מעטעאראלאגיע 101 - אלעס ארום וועטער

יש עתיד

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 10, 2024
מעסעדזשעס
43
רעאקציע ראטע
195
איך וויל דא אראפשרייבן אן ארטיקל איבער וועטער, א לייכטע נושא וואס קען זיין אינטרעסאנט פאר טייל, אבער מען קען אויך אריינגיין גאר גאר טיף, וועל איך פרובירן צו אראפשרייבן אביסל צו קענען פארשטיין. (איך וויל צולייגן אז איך בין נישט די גרעסטע עקספערט, ממילא קען צומאל אריינפאלן טעותים, ושגיאות מי יבין)

וואס איז וועטער?

וועטער איז די טאג טעליכע מצב אין די אטמאספערע, דאס דעקט אזאלכע פאקטארן ווי: 1) טעמפראטור 2) יומידיטי 3) רעגן/שניי 4) ווינט 5) וואלקן צודעק 6) לופט פרעשור. די אלע זאכן ווערן געמאסטן מיט אנדערע נומערן, און יעדע פון די זאכן קען אפעקטירן אונזער טאג טעליכע הלוך ילך. מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען שוין פאראויסזען די אלע זאכן מיט א מורא'דיגע פונקליכקייט. מען וועט צוביסלעך מסביר זיין וויאזוי די אלע זאכן ארבעטן.

וואס איז די אטמאספער?

(דאס איז נישט אזוי ווייט פארבינדן מיט וועטער, אבער קען אפטמאל אריינקומען פאר קאנטקסט). לאמיר פארשטיין וואס איז דאס די אטמאספער וואס אונז זענען ארומגענומען מיט, די אטמאספער איז צוזאמגעשטעלט מערסטנס פון אזאלכע גאזן ווי נייטראזשין און אקסיגין און אביסל קארבאן דיאקסייד און א קלענערע פראצענט פון נאך גאזן. וועטער עקספערטן צוטיילן די אטמאספער אין עטליכע שיכטן. אונז זענען אין די נידריגסטע שיכט וואס רופט זיך Troposphere, נייטראזשין מאכט אויס ארום 78 פראצענט פון די לופט וואס מיר אטעמען, אקסיגין 21 פראצענט, און די איבריגע א געמיש פון קארבאן, ארגאן און נאך. די Troposphere ציעט זיך פון די ערד ביז ארום 5 צו 10 מייל אין די לופטן. ווי העכער מען גייט ארויף אין די טראפאספעיר וועט די טעמפראטור פאלן, דאס וועט אזוי פאלן א דורכשניט פון 4 גראד פאר יעדע 1,000 פוס, ביי א געוויסע פונקט הערט די טעמפראטור אויף צו פאלן דאס מיינט אז מען האט דערגרייכט די ענדע פונעם טראפאספעיר, ביים קלימאקס וועט די טעמפראטור גרייכן מיינוס 70 גראד פערנהייט. מען קען ווען טראכטן אז די טעמפראטור וועט פארזעצן צו פאלן ווי העכער מען גייט אבער דאס איז נישט ממש אזוי.

די Stratosphere איז די נעקסטע חלק ווען מען גייט העכער אין די סטראטוספעיר הייבט די טעמפראטור אן צו שטייגן, ביז צו א הייעך פון 40 גראד, דאס קומט צוליב די אזאון שיכט (Ozone layer) וואס האלט אפ שעדליכע ראדיאקטיווע מאטריאלן פון די זון צו גרייכן די וועלט. דאס איז גוט וויבאלד UV ראדיאציע איז באקאנט פאר'ן ברענגען קענסער און נאך פארשידענע קרענק. ווען מען קריכט העכער ווערט די לופט אלץ דינער און שיטערער, די לופט פרעשור גרייכט א קארגע 1 מיליבאר (זע שפעטער) אין קאנטראסט צו ארום 1,013 מיליבארס אויפן ערד (ביי די ים פלאך שטאפל). דאס ציט זיך ביז ארום 30 מייל העכערן ערד.

די Mesosphere קומט נאכדעם, דארטן טראסקעט די טעמפראטור ווייטער וויבאלד ס'איז נישט דא קיין אזאון צו האלטן ווארעם, די טעמפראטור גייט אראפ ביז מיינוס 130 פערענהייט. דאס ציט זיך ביז ארום 50 צו 120 מייל ארויף.

דערנאך קומט די Thermosphere (הייסע זאנע), דארטן גייט צוריק ארויף די טעמפראטור, אייגענטליך ארויפגיין איז נישט די ריכטיגע ווארט עס "שיסט" ארויף ביז א שטוינענדע 3,600 גראד, די אורזאך דערפון קומט צוליב וואס דארט קלאפן די זון שטראלן אן דירעקט אן קיין שום אפשטעל, איינמאל מען גייט העכער דעם קומט מען אן צו די Exosphere די לעצטע שיכט וואס דארט איז די לופט אזוי דין אז די ערד'ס גראוויטי איז שוין נישט געהעריג שולט, דארט איז די פלאץ ווי אלע סאטעליטן און ספעיס שאטל'ס זענען. פון דארטן און העכער איז נישטא דא קיין נייע שיכט די די לופט ווערט פשוט מער און מער צושפרייט ביז מען קען שוין עס שוין נישט אויפכאפן.
דא זעט מען אן אילוסטראציע
1000029933.jpg

די וואסער צירקל

וואסער ווי באקאנט איז א זאך וואס ווערט ריסייקלט יעדע טראפ וואסער איז שוין דא געווען און געווארן איבערגענוצט פון בריאת העולם. מערסטנס וואסער אין די וועלט (97 פראצענט) זענען אין די אקעאנען און ימים, די לופט (פארע) אנהאלט אין זיך בלויז 0.001 פראצענט פון די וועלט'ס וואסער, נאכאלץ, ווען די פיצינקעלע וואסער וואס געפונט זיך יעצט אין די לופט זאל ווען מיטאמאל אראפפאלן וואלט עס געווען גענוג צו איבערדעקן די גאנצע וועלט מיט ארום אן אינטש וואסער. ארום 121,000 קוביק מייל פון וואסער וועפערירט יעדעס יאר, די וועפעראציע פראצעדור פאסירט צוליב וואס די זון ווארעמט די לופט און ווארעמע לופט קען האלטן מער פייכקייט ווי קאלטע לופט.

עוועפאראציע געשעט איבעראל פון ימים און טייכן ביז דרעין'ס און קליינע פאדלעך וואסער, געוואוקסן געבן אויך ארויס וואסער פון זייער בלעטלעך אין א פראצעדור גערופן Transpiration, די אלע וואסער גייען ארויף ביז זיי גרייכן צו א פונקט וואס די לופט איז שוין גענוג קאלט און קען שוין נישט האלטן אזויפיל וואסערן און דאס גייט צוריק אראפ אין פארעם פון רעגן, שניי אדער האגל.

די 3 שטאפלען וואלקענעס

וועטער מומחים צוטיילן וואלקענעס אין 10 ערליי מינים. (עס זענען פארהאן נאך אבער זענען די עיקר) און די 10 זענען בעיקר צוטיילט אויף 3 חלקים: היי-לעוועל (די אויבערשטע חלק פונעם Troposphere ארום 20,000 ביז 60,000 פוס העכער די ערד), מיד-לעוועל (6,500 ביז 20,000) און לאו-לעוועל (אונטער 6,500 פוס).

די לופט אין די הויכע ספערן פונעם Troposphere איז אזוי קאלט אז די וואסערן קענען נישט בלייבן צו לאנג רינעדיג, נאר ווערט פארפרוירן צו קליינע שטיקלעך אייז, איינע פון די וואלקענעס וואס שוועבן דארטן צווישן 20,000 און 60,000 פוס ווערן אנגערופן cirrus, דאס זעט אויס ווי שניי ווייסע שטיקלעך קאטאן קענדי אין די לופטן, זיי זענען נישט גענוג געדעכט צו פארשטעלן די זון. הגם, אפטמאל קענען די הויכע שטאפלען וואלקענעס יא גענצליך צודעקן די הימל וואס דאן ווערט עס גערופן Cirrostratus, נאכאלץ וועט מען קענען זען די זון ארויסשיינען. וויבאלד זיי קומען געווענליך אין בעפארגרייטונג צו א שטורעם קען Cirrostratus אנדייטן אז רעגן גייט קומען אין די קומענדיגע 12 ביז 24 שעה. די דריטע סארט איז Cirrocumulus דאס זענען הערליכע וואלקנס וואס זעען אויס ווי גרויסע אויפגעבלאזענע שטיקלעך וואטע. אנדערע באצייכענען זיי ווי שופן פון א פיש, פון דא שאפט זיך די נאמען פאר אזא הימל mackerel sky.

די נידריגערע שטאפל (20,000-6,500 פוס הויך) זענען דא די סארט וואלקענעס וואס באשטייען אדער פון אייז אדער פון וואסער, אדער א געמיש. זיי הייבן זיך אן מיט -Alto. די צוויי הויפט זענען altocumulus און altostratus, אלטאסטראטוס זענען געווענליך גרוי אדער בלויאיש-גרוי און קענען באדעקן הונדערטער מיילן אין די הימל (זיי ווערן אפטמאל צומישט מיט סירוסטראטוס וואס באדעקן אויך די הימל, א גרינגע וועג צו זען א חילוק איז אויב קוקענדיג אויפן ערד זעט מען א שאטן, וואס אין אזא פאל איז דאס ווארשיינליך די העכערע סירוסטראטוס). אלטוקומולוס האבן זעען אויך אויס ווי גרויסע שטיקער וואלת אבער זענען געווענליך מער גרוי און באשטייען בלויז פון וואסער.

די ריכטיגע נידריגע וואלקענעס זענען Stratus וואלקענעס. זיי זענען די ווייניגסטע אינטרעסאנט פון די אלע 3. געווענליך וועלן זיי צודעקן די הימל און גענצליך פארשטעלן די זון, אבער מען וועט נישט זען קיין סאך רעגן פון זיי אחוץ דריזל און לייכטע רעגן.
דערנאך איז דא איין נאך איין סארט וואס דאס איז די ריכטיגע מאנסטער זיי רופן זיך nimbostratus, און ווערן געשאפן ווען א מאסע פון הייסע לופט שטויסט זיך אן אין קאלטע לופט און בויעט אויף א מאכטפולע גרויע וואלקן, זיי קענען מאכן אזוי פייכט די לופט ארום זיך אז ס'ווערט באשאפן נאך און נאך וואלקענעס אונטער דעם ביז א דיקקייט פון 25,000 פוס! וואס אויב דאס געשעט באדייט דאס אז עס גייט שטארק רעגענען פאר א לאנגע צייט. דא קען מען זען בילדער פון אלע 10 סארטן וואלקענעס.
1280px-Cloud_types_en.svg.png.jpg

רעגן, האגל און שניי

רעגן געשעט ווען פון וואסער און פארע אין די לופטן וואס זענען גענוג געדעכט און קאלט ווערן פארוואנדלט אין א וואסער טראפ, שפעטער שטעלן זיך צוזאם אפאר קליינע טראפנס צוזאמען ביז עס ווערט א גרויסע רעגן טראפן און דאן ווערט דאס צוריק אראפגעשטעלט צו די ערד דורך גראוויטי, יעדע טראפ איז אמווייניגסנטס א האלבע מילימיטער (0.02 אינטש) אין דיאמעטער, ווייניגער ווי דעם ווערט עס אנגערופן דריזל.

האגל און שניי זענען פון די מערסט אויגפארכאפנדע זאכן אין נאטור, אבער קענען אויך אנברענגען אומאנגנעמליכקייטן אדער נאך ערגערס פאר די וואס זענען געשטראנדעט. וויאזוי ווערט האגל באשאפן? דאס פאסירט ווען פיצינקעלע שטיקלעך אייז ווערן פארכאפט אין א שטורעם (Thunderstorm) און די ווינט שטופט ארויף די טראפנס ביז א הייעך אין די לופטן וואס איז אונטער די פרירונג פונקט, און אזוי גייט עס אראפ און ארויף, און יעדעס מאל שלעפט עס מיט נאך און נאך שטיקלעך אייז ביז ס'ווערט שוין ממשות'דיג גרויס, דאס ווערט גערופן Updrafts.

שניי. יעדע ברעקל שניי האט 6 שפיצן אדאנק די מאלקיולערע אויסשטעל פון וואסער, צומאל קענען זיך אסאך שטיקלעך שניי צאמשטעלן פארמירנדיג אויגפארכאפנדע פארעמס. שניי קומען געווענליך פון קומולוס וואלקענעס, שניי סקוואלס פון די אנדערע זייט זענען קורצע אבער זייער ווילדע שניי שטורעמעס וואס איז ענליך צו א זומערדיגע שלאקס רעגן, זיי קומען אן אן א ווארענונג פון פארדעם און קענען גענצליך פארבלינדן זע קראפט. דערנאך איז דא ווען א שניי שטורעם גרייכט ווינטן פון 35 מפ"ש במשך 3 שעה ווערט עס אפיציעל באצייכנט אלץ "בליזארד". דאס קען מאכן גרויסע בערג שניי (snow drifts). אין די 1888 בליזארד אין נ.י. סיטי האבן אזאלכע שניי בערג דערגרייכט 50 פוס!

לופט פרעשור און ווינטן

צו פארשטיין וויאזוי לופט רוקט זיך, איז גוט צו פארשטיין לופט פרעשור (די קראפט פון לופט אויף אן אביעקט). עס זענען פארהאן עטליכע וועגן וויזאוי צו מעסטן לופט פרעשור (אויך באקאנט אלץ אטמאספערישע פרעשור) די מערסט באקאנטע איז "אינטשעס פון מערקורי" וואס ווערט גענוצט אין אמעריקע, און "מיליבארס" פאר פלעצער וואס נוצן די מעטער סיסטעם.

ווען דו זאלסט ווען קענען נעמען 1 סקווער אינטש פונעם ערד גראד ארויף ביז די אויבן פונעם טראפאספעיר וואלט די שטח געוואויגן ארום 14.7 פונט, ממילא וועלן מעטעראלאגיסטן זאגן אז לופט פרעשור אויפן ערד איז 14.7 פונט פער סקווער אינטש, וואס דאס קומט אויס 29.92 אינטשעס פון מערקורי אדער 1,013 מיליבארס (יעדע מיליבאר איז 0.02953 אינטשעס פון מערקורי).

מיט נאנט צו 15 פונט פרעשור אויף יעדע אינטש פון דיין גוף, וואלסטו זיך פארגעשטעלט אז עס וואלט געדארפט זיין ביטער שווער אפי' צו נעמען אן אטעם, צום מזל טוט נאטור זיין ארבעט און יעדע צעל אינעם גוף האט פונקט אזוי סאך פרעשור וואס שטופן ארויס ווי די וואס שטופן אראפ. דאס ווייזט ווי גוט אונזער גוף האט זיך אדאפטירט צו די לעבן אינעם פלאנעט. וואס געשעט אבער אז דו קריכסט ארויף אויף א הויכע בארג וואס איז ניששט דא אזוי פיל פרעשור? די פרעשור וואס שטופט ארויס איז שטארקער ווי די פרעשור ווי די אינדרויסן, ווען דאס געשעט קען זיך פילן אן אומבאקוועמע פרעשור אין די אויערן וואס קומט רעזולטאט פון די די איבריגע פרעשור וואס זוכט א וועג ארויס.

היינטיגע צייטן ווערט גענוצט א דעווייס וואס רופט זיך barometer וואס דאס מעסט די פרעשור דורך א ספעציעלע אייזן.

ווען ווארעמע לופט גייט ארויף לאזט די פלאץ אונטער איר נאך פון די פרעשור (ווארעמע לופט איז ווייניגער קאנצעטרירט ווי קאלטע לופט) און עס ווערט געשאפן א low פרעשור, אבער אויב די זעלבע לופט וואס גיט ארויף איז קאלטע לופט דאן טרייבט עס א שטח פון high פרעשור, וויבאלד די אטמאספער פרובירט שטענדיג צו האלטן א באלאנס, און אויכט וויבאלד לאו פרעשור איז אזויווי א וואקיום וואס ציט אריין קאלטע לופט און היי פרעשור, ווערט פראדוצירט א זאך וואס אונז רופן אן 'ווינט'.

די דיפרענץ פון לופט פרעשור צווישן צוויי לופט מאסאס ווערט גערופן די pressure gradient, די העכער די פרעשור גרעדיענט די שטערקער וועט די ווינט בלאזן. (אויפן גרעסערן בילד, וויבאלד די וועלט דרייט זיך, זענען די ווינטן אין די צפון זייט וועלט וואו אונז וואוינען פון רעכטס צו לינקס, און אין דרום פון לינקס אויף רעכטס, אין רעזולטאט פון coriolis
אפעקט וואס געבט צו פארשטיין וויאזוי זאכן פון איין זייט וועלט דרייען זיך די אנדערע וועג ווי די אנדערע זייט וועלט. דאס איז וויכטיג צו קענען פארשטיין ווינטן דירעקציע וויבאלד ווען דו קוקסט אויף א וועטער מאפע קענסטו אסאך מאל דרייענדיגע ליניעס (זע בילד) די ליניעס ווערן אנגערופן isobars או צווישן יעדע עטליכע isobars וועסטו זען א גרויסע H אדער L וואס דאס מיינט אז דאס זענען א היי אדער לאו, די מאפע מעסט וועלכע פלאץ אינעם אטמאספער איז דא א היי פרעשור און וועלכע א לאו, היי'ס גייען געווענליך סינאנים מיט קלארע וועטערס וויבאלד דאס באדייט אז דאס איז קאלטע לופט וואס פאלט באופן כללי, און די לאו'ס זענען מער אפיליערט מיט שטורעמדיגע און רעגענדיגע וועטערס, ווען דו קוקסט אויף אזא מאפע קענסטו זען דורך די אויבערדערמאנטע אפעקט אין וועלכע ריכטונג די ווינטן גייען די ליניעס מיינט אז דארט טוישט זיך פון א היי צו א לאו די מער צושטופט די ליניעס זענען די שטערקער זענען די ווינטן, ביי א האריקעין וועלן די ליניעס זיין אזוי נאנט אז עס וועט אויסקוקן ווי איין דיקע ליניע, און וויבאלד די ווינטן פון א לאו גייען אויף לינקס און פון א היי אויף רעכטס קענסטו זען די ליניעס פאלארעל ווי די ווינטן טוישן זיך. אביסל קאמפליצירט..... אבער אין רעאליטעט איז די גאנצע שמועס נישט עכט וויכטיג וויבאלד די אלע זאכן שפילן זיך אפ העכער 3,000 פוס אין די לופטן און ווען דו ווינטן גרייכן אונז זענען שוין דא אנדערע פאקטארן צו טוישן די גאנג, ווי מען וועט שפעטער מסביר זיין).
Screenshot_20240910_005247_Chrome.jpg
(דאס ווערט שוין אביסל פארצויגן וועל איך זיך דא אפשטעלן, איך האף צו מאכן א חלק ב' און מעגליך ג' צו דעקן נאך מושגים ווי יומידיטי, וועטער פראנטס, קלימאט און סעזאנען)
 
View attachment 505

View attachment 510

View attachment 515
(דאס ווערט שוין אביסל פארצויגן וועל איך זיך דא אפשטעלן, איך האף צו מאכן א חלק ב' און מעגליך ג' צו דעקן נאך מושגים ווי יומידיטי, וועטער פראנטס, קלימאט און סעזאנען)
קרעיזי ארבעט wow
 
נו! אינז ווארטן!
 
נו! אינז ווארטן!
Wow, שכח פאר'ן אריינשטעקן און געבן פידבעק, ס'קאסט ארבעט צו שרייבן לאנגע ארטיקלען, אבער כ'האף צו מאכן די נעקסטע צוויי חלקים ערגעץ יעצט אין די נאנטע צוקונפט.
 
ישר כח, אונז ווארטן בכליון ענים.
 
Back
Top