מאנשאפט נאך געבורט

פאללאק

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 10, 2024
מעסעדזשעס
2
רעאקציע ראטע
23
אין ליכט פון די שנירל איבער געבורט קאנטראל, ארויסברענגענדיג די שוועריגקייטן פון א באלאנסירטע שלום בית אין א קינדער געבענטשטע שטוב, האט עס מיר מעורר געווען אלטע הרגשים איבער די ענין, איך שפיר אז די קרעמל מיטגלידער וועלן מיר פארשטיין.

אינדערצייט וואס די שמועס איז געווען איבער די שוועריגקייט פון האדעווען קינדער, לאמיר אביסל באטראכטן די תקופה פון דעם מאן ווען זיין פרוי האט נארוואס געגעבן געבורט.
דער סטייפלער אין זיין בריוו צו דעם יונגערמאן וועלכע טרעפט נישט ביי זיך די כוחות צו אראפברענגען נאך קינדער, שרייבט אז איינמאל מ'האט שוין דריי קינדער איז מען סיי ווי פארנומען במשך'ן טאג און ביינאכט רוהט מען, טא וועט עס גארנישט צולייגן אויב מ'געבוירט נאך עטליכע.

3ZcxRKT

עס לאזט זיך דעבאטירן אויב עס איז ממש אזוי, און מער קינדער שטרענגען נישט מער איבער(?!), אבער דאס איז זיכער אז דער גאון האט נישט אינאכט גענומען די שוועריגקייט פון די פארפאלק אלס מאן און ווייב, אין די תקופה נאכ'ן געבורט.

די פרוי נאכ'ן געבורט איז צוגעלייגט און צומישט, געמישטע עמאושענס, ברעכט אויס אין געוויינען ווי א קליין קינד ווען עפעס פארט אנדערש ווי געפלאנט, און איז בכלל גאר סענסיטיוו צו יעדע מינדערוויכטיגע נעגאטיווע געשעעניש. דאס איז א תוצאה פון די טויש אין די הארמאנען לעוועל בפרט אין די עסטראגען און פראגעסטראן הארמאנס, דאס פארשטייט זיך האט אן השפעה אויף די אטמאספער און געמיט פון די פארפאלק, און פאדערט פון דעם מאן ספעציעלע כוחות און פארשטאנד, געדולד און נפשיות'דיגע שטארקייטן צו האנדלען אויפ'ן בעסטן אופן.

דאס איז ביי אלע פרויען, יעדער אויף איר דרגא, אפגערעדט פון די 10-20 פראצענט פרויען וועלכע ליידן פון PPD וואס איז זייער א שווערע דיפרעשאן, און ברענגט סואיסייד מחשבות און שוועריגקייטן זיך אפצוגעבן מיט'ן קינד און איהם געבן די ריכטיגע גייסטליכע ערנעהרונג, דאס איז א שמועס פאר זיך.

די פרוי ווערט טמא באלד ביים געבורט און מיט דעם די גאנצע פעקל קצ"ה הרחקות וואס קומט מיט דערמיט. מצד די פרוי האט עס א גאר שווערע ווירקונג, נישט קענענדיג באקומען קיין סופפארט פון איר מאן וועלכע ווערט איבערגעגעבן א גרויס טייל דורך טאטש און אינטימשע באציאונגען, די עצם פאקט אז די מאן קען איר נישט העלפן אין איר נויט שרייבט שוין איבער די אימעדשז פון איר מאן אין קאפ, און מאכט איהם ווייניגער וויכטיג אין איר לעבן.

פון די אנדערע זייט, דער מאן מוז יעצט, באיזה אופן, זיך גרייטן צו א גוטע צוויי חדשים פון סע*סלאזע לעבן, ביי איהם האט זיך גארנישט געטוישט און דער גאנצע קערפער מיט אירע געברויכן פונקציאנירן פונקט ווי בעפאר, ווי שווער דאס איז דארף מען קיינער נישט מסביר זיין, און יא, איר זענט נישט די איינציגסטע ביי וועמען די תקופה איז איינגעקריצט מיט שווארצע פארבן און זוכט דאס פארמיידן פון איבערשפילן פאר יעדע פרייז.

די געווענליכע צייט וואס עס בלוטיגט ביי רוב פרויען איז צווישן 4-6 וואכן, און ביי געוויסע ביז אכט וואכן. דאס איז א נאטורליכע אויסרייניגונג וואס די קערפער פירט דורך צו ארויסשטופן אלע טישו און בלוט און הויט-שיכטן וואס איז געווען צוהילף ביים אנטוויקלען דאס קינד אבער איז יעצט איבעריג. עס האט פארשידענע קאלירן און טוישט זיך מיט די צייט, ואכמל"ב.

מניק זיין די קינד טוט פארשנעלערן די בלוטיגונג צייט, אבער זיך נישט געהעריג אויסהערן טוט דאס פארלענגערן, עס ווענדט זיך בעיקר אין די שטארקייט און געזונטקייט פון די רחם.

נאך אלעס איז עס א שווערע תקופה פאר די פארפאלק און ווערט נישט אין ערגעץ ערווענט קיין עצות פון די מדריכים אויף דעם, ניטאמאל חיזוק אדער פארשטענדעניש פון די רבנישע און הלכה וועלט.
 
אכט וואכן פארן מאן איז עק וועלט, און אכט יאר אלס בחור ווען די טעסטאסטראן לעוועלס זענען ביז'ן דאך, איז גארנישט?
יעדע משפיע, משגיח, גדול, אדמו"ר וכו' וועט קומען מיט זיין קנייטשט איבער ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט'ן יצרא דעריותא וואס קען העלפן פאר א טייל ציבור לתקופת מה.

דער אמת אבער איז ווי שלמה המלך וואלט געשריבן אין קהלת בתרא,

עת לפקוד ועת לשפשף
עת לעשות ועת לדמות
עת לקדוש ועת לפגום
עת להכניס ועת להוציא
עת לעצום ועת לצפות
עת לעצור ועת לפתוח.
 
דאס איז שוין אויסער דעם וואס בשעת פרעגנענסי איז דא אסאך וואס זענען ממש צופארן סיי בכלל מאאד סווינגס, דאון אא"וו, און ספיציעל טייל אין אינטערעסע צו פארברענגן מיט די מאן
 
אכט וואכן פארן מאן איז עק וועלט, און אכט יאר אלס בחור ווען די טעסטאסטראן לעוועלס זענען ביז'ן דאך, איז גארניש
עטליכע חילוקים.
1) א אינגערמאן איז קאמיטעד, אויב טוט ער עפעס מיט א צווייטן איז עס דאס ארגסטע, אויב איז דער אינגערמאן א מענטש מיט מאראלן וועט דאס בכלל נישט זיין קיין אפציע. דער בחור דרייט זיך ארום מיט האפענונג אז ער וועט טרעפן זיין באשערטע וכו'.

2) דער מאן האט עס אין פראנט פון זיך אבער ער ער קען גארנישט טון.

מ'קען טעקנעקלי זאגן פארקערט, דער בחור איז מיואש אינגאנצן, אבער דער אינגערמאן קען זיך טרייסטן אז אין אפאר וואכן ארום האט ער אויף וואס א ברכה צו מאכן (אויב ער איז נאך בכלל אטראקטואירט צו איר נאך ס'גאנצע געבורט מעשה)

אפשר דעיס מיינסטו טאקע צו זאגן.
 
איך זעה נישט וואס עס איז דא צו דעבאטירן, ווי אזוי קען מען דאס זאגן אז עס איז נישט קיין נפק"מ צווישן 3 ביז 7 קינדער?
מוז זיין אז בשעתו איז נאך נישט געווען קיין אבות ובנים ממילא האט ער נישט געכאפט די שוועריגקייט פון לערנען מיט נאך 4 קינדער...
 
באמת וויל איך נישט פארפירן דעם אשכול
אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...

אז מ'האט שוין דערמאנט, אז די מאן מוז זיך שיידן פונקט ווען מ'דארף אים
האב איך מיך דערמאנט, איינע פון מיינע שטארקע טענות, וויאזוי חז''ל האבן אונז אויסגעשטעלט
פון איין זייט, ווען מ'האט חתונה, איז א חויב באלד די ערשטע נאכט צו טוהן די גרויסע מצוה
אבער נאך מ'טוט עס דארף מען זיך גלייך שיידען פאר אזא צוויי וואכן

הלמאי?
פונקט ווען זיי הייבן אהן צו בויען די קשר, מ'דארף בויען די אהבה, וכו'
ווארט איך אויף משיח
תישבי יתרץ קשיות ואיבעיות
 
זאגט מיר א גאט פארכטיגן אידל,
בנוגע דעם סטייפלער, אונז זעה מיר דאך בחוש אז א משפחהלע פון דריי קינדער קאסט פאר די עלטערן כמעט די זעלבע ווי א משפחה פון צען קינדער.
שכר לימוד, עסן, קליידער, עמאציעניעלע אטענשאן, צייט, און ליבשאפט

ווייל בערך פון פיר קינדער און ווייטער צאלט מען סייווי נישט דעי זאכן, מ'לאזט דעם באשעפער צאלן און געבן ליבשאפט, ס'דאך זיינע אייגענע קינדער.

דער באשעפער צאלט פאר די חובות דורך אנדערע וועגן, און ער היילט אויס די דעמעדש פון די קינדער, ווי ס'שטייט הרופא לשבורי לב, ואב אני ליתומים.
 
אלס איינער וואס קומט פון א פעמילי מיט מער ווי צען קינדער קען איך מעיד זיין אז עס איז דא א חילוק ציווישן די עלטערע קינדער מיט די אינגערע.

איך רעד נישט פון די חילוק אין IQ און שטארקייט פון די נפש איך רעד פון די וואס ווענדט אין די עלטערן

מיט די עלטערע קינדער האבן זיך די עלטערן מער געשפילט מער פאברנגט צוזאמען וכו מה שאין כן מיט די אינגערע קינדער
איך זאג נישט ח"ו אז עס איז דא א חילוק פון ליבשאפט וואס זאל מען טוען אז די משפחה איז גרעסער געווארן און מדארף מער געלט....

קיינער זאל נישט מיינען אז איך קום דא קלאגן אויף מיינע עלטערן איך בין פון די עלסטע אין משפחה.
 
דער סטייפלער אין זיין בריוו צו דעם יונגערמאן וועלכע טרעפט נישט ביי זיך די כוחות צו אראפברענגען נאך קינדער, שרייבט אז איינמאל מ'האט שוין דריי קינדער איז מען סיי ווי פארנומען במשך'ן טאג און ביינאכט רוהט מען, טא וועט עס גארנישט צולייגן אויב מ'געבוירט נאך עטליכע.

3ZcxRKT

עס לאזט זיך דעבאטירן אויב עס איז ממש אזוי...

איך ווייס נישט צו פרויען זענען זיך טועה, מענער זענען זיכער נישט טועה!

די פרויען זענען נישט קיין מענטשן מיט יעדע צוגעקומענע קינד, די קינדער זענען נישט קיין מענטשן מיט יעדע ביסל ווייניגער עטענשאן און צייט פון די עלטערן, די טאטע איז נישט קיין מענטש מיט יעדע פרישע קינד וואס ער דארף אויסהאלטן, די שלום בית איז קיין שלום בית און די משפחה איז נישט קיין נארמאלע משפחה נאך די אלע אויבנדערמאנטע סייד-עפעקטס...

איך ווייס נישט וויאזוי עס 'לאזט זיך דעבאטירן'?!
 
באמת וויל איך נישט פארפירן דעם אשכול
אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...

אז מ'האט שוין דערמאנט, אז די מאן מוז זיך שיידן פונקט ווען מ'דארף אים
האב איך מיך דערמאנט, איינע פון מיינע שטארקע טענות, וויאזוי חז''ל האבן אונז אויסגעשטעלט
פון איין זייט, ווען מ'האט חתונה, איז א חויב באלד די ערשטע נאכט צו טוהן די גרויסע מצוה
אבער נאך מ'טוט עס דארף מען זיך גלייך שיידען פאר אזא צוויי וואכן

הלמאי?
פונקט ווען זיי הייבן אהן צו בויען די קשר, מ'דארף בויען די אהבה, וכו'
ווארט איך אויף משיח
תישבי יתרץ קשיות ואיבעיות
איך פלעג אויך האבן די קשיא, ביז איינער האט מיך עס מסביר געווען
באמת וואלט יעדער געדארפט ווארטן אפאר וואכן פון די חתונה ביזן עס טוהן די ערשטע מאל, און אין די צייט בויען די רילעישאנשיפ.
נאר אזויווי די אייבערשטער האט געוואוסט אז מקען נישט בויען א רילעשאנשיפ ווען די גאנצע בלוט ליגט נישט אין מוח
האט ער געזאגט קודם טו עס איין מאל די ווארטסט דאך שוין א 7 - 10 יאר אויף דעם
נאכדעם הייב אן מיט א פרישקייט צו ארבעטן אויף די רילעישאנשיפ אן קיין זייטיגע זאכן נאר אויף די רילעישאנשיפ
 
אלס איינער וואס קומט פון א פעמילי מיט מער ווי צען קינדער קען איך מעיד זיין אז עס איז דא א חילוק ציווישן די עלטערע קינדער מיט די אינגערע.

איך רעד נישט פון די חילוק אין IQ און שטארקייט פון די נפש איך רעד פון די וואס ווענדט אין די עלטערן

מיט די עלטערע קינדער האבן זיך די עלטערן מער געשפילט מער פאברנגט צוזאמען וכו מה שאין כן מיט די אינגערע קינדער
איך זאג נישט ח"ו אז עס איז דא א חילוק פון ליבשאפט וואס זאל מען טוען אז די משפחה איז גרעסער געווארן און מדארף מער געלט....

קיינער זאל נישט מיינען אז איך קום דא קלאגן אויף מיינע עלטערן איך בין פון די עלסטע אין משפחה.
איה"נ
ומאידך גיסא מאכן די עלטערן רוב טעותים אויף די עלטערע/עלסטע און די אינגערע האבן שוין א מער ערפארענע, רוהיגע טאטע און מאמע
 
איה"נ
ומאידך גיסא מאכן די עלטערן רוב טעותים אויף די עלטערע/עלסטע און די אינגערע האבן שוין א מער ערפארענע, רוהיגע טאטע און מאמע
קען זיין
איך האב נאר דערציילט פון וואס איך קען.
 
איה"נ
ומאידך גיסא מאכן די עלטערן רוב טעותים אויף די עלטערע/עלסטע און די אינגערע האבן שוין א מער ערפארענע, רוהיגע טאטע און מאמע

ביי די אינגערע - נישט נאר וואס רואיגקייט איז שוין דאן ארויס פון פענסטער, נאר דעמאלס לערנען זיך די עלטערן ווייטער אויף נייע טעותים - טעותים וויאזוי צו האנדלען מיט קינדער אויף די עלטער...

איך ב"ה קום נישט פון קיין גרויסע משפחה, איך בין אבער אריין אין איינס. ס'זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז מ'ווערט ערפארן אדער רואיג, מ'ווערט ס"ה ערפארן אין די אייגענע טעותים און מ'ווערט רואיג צו מאכן די זעלבע טעותים נאכאמאל און נאכאמאל!
 
you all missed my point
איינער האט ארויסגעברענגט די מעלות פון זיין פון די עלטערע האב איך ארויסגעברענגט אז אמאל קען אויך זיין פארקערט
איך קריג זיך נישט מיט דעם אז ס'איז דא חסרונות וכמובן מעלות ביי אלע זייטן עליונים תחתונים ואמצעיים
 
ביי די אינגערע - נישט נאר וואס רואיגקייט איז שוין דאן ארויס פון פענסטער, נאר דעמאלס לערנען זיך די עלטערן ווייטער אויף נייע טעותים - טעותים וויאזוי צו האנדלען מיט קינדער אויף די עלטער...

איך ב"ה קום נישט פון קיין גרויסע משפחה, איך בין אבער אריין אין איינס. ס'זאל מיר קיינער נישט איינרעדן אז מ'ווערט ערפארן אדער רואיג, מ'ווערט ס"ה ערפארן אין די אייגענע טעותים און מ'ווערט רואיג צו מאכן די זעלבע טעותים נאכאמאל און נאכאמאל!
ס'דא אזוי און ס'דא אזוי
 
Back
Top