המן טאש
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 14
- רעאקציע ראטע
- 67
- פונקטן
- 13
אונז האלטן שוין ב״ה אין א פערפעקט וועלט, אלע בחורים האבן שוין ישיבה׳ס, קיינער באגייט שוין נישט סועסייד, דער עולם איז נישט אויף דראגס, מחותנים באצאלן צי חתונה מאכן די קינדער ווי כאילו עס איז בלויז א קוואדער אין א טעלעפאון בודקע, די מלמדים שלאגן שוין נישט, די קריפס מאלעסטן שוין נישט, די רענט איז אזוי נידריג אז מען דארף גיין נאך געלט פאר די לענדלארדס, ענד דעי ליוויד העפילי עווער עפטער.
אבער דא עקא האבן די עסקנים געזען אז זיי ווילן דאך עפעס אויפטון, פשוט אלץ דרך הטוב להיטיב, האבן זיי געטראפן איין פלאץ ווי מען קען נאך עפעס אויפטון און כלל ישראל איז מושלם.
מען האט געעפענט א וועד השייטלעך, נישט מער און נישט ווייניגער, א געהעריגע הכשר קאמפעני, מיט ראלס און רעגולאציעס ביז ווי די האר מעג גיין, ווי לאנג, וועלכע סחורה צי ניצן אא״וו.
זאלסט נישט מיינען אז מיט דעים באגניגען זיי זיך! (בניגון ואני און איך יעקב) זאג איך דיר ניין!
די שייטל מאכער איז מחויב צי אפרעדן די קאסטעמערס פון קויפן אדער סטיילן די שייטלעך.
זי מוז בארימען די וואס גייען יא מיט א יאנטשי שייטל.
זי מוז אויפהענגן די הכשר מיט די תקנות אין איר ראם.
זי מוז אויסהערן א פראפעגאנדע האטליין.