מענטל העלט

ראדני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
101
רעאקציע ראטע
399
די וואך האט א מאמע ליידער אומגעברענגט אירע צוויי קינדער, די וואס קענען איר זאגן אז זי ליידט אויף פסייקאוסיס.

ס׳אפחד וואס דא גייט פאר, שוין די צווייטע מאל דאס יאר וואס א גייסטיש צורידערטע פארשוין הרגט זיין משפחה מיטגלידער.

געוויסע טענה׳ן אז מען דארף ברענגען מער אווערנעס פאר די קאמיוניטי, אין אמת׳ן אריין האב איך נישט קיין אנאונג אווערנעס אז וואס? אז מען זאל נישט זיין ריטארדעד? אווערנעס אז גייסטיש קראנקע זאלן גיין צים דאקטער?
אדער איז עס סתם א וועג צי גאססיפן לשם שמים?
איך ווייס באמת נישט?

די מדוברת
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8438.jpeg
    IMG_8438.jpeg
    254.8 KB · געזען: 9
פון די לעצטיגע מענטל העלט אסיפות ביים היימישע ציבור זעהט גראדע יא אויס אז די נושאים ריקען זיך שנעלער וואס כ'האב עקספעקטעט..
 
עס דערמאנט מיר א געשיכטע וואס כ'האב געליינט פון איינע פון די היימישע אויסגאבעס (אין ענגליש) וועגן א יונגע מאמע וועלכע האט געליטן פון pospartum depression - אן אפטע ערשיינונג ביי מאמעס נאך די שווערע איבערלעבעניש פון געבורט - אבער זי האט נעבעך נישט געהאט קיין משפחה וואו זי האט געוואוינט און נישט קיין נאנטע פריינט וואס זאלן איר קענען ארויסהעלפן. און אוודאי האט זי נישט געהאט קיין אהנונג וועגן מענטל העלט ווייל ביי אונז דארף עס נאך א גרויסע תיקון.

גייט אדורך עטליכע וואכן און זי צורייסט זיך מיט ארבעט, שלאפלאזע נעכט, און זי האט נישט קיין respite (צייט פאר זיך, אפצורוען און קומען צו זיך) און די מצב ווערט ערגער און זי הייבט אן האבן ווילדע געדאנקען וואס דערשרעקן איר: וועגן שטעכן איר קינד!

און אוודאי די בושה איז געפערליך (ווייל זי מיינט ס'איז איר שולד, אנשטאט צו פארשטיין אז זי דארף פשוט הילף ווייל one way or another קראכט עס און די מח וועט אראפגיין פון זינען אויב די ענדלאזע סטרעס איז צו שווער צו דערהייבן.)

ויהי היום און זי איז אריין אין א סייקאסיס. (אגב ס'נישט אזוי זעלטן פאר א מאמע נאך א בעיבי צו ליידן פון דעם, נאר אין די וועלט ווייסט מען צו גיין פאר הילף און ווען מ'איז אונטער די אויפזיכט פון א גוטע Psychologist וועלן זיי באמערקן ווען זאכן הייבן אן אראפגיין פון די רעלסן און טון עפעס צו העלפן היילן, אבער זי האט דאך נישט געוואוסט און ס'געווארן כסדר ערגער)

ב"ה אז מ'האט איר גלייך אריינגעפירט אין א גוטן שפיטאל (ס'דא פלעצער וואס זענען מער מכה ווי רפואה, אבער זי האט געהאט א גוטע פלאץ זיך צו ערהוילן). זי דערציילט אז עס האט איר געדויערט 5 וואכן* צו ווערן אויסגעהיילט, ווייל זיי האבן געמוזט טרעפן די פאסיגע מעדיצין.

*אויב איך געדענק ריכטיג

אין די צייט פון איר סייקאסיס האט זי נישט געהאט קיין אהנונג וואס טוטצעך מיט איר! אזויווי איינער וואס איז אין א טיפע חלום, און טוט sleepwalking. זי זאגט פון צייט צו צייט האט זי געזעהן די מענטשן וואס זענען געקומען איר באזוכן, אבער נאכדעם "שלאפט זי צוריק איין" אזויווי איר מח וואלט געווען אין shutdown mode.

די פרוי פון לעיקוואד זעהט נישט אויס ווי א קאלטבלוטיגע בכלל, לענ"ד געהער זי נישט אין א תפיסה, זי דארף א דאקטער און א דרינגענדע רפואה.

זי זעהט אויס ווי איינע וואס האט געארבעט ביטער שווער פאר פרנסה (זי האט א masters - און ווער ס'ווייסט ווי grueling יוניווערסיטי קען זיין plus קעיר נעמען פון צוויי פיצלעך קינדער, זי קוקט נעבעך אויס ווי זי האט פארלוירן איר שכל 💔

איך ציטער צו טראכטן וויאזוי זי גייט שפירן ווען זי וועקט זיך אויף פונ'ם סייקאסיס און געפינט אויס די שוידערליכע זאכן וואס אירע הענט האבן נעבעך געטון 😭
 
אויפמערקזאמקייט גייט נישט באהיטן יעדן פאל אבער עס לייגט זיך אויפן שכל אז עס העלפט פארמינערן די שאנסן, אויב משפחה מיטגלידער ווייסן פון ריסאורסעס אדער אויב די באטרעפענדע אליינס ווייסן.
 
Back
Top