אמעריקאנער סודות בוך

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
764
רעאקציע ראטע
1,866
דאס ווייסע הויז.

א מאיעסטעטישער קעניגליכער פאלאץ ארום גענומען מיט הערליכע גארטנס און א פשוטער שווארצער צוים וואס נעמט איר ארום.

דאס הויז שטייט אויף 1600 פענסעלוועיניע עוועניו. אין וואשינטאן דיסטריקט אף קאלאמביע. -
אינטערסאנטע פאקט: אין יאר 1790 תק"נ בערך 14 יאר וואס די פאראייניגטע שטאטן האבן זיך אפגעריסען פון די ענגלענדער אין יאר 1776 תקל"ו האט קאנגרעס אדורך געפירט א געזעץ אין די ביכער וואס הייסט די רעזידענץ אקט Residence Act וואס דאס האט דאן באשטעטיגט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל האבן א קעפיטאל וואס איז די עיר הבירה פון די פאראייניגטע שטאטן. א שטיקעל שטח וואס שטייט ביי דעם פאטאמיק ריווער Potomac River. די שטח איז נתנדב געווארן צו דעם נייעם פעדעראלער קעפיטעל דורך די צוויי שטאטן מערילענד און ווערדזשיניע.

די נאמען פונעם פעדעראלער שטאט איז גערופן געווארן ע"ש גענעראל וואשינגטאן וואס איז געווען די אנפירער פון די פאראייניגטע שטאטן רעוועלוציע זיך צו אפרייסען פון די ענגלישע אונטערדריקער. די צוו בוך שטאבן די. ס. איז געווארן צו געלייגט פאר די ווערטער פון דיסטריקט אף קאלאמביע ע"ש קריסטאפער קאלאמבוס וואס איז געווען די געפונעi פון די אמעריקאס אין יאר 1492 רנ"ב אין שליחות פון די ספאנישער קעניגן איזעבעלא דער ערשטער און קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אייבעריע (די קאלאמבוס עפאכע איז א לאנג פארצווייגטע היסטאריע וואס מיר וועלן נישט דא ווייטער שרייבען די דיטעילס. עס וועט אוועק פירן אונזער ווערק קיין האנעלולו)

אין די ווייסע הויז וואוינט דערינען נישט קיין קעניג, אדער גאר א געלט-גייציגער לאנד'ס מענאפיולירער וואס לויפט נאר נאך דעם טרוים פון רייכטום און כבוד אויפן חשבון פון די לאנד'ס איינוואוינער וואס זענען ווי פליכטלינגען פאר זייערע אויבערהארן.

עס וואוינט דערינען דאס שטערקסטע, די מערסטע פאוערפול, און די מערסטע אינפלוענשיל מענטש אין די וועלט, דער פרעזידענט, וואס איז די ראש ממשלה פון די שטערקסטע און רייכסטע מדינה אויף די וועלט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. צו וועם אלע וועלט'ס מאכטן ווענדן זיך צו, פרובירן נושא חן זיין ביי דעם אמעריקאנעם פרעזידענט מיט סיי וואס עס גייט נאר פאר אין זייערע אייגענע מדינות האפן זיי אז דער שטערקסטער מענטש אויף דער וועלט דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט נישט אויף זיי קוקען מיט א בייז אויג.

ווי אויך איז דער ווייסער הויז א מאיעסטעטישער הערליכער אויסגעצירטער בנין ווי עס פאסט פאר א קעניג.

דאס ווייסע הויז האט גאר אסאך פונקציעס אויסער האלטן דאס וואוין ארט פונעם שטערקסטע מענטש אין די וועלט. דינט עס אויך פאר די הויפט וואוינונג פון דעם צענטעראלער מיליטערישע פאוער, די שטערקסטע מיליטער פון די וועלט. א שכן מיטן שטערקסטער מענטש.

די ווייסע הויז איז די מערסטע באוואכטע בילדינג וואס איז נאר אמאל געבויט געווארן, און וואס עס שטייט.

א שטאט פון אונטער ערדישע טונעלן וואס דינט פארשידענע פונקציעס, בעיקר פירט עס ארויס פון דארט טיף אריין אין וואשינגטאן די. סי. צו א צווייטער פארזיכערונגס ארט אין פאל די אינעווייניגסטע איינוואוינער, דער פרעזידענט, זיין פאמיליע, מיט זיין קאבינעט וואס געפונען זיך אינעווייניג אין סיי וואספארא סכנה.

עס איז דא הונדערטער מייסטער טעראריסטן וואס וואלטן געהאט שטארק חשק צו זעהן דאס ווייסע הויז ווערן פארשווארצט פון רויעך און דאס גאנצער אינהאלט פון אינעווייניג זאל מיט די רויעך מיט גיין.

די לאנגע ווייסע זוילן וואס שטייען אויסגעשטרעקטע פאר פראכט דינט נאך צענדליגער צוועקן אויסער דינען ווי אן אומשילדיגער דאום וואס גיבט א פרעכטיגער אויסזעהן פאקן ווייסן בנין. די ווייסע זוילן האבן אסאך לעגענדעס ארום (איך וועל זיי נישט פארשרייבן, פשוט ווייל עס איז אין ערגעץ נישט קראנט אינפארמירט. מיר פרובירן איבער אלע כוחות צו שרייבן נאר קראנטע אינפארמאציע. א לעגענדע וועלן מיר נאר שרייבן כדי לסבר את האוזן און ארויס ברענגען א נקידה אבער נישט פאר קיין אינפארמאציע) זיך וואס איז קיינמאל נישט קאנפארמירט געווארן. אבער אויך איז זי נישט געווארן אפגעפרעגט. (און פאל א פליגער פליט אריין אין די געגענטווארט (נאו פליי זאון) פונעם ווייסען הויז, וועט פון די פיר זוילן ארויס קומען גאר שטארקע מאגנעטישע שטראלן און ארום ווארפן א שטארקע אינפרארעד סיגנאל וואס וועט ארויס ציען די לעקטער פון אלעס ארום די גאנצע געגענד. די פליגער וועט פארלירן אירע סיגנאלן און וועט אויף קיין פאל נישט קענען זיך דערנענטערן צום ווייסען אויס נאך פאר ער ריקט זיך פאראויס צום ציל וועט די פליגער אוטאמאטיש ווערן א פייער טאבע פון זיך זעלבסט, א שיינע פאר מייל פאר די פילאט פונעם פליגער האט נאר א געלעגנהייט אפי' צו טראכטן צו נוצען זיין פליגער צו שלעכטס טוהן דאס ווייסע הויז)

אלעס וואס טוהט זיך ארום דעם בנין איז פארבינדען מיט אויסטערלישע סודות, אפי' די ארכיטעקטור פונעם בנין מיט אירע קארידארן וואס פירן פון איין פיליאלע צום צווייטן זענען רזי דרזין. די וואס דרייען זיך אין איין זײט פונעם בנין ווייסען נישט וואס עס טוהט זיך אין די אנדערע זייט פונעם בנין. אלעס וואס מיר ווייסען יא איבער דעם בנין איז נאר א מיעוט שבמיעוט וואס עס איז נאך אלץ פארהאנען אין איר.

צווישען די הויכע מייעסטעטישע ווייסע זוילן זענען דא דארט אזאנא סודות, וואס זונט סודות האט זיך געסודות'ט, האט זיך נאך נישט געסודות'ט אזאנא סודות וואס דארט סודוס'ט זיך. די אלע סודות וואס קומען נאר דארט פאר זענען ארום גענומען מיט קאנטריווערסיע. און שטיק וואס טאר בשו''א ארויס רינען צום פובליקום פאר כמה וכמה סיבות. אמאל פאליטיש, אמאל סטראטעגיש און אמאל קען דאס קאסטן דעם איינואוינער צו פארלירן זיין וואוינונג פון ממש איין מינוט צום צווייטן ווי די אמעריקאנער היסטאריע האט עס שוין איינמאל באוויזען. דעפאר מיז אלעס וואס טוהט זיך צווישען די פיר ווענט פונעם ווייסן הויז בלייבן אין שטרענגסטן געהיים. ח''ו ווען א ווארט פון די דאזיגע סודות קומען אן צו אן אויער וואס קען ח''ו האבן א שלעכטער כונה אנטקעגן די פאראייניגטע שטאטן. גאט זאל אונז אלע באהיטן.

עס זענען דא מאנכע וואס גלייבן אז א בוך פון סודות וואס ערהאלט די סודות פון די אמעריקאנער גאווערמענט. וואס רופט זיך די בוך פון סודות עקזעסטירט.

את"ל אזא בוך עקזעסטירט, וואס וואלטן מיר דארט געלעזט, וואלטן מיר דארט געלעזט?

די באהאלטענע היסטאריע וואס איז בכלל נישט באקאנט פארן פובליקום?

וואלטן מיר דארט געליינט די אלע גראנדיעזע פלענער וואס די ארמעריקאנער רעגירונג פלאנט פארן ציקונפט,?

וואלטן מיר דארט געליינט אלע שקרים, און די שגץ שטיק די אמעריקאנער רעגירונג אונטער פולן באפולמעכטיקט פונעם פירער איז באגאנגען אונטערן נאמען פון פרייהייט אין זייער 280 יאר אויף עקזיסטענס,?

און צום סוף איין זייער שטארקע שאלה שעולה על כלנה . איז טאקע פארהאן אזא ביכעל ?

דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט. איז נאר איין קליינער חלק און אפשר אפי' די קלענסטע חלק פון וואס עס שפילט זיך אפ אונטער די פשוטע שווארצע גאראטעס אויף 1600 פענסילוועניע עוועניו. וואס פאסירט אלץ אין דעם באשיידענעם ווייסן הויז.

אינטערסאנט איז אז די וואויניג אין די ווייסע הויז איז דאס מערסטע באקאנט אין די וועלט ווי סיי וואספארא וואוינונג עס איז נאר פארהאן, אבער נאך אלץ וואס עס געפונט זיך אינעם וואוינונג איז דאס ווייניגסטע באוואוסט וואס אינצווישען אירע 4 ווענט קומען פאר א יעדן ליאדען טאג. ווייסט קיינער נישט (די נארט ווינג ווייסט נישט גארנישט פונעם איסט ווינג און אזוי פארקערט. די וואס ווייסען יא פון ביידע ווייסען אבער נישט וואס עס טוהט זיך אין דעם פריוואטן קווארטל פון די ערשטע פאמיליע) אויסער דער פרעזידענט אליינס די איינוואוינע,ר די איצטיגער פארוואלטער וואס פארפיגט דארט מיט אלעם.

די ארבעטער דארט זענען פון די אויבערשטע שטייסעל פון די מדינה על פיהם יצאו ועל פיהם יבואו.

בעצם די רעגירונג'ס פונקציעס אין געזעצען ווערן בכלל נישט געפירט ביים פרעזידענט. די פרעזידענט איז נישט קיין דעמעגאג אין מאכט געזעצן לויט זיין גיסטע. די געזעץ טאטעס זענען בכלל נישט אונטערן פרעזידענט נאר דוקא פארקערט. (דאס איז אן עקסטערע לאנגער ארטיקעל בפני עצמו)

דער פרעזידענט פאר די פיר אדער אכט יאר וואס ער איז ערוועלט איז ער די סי. אי. אוי. CEO פון די קאמפאני וואס הייסט יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. די קאמפאני איז א פובליקלי טרעיד קאמפאני עס באלאנגט נישט פאר קיין יחיד. עס באלאנגט פאר די סיטיזענס פון די מדינה. די סיטיזענס זענען פילפאכיגע שותפים און בעצם איז דאס פאלק דער וואס שטעלט אריין די סי. אי. אוי. צו פירן די קאמפאני כדי צו מאכן זיכער אז די קאמפאני פירט זיך ווי עס ברויך צו זיין אין אלע פראנטן.

פאר דעם ריזיגען קאמפאני באצאלן אלע סיטיזענס זייער שעיר דורך די שטייער וואס מען צאלט איין מידי שנה בשנה. צו נעמען א חלק אין די הוצאות ווי גלייכע שותפים. און די זעלבע נעמען די שותפים אין רווחים אויב עס איז דא. (טעקס ריטורנס פאר די העכערע פארדינער, נישט ווי אונז רעדן פון א ריפאנד אז מען האט איבער געצאלט. מיר מיינען צו זאגען, אויב די מדינה האט איבעריג געלט און די שטייער צאלער דארפן נישט אזוי פיהל איינצאלןַ נישט געזארגט עס האט נאך נישט פארסירט און וועט נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט)

איז דער דזשאב פונעם פרעזידענט צו מאכן זיכער אז די קאמפאני קלאפט 100 פראצענט.

ער פארפיגט דירעקט אויף די עקזעקיוטיווער פיליאלע. די פונקציע איז צו אינפארסירן און מאכן זיכער אז די געזעצן פון לאנד וואס איז באשטעטיקט געווארן ביי קאנגרעס עס אריין צו לייגן אין געזעץ. איז דער פרעזידענט פארפליכטעט צו מאכן זיכער אז די געזעץ ווערט אינפארסירט אויף די פעדעראלער לעוועל (אויך א שמועס ב''ע)

די אדמיניסטראציע אנגעלעגענהייטן פון די גאווערמענט איז די אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. ד.ה. קריעטן דעם אגענדע פון די פעדעראלער גאווערמענט, אין זיך אפ געבן מיט זייער טעגליכע אויפגאבעס אויף וואס די גאווערמענט זאל לייגן געוויכט צו מסדר זיין אז עס זאל קלאפן. דהיינו, דער פרעזידענט פארלאנגט די גאווערמענט זאל באשטעטיגן קאוויד ריליעף פאנדס. איצטערט איז עס די אחריות פונעם גאווערמענט ארויס צו ברענגען מכח אל הפועל. דער פרעזידענט פארלאנגט אז די גאווערמענט זאל אויס ארבעטן די פעדעראלער בודזשעט אז ער זאל קענען עס אינפארסירן צום געזעץ. פארשטייט זיך ער וועט נאר אינפארסירן דעם בודזשעט טאמער ער זעהט איין אז עס איז גוט און לוינט פאר די מדינה (קאמפאני).

אלע דיפלאמאטישע באציאונגען ארום די וועלט ליגט אויפן פרעזידענט זעלבסט. אפמאכן, עגרימענטס, נעגאשיעישאנס, קויפן פון אנדערע מדינות, און פארקויפן פאר אנדערע מדינות וכדו'

דער פרעזידענט איז דער הויפט גענעראל פונעם גאנצען מיליטער. און א יעדע סטראטעגישע מיליטערישע אקציע איז אויף זיינע פלייצעס.

באדזשעט פון די מדינה און אקאנאמישע פאליסיס. למשל אויף וואס מען זאל יא אדער נישט ספענדען קיין געלט פון די קאסע. וואס דאס גיט דער פרעזידענט איבער פאר קאנגרעס צו באשטעטיגען אין אריין לייגען אין געזעץ און עס זאל צוריק קומען צו זיין טיש צו עס אריין חתמענן אין געזעץ.

געוויסע געזעצען וואס דער פרעזידענט דארף נישט האבן קאנגרעס צו אינפארסירן. איז טאמער דאס געזעץ איז געלויטעט פאר די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה וואס איז די טאטאלער אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. למשל קוילן גרובעריי אינדאסטריע צו קאנטראלירן מיט אינווייראמענטאל פארבעסערונגען. קען ער אריין לייגען אין געזעץ אן די הסכמה פון די הייזער אויף דעם.

נאך א משל, יא דרילן פאר אויל אין אמעריקא נישט דרילן פאר אויל וויבאלד עס הארגעט די ענווייראמענט ליגט עס אויף אים זעלבסט. די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה דארף ער נישט האבן די הייזער צו באשטעטיגען סיי וואספארא געזעץ.

און די גרעסטע זאך אחרון אחרון חביב וואס מיר האבן אלע מיט געהאלטן אין די לעצטערע יארן. קריזיס מענעדזשמענט. למשל: עס ברעכט אויס א קאוויד אפעדימיע ח''ו אדער האלטן דעם פובליקום אין קאנטראל ווען דאס פאלק איז צוקוועטשט (די מיליטער קומט אריין אויב די רואיגקייט אין די מדינה גייט ארויס פון קאנטראל און עס אפעקטירט מער ווי די סטעיט ווי די אומרואיגקייט האט אויס געבראכן נעמט דער פרעזידענט איבער די מארשעל לאו Law Marshal )

א יעדע זאך וואס מיר האבן דא אויס גערעכענט אויבן איז נאר אויפן שפיץ גאפל און א יעדע פאראגראף פאר זיך קען ניצען א גאנצער בוך נישט נאר אן ארטיקעל פון אפאר טויזענט קאקאקטערן.

די אלע אויבן דערמאנטע זאכן ווערן געמענעדזשט אין דאס ווייסע הויז.

פארשטייט זיך אליינס, אזוי פיל אחריות'ער קען נישט ליגען אויף איין מענטש אן קיין הונדערטער אדער אפי' טויזענטער געהילפן וואס ברענגען די אינפארמאציע און אזוי דארף ער זיצען און מאכן דעסיזשענס כל יום ויום מיט די יועצים און פירן דאס לאנד. און אזוי פיל ארבעטערס פאר אן אפיס דארף א ריזיגער בנין.

וויבאלד די בלוט און אדערן פון די מדינה פליסען דורך דעם הארץ קאנאל (דאס ווייסע הויז) איז אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט אדער מיט די הויפט קאבינעט מיטגלידער קען די גאנצע מדינה פארקריפעלט ווערן. ע"כ דארף דאס ווייסע הויז אזא שטארקער שיץ אז די שטערקסטע מעכטיגסטע מדינה פון די וועלט מיט די שטערקסטע מעכטיגסטע מענטשען אויף דער וועלט זאלן 100 פראצענט קענען פונקציאנירן אן קיין איין רגע הפסקה, די מדינה זאל פאר קיין איין רגע נישט זיין אויסגעשאלטערט.

און טאקע דערפאר געפונט זיך די וויצע פרעזידענט נישט אונעם זעלבן בנין צוזאמען מיטן פרעזידענט מערסטענס טייל פונעם טאג. אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט זאל דער וויצע גלייך קענען איבער נעמען די ממשלה אן קיין שום איבערהאק. די לעקטער זאל ניטאמאל געבן א בלינק.

בירגער רעכט, הא! קיין זעלבסט ווירדע נישט. ווען אין די ווייסע הויז האט מען מחליט געווען עפעס וואס זיי ווילן. וועלן זיי גיין מיט זייער אגענדע ביזן סוף. אריבער פארן אלע אוטאריטעטן און טוישען געזעצען בע''כ מיט גוטן אדער מיט בייזן. (אויך א לענגערער ארטיקעל צו שרייבן פאר זיך)

נישט נאר די אמעריקאנער פרעזידענט האט באקומען דאס פאלאץ פאר זיין וואוין ארט ווי לאנג ער דינט אלץ דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא, נאר די ווייסע הויז איז אויך דעם וואוין-ארט פאר זיין ווייב און קינדער וואס זענען נאך נישט ארויס פון אונטער דעם פארטוך פונעם מוטער, ווען דער פרעזידענט נעמט איבער דאס וואוינ-ארט פאר לכה"פ די 4 יאר פון זיין טערמין. וועט ער זיך אהין אריין ציען מיט זיין גאנצער געזונדל.

די בעסטע וועג צו מסביר זיין פאר אן אינדעראויסינדיגער וואס עס מיינט וואוינען אינעם ווייסען הויז די 4 יאר פון ווען דער פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירען אין אנהייב פון זיין טערמין, ביז ער ענדיגט עס אויס, אמאל 4 יאר און צומאל 8 יאר. איז אזוי ווי איך זאג אייך אז איר וועט וואוינען אין א מוזיון פאר אפאר יאר. עס איז פשוט זייער שווער צו מאכן דעם הויז דעם איינ-וואוינערס אייגענטום ווען די איינ-וואוינער ווייסן אז דאס איז נאר א צייטווייליגער דירה, א דירת עראי. אפי' הכי ווען די ערשטע פרוי קענען פארלאנגען דעקארירונג לויט איר געשמאק.

די שווערסטע זיך צוצוגעוואוינען איז, זאגט סוזען פארד, די טאכטער פונעם פרעזידענט דזשראלד פארד די אכט אין דרייגסיגסטער פרעזידענט וואס האט געדינט די פאראייניגטע שטאטן פון 1974 ביז 1977

" דאס קומען און גיין פון די פרעסע לייט ווי ביים טאטן אין וויין גארטן, זיי זענען ענדערשט די בני בית אינעם ווייסען הויז, ביי דיר ממש אין דיינונג רום. עס איז גאר שווער צו דערהייבן אלץ אן איינוואוינער, די האסט פשוט נישט דיין אייגען ווינקל אין דיין אייגענע דירה.

פאר מיר אלץ קינד אנצוקומען צו מיין טאטענס אפיס האב איך געדאַרפֿט אדורך שפרייזן די פרעסע צימער ווי די גאנצער פרעס־קאר איז כּסדר דארט געזעצן און געקוואקעט, קיין איין סקונדע פריוואט האב איך נישט געקענט געניסן ווען מיר האבן געוואוינט דארט.

כּסדר האט א יעדר אין די פרעסע צימער געוואוסט ווי איך געפון זיך און וואס איך טוה. ביז אפאר מינוט שפּעטער האט שוין דאס גאנצער אמעריקאנער פאלק געשמועסט אז איך בין געקומען פון די דירה צום אפיס פון מיין טאטען, די פּרעזידענט פון די מאכטפולסטע מדינה אין די וועלט און אפי׳ השערה׳ס וואס מיר האבן געשמועסט האט צירקולירט גלייך דערנאך. אפי' נאך פאר איך בין ארויס פון זיין אפיס איז עס שוין געווען צושמירט דורך אלע נייעס שופרות.

סטיווען דער זוהן פון דזשעראלד פארד דער ברידער פון סוזען, זאגט אז וואוינענדיג אין וואשינגטאן אלץ א קינד פון א גרויסער פלאטיקאנט. די צווייט מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט. וויצע פּרעזידענט צו פּרעזידענט ניקסאן. ווען איך האב אַריבער שפאצירט 1600 פענסילוועיניע עוועניו, האב איך זיך כּסדר געוואונדערט וואס עס טוהט זיך אונטער די פשוטער שוואַרצע געראטעס און דעם שיינעם גארטן. איך האב פון אייביג אן געוויסט אז מיין טאטע איז משנה למלך, קומט פון צייט צו צייט אהער זיך אדורך רעדן מיט זיין בעה"ב פּרעזידענט ניקסאן ביי פארשידענע אנגעלעגענהייטן. אבער אויך האב איך געוואוסט אז גאר זעלטן וואס ער קומט אהער, כדי צו מאכן זיכער אז דער פּרעזידענט מיט זיין וויצע זענען נישט צו לאַנג אויף איין פלאץ צוזאַמען פאר די זיכערקיייט פון די אמעריקאנער רעגירונג. אז טאמער האט סיי וואספארא א שלעכטער פלאן צו שעדיגען די טאטעס פון אמעריקא זאל ער ח׳׳ו נישט קענען שעדיגען ביידע אויף איינמאל.

איך האב אויך געוויסט אז צו קענען שעדיגען דעם פּרעזידענט אדער זיין וויצע דארפן זיך הימל און ערד צוזאם קומען. די פארזיכערונגס מאסנאמען אַרום זיי ביידע זענען אויף א מאסן שטערבליכער פארנעם. פליצלונג נאך 10 חדשים זייענדיג אין וואשינגטאן האבן מיר ווי א בליץ וואס שניידט דורך אין מיטן העלן טעג זיך געפונען וואוינען אינעם ווייסען הויז נאך וואס פּרעזידענט ניקסאן האט איבער געלאזט זיין פרעזידענטשאפט אזוי פליצלונג פון איין מינוט אויף די אנדערע.

אין די זימער פון 1972 האט זיך דער זיבען און דרייסיגסטער פרעזידענט ניקסאן געטראפן אין א שרעקליכער סקאנדאל וואס עס איז געווארן אנגערופן די וואטערגעיט סקאנדאל. ע׳׳ש די קאמפלעקס (קאמפוס פון אפיס בילדינגס) וואס האט געהייסן די וואטערגעיט קאמפלעקס, ווי די סקאנדאל האט זיך געווירבעלט.

יוני 17 1972 זענען ארעסטירט געווארן 5 פארברעכער פארן זיך אריין ברעכן אין די אפיסעס פון די די. ענ. סי. DNC דעמאקראטישע נעשאנאל קאמיטע אפיסעס.

די פארברעכער האבן וואנדאלעזירט דאס פלאץ עס זאל אויס זעהן ווי א פשוטער פארברעכערישער אקט פון 5 אינדיווידואלן וואס האבן געוואלט טערארעזירן די דעמאקראטישע הויפט אפיסעס אין וואשינגטאן.

למעשה זענען צוויי רעפארטערס פֿונעם וואשינגטאן פאוסט צייטונג באב וואדווערד, און זיין קאָלעגע קארל בערענשטיין (א עידישער אפשטאמיגער) נאך לאַנג פרעסען און נישטערן אין די פרשה זענען זיי געקומען צו די מסקנה אז דאס איז געווען נישט סתם א פארברעכערישער אקציע פון סתם כוליגאנעס וואס האבן נישט געהאט קיין בעסערע בנין אדער אפיס צו וואנדאלעזירן, דאס איז געווען אן אקציע וואס איז געקומען פון אויבן פון די טאפ. דער פּרעזידענט (ניקסאן) בכבודו ובעצמו האט באגלייט און אוטאראזירט די דאזיגע אקציע.

ווי נאר די וואשינגטאן פאוסט האט געבראכן די נייעס, אז דאס איז נישט א פשוטער אומשילדיגער וואנדאליזם קעיס ווי עס קוקט אויס, עס איז אסאךַ טיפער פון דעים, עס זענען אינוואלווד פאליטישע פיגורן פון די גאר הויכע פענסטער און פון די אדמינעסטראציע זעלבסט. האט זיך צו די אינוועסטיגעיטיוו רפארטינג צו-געשטעלט צו די פאר גרויסע בארומטע נייעס אגענטורן ווי די ניו יאָרק טיימס, סי בי עס ניוז CBS און ען. בי סי. NBC און זיך צוגעטשעפעט צו די אינוועסטגעיטיווע רעפארטערס און ארויס געהאלפן זאמלען וואס מער עדות'שאפטן ביז די חקירות און דרישות פון די רעפארטערס האבן געצויגען די שטריקען צום פרעזידענט זעלבסט.

ווי א דינער אין מיטן העלן טאג האט זיך די נייעס פארשפרייט ווי א פייער אין א טריקענער וואלד. די אדמיניסטראציע האט נישט געקענט אפשטעלן די נייעס, די שפיזיגע פארהערן פון קאנגרעס און סענאט זענען געווארן וואס מער דראמאטעזירט און וואס א טאג עס איז דורך איז נאך א פלאטיקאנט פונעם צירקול וואס איז נאנט צוםַ פרעזידענט גערופן געווארן אויף א פארהער. דער פרעזידענט האט אנגעהויבן שפירן דעם שטריק ארום זיין האלז און אט קומט אן אימפיטשמענט פון ביידע הייזער אן קיין ווידערשטאנד. עס איז פשוט נישטא קיין וועג ארויס די רעפארטער ברענגן גוטע חומר צום טיש. אלע פיילן צילן צום פרעזידענט, דער פרעזידענט זעלבסט איז דער וואס האט גאר באשטעלט די אקציע און אוטראזירט צו ניצען די סיקרעט סערוויס פאר אט די אקציע, צו סאבטאזשירן די דעמאקראטישער הויפט קוואדערס. די פארהערן אדורך צו שוויצען דעם סקאנדאל האט נישט אויס געזעהן מעגליך בשו''א. בלית ברירה האט ער געמוזט פארשעמטערהייט רעזאגנירן ווי איידער א זיכערע אימפיטשמענט פון ביידע הייזער, די קאנגרעס און די סענאט.

אין אויגוסט 8 קארגע צוויי חדשים וואס די נייעס האט געפלאצט האט ניקסאן פארלאזט דאס ווייסע הויז ווי א גנב אינמיטן די נאכט. פון איין מינוט אויף די צווייטע מיט א רעזיגנאציע בריוועל. דשראלד פארד וואס איז דאן געווען די וויצע צו ניקסאן איז אריין געקומען אינעם ווייסען הויז אן קיין פריערדיגע מעלדונג, ער וועט דארפן איבער נעמען דעם שרביט הזהב בקרוב און שנעל.

דזשעראלד פארד די וויצע פרעזידענט איז פארשטייט זיך נישט געווען פארמישט אין די אקציע (וויצעס שטייען ווייט פון אינערליכע טעגליכע פוליטיק, לכאורה טאקע פאר די סיבה). נישט וואוסענדיג צו טיף ווי עס האלט מיטן פרעזידענט און ווי פארוויקעלט זיין באס די פרעזידענט איז דעם סקאנדאל האט געכאפט א שאק הערענדיג אז ער זאל שוין קומען צום ווייסען הויז איבער נעמען די לייצעס און ווערן איינגעשוואוירן אלץ די ניין און דרייסיגסטער פרעזידענט פון יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא.

סוזען: עס דרייען זיך ביי דער אינדערהיים אינטער די פוס מענטשען וועמען די הייבסט נישט אן צו קענען און די וועסט זיי קיינמאל נישט קענען. הארטע געזיכטער מיט קיין ברעקל ווארעמקייט ער איז דא פאר זיין דזשאב אכטונג געבען און פארזיכערן אז איינער וואס האט בייזע מחשבות זאל אפי' די זכיה נישט האבן צו קענען קוקען אויפן פרעזידענט מיט זיין פאמיליע.

דאס גאנצע לעבן אין די ריזיגע וואוינונג נעמט אוועק די פריוואטקייט וואס א שטוב דארף צו געבן פאר די איינוואוינער וואס דאס שטעלט די ווייסע הויז פאר אירע איינוואוינער נישט צו.

סטיווען: עס מאכט זיך אמאל צוויי אזייגער באנאכט ווען מיין טאטע דער פרעזידענט האט געטוהן זיין הויז פליכטן פון א מאןַ און נעמט ארויס זיין הענטל פאר זיינע צרכים. ער טוהט זיך אן דער אויבער ראק איבער זיינע פידזשאמעס און גייט ארויס אין פעלד פונעם ווייסען הויז מיטן הינטל. ער וויל צוריק אריין גיין אין זיין דירה ווען ער איז געווארן פערטיג מיטן באדינען דעם הינט און די אריינגאנג איז פארשפארט די סיקרעט סערוויס ווייסט ניטאמאל אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן שטייט אין גאס מיט די פידזשאמעס.

דיין פריוואטער איינוואונונג איז א דירה ווי טויזענטער מענטשען קומען דארט קוקן ווי אזוי מען וואוינט ממש ווי אין א טור גארטן, וואס עס טוהט זיך אין די הויז פונעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע. נישט איינמאל ווען איך קום ארויס פון מיין פריוואטער קארידאר צו גיין צום אפיס ווי מיין טאטע האט געארבעט האב איך זיך אנגעטראפן מיט מענטשען וואס טורן ארום ביי מיר אינדערהיים. נישט אייביג איז מען דערביי צו האוסטען און איינלאדענען געסט ביי זיך אין שטוב. אבער זייענדיג פרעזידענט און די וואוינסט אינעם ווייסען הויז איז די הויז נישט דיין פריוואטע אייגענטום עס באלאנגט טאקע פאר אט די מענטשען וואס קומען קוקן ווי אזוי זייער הויז וואס זיי באצאלן דמים תרתי משמע קוקט אויס און מען קען נישט זאגן ניין היינט בין איך נישט אין די מאד.

און יאר 2010 תש"ע מיר אלע ליינער דא דענקען דעם יאר עס איז אינגאנצען קארגע 13 יאר צוריק, האט זיך אריין געריקט אין די צפון (נארט) גארטן פונעם ווייסען הויז גרויסע בולדהויזערס א ריזיגער קלאסעפעצירטע קאנסטראקציע ארבייט איז אריין אין שוואנג אונטער די נעזער פונעם פובליקום. וואס ווערט דארט געבויט אינעם גארטן? אנטשולדיגט דאס איז נישט דיין פריוואטע אייגענטום וואס די קענסט נישט דארט טוהן וואס די ווילסט, עס באלנגט פאר מיר און פאר דיר מיר זענען שותפים אין די פראפערטי. מיר טעקס צאלער צאלן פאר דעם אז דער פרעזידענט זאלן האבן ווי צו וואוינען און האבן א געשמאקער פאלאץ ווי צו קענען אויספירן די פונקציעס וואס אנטבלאנגט זיין דזשאב פאר אונז וואס האבן אים אריין געוועלט און באצאלן זיינע שכירות מיט אלע זיינע פארשווענדענישען.

די געזאגטע ווערסיע פארן פובליקום די בעלי בתים פון דאס ווייסע הויז האט מען געזאגט אז די עלעקטריק דארף אן אפגרעיד די לעקטער איז צו שוואך אין די מזרח זייט פונעם בנין און די מענדעזשנעט קאמפאני (די רעגירונג) גייט אריין ציען די נויטיגע סכום פון לעקטער וואס די בנין דארף צו האבן כדי צו קענען פירן דאס לאנד אן קיין קורץ שלוס. די פרייז פונעם קאנסטראקציע פראיעקט איז נישט געווארן באשטעטיגט און א אפענע פאנעל פארן פובליק וויפיל דאס וועט קאסטען, ווי לאנג עס וועט נעמען און וואס פונקטליך איז די פלאן מיט די קאנסטראקציע.

הינדערטער ארבייטער מיט שווערע כלי מכשיר זענען אריין געקומען און זיך גענומען צו די ארבייט. די מאשינערי וואס עס זענען אריין געקומען האט נישט אויסגעזעהן ווי עס רעדט זיך פון א פשוטער עלעקטעריק אפגרעיד Upgrade.

דער שריפט שטעלער ראבערט קעסלער אין זיין ביכעל אינסייד די ווייט האוז Inside the white house האט בכלל נישט געפאלן די ארבייט וואס עס ווערט געבויעט אינעם ווייסען הויז. דאס וואס מען האט געזאגט פארן אמעריקאנעם פאלק און וואס עס איז במציאות זעהן אויס צו זיין צוויי אנדערע זאכן.

נאכען דערגרינטעווען פארלאנגענדיג אז דאס פאלק מיז זיין אינפארמירט וואס מען בויעט מיטן פאלקס געלט האט ער באקומען אן ענטפער פונעם ווייסען הויז שטאב.

א גאנצער ווייסער הויז ווערט געבויעט אונטער די איצטיגע הויז אין פאל וואשינגטאן די. סי. ווערט אטאקירט אין די פרעזידענט מיטן שטאב דארפן ווייטער פירן דאס לאנד אבער עס קען נישט געפירט ווערן העכער די ערד אונטער די סכנה פון די (נישט געשעהענע) אטאקע דארפן זיי האבן א פלאץ פון ווי צו פונקציאנירן.

אין די היסטאריע פון דאס באשאף פון די פאראייניגטע שטאטן אין יולי Jul. יאר 1776 האט אינגאנצען איינמאל פאסירט וואס די ווייסע הויז איז געווארן אטאקירט מיט דעמעדזשעס וואס האט צושטערט דעם סדר היום אינעם ווייסען הויזגעווען איז דאס אין אוגוסט 24 1814 תקע"ד ווען דער נייער אמעריקאנער גאווערמענט האט זיך דאן געשלאגען מיט די בריטענס און נאך אנדערע אייראפעישע מאכטן, איבער די ארעסט פון אמעריקאנער סעילארס וואס זענען געהאלטן געווארן אין ארעסט ביי די גרעיט בריטיאנער. און ווי אויך האט די בריטישע מלוכה פארהאלטענדיג די רעכטן פון די אמעריקאנער גאווערמענט צו האנדלען און וואנדלען אויף די וואסערען און איבער די יבשה כאחד הגוים, אזוי ווי עס איז געווארן דערקלערט ביי די געווינס אין די מלחמה 36 יאר בעפאר. אמעריקא ווערט אן אייגענער מאכט און באקומט אלע אויבן-דערמאנטע האנדלס רעכטן.

נאך אן אטאקע וואס איז געווען דערעקטירט אויפן ווייסען הויז איז די באקאנטע סעפטעמבער 11 אטאקע ווי 4 פליגערס האבן געלאנדעד אין ריזיגע ווכטיגע בינינים אין אמעריקא. די פענטיגאן, די צווילינג געביידעס וואס איז געשטאנען אין די הייעך פון בערך 110 שטאק 1,300 פיס הויעך ( 415 מעטער) איין בנין. די צווייטע בנין 107 שטאק בערך די זעלבע הייעך א משהו נידעריגער, אין די שטאט ניו יארק ביי די נידעריגע גאסען פון די שטאט נעבן דעם פיינענשעל דיסטריקט ווי עס שטייט היינט איין בנין די פרידאם טאוער Freedom Tower וואס שטייט אויסגעצויגען מיט 104 שטאק און איז 1,776 פיס (541 מעטער) הויעך אנשטאט די געוועזענע צוויי וואס איז דארט געשטאנען ביז די אטאקע. די צענטער-פונקט פון דעם וועלטס האנדל צענטער.

איין פליגער האט געלאנדעט אין די פענטעגאן געביידע (מיליטערישע פעסטונג). און די פערטע איז געווען געציהלט צום ווייסען הויז. עס איז נישט געווען בכדי שיעשו אז די פערטע פליגער זאל אפי' נאנט קומען און שעדיגען דאס ווייסע הויז פאר די באוואכונג אין נאו פליי זאנע וואס איז אנגעשטעלט ארום די געביידע. די לעגענדע גייט אז די פאסאדזשירן פון די UA193 פליגער וואס האט געציהלט דאס ווייסע הויז האבן געשטעלט א העפטיגער ווידערשטאנד אנטקעגען די פארכאפער און די פליגער איז אראפ געברענגט געווארן אויף א ליידיגער פילד אין שענקסויל פענסילוועניע און אום געברענגט אלע פאסאנדזשירען וואס זענען דאן געפלויגען דערינען.

פאר איזה סיבה פייפן זיך די איינוואוינער אינעם ווייסען הויז אויס אויף די בעלי בתים און טוען ממילא וואס זיי ווילן און שפענדן אונזערע געלטער אן קיין שום אחריות און פרישער מולטי ביליאנען ווערן אריין געשליידערט אין אומונויטיגע פראיעקטן. דער פראיעקט איז אריין אין קראפט אינעם ווייסען הויז אויף אזאך וואס וועט קיינמאל נישט דארפן געניצט ווערן.

קיין שום מענטש קען נישט און טאר נישט וויסען ווי דער פרעזידענט געפונט זיך דורךאויס דעם טאג ווי/ווען ער קומט און ווי/ווען ער גייט. נאר ווען עס איז דא אן אפיציעלער אויפטריט דאן ווערט דער פרעזידענט געוואכט פון טויזענטער סיקרעט סערוויס עגענטן פון ארום דעם גאנצען געגענטווארט. עס זאל זיך נאר איינעם דאכטן צו נאר טראכטן א שלעכטע מחשבה צו שעדיגען די מערסטע באשיצטער מענטש פון די וועלט ווערט ער אלימינירט אפי' אן א פראצעס טאמער דער פרעזידענט איז אין א באלדיגער סכנה.

דער דעמאלסדיגער פרעזידענט באראק חוסעין אבאמא באשלאסען צו בויען א ריזיגער געביידע נאך איינמאל אזוי גרויס ווי דאס ווייסע הויז איז, אינטער דער ערד צו באשיצען דאס גאנצער קאבינעט אין פאל אז דאס ווייסע הויז ווערט ח"ו אטאקירט פון סיי וואספארא סארט אטאקע. אפי' ביאלאגישע, אדער כעמישע וואפן (וואס האט כמעט נישט קיין מעגליכקייט צו פאסירן) זענען זיי באשיצט אין דעם נייער געבויעטע אונטער ווייסע הויז געביידע.

דזשאסעף ה. העגין Jospeh H Hagin וואס איז געוועזען טשיף אף סטעף Chief of staff פאר צוויי פרעזידענטן. פרעזידענט בוש דער צווייטער דער דריי און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין די יארן 2001-2008 תשס"א-תשס"ח און ווי אויך האט דער דזשסעף געדינט אין די זעלבע פאזיציע אינטער פרעזידענט טראמף פאר איין יאר פון זיין פרעזידענטשאפט אין יאר 2017-2018 תשע"ז - תשע"ח. און בעפאר די פאזיציע האט ער אנגעהאלטן אויך א הויעכער פאסטן אין דעפארטמענט אף סטעיט Dept of State און די דעפארטמענט אף קאמערס Dept. of Commerce א קיצור א גאר פראמענינטער פיגור אין וואשינגטאן די. סי. וואס האט געהאט גאר אסאך עקספיעריענס אין די קארידארן פון וואשינגטאן די. סי. Washington DC ווי אויך איז ער גאר א שטארקע אינפלוענצירער געוועזען ביי פרעזידענטליכע פאליסי אין די טערמינען ווען ער האט געדינט אלץ טשיף אף סטעף. זיין סטעיטמענט איז געווען קליף און קלאר אז אזא מין בונקער איז גאר א וויכטיגער זאך צו אריינשטעלן אינעם ווייסען הויז אין פאל פון א קאטעסטראפע כדי די גאווערמענט זאל ווייטער קענען פינקציאנירן כאילו גארנישט גייט פאר.

בעפאר צוויי צענדליגער יארן צוריק איז דאס ווייסע הויז געווען די פריימערי רעזידענס און אויך זיין ארבייטס פלאץ אזוי ווי היינט. אבער די אלע זיכער מאסענס-מאנען וואס עס איז היינט דא איז דאן בכלל נישט געווען איינגעשטעלט.

אינטערסאנטע פאקטן איבער די סעקיורעטי!

פאר די סעקיורעטי פון די ערשע פאמילע ווערן אונטער גענומען גאר שטארק זיכערהייטס מאסנ-מאנען. כדי דאס זאאל זיין מיט די מערסטע אפעקטיוו ווערט א יעדעס קליינער דעטאל פון זייער פריוואטער לעבן אבזערווירט און בארוואכט. למשל דאס עסן וואס ווערט צו-געגרייט פאר דאס ערשטע פאמיליע. ווערט אדורך געקוקט אין א צווייט פאסילעטי בעפאר עס קומט אריין אינעם ווייסן הויז. גרויס געוויכט ווערט געלייגט אויך די עסן וואס עס קומט נאר דורך דעם טיר איז ח''ו נישט פארסאמט געווארן אדער סיי וואס עס קען נאר פאסירן מיט עסען עס זאל נישט שעדיגען די איינוואוינער פונעם ווייסען הויז. אויב וועט אריין קומען עפעס עסן פאר א מתנה פאר דעם ערשטע פאמילע, אויב וועט די סיקרעט סערוויס נישט וויסען פונקטלאך ווער עס האט אלץ גיהאט צוטריט צו אנגרייטן דאס עסן וועט די עסן אין ווייסער הויז נישט קענען אריין קומען בכלל.

די פריינט און פאמיליע פונעם ערשטען פאמיליע ווייסען שוין נישט צו ברענגען קיין מתנות צום ווייסען הויז וואס האט שייכות מיט סיי וואפארא עסן ווייל עס ווערט געווענטליך ארויס געווארפן ביי די סיקרעט סערווייס נאך פאר עס קומען צום ערשטען פאמיליע.

כדי צו פראטעקטן די וואס וואוינען און ארבעטן אינעם ווייסען הויז איז בכלל נישט נאר באגרעניצט אין די עסן וואס זיי עסן, נאר אויך אין די לופט וואס זיי אטאמען אינעם ווייסען הויז.

א יעדעס גאסט וואס גייט נאר אדורך דע שוועל פונעם ווייסען הויז, אויסער וואס ער דארף אדורך גיין א מעטאל דיטעקטאר, וועט ער אויך אדורך גיין א סקרינינג פאר רעדיאציע, אויב ער האט נישט סיי וואספארא רעדיאציע מיט זיך וואס קען חלילה אנפילן דאס הויז מיט די כעמישא רעדיאציע לופט.

א לופט פרעשאר זייגער זיצט אין די סעקיורעטי שטיבעל ווי עס זיצען סיקרעט סערוויס אגענטן וואס מאניטערן די לופט אינעם ווייסען הויז 24 שעה אין טאג דער זייגער האלט חשבון אויף א יעדעס קליינעם טויש אין די לופט.

דאס אז די מזרח פליגעל פון ווייסען הויז האט א דיטעקטאר פאר כעמישאר לופט וואס קומט אריין ווייס איך קלאר זאגט די פרעזידענטליכער פרילענס שרייבערקע נאטאשע הילי. "נאך וואס איך בין אמאל געווארן איינדעלאדענט פונעם ווייסען הויז צו שרייבן אן ארטיקעל פארן פרעזידענט איז אריין געקומען א מעסעדזש אין די אויערן דיווייסעס פון סיקרעט סערוויס אז עס איז אריין גשוויימען עטוואס ראדיעשאן אינעם ווייסען הויז דאס גאנצער פלאץ ווי מיר זענען געווען איז דאן אריין אין א לאק דאון אין יוצא ואין בא. ביז מען איז מברר ע"י מי יצא הקצף און מברר זיין וואס עס קומט דא פאר און ווי אזוי האט זיך די כעמישאר לופט אין די געביידע אריין געכאפט. שטעלט זיך ארויס אז איינע פון די באזיכער אינעם ווייסען הויז איז אדורך ראדאציע טעראפי פאר די קענסער וואס ער האט ל"ע געהאט, און דאס האט אנגעדרייט דאס גאנצער איבעקערעניש.

אינטערסאנט צו באמערקן אז די סוויטע וואס ארבעט אינעם ווייסען הויז ווייסט בכלל נישט פון אלע זיכערהייטס מאסנמאנען, כדי ח"ו איינע פון זיי זאל אמאל איבערדרייען זיין/איר היטעל און וועלן עפעס אמאל אנדרייען זאל ער/זי ניטאמאל וויסען פון וואס אלץ זיך צו אכטונג געבן.

דאס ווייסע הויז איז נישט נאר די וואוינונגס ארט פארן פרעזידענט און זיין משפחה ווי שוין דערמאנט, דאס איז אויך א קאמענד צענטער פאר די 1700 ארבייטער וואס ארבייטן פארן פרעזידענט און די משפחה.

בעפאר איינער וואס גייט ארבעטן פארן פרעזידענט אדער זיין אן איטערם, דארף ער/זי אדורך גיין א ביק ראונד טשעק מיט דורכדריגליכער אינפארמאציע. ווער זענען זיינע/אירע מענטשען מיט וועם ער/זי רעדט. ווי ער/זי איז געשטאנען און ווי ער/זי איז נאר געווען פון ער/זי געדענקט זיך. די וואס ווילן ווערן אנגענומען אין ווייסען הויז צו ארבעטן דארפן אויס פילן א פורם מיטן נאמען SF86 וואס דארט ווערט די אויבן דערמאנטע אינפארמאציע אויס-געפילט, און די סיקרעט סערוויס און די עפ. בי. איי. נאך צו מאכן זיכער אז עס איז נישטא קיין שום זאך וואס קין זיין א סכנה פארן פרעזידענט נאך וואס די ארבייטער גייט אריין אינעם ווייסען הויז.

אפי' נאכדעם וואס די ארבעטער ווערן שוין אויפגענומען צו ארבייטן אינעם ווייסען הויז קענען זיי אויך נישט ארום שפאצירן איבעראל אינעם ווייסען הויז. זיי קענען אנקומען צו קיין שום סודות וואס די ארבעטער זענען קוואליפעצירט געווארן.

די וואס האבן עקסעס צו איבעראל אינעם וויסען הויז. און מיין נישט אז איבעראל מיינט טאקע איבעראל אבער עס מיינט אסאך מער ווי 95% פון די איינגעשטעלטע. וועלן זיין די וואס טראגען אויף זיך א ספעציעלער פין. דאס איז א סימן אז ער/זי קען איבעראל אריין ביזן קודש הקדשים ממש.

דאס ווייסע הויז איז א הויז וואס באלאנגט נישט פאר איינעם דירעקט, ווי דעראמאנט פריער. עס באלאנגט פאר די מענטשען וואס וואוינען אין אמעריקא דער אמעריקאנער פאלק.

אמאל איז טאקע געוועזען איינגעפירט אז ווער עס האט נאר געוואלט קומען באזוכען, איז פשוטו כמשמעו געקומען פארלאנגען מיט רעכט צו ווערן אריין געלאזט אינעם וויסען הויז אן אפוינמענט ווי ער/זי איז פונקט אזא שיתוף ווי די איינוואוינער.

איינע פון די פראבלעימען וואס דאס האט געמאכט פארן ווייסען הויז איז געווען אז די איינוואוינער האבן גענומען סאווינערס. מען האט געשניטן פון די קערטענס Curtanes און סיי וואס עס האט זיך נאר געלאזט. אויסער די פראבלעים פון מאכן א חורבן פון דעם עמביאנס פונען ווייסען הויז. האט דאס אויך געמיינט אז די באזיכער האבן זיך ארום געדרייט אינעם ווייסען הויז מיט טאש מעסערלעך וואס איז א שרעקליכער סכנה און גאר א שטארקער פארלעצונג אין די זיכערהייט פונעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע.

און דעצעמבער דער ערשטער 1970 איז געקומען גאר א גרויסער גאסט אינען וויסען הויז עלוויס פרעסטלי און האט פארלאנגט אז ער וויל ווערן געזעהן ביים דעמאלסדיגער פרעזידענט. פרעזידענט ניקסאן. פארשטייט זיך דער ראק ענד ראל קעניג איז גלייך געווארן אריין געלאזט געווארן צום פרעזידענט איז אבער די באזוך באהאלטן געווארן פונעם פאלק. עס וואלט געווען א גרויסער בושה פארן פרעזידענט אז ער איז אינטערסירט אין זיינע מוזיק.

נאוועמבער 24 2009 זענען געלאדענט געווארן 400 געסט צום ווייסען הויז פאר א סטעיט דינער לכבוד דעם אינדיאנער פרימער מיניסטער. צווישען די געסט זענען געווען דאס פארפאלק טארעק און זיין ווייב מייקעל סילייאי. די פארפאלק זענען נישט געעוען פון די אפיציעלע געסט וואס זענען געווארן איינדעלאדענט צו דעם דינער וואס דער פרעזידענט האט פאריפן דאן. עס וואונדערט זיך ווי אזוי אזא זאך האט בכלל געקענט פארקומען אין די מערסט פארזיכערטע געביידע וואס דארף צו באשיצען דעם פרעזידענט און געקענט דורך גיין די גווארדיע וואס די סיקרעט סערוויס שטעלט צו ביים וויסען הויז?

דער אויפזעער פון די סיקרעט סערוויס אגענטן וואס באאבאכטן דאס וויסע הויז TAREQ SALSHI ברענגט ארויס די זייער אומאנגענעמע סיטואציע וואס די סיקרעט סערוויס האטז יך דאן געפונען טראץ די אלע טשעק פוינטס פונעם ערשטען טויער ביז אריין גיין צו דינער זאל פונעם ווייסען הויז איז דא 3 און פארט זענען זיי אדורך געלאזט געווארן אן קיין אפיציעלער איינלאדענונגס בריוו.

די סיקרעט סערוויס האט זיך פשוט פארלאזט אויף זייער זעלבסט זיכערקייט און די זעלבסט זיכערקייט פונעם פארפאלק וואס האבן זיך אויפגעפירט אויפן וועג אריין כאילו זיי זענען דא פון די היממישע און שוין געוועזען איינגעלאדענט צום ווייסען הויז צענדליגער מאל. זיי האבן אויס געזעהן צו זיין באקאנט אין די קארידארן פונעם ווייסען הויז ווי ביים טאטן אין וויין גארטן. דאס איז מן הסתם די גרעסטע דורכבראך אין סיקיורעטי אין די היסטאריע פונעם ווייסען הויז.

אומגערופענע געסט איז נישט אזוי ווייט א פראבלעים פאר די נעשאנעל סעקיורעטי ווי ביזיונות פאר די סיקרעט סערוויס, דער פרעזידענט האט זיך נאך נישט געפונען אין קיין סכנה פון אן אומגערופענער גאסט אפי' דער גאסט האט זיך באיה אופן געפונען אינעווייניג. אבער ח"ו אויב מאכט זיך אן אומגערופענע גאסט וואס שטעלט יא ח"ו אין א סכנה דעם פרעזידענט וואס זענען די זיכערהייט ווי דער פרעזידענט קען ביי זיך אנדערהיים ווערן פארזיכערט פון אזא אום גערופענע גאסט וואס איז דא אים צו שעדיגן אדער אומברענגן?

אומזעהדיגע צימערן און טאנאלן זענען אינסטאלירט אין די לענג און אין די ברייט פונעם וויסען הויז אין ווי דער פרעזידענט ווערט איינגעשלינגען און פארל זיין לעבן איז אין א סכנה פון אן אומגעווינטשענעם גאסט.

די מערסט סאפיסטאקירטע אינטעלעדזשענס אסיפה'ס וואס קומען נאר פאר אין די וועלט, קומען פאר אינעם בעיסמענט גלייך אונטער דעם אוועל אפיס אין דעם מערב פיליאלע פונעם ווייסען הויז דאס אין דאס ווייסע הויז. ווערט אנגערופן די סיטואציע צימער וואו עס זענען דא קאמיוניקאציע געצייג צו זיין פארבינדען סיי ווי אימער אין די וועלט און קענען מיט האלטן אין די וועלט וואס דער פרעזידענט פיהלט פאר וויכטיג צו מיטהאלטן.

די סיטואציע צימער איז אזא קאמפליצירטער צימער אז דאס איז גאר איינע פון די זאכען וואס מען גיט איבער פאר א פרעזידענט אילעקט נאך פאר איז פרעזידענט צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא און זאל קענען זיין באהאווענט מיט דעם צימער פון די ערשטע רגע וואס ער טרעט אריין אין אמט. פר. אבאמא האט טאקע געדונט אינעם סיטואציע צימער דעם ערשטען טאג פון זיין אין אמט און מאכן באשלוסען מיט א קאמאנדא אקציע וואס איז דאן געוועזן אין טאקט.

מיכאל באן Micheal Bohn די סיטואציע צימער דירעקטער, זאגט אז דער אמעריקאנער פאלק האט נישט דאס מינדעסטע אנונג וואס די סיטואציע צימער מיינט, עס איז נישט סתם א מיליטערישער מיטינגס צוזאמען טרעף פונקט צימער. עס איז נישט קיין צימער עס איז א מאשין די פובליק האט נישט קיין סאך אינפארמאציע וואס דער מאשין/צימער טוהט און קען אלץ טוהן. אבער דאס איז איינמאל זיכער איז נישט די צימער אין אמט קען דער פרעזידענט נישט פונקציונירן מיט זיינע פונקציעס אפי' איין טאג.

ביי דעם דורך געפאלענע מיליטערישע אריינדרינגונגס אין קיובא ביי די בעי אף פיגס אינוואזיע Bay of pigs אין יאר 1961 ווען פרעזידענט קענעדי האט געדארפט קאמיונעקירם מיט לאנדס פירער אין די שכיינות פון קובא Cuba אין ריעל טיים Real Time און שנעלע דעזישענס האבן דאן געדארפט געמאכט ווערן האט דאן די דעמאלסדיגער פר. קענעדי פארלאנגט אז די גאווערמענט קען נישט געפירט ווערן מיט צוריק געשטאנענע קאמיוניקאציע סיסטעמס און דארפן כסדר אנקומען צו די סטעיט און די איטעלעדזשענס דיפארטמענטס פאר אינפארמאציע צו קענען נאכן החלטה'ס פון א סקונדע אויףן צווייטן אויב דארף מען ווארטן פאר די דיפארמענטס צו באקומען די אינפארמאציע צו מאכן דעם דעסיזשען. ער האט דאן פארארדענט דעם נעשאנעל סקיורעטי עדווייזער מיק דזשארדש באנדי האט באקומען די אויפגאבע צו אויסשטאפירן דעם צימער וואס וועט ווערן גערופען דער אינטערנאציאנאלער סיטואציע צימער.


די 5000 סקווער פיס פון די טעכנעלאגישע אנגעפילטע צימער איז טאפ סיקרעט און קיינער אינדעראויסן פונעם אינער סירקל פון דעם צימער ווייסט נישט וואס עס געפונט זיך אינעווייניג אדער וואס עס קען אלץ געטוהן ווערן דארטן. דאס איז אבער קלאר היינט צו טאגס קען דער פרעזידענט נישט טוהן זיינע פליכטן אויב איז די סיטואציע איז נישט אין אמט.

די סיטואציע צימער איז היינט צו טאגס די אינפארמאציע ברענגער פארן פרעזידענט, און זיין אלערט צענטער. צווייטענס איז דאס א צימער ווי ער קען אריין גין אין קאנפערענצען מיט זיינע יועצים, אן ווערן געטריגערט ביים פובליק, דאס פלאץ אריין אדער ארויס איז ווייט פון א ציוועלזירטען אויג און דער פובליק וועט נישט געוואויר ווערן א יעדעס מאל וואס דער פרעזידענט מיט זיין קאבינע זיצן אויף א דריגענדע אספיה כדי נישט יעדער געניץ זאל באאומרואיגן דאס פאלק.

אלע קאמיוניקאציע וואס דער פרעזידענט האט מיט וועלט פירער ארויס פון רוטינע פאליטישע געשפרעכן ווערט געפירט פון די סיטואציע צימער. און ווי אויך די סי. איי. עי. אדער די. או. די. ווערט נאר אין דעם צימער פארפיגט.

די מערסט אויסדריקענדע התפעלות איז אפי' מיטן קרעמלין אין די שווערסטע צייטן איז די סיטואציע צימער געווען א דירעקטער אפענע ליניע צום קרעמלין נישט מיט א טעלעפוין נאר מיט א טעלעגראם, די דעמאלסדיגער שרעק פון אונטער הערן טעלעפוין געשפרעכען ביי די רוסן זענען געוועזען אזוי שטארק אז אפי' די טעלעפוין סעקיורעטי פונעם סיטואציע צימער האט זיי נישט געוואלט געטרויען. און דערפאר זענען די קאמיוניקאציע געשריבען געווארן מיט א טעלעפראמטער און נאר געשריבען צום קרעמלין אין קאוד שפראך. אין די יארן פונעם קאלטן קריג תש"ז ביז תשנ"א.

נאך א סודותפולע טעלעפוין סיסטעם צו קנען קאמיונעקירן מיטן קרעמלין אפטער און מיט מער רוטין וואס איז גערופן געווארן Warm leg פאר אן אלטערנאטייוער האט ליין צו קענען צו קומען צום קרעמלין ממש מיט א פוין קאל אוועק. אבער דאס איז טאקע גענוצט געווארן פאר אן אלטערנאטיווער וועג זיך צו פארבינדען כדי צו האלטן דעם ליניע אפן נאר אין פאל עס איז באמת דא א קריזיס, פון וואס מען האט געציטערט א יעדע ליאדע רגע אין די יארן פון תשי"ג - תשכ"ב ווען די רוסן האבן שטארק געעארבעט צו האבן א ווירקענדע נוקלארע מיסעל וואס זאל קענען פליען אזוי ווייט פון רוסלאנד קיין ניו יארק אריבער 5 טויזענט מייל איבערן ים.

דזשימי קארטער, דער ניין און דרייגסטער פרעזידענט צו די פאראייניגטע שטאטן האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די פאביע צו ניצען דעם טעלפוין ליניע דירעקט צום קרעמלין. ווען ער האט געשפירט פאר וויכטיג, האט ער אויף געהויבן דעם טרייבעל און פארלאנגט פונעם קאמיוניקעשאן סוויטש באורד צו ווערן קאנעקטעד צום קרעמלין אן קיין חכמות. איך האב נישט קיין געדולד צו רעדן אזוי, שיקען א טעלעגראם מיט סודות און ווארטן די רוסן זאלן עס דערשפירן און דאן ענטפערן און ווארטן ביז מיר דערשפירן זייער קאודס. לא יעשה כן במקומינו, דער רוסישער בער וועט נישט וועלן רעדן מיט מיר ווי א נארמאלער מענטש וועל איך עים ווייזן, גענוג מיט די צעגערייען.

ברעזינסקי Brezinski א פוילישער אפשטאמיגער וואס איז געוועזען דער נעשאנאל סעקיורעטי עדוייזער צו פרעזידענט קארטער אין די יאר פון תשל"ז - תשמ"א האט זיך געבעטן ביים פרעזידענט נישט צו ניצען דעם אפענעם טעלעפוין צום קרעמלין אזוי לייכט-זינונג אביר קארטער האט עים אינארירט און נישט אנגענומען זיין עדווייס.

כ"ג אלול תשס"א א גרויס חלק ליינער דענקען דעם טאג, נאך מער דענקען זיי. פונקטליך ווי ער איז געשטאנען און מיט וועם ער האט געשמעוסט און וואס ער האט געשמועסט יענעם ג' סליחות צען מינוט צו ניין.

יענקל מיט די האנטוך אויף אקסעל שמואל מיטן סעל אין די האנט וואס איז געווארן דיסקאנעקטעד אין מיטן רעדן מיט זיין אשת חיל וואס ער זאל ברענגען פון גראסערי אויפן וועג אהיים פון שוהל וכ"ו

צוויי ערעפלאנען אפאר מינוט אפגעריקט איינער פונעם צווייטן האבן מיט א גרויזאמער אימפעט אריינגעשמעטערט אין די צוויי העכסטע בינינים וואס שטייען איינע נעבן צווייטן ווי צווילינג אויסזענעדער געשוויסטער אין מאנהעטן קרוב צו דאוטאון נאנט צו דעם האדסען טייך וואס פליסט אדורך פון האדסען ריאן אין צווישען דעם מאנהעטן אינזעל, גלייך צום אטלאנטיק ים צו סטעטן איילענד זייט. די טווין טאוער'ס וויאזוי די צוויי הויעכע בילדינגס האבן זיך טאקע גערופן,

מיר אלע ליידן נאך פון יענעם טאג יום המר והנמהר 9.11.2001 דער גאנצער פרייער וועלט איז געווארן פון פריי צו אונטער דריקט, עד היום הז ווען מיר פארן קומען או גייען שפירן מיר די אפדריקען פון יענעם טאג. יענר טאג טאג האט געטשענדזשד די וולט אויף אייביג בכלל און אין אמעריקא בפרט. אבער אין דאס ווייסע הויז אין די סיטואציע צימער איז געווארן אן אויפוואכונג מיט די סי. איי. עי. און דעם די. או. די. אז די סיטואציע צימער איז קליין און אויסגעוואקסען און אונטער שטעלונג אין די טעכנישער וועלט עס זענען שוין דא אסאך מער סיפאסטעקירטע מאשינערי.

געזאגט און געטוהן מען האט גרעסער געמאכט דעם צימער און איבער געמאכט די טעכנישע חלקים חלקים פונעם צימער. ווען מען האט צונימען דעם צימער און געעפענט אלע ווענט ביז צום גרונד האבן זיך די אלטע ווייערינג באוויזען אין זייער א שווערע צושטאנד זיין זענען געוועזן אויף געגעסען אז עס איז א חידוש אז עס האט נישט אויף געפלאמט ביז דאן. מער קאנפערעץ צימערן זענען צו געלייגט געווארן. היינט זיצען אינעם סיטואציע צימער אריבער דרייסיג סי. איי. עי. אגענטן און 5 שיכטן און באוואכען סיטואציעס ארום דעם וועלט לייוו ווי נאר עס געשעהט עפעס סיי ווי אימער ארום דעם גלאוב זענען די לא ישן שומרים אויף די שמירה אז אמעריקאנע איטערעסן ווי אומער אין דער וועלט זאל נישט בארירט ווערן. אויב מאכט זיך עפעס אינמיטן די נאכט ווען דער פרעזידענט שלאפט און עס איז וויכטיג אז דער פרעזידענט זאל אריין קומען צו פירן זיין שטאב אויף מה יעשה וועט ער ווערן געוועקט פון די ווייסע הויז סטעף וואס זענען געשטעלט אויף דעם דזשאב צו אינפארמירן דעם פרעזידענט אין אזעלעכע נויט פעלער סיי ווען און סיי ווי.

עס איז דא א באקאנטע לעגענדע אז דער פרעזידענט זיצט אויף קנעפלעך וואס זאל ארויס שיסען א נוקלער אטאקע ווען עס איז נויטיג עקזעסטירט נישט עס איז נאר א Myth נישט געשטויגען און נישט געפלויגען. בעפאר דער פרעזידענט זעצט זיך נישט אריין אין די סיטואציע צימער צו אדורך שנועסן אלע צדדים מיט זיינע עדווייזער, איז נישטא קיין נוקלער געשיס'עכטץ. בעפאר א החלטה ווערט געמאכט זיצט דער פרעזידענט מיט אלע דעפארטמענט טאטעס אין די סיטואציע צימער און מען איז דן בכובד ראש וואס פארא אקציע עס דארף געטוהן ווערן און וואספארא ריספאנס זאל מען שיקן צו ווער עס דארף באקומען אזא מתנה פונעם אמעריקאנער פרעזידענט.

א יעדען איינציגער טאג ווערן פילע ריפארטעס געדריקט און צוזאם געשטעלט אין א טעגליכער ריפארט (דעילי בריעפינג) ווי דער פרעזידענט באקומט זיינע דעטאלן מהנעשה ונשמע מבית ומבחוץ. א יעדער שר פון די קאבינע ברענגט זיינע רעפארטס צו סיטואציע צימער דירעקטאר און פון דארט ווערט אלעס אריין געלייגט אין איין רעפארט וואס פון דעם נעמט דער פרעזידענט זיין טעגליכער אינפארמאציע.פון די סיטואציע צימער קומט ארויס א רעפארט דריי מאל א טאג, וואס ווערט ארויף געלייגט אויפן פרעזידענטס טיש צו כאפן א בליק דעראויף און קוקען צו עס איז דא עפעס וואס דארף זיין אטענשאן.

אין די סיטואציע צימער איז דא נאך א צימער וואס ווערט גערופן דעם וואטש צימער צימער Whach Room פון ווי די אלע אויבען דערמאנטע רעפארטס ווערן ארויס געשאסען צו ווערן געשטעלט אין פארנט פון די אויגען פונעם פרעזידענט. אן ערך פון עטוואס מער ווי צוויי טויזענט שטיקלעך אינפארמאציע באקומט דער פרעזידענט טעגליך.

אינעם Whatch צימער איז דא נאך אן איזאלירטער צימער דאס איז דער קודש הקדשים וואס ווען דער פרעזידענט קען נישט אוועק טרעטן פונעם סיטואציע צימער אבער ער דארף פארט טוהן זיין אוועל אפיס ארבעט קען ער זיך איין שפארן אינעם קודש הקדשים און פון דארט פירן ביידע סיי דער אוועל אפיס און סיי דעם סיטואציע צימער. למשל אויב דארף דער פרעזידענט כאפן א שמועס מיט אן פריימיער פון א מדינה פאר סיי וואפארא צוועק און ער איז אינמיטן א סיטואציע וועט ער כאפן דעם קאל אינעם פריוואטן פערטעל פונעם סיטואציע צימער.

דער צימער איז א גלאזענע צימער, אבער ווי נאר דער פרעזידענט גייט אריין אהין ווערן די גלאזענע פענסטער פארהויכעט און מען קען נישט אריין זעהן כדי דער פרעזידענט זאל האבן זיין פולסטן פריוואטקייט וואס ער דארף פאר אזא שמועס.

ווען האבן זיך די זיכערהייטן אנגעפאנגען אנגעפאנגען ?

צווייטער טייל


אדורך די לעצטע צוויי הודרעט יאר איז דאס ווייסע הויז געווארן אסאך מער ווי נאר דאס וואוין ארט פארן פרעזידענט עס איז געווארן די צענטער פון אינטעלעדזשענס.


אמעריקע איז אונטער א שווערע אטאקע פערל הארבער איז שרעקליך אטאקירט געווארן. אין דעצעמבער דער זיבעטער 1941 תש''א.

אום 6:00 אזייגער אינדערפרי האט זיך א יאפענעזישער פלאטע פון 6 געפירט דורך דעם יאפענעזישער וויצע אדמיראל טשועטשי Chuichi אין די האפן פון די האוויאי אינזלען נישט ווערענדיג אויף געכאפט פון די געווארדיע וואס האט געדארפט באוואכן דעם בארטן דארט. אמעריקא איז דאן נישט געווען איינגעשלאסן אין קיין שום קריג אין די מיליטער איז נישט געווען אנגעגארטעלט אין משיח אויף היי אלערט.


א שיינער אנגענעמער רואיגער וועטער האט געריטן אויף די אינזלען גאנץ ווארעם בערך 75 דעגרי פארנהייט א ליכטיגער בלויער הימעל אויסגעצויגן אויפן האריזאנט. די וויזיבעלעטי איז געווען אזוי קלאר אז ביז א ווייטקייט פון 10 מייל האט מען געהאט א קלארער אויסקוק צום הארבער. דאס האט געהאלפן די יאפענעזישער אטאקירער צו זעהן מיט א גענויע פונקטליכקייט ווי צו צילן. א לייכטער ווינטעל פון 6-10 מייל פער שטונדע וואס האט געהאלפן די פליגער אין די באמבעס צו טרעפן אין ציל מיט א שטארקער פונקטליכקייט. די וואסערן ביי די אינזלען זענען געווען רואיג און געלאסן קיין ווינטן האבן דאן נישט געמאכט די וואסער שטורעמען מיט כוואליעס. טעג האט געקלאפט פאר די יאפאנעזער צו אטאקירן מיט די גרעסטע שאדנס.


13 שיפן זענען דאן געשטאנען געאנקערט ביי די בארטנס פון די פערל הארבער באזע. געווענליכע מיליטערישע אקטיוויטעטן, גארנישט עקסטער מאראלישע אקטיוויטעטן זענען דאן פארגעקומען אז די שיפן זאלן זיך קענען ארויס מאנעווערן און עווענטועל זיך ארויס דרייען פון די אומוויסענדע אנקומענדיגע אטאקירער.


אום 7:48 לאקאלער צייט זענען 183 פליגערס אדורך געפלויגן איבער לאזענדיג שיריים פאר די שיפן וואס זענען געשטאנען דארט געאנקערט. אין די ערשטע רגע פון די אטאקע האט די יו. עס. עס. אריזאנע BB-39 געכאפט א דירעקטע פליק פון א באמבע וואס איז געפאלן אויפ'ן געביין פונעם שיף גלייך אריין אינעם טאנק פון די גאזאלין. דאס האט אויפגעריסן מיט א שרעקליכער אויפרייס אזש עס איז ממש אין אפאר קורצע מינוטן נישט געווען קיין זכר פונעם שיף מיט די מאטראזען וואס האבן דאן געטוען די רוטינע מיליטערישע מאנעווערעס.


די יו. עס. עס. אקעלהאומע BB-37 איז געווארן געשעדיגט פון אן ארויסגעשאסענע טראפידא וואס האט אדורך געלענערט אויף אן אויפן אז די שיף האט זיך איבער געדרייט מיט'ן קאפ אראפ צו זאמען מיט די מאטראזען דעראויף.

353 זענען אין טאטעל אדורך געפארן אריינגערעכנט פייטער פליגער FIghter Jets אין דייוו באמבאדירערער Dive Bombers (פליגער וואס ווארפן אריין באמבעס אין וואסער און אטאקירט אונטערן וואסער), און טראפידא באבאדירער, און אטאקירט די באזע, 6 קעריער שיפן, פון די אכט וואס זענען דאן געווען דעאנקערט אין די באזע. אויסער די איבעריגע פינעף קרוזערס, דעסטרויערס, און אנטי פליגער טרעיניג שיף וואס זענען אויך דאן געווען געאנקערט. אלע שיפן זענען אראפ אין אפגרונד אויסער די יו. עס. עס. אריזאנע USS Arizona Carier איז שפעטער צוריק ארויף געברענגט געווארן.

מער פון 180 פליגערס וואס זענען געווען אויף די שיפן זענען אין די אטאקע צושמעטערט געווארן.

2403 זעלנער זענען אומגעקומען אויפן פלאץ אין די אטאקע און נאך 1178 פארוואונדע וואס געוויסע מיט שטארקע וואנדען וואס זענען עטוואס שפעטער גשטארבן פון זייערע וואנדען.

ווי אויך געוויסע וויכטיגע אינסטאלאציעס וואס האט געדינט דעם בעיס. די פאוער סטעישאן Power Station. דעם שיף יארד דאק, די מעינטענענס גאראדזש, טראפידא סטארעדזש, וואס האט פארערגערט די פלאמען. סובמארינ פארטס זענען אויך פארטיליגט געווארן.

דער הויפט קוואדראן און די אינטעלעדזשענס אפיס פונעם בעיס זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, דאס האט צו געהאלפן זיך צו אריענטירן און אפשטעלן די אטאקע באוד מועד נאך פאר עס קומט נענטער אריין אין לאנד.

64 יאפאנעזער זענען דאן געהארגעט געווארן, 29 יאפאנעזער קיריער שיפן האבן די אמעריקאנער נאך אנגיאגט צו פארטיליגען מיט די קאנטער סטרייק, און דער גענעראל פון די סובמארין פלאטא קאזא סאקאמאקי Kazuo Sakamaki איז דאן ארעסטירט געווארן לעבעדיגערהייט.

יאפאן האט שפעטער אין יענער נאכט דערקלערט קריג אויף די פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע עמפייער.

אין יענע תקופה זענען געווען די אינזשענערס (ווי מען האט זיי דאן גערופן. היינטיגע סיקרעט סערוויס) וואס זענען פאראנטפארטלעך פאר די זיכערהייט פונעם פרעזידענט האבן געוואלט אז פר. רוזעוועלט זאל ווערן אוועק געפירט פונעם ווייסען הויז פאר זיין זיכערההיט מאסנ-מאנען. אבער דער פרעזידענט האט זיך אנטזאגט פון אוועק גיין פונעם ווייסן הויז, וואספארא מעסעדזש וועט דאס איבער לאזן פארן פאלק ווען דער פרעזידענט אנטלויפט צו א מייזן לאך ווען דאס לאנד איז אונטער אן אטאקע.

דאן איז אריין געקומען זיכערהייט אונטערנעמונגען צום ווייסן הויז. די ערשטע זאך וואס מען האט דאן געטוהן איז אלע סקיי לייטס זענען געווארן פארדעקט אז מען זאל נישט קענען זעהן פון אויפן אויב איינער וויל צילן אויפן ווייסען הויז. ד.מ. אז דער ווייסער הויז ביז דאן איז געווען אן אומפארזיכערט פלאץ, אויב קען מען אריין קומען ביז אזוי טיף ווי האווייאי קענען מיר דאך ווערן אטאקירט אין וואשינגטאן זעלבסט אויכעט.

ווי אויך האט מען אלע שםעלטענעס פון די טירן וואס איז צו דער גאס פארשטעלט מיט זאמד זעק אין פאל פון א נוקלער אטאקע. א יעדעס שלאף צימער איז געווארן אינסטאלירט א גאז מאסק נעבן דעם בעט. אבער דעם קאליר פונעם הויז האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, אפי' אין צייט פון קריג.

די אינדזשענירן האבן דאן געפרעגט פרעזידענט רוזעוועלט צו זיי קענען פעינטן דעם ווייסן הויז אויף קעמאפלאדזש קאליר. אפי' דאס האט ער נישט געלאזט.

הפלא ופלא. די גרעסטע סוד פאר גאנץ בראד פונעם ווייסן הויז איז, אז דער איצטיגער סטרוקטור איז נישט מער ווי זיבעציג יאר אלט.

אין די שפעטע ת"ש 1940 יארן האט פרעזידענט הערי טרומאן אינגאנצען איבער געבויט דאס ווייסע הויז מיט שטארקע זיכערהייט אינסטולאציעס.

דער טאכטער פון הערי טרומאן מארגרעט האט זיך זייער שטארק צו קלאפט בשעת די קאנסטראקציע ארבייט ווען צוויי שווערע פלייוואדס זענען געפאלן אויף איר. גלייך דערנאך האט די ערשטע פאמיליע זיך אריבער געצויגען צי דעם בלייער הויז. (דאס איז דער הויז ווי די אמעריקאנער פרעזידענטן פלאצירן זייערע געסט)

איינמאל נאך וואס פרזידענט הערי ס. טרומאן האט באקומען די נוטיגע פאנדן פון קאנגרעס איבער צו בויען דאס ווייסע הויז האט ער ממש אויסגעליידיגט די אינווייניגסטע געביין פונעם ווייסען הויז און עס איבער געבויט לויט דעם זעלבער ארכיטעקטור פלאן פון די ארגינעלע פלענער פונעם ווייסען הויז אבער צו געלייגט א געוואלד מיט זיכערהייט טעכנעלאגיע וואס מאנכע פון זיי זענען געוארן דערמאנט אין די פריעדיגע תגובה'ס.

איז די סיבה פון בויען דעם הויז געווען נאר פארן פרעזידענטס זיכערהייט, אדער האט עס געהאט אנדערע סודותפולע אגענדעס ?




די פערל הארבער באזע איז וואס זיצט ביים פעסיפיק טייך איז געקומען אונטער אן אטאקע פון 183 פליגעקס וואס האבן ארינטער געלאזט א טוץ מיט באמבעס אויף דעם פליט אום 7:48 אינדערפרי קארגע צוויי שעה נאך וואס די יאפענעזישער פלאטע האט זיך אריין געצויגען קיין האוויאי אינזלען.
 
זייער אינטערסאנטע אינפארמאציע

אן עצה טובה קא משמע לן, אז דו זאלסט ענדערש צוטיילן אין קלענערע תגובות, יעדע נושא אין א עקסטערע תגובה ווי איידער ארומפליען פון איין זאך צום צווייטן.

איך בין קוים אנגעקומען אין איך געב שוין קריטיק... מוזט זיך נישט צוטון מאכן פון מיר...
 
זייער אינטערסאנטע אינפארמאציע

אן עצה טובה קא משמע לן, אז דו זאלסט ענדערש צוטיילן אין קלענערע תגובות, יעדע נושא אין א עקסטערע תגובה ווי איידער ארומפליען פון איין זאך צום צווייטן.

איך בין קוים אנגעקומען אין איך געב שוין קריטיק... מוזט זיך נישט צוטון מאכן פון מיר...
איך האב באקומען פון די די זעלבע קריטיק אין ק''ש ממע''כ סאו די בוסט בכלל נישט ניי פאר מיר. און איך טאקע אנגעהויבן דאן מאכן פאראגראפן.

איך בין נישט קיין שרייבער ביי טרעיד. און פארשטייט זיך האינפארמאציע לא יוכלי והזמן יוכלי. אדער שרייבן ווי אזוי עס איז אדער נאר ליינען.
 
איך האב באקומען פון די די זעלבע קריטיק אין ק''ש ממע''כ סאו די בוסט בכלל נישט ניי פאר מיר. און איך טאקע אנגעהויבן דאן מאכן פאראגראפן.

איך בין נישט קיין שרייבער ביי טרעיד. און פארשטייט זיך האינפארמאציע לא יוכלי והזמן יוכלי. אדער שרייבן ווי אזוי עס איז אדער נאר ליינען.
אופס, סארי, איך האב פארגעסן אז איך האב עס שוין געלייענט איינמאל, ס'איז גאר אינטערסאנט.
 
אופס, סארי, איך האב פארגעסן אז איך האב עס שוין געלייענט איינמאל, ס'איז גאר אינטערסאנט.
איך האב אריבער געברענגט מיינע סחורה אין א פריוואטער פארום דא. דיר מחנים האט געעפענט א פארום וואס האט געדארפט ארויס דריפן ארטיקלען בעת מצוא.

שוין אבער נאר-וואס? מיר האבן מחליט געווען אז שפילן א געים אויף דים עצם סייט. נישט אינטערסאנט.

אויב איז עס א געים און קיינעם אינטערסירט עס נישט, פארוואס ארבעטן דעראויף און שטעלן חומר. אבער אן אדמין האט אן אנדערע אחריות אויך, אֵיי גֶעס.
 
איך בין נאך בעצם ניי דא, סאו איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וויאזוי אלעס ארבעט, איך פרוביר יעצט אויסצופיגערן אלעס.
 
איך בין נאך בעצם ניי דא, סאו איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וויאזוי אלעס ארבעט, איך פרוביר יעצט אויסצופיגערן אלעס.
אדרבה פרעיג סיי וועלעכע שאלה קענסטו מיר עניטיים אישי'ען
 
Back
Top