אמעריקאנע עיר פארס - מיליטערישע דראונס

ספרא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 1, 2025
מעסעדזשעס
86
רעאקציע ראטע
731
פונקטן
103
1000053703.webp

אזוי ווי מיר האבן ב''ה געענדיגט באשרייבן אלע אמעריקאנע מיליטערישע פליגערס,
וועלן מיר אי''ה גיין ווייטער אין די אמעריקאנע עיר פארס, און מיר וועלן אונהייבן צו באטראכטן און באשרייבן,
די אמעריקאנע מיליטערישע דראונס!
דראונס וועלן שפילן א הויפט ראלע אין די צוקונפטיגע מלחמות, און יעדע פארגעשריטענע מיליטער זוכט צו האבן די בעסטע דראונס!
גראדע וועט עס נישט בלויז שפילן א ראלע אינעם צוקונפט, נאר עס ווערט שוין גענוצט אין די פארשידענע מלחמות וואס קומען יעצט פאר ארום די וועלט!
ווי די איראנע שאהיט דראונס וואס די רוסן נוצן צו באשיסן אוקריינא שטעט,
די האיטי רעבעלן שיסן אויך דראונס אויף מדינת ישראל,
און אמעריקע באנוץ זיך אויך מיט דראונס צו עלימינירן טעראריסטן!
אבער עס איז דא צוויי הויפט סארט דראונס,
איינס איז די וואס די רוסן און די האיטי רעבעלן נוצן,
דאס זענען זעלבסמארד דראונס וואס גייען בלויז איין וועג, עס טוט גארנישט חוץ אריינקראכן אין די ציל און אויפרייסן און דאן ענדיגט זיך זייער תפקיד אויף די וועלט!
די צווייטע סארט איז די דראונס וואס אמעריקע באנוץ זיך צו עלימינירן טעראריסטן, דאס זענען גאר פארגעשריטענע דראונס, זיי זענען אונגעלאדענט מיט מיסילס,
און פארגעשריטענע שפיאנאזש און סארוועליענס אפאראטן, זיי לאזן אראפ באמבעס און מיסלס, און פירן דורך שפינאזש מיסיעס,
 
לעצט רעדאגירט:
איז מיר וועלן אונהייבן מיט די נארמאלע דראונס נישט די זעלבסמארד דראונס,
וואס אגב איז אמעריקע שטארק הינטערשטעליג פון אנדערע לענדער אין די געביט פון זעלבסמארד דראונס,
אבער מיר וועלן נישט יעצט אריין גיין אין דעם,
אין די נארמאלע דראונס פון די אמעריקאנע מיליטער,
זענען דא צוויי סארט,
איינס ווערט באצייכנט אלץ RQ דאס איז נישט געמאכט פאר שיסן מיסלס,
נאר פאר שפינאזש צוועקן,
און די צווייטע סארט ווערט באצייכנט אלץ MQ דאס זענען די וואס לאזן אראפ באמבעס און מיסלס,
און די סארט קען אויך דינען פאר שפינאזש צוועקן,

דאס הייסט אז עס האט ביידע.
 
1000053706.webp

גיימער אונהייבן מיט די הויפט שפינאזש דראון פון די אמעריקאנע נעווי!
די,
MQ-4
אנדערש ווי רוב אנדערע MQ דראונס,
וואס זענען געמאכט צו שיסן און שפיאנירן,
נוצט מען די דראון בלויז פאר שפינאזש צוועקן,
כאטש וואס עווענטועל וועט עס אויך קענען שיסן,
איז אבער דערווייל ניצט מען עס נאר פאר שפינאזש,
עס איז א גרויסע דראון,
ארום 130 פוס לאנג!
עס קען פליען ביי א הייעך פון 56,000 פוס הויך!
און ביי א שנעלקייט פון 360 מייל א שעה,
און קען האבן מיסיעס פון דרייסיג שעה לאנג!
ער איז א אויסטערלישע שפיאן!
עס זעהט אלעס וואס טוט זיך ארום און ארום מיילן ווייט!
עס קען דעקן אין א טאג א שטח פון 2.7 מיליאן קוואדראט מייל!
צו פארשטיין,
איין קוואדראט מייל איז,
א פינקטלעכע באקס,
וואס איז גרויס איין מייל די לענג,
און איין מייל די ברייט!
און ער קען דורך נישטערן אין איין טאג,
2.7 מיליאן קוואדראט מייל!
עס כאפט אויף אלעס!
פון גאר קליינע שיפלעך,
ביז גרויסע מיליטערישע שיפן!
און קען זעהן סאמבארינס אינטער די וואסער!
און שיקט די בילדער אויפן פלאץ צום קאמענד צענטער!
אסאך פון זיינע מעגליכקייטן זענען קלאסיפיצירט,
אבער דאס איז וואס מען ווייסט,
איראן האט שוין אראפ געשאסן איין אזא דראון!
און רוסלאנד האט זיך צוריק געהאלטן פון אראפשיסן,
ווען עס איז געפלויגן העכער די קריימיע האלב אינזל,
דעמאלטס האבן די רוסן בלויז באשולדיגט אמעריקע מיט'ן העלפן אוקריינא אין אטאקעס קעגן רוסלאנד,
אבער זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון עס אראפשיסן,
עס איז געבויט געווארן אין יאר 2013,
און אריין אין באנוץ אין יאר 2018,
עס קאסט ארום 180 מיליאן דאלאר פער דראון!
עס איז דא בלויז 31 אזאלכע דראונס!
28 ווערט געהאלטן דורך אמעריקע,
און דריי די אסטראליע מיליטער,
נאר די צוויי לענדער האבן עס!
פארשטייט זיך אז אסטראליע האט עס געקויפט פון אמעריקע.
 
1000054475.webp

גיימער היינט גיין צום הויפט עלימינירונג דראון פון די אמעריקאנע מיליטער!
און די מערסט באקאנטע עלימינירונג דראון אין די וועלט!
די,
MQ-9 Reaper,
די דראון זעהט און שיסט!
דאס הייסט עס האט סארוועליענס אפאראטן און ווען עס כאפט אויף פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן,
שיסט עס און עלעמנירט די געפאר!
די דראון קען פליען ביז 50,000 פוס הויך,
אבער ביים דורכפירן מיסיעס פליט עס געווענליך נאר ביז 25,000 פוס הויך,
עס פליט ביי א שנעלקייט פון 230 מייל א שעה,
עס קען טראגן ביז 3,750 פונט וואפן!
די עיקר וואפן וואס עס ניצט איז העלפייער מיסילס!
אבער עס קען טראגן נאך פארשידענע וואפנס,
אזוי ווי געשריבן כדי צו קענען זעהן קלאר די ציל,
מיז עס פליען בײ 25,000 פוס הויך,
און קען מיט זיינע קעמרעס אריין קוקן אין פענסטער'ס פון געביידעס און קארן,
און אזוי ווי אין די פענטאגאן באשטעטיגט מען אז דאס איז די ריכטיגע ציל,
לאזט די דראון ארויס איין אדער צוויי העלפייער מיסילס,
און מאכן פון דעם טעראריסט שטויב און אש!
מיט די דראון האט מען עלימינירט די באקאנטע איראנער גענעראל סאלעמעני,
אויפן באפעל פון פרעזידענט טראמפ אין זיין ערשטע טערמין,
עס איז געווען די פערזענליכע שפילצייג פון פרעזידענט אבאמא ביי די קאמף קעגן טעראר,
רוב פון די הויכראנגיגע אייסיס און אל קאידא טעראריסטן זענען עלימינירט געווארן מיט די דראון!
אבער טאקע צוליב דעם וואס פאר מיסיעס פליט עס רעלאטיוו נידריג און שטייט,
איז עס גרינגער צו אראפשיסן,
און מען האט שוין אראפגעשאסן מער פון צוואנציג אזאלכע דראונס!
עס קאסט ארום דרייסיג מיליאן דאלאר פער דראון,
עס איז גאנץ ביליג קעגן אנדערע דראונס!
עס איז אריין אין דינסט אין יאר 2007,
און אין די קומענדיגע יארן וועט עס ארויסגיין פון באנוץ,
און ווערן איבערגענומען דורך נייע און בעסערע דראונס,
עס איז געבויט געווארן איבער פיר הונדערט אזאלכע דראונס,
און רוב ווערט געהאלטן דורך אמעריקע,
און א צאל זענען פארקויפט געווארן פאר נאטא אליאירטע לענדער.
 
1000060320.webp

גיימער היינט גיין צו א גאר מאכטפולע שפינאזש דראון,
די,
RQ-4 Global Hawk,
עס איז א גרויסע דראון,
קעגן אנדערע דראונס,
אזוי גרויס ווי א באס!
ער פירט דורך זיינע שפינאזש מיסיעס גאר הויך,
כמעט אין ספעיס,
ביי א הייעך פון 56,000 פוס הויך,
און פליט אויך גאנץ שנעל,
ביי א שנעלקייט פון כמעט 400 מייל א שעה,
צו פארשטיין ווי גוט עס קען זעהן,
עס קען פון די 56,000 פוס הויך,
זעהן א גאלף באלי!
און קען זעהן קלאר ווען איינער רייכערט!
עס קען זעהן גאנץ ניו יארק אויף איין מאל!
עס כאפט אויף אינטערנעט קאָמוניקאַציע און ראדיא סיגנאלן, בלוטוט, וכדומה,
נוקלעארע און כעמישע שפירן,
דאס איז חוץ וואס ער זעהט אלעס וואס שפילט זיך אפ אויף די ערד!
עס האט גאר שטארק געהאלפן אין כאפן און עלימינירן דעם ארכי טעראריסט בין לאדן,
עס פליט רעגלמעסיג נאנט (און העכער) צפון קארעא, כינע און רוסלאנד,
און עס ווערט שטארק באנוצט דורך די CIA,
עס איז דא נאר 52 אזאלכע דראונס אין די וועלט!
נאר איין איז געווארן אראפגעשאסן,
דורך איראן,
נאך אפאר האבן געקראכט אין אמעריקע,
אבער די וואס ארבעטן זענען גאר גוט!
אמעריקע האט כמעט 40 שטיק,
און יאפאן,
דרום קארעע,
און נאטא האבן די איבריגע,
עס איז אריין אין באנוץ אין יאר 1998,
עס קאסט 220 מיליאן דאלאר פער דראון!
 
Back
Top