדרוקן.

היינט באקום איך א נאטיפיקאציע, אז מיין הודעה איז פארמעקט געווארן צוליב באריכטעט ווערן אלס פראוואצירנד.

האמת אגיד, איך געדענק שוין נישט וואס איך האב געשריבן, עס איז געווען אזא קורצע הודעה געשריבן נאכן ליינען עפעס, כאנישט געהאט קיין צייט היינט פאר לאנגע הודעות.
איך האב זיכער נישט געמיינט קיינעם צו פראוואצירן, און איך וואלט געוואלט איינער זאל מיר ערקלערן וואס איז פראוואצירנד.

איז מעגליך אז דער מעקער זאל מיר ערקלערן? אדער זאל איך אוועקפאקן דעם שרייב פעדער און זאגן ביי ביי פאר קרעמל?
איך סטראשע נישט חלילה, נאר איך וויל וויסן אויב דער מקום איז פאר מיר. אויב נישט, איז נאטינג ראנג, אבער איך מוז נישט קאמענטירן דא.

איז דאס ווי א ברייטע וואטסעפפ גרופ מיט מער פונקציעס, יענע סארט היימישקייט? אדער איז דאס אזא קופקע ווארטנדיק ביים אסיפת הורים מיט אנדערע עלטערן ווי מען רעדט נישט חלילה גענוי וואס מען טראכט, נאר אזא אבנארמאלע פארמאלקייט?

ביטע לאזט וויסן אדער צייכנט צו ווי איך קען זעהן וואס די נושא איז.

די נושא איז נישט גענוי וואס איך האב געשריבן צו מען האט יא געמעגט פארמעקן אדער נישט, עס האט מיר מן הסתם גענומען 20 סעקונדעס. איך וויל גיידליינס.

טענקס
 
איך האב פאר דיר זייער הייסע נייעס!!! קיינער האט דיר נישט פארציקט אדער פארמעקט. נאר וואס'זשע דען יא. עס קען גאר געמאלט זיין אז מער ווי דריי אירע האבן געדריקט דעם 'באריכט' קנעפל מיט א קאמענט אז זיי האבן געשפירט אז דער שנירל, אדער תגובה, וואס מע"כ האט געשריבן איז געווען עטוואס איבערגעטריבן פון נארמאלע פראפארציע.

נישט מטעם הנהלה, וואס גיט שטארק אפבאכט אויף די פרייהייט פון ווארט. (נישט קיין פארפרומטע קאנטרי, נאר אזא היימישער קאנטרי פלאץ) נאר אפי' אין אן היימישע קאנטרי איז געווען אזאנע וואס האבן געמאכט אזעלכע גרימאסן מיט'ן פנים, נאאאא, מען רעדט נישט אזוי ר' @לאקאלער דערפאר האט דאס דער סיסטעם אויטאמאטיש אויסגעשפיגן. מען דארף טאקע איבערקוקן און זעהן ווער און וואס עס איז באריכטעט געווארן און זעהן צו די באריכט קנעפל איז געווארן אביוזד.

נארמאלערהייט דארף נישט אזאנס פארקומען אין די היימישע קאנטרי וואס רופט זיך קרעמל!!! די הנהלה וואס איז נישטא דא האט דאס נישט פארמעקט, אן דיסקאסירן מיטן מחבר, דאס קענסטו זיין זיכער. עס איז פשוט געווארן באהאלטן פונעם זעהער ביז ווען דער באריכט ווערט בארעכטיגט אדער אנידערגעשטימט.
 
איך הער. הייסט טאמער זאג איך עפעס אינעם קופקע וואס דריי חברה שמעקט נישט פליט עס פון ישוב?
דארף איך אכטונג געבן ווען איך רעד וועגן עני אדמו"ר אז אויב איז דא דריי חסידים נשרפים פון יענעם וועלן זיי עס באריכטן און עס וועט פארן לתהום הנשי'"
אפשר איז דא אן אפציע פון דיסלייק?

איך ענדזשוי אסאך מאל אין קאנטרי קרעמל צו זיין דער וואס זאגט אנדערש ווי די קופקע.
למשל נאך טראמפ שיסעריי איז געווען היבש פאן מסביר צו זיין אז עס איז נישט אונטערגעשטעלט....
 
עס ליגט תוכן אין דיין טענה.
@קרעמל @מחנים, קומט אריין מיט אן הוראה אויף די טענה. דער @לאקאלער אולי, רעדט דברים של טעם.

איין זאך קענסטו זיין זיכער און רואיג. דא הערשט נישט קיין שררה נאר עבדות. עס קען זיין אז אן עבד האט געמאכט א טעות מיט'ן מהלך פונעם אויסשטעל. אבל יש מקום צו טדזשענדזשן אויב איז דער רוב מנין און בנין מיט מע"כ.
 
איי עפרישיעט איט.
יעצט קענסטו מיר אריינשיקן וואס איך האב געשריבן? אין אישי איז אויך גוט. איך געדענק נישט וואס איך זאל שרייבן וואס זאל זיין פראוואצירנד.

איך האב זיכער נישט געטראכט, ווען יא וואלט איך געדענקט.... איך האב עפעס געפירקלט פון די ארבל ארויס, און יעצט בין איך נייגעריג וויאזוי איך פראוואציר מענטשן דערמיט....
 
@לאקאלער שלום עליכם!
יא, ביסט פיינע נייעס, דארפסט נישט מיין הסכמה! 😍
מיין ברידער שבתי האט געדריקט דעם פארמעק קנעפל 🫣

אפאר אירע האבן עס באריכטעט אז לדעתם איז עס מער ווי עראטיקע וואס איז דערווייל צוריקגעהאלטן אפי' אין מאחורי.

כ'האב עס געמעקט און זיכער געמאכט אז דו באקומסט א נאטיפעקאציע. כ'האב עס געשטעלט אויפן גרופע מאד'ס אז זיי זאלן עס דורכטון און פסק'נען אויב מ'זאל עס צוריקשטעלן.

כ'האב אינזינען געהאט דיך צו שיקן אן אישי מודיע זיין וואס כ'האב געטוהן, אבער כ'זיץ היינט מיט א חבר ה'קרעמל אים צו געבן עמאשענעל סופארט אין א שווערע מצב וואס ער גייט ליידער אריבער דעי טעג, סאו כ'האב נישט צופיהל צייט געהאט דערווייל, און כ'האב פארגעסן דערפון.

כ'האף שפעטער צוריקצוקומען צו דעם ווען כ'האב מער צייט.

אויף דערווייל: סארי פארן אומבאקוועמליכקייט.
 
אפשר איז גוט אז דער וואס מ'מעקט זאל קענען זען ווער ס'האט איהם פאר'מסר'ט, און זיך קענען אויסשמועסן מיט איהם?
 
@לאקאלער שלום עליכם!
יא, ביסט פיינע נייעס, דארפסט נישט מיין הסכמה! 😍
מיין ברידער שבתי האט געדריקט דעם פארמעק קנעפל 🫣

אפאר אירע האבן עס באריכטעט אז לדעתם איז עס מער ווי עראטיקע וואס איז דערווייל צוריקגעהאלטן אפי' אין מאחורי.

כ'האב עס געמעקט און זיכער געמאכט אז דו באקומסט א נאטיפעקאציע. כ'האב עס געשטעלט אויפן גרופע מאד'ס אז זיי זאלן עס דורך טון און פסק'נען אויב מ'זאל עס צוריקשטעלן.

כ'האב אינזינען געהאט דיך צו שיקן אן אישי מודיע זיין וואס כ'האב געטוהן, אבער כ'זיץ היינט מיט א חבר ה'קרעמל אים צו געבן עמאשענעל סופארט אין א שווערע מצב וואס ער גייט ליידער אריבער דעי טעג, סאו כ'האב נישט צופיהל צייט געהאט דערווייל, און כ'האב פארגעסן דערפון.

כ'האף שפעטער צוריקצוקומען צו דעם ווען כ'האב מער צייט.

וועם עס איז נאר אין הו"א געדאנק אריינגעקומען סיי וועלכע מחשבת פסול אויף קרעמל קען דא זעהן דעם חילוק פון בני לבן חמי. עס קומט ארויף היבש אן אנערקענטער ניק און זאגט דברים כהוויתן. קען מען אפי' קלערן אז דאס איז די תכלית פון מעקן, רעדאגירן?
 
לאמיר פארשטיין, וואו וואלסטו געגאנגען, אויב וואלסטו אראפ פון קרעמעל? - איז דען דא נאך א פלאץ וואו מען קען אזוי געשמאק פארברענגען?
 
אפאר אירע האבן עס באריכטעט אז לדעתם איז עס ער ווי עראטיקע וואס איז דערווייל צוריק געהאלטן אפי' אין מאחורי.

כ'האב עס געמעקט און זיכער געמאכט אז דו באקומסט א נאטיפעקאציע. כ'האב עס געשטעלט אויפן גרופע מאד'ס אז זיי זאלן עס דורך טון און פסקנן אויב מ'זאל עס צוריק שטעלן.

יישר כח שעפטאל

זעהסט, איך האב ניטאמאל געוואוסט די כללים פון עראטיקע וואס יא און וואס נישט. אזויפיל ווייס איך אז איך בין נישט ערלויבט צו שרייבן אין יענע פארום.
איך ווייס נישט צו איך האב וואס מוסיף צו זיין דארט בכלל, איך ווייס דאס וואס אלע אנדערע ווייסן....
 
איך הער. הייסט טאמער זאג איך עפעס אינעם קופקע וואס דריי חברה שמעקט נישט פליט עס פון ישוב?

דארף איך אכטונג געבן ווען איך רעד וועגן עני אדמו"ר אז אויב איז דא דריי חסידים נשרפים פון יענעם וועלן זיי עס באריכטן און עס וועט פארן לתהום הנשי'.
ח"ו זעה דא (מ'באריכט נאר וואס איז אפשר נישט ווי די שטאטוטן, ס'ווערט באהאלטן ביז ס'ווערט דורכגעקוקט דורך מאד'ס)

אפשר איז גוט אז דער וואס מ'מעקט זאל קענען זען ווער ס'האט איהם פאר'מסר'ט, און זיך קענען אויסשמועסן מיט איהם?
יש לדון בזה. קיינער זיצט נישט און ליינט אדורך אלעס, מ'דארף צוקומען צום הילף פון באריכטן, נאכדערצו פאר עמערדשענסי'ס ווי גילוי ח"ו.
און אפשר וועלן מענטשן זיך צוריקהאלטן פון באריכטן אויב מ'זעט ווער ס'באריכט.

אבער דאס יא, אויב איינער פיהלט באקוועם קען ער זיך אליין אנטראגן צו מודיע זיין פריוואט צו ברבים אז ער האט באריכטעט.

יישר כח שעפטאל

זעהסט, איך האב ניטאמאל געוואוסט די כללים פון עראטיקע וואס יא און וואס נישט.
כ'וואלט דא ארויפגעלייגט דיין תגובה. אבער אפאר וועטעראנען וועלן עס באריכטן וועט זיך מיין תגובה אויסמעקן 😂 סאו כ'וועל דיך עס אישי'ן...

אזויפיל ווייס איך אז איך בין נישט ערלויבט צו שרייבן אין יענע פארום.
לויט דיינע געשמאקע שרייבן בינעך זיכער אז דו גייסט סייווי ווערן א וועטעראן בקרוב, און דו וועסט קענען שרייבן דארטן!
 
@לאקאלער , ווען @שבתי שיקט דיך עס אין אישי, שיק מיך עס אויך ביטע אריין
כ'בין זייער נייגעריג וואס ס'האט דארט געשטאנען, אז ס'האט אזוי געטריגעט אנדערע...
 
איך ווי קלארשטעלן אז ס׳נישט אז די תגובה ווערט פארמעקט ווען עס ווערט באריכטעט דורך דריי ניקים, ס׳ווערט פשוט באהאלטען און די מאדעראטארס זענען דערנאך מחליט וואס ציטוהן דערמיט.
די סיבה דערצו איז אזוי דארף מען נישט שטעלן קיין משגיח תמידי אויפן סייט, נאר עס ווערט געמאניטארט דורך די ניקים אליינס, און ווען דריי ניקים האלטן אז א תגובה איז פראבלעמאטיש ווערט עס באהאלטען און א מאדעראטאר דארף מחליט זיין צי ס׳האט טאקע עובר געוועהן אויף די פארשריפטן.
 
@קרעפל און @עמרם איך האב שוין באקומען די תגובה אין אישי.
די תוכן דערפון איז עפעס בנוגע אקטיוויטי וואס מען קען טון ניטל ווען מען קען נישט לערנען, געשמאקע ארטס און קרעפטס וואס קרעזי גלו קען אריינקומען אלס א משל ביים עס נוצן.

עטס זענץ געטריגערט?
 
@לאקאלער איך מיין די האסט זוכה געווען צי האבן די ערשטע מעסעדזש צי ווערן געמעקט אויף קרעמל, ווען איך בין אדמיניסטראטאר וואלט איך צוגעלייגט 100 מעדאלן (פונקטן) אויף דיין אקאנט.
 
@לאקאלער איך מיין די האסט זוכה געווען צי האבן די ערשטע מעסעדזש צי ווערן געמעקט אויף קרעמל, ווען איך בין אדמיניסטראטאר וואלט איך צוגעלייגט 100 מעדאלן (פונקטן) אויף דיין אקאנט.
טאקע אן ערע און א כבוד

אלעמאל פאנגט מען אן די תקנות אין א קהילה ביים יום זה מכובד.

עס איז נאר מגוחך ביז גאר אז על זה יצא הקצף און פונקט די תגובה וואס קלעבט ווי ארבעס צו די וואנע, אאפס, סארי, ווי קרעזי גלו צום שאוער, דאס איז פארמעקט געווארן
 
שלום וברכה חברים 😊

איך בין געווען אביסל פארנומען די פארגאנגענע פאר טאג און באמת ווילט זיך ארומפוילעצן און פשוט איגנארירן די נושא און לאזן די שנירל זינקען אבער משום והייתם נקיים מוז מען זיך שטארקען און יא אדרעסירן די טענה פון חברינו @לאקאלער

צום ערשט לאמיר טאקע ציטירן די געמעקטע הודעה אונטער א ספוילער מאסקע:
וואס איז אויב מען טוט די עצם מעשה אין שאוער, ארבייט עס ווי קרעזי גלו? אז טאמער עס איז נאס כאפט עס נישט? אדער אפשר ביי דעם נושא וואס אויב עס איז נאס כאפט עס בעסער, וועט אין א שאוער גארנישט טוישן לגבי ניטל?

די הודעה איז געווארן באריכטעט אלץ ״גראפיש״ און הגם איך פארשטיי אז פאר יעדעם מיינט ״גראפיש״ עפעס אנדערש און מיר דארפען נאך טאקע אויפקומען מיט א בעסערע מהלך צו באהאלטען הודעות וואס זענען א פראבלעם פאר געוויסע ליינער אבער נישט פאר אנדערע (אזויווי בלורן די טעקסט, נוצן טעגס, וכדו׳), אבער ביז מיר טרעפן די פאסיגע טעכנישע פונקציעס מוזן מיר אננעמען א געוויסע ליניע וואס איז OK און וואס נישט.

מיר נוצן טאקע די הגדרה וואס @לאקאלער האט שיין ארויסגעברענגט דא אין שנירל:
מיין הבנה אין דעם קרעמל איז, אז מען קען רעדן גענוי אזוי ווי מען רעדט אין קאנטרי קופקע. נישט אין קיין פארפרומטע קאנטרי, נאר אין א נארמאלע היימישע פלאץ, ווי מען מעג רופן אמאל אדמו"רים ביים ערשטן נאמען. מען מעג זאגן אזא וויצל דמשתמעי לתרין אנפין. וכו' וכדומה והמכין יכין בכל שום וחניכא דאית לי'.

לויט מיין מיינונג און די מיינונג פון אנדערע מאדס וואלט מען אין רוב קאנטרי קופקעס נישט גערעדט אויף דעם אופן און אויב יא וואלט עס אומבאקוועם געמאכט פאר רוב מיטשמועסער אין אזא קופקע.

איך פארשטיי אז אונזער שיקול הדעת איז זייער סוביעקטיוו און באגרעניצט, מיר קענען נישט ביי יעדע אזא הודעה מאכן א סייענטיפישע אנקעטע געוואויר צו ווערן די אביעקטיווע אמת, אלזא בעטן מיר יעדן מחילה און מיר האפן פאר פארשטענדעניש. ווי געזאגט, מיר קוקן אריין אין אפציעס צו קענען בלורן די סארט הודעות מיט א ווארענונג אלץ ״אומאיידל״ וכדו׳ און ווער עס וויל קען נאכאלץ קליקן דערויף און ליינען.

אויב איינער האט אנדערע זאכליכע מהלכים וואס זענען בכדי שיעשו, איז אדרבה ואדרבה, מיר זענען אפן צו הערן און זיך צו טוישן

בהוקרה,
חבקוק ע״י @מַחֲנַיִם
 
Back
Top