מאדערן דעי אנטיסעמיטיזם

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,718
א פרישע שערוריה אויפן ברייטן געוועב! מעטא עי איי ווען מ'שטעלט אריין א שאלה, ער זאל צושטעלן א בילד ווי אידן עסן חזיר פלייש, שטעלט ער צו אהנע תירוצים א שיינע בילד ווי איד/אידן זיצן ארום א טיש און עסן חזיר פלייש.
אבער ווען מ'בעהט ער זאל מאכן א בילד ווי א מוסעלמענער עסט חזיר פלייש, קומט ארויף אן אנטשולדיגונג אז ער קען נישט צושטעלן אזא בילד
IMG-20240513-WA0437.jpg
IMG-20240513-WA0436.jpg
IMG-20240513-WA0435.jpg
IMG-20240513-WA0431.jpg
 
דאס האט מיט אנטיסעמיטיזים נול אפס 0 גארנישט. ווען די וועסט מאכן אזא בילד פון אן אראבער וועט ער אויס'הרג'ענען א האלבער שטאט. משא''כ דער איד וועט זיך נישט וואוסענדיג מאכן.
מאכן אזא בילד פון אן אראבער איז א פחד וואס די וועלט פארשטייט אז דער אראבער וועט הארגענען ווען ער זעהט אין די פרייע וועלט פאר אזא בילד. איז למה לנו צרה הזאת ? ארבער מיט א חזיר אין אנו עושים און פארטיג פטור אן עסק.
אדער צו אידן קענען אטאקירן מוסלמענער ווערסעס מוסלמעינער אטאקירן אידןView attachment 28View attachment 29View attachment 30
 
דאס האט מיט אנטיסעמיטיזים נול אפס 0 גארנישט. ווען די וועסט מאכן אזא בילד פון אן אראבער וועט ער אויס'הרג'ענען א האלבער שטאט. משא''כ דער איד וועט זיך נישט וואוסענדיג מאכן.
מאכן אזא בילד פון אן אראבער איז א פחד וואס די וועלט פארשטייט אז דער אראבער וועט הארגענען ווען ער זעהט אין די פרייע וועלט פאר אזא בילד. איז למה לנו צרה הזאת ? ארבער מיט א חזיר אין אנו עושים און פארטיג פטור אן עסק.
אהא און וואס וועסטו מיר ענטפערן פאר'ן צווייטן בילד?? מיין טאטע ע"ה פלעגט זאגן שערי תירוצים לא ננעלו
 
עס איז איסלאמאפאביע צו שרייען אז דאס האט מיט אנטי-סעמיטיזם צו טון!! (אין אזא וועלט לעבן מיר ליידער..)

אין א סיריעס נאוט, עס איז בכלל נישט די ערשטע אדער גרעסטע AI בייעס צו איסלאם, ווען מ'בעט אים צו מאכן ווערטלעך אויף סיי וועמען - מאכט ער גערן - אריינגערעכנט משה רבינו אדער להבדיל יוזל, נאר אויף מוחמד וויל ער זיך נישט ווערטלען - ווייל עס קען זיין 'אומפאסיג' און 'אפענסיוו'...

איבער די האלאקאוסט און איבער אידן אין די צווייטע וועלט מלחמה הערט ער פשוט נישט די שאלה, אבער איבער די 'נאקבא' ווערט ער גערן מיטטיילן זיינע אינפארמאציע..
 
דאס זעלביגע
איך וואלט נישט געזאגט עס איז נאר אלס מורא פון זייערע נקמה (- וואס איז געוויס אויך וואר). עס האט לכאו' מיט די כלליות'דיגע וויקטים קולטור וואו די לינקע האבן לאיזה סיבה מחליט געווען אז אימיגראנטן און אראפגעקוקטע קולטורן/רעליגיעס (אין די מערב וועלט) זענען זייערע אפגעטער, און זיי נעמען עס זייער פערזענליך ווען מ'אטאקירט איינער פון די..
משא"כ סיי וועלכע אנדערע רעליגיע אדער גרופע - וועלכע פאלן נישט אונטער זייער באליבטע טעריטאריע, און דערפאר פארלאנגט נישט די ספעשל פראטעקשאן אנקעגן די אלע 'ביגעטס'..
 
איך וואלט אבער יא צוגעלייגט אז שרייען 'אנטי-סעמיטיזם' צופיל אדער און אומריכטיגע קאנטעקסט - פארביליגט דעם ווארט און האט גאר א פאקערטן עפעקט.
נישט יעדעס מאל וואס א גוי שרייט אן א איד (צ.ב. ווען דער איד האט זיך פראבירט פארנט צו שטופן אויפן סובוועי) איז עס אנטי סעמיטיזם, און נישט יעדער וואס רעדט שטותים איבער מדנ"י אדער איז איגנאראנט/נאריש אדער מיסאינפארמירט גייען אריין בגדר אנטיסעמיטן.

קאלמאן שמועסט עס אויס זייער קלאר ערגעץ אין דעם שמועס
 
בדוחק קען מען עס פארענטפערן אז א איד מיינט לאו דוקא א רעליגיעזע מענטש, אדרבה, רוב אידן זענען נישט רעליגיעז.
א מוסלעמענער מיינט איינער וואס האט אנגענומען דעם רעליגיעזן אפשטאם.

(מאותו דין איז אנטישמיות טאקע הארבער בעיקרון ווי איסלאמאפאביע וואס איז בסך הכל א רעליגיע אויף וואס א מענטש האט א ברירה אפצולאזן)
 
איך קוק אויף די בילד וואס ער האט דיר זשענערעיטעד זע איך אז ער האט אפגעמאלן א בילד ווי דער פויפסט עסט חזיר...

סאו ס'איז נישט געפערליך, זיי רעכענען זיך יא מיט אונזער געפילן..
 
האמת אגיד, יעדעס מאל איך לאג אריין זעהן איך דעם אשכול און איך טראכט צו מיר "נישט אינטערעסאנט", א געשעפט האב איך מיט אנטיסעמיטיזם, ס'דאך אזא אויסגעדראשענע נושא, אבער איך מוז זאגן אז אויף דעם האב איך מיך ממש נישט געראכטן, אוי איז דאס הילעריעס די לינקע משוגעת'ן 😂🤣😅
 
אגב, איך האב א ספק צו אפשר איז נישט די גאנצע זאך פאטאשאפפד ווייל מעטא אנטזאגט זיך פון מיך געבן סיי וועלכע בילד וואס האט אין זיך אטאקעס.
Screenshot 2024-05-23 000324.png
 
אגב, איך האב א ספק צו אפשר איז נישט די גאנצע זאך פאטאשאפפד ווייל מעטא אנטזאגט זיך פון מיך געבן סיי וועלכע בילד וואס האט אין זיך אטאקעס.View attachment 80
די בילדער וועלכע איך האב ארויפגעשטעלט ביים עפענען די שנירל זענען עכט. ס'קען נאר זיין אז ס'האט אנגעמאכט א שטורעם האבן זיי עס עלימינירט
 
מיין שוועסטער האט עס פרובירט און ביי איר האט עס יא געארבעט, גיי פארשטיי.
c7bb1f23-19e1-4e6f-b5ea-8153c1d96c51.jpeg
 
איך בין נישט קיין AI עקספערט, אבער מען דארף נישט זיין קיין עקספערט צי פארשטיין אז ס'איז נישטא וואס צי בלעימען מאטע פאר דעם. עי איי רעפלעקטירט די דעת הקהל פון די געוועב. עס איז נישט געפראגרעמט וואס צי ענטפערן אין יעדע פאל.

וואס יא, דעת הקהל איז אנטיסעמיטיש גענויגט, אודאי. ס'אלץ געווען אזוי. אמאל אין די צייטונגען און היינט אויף טיק טאק.
 
ארבעט נאך ביי מיר און איך האב אויס פרובירט נאך עפעס… עס לאזט מיר מאכן א בילד פון א איד טאנצן אויף א תורה אבער נישט א מוסלמענער אויפן קוראן 😂
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_3030.jpeg
    IMG_3030.jpeg
    29 KB · געזען: 20
Back
Top