מאראלן פון טשידינג

טעלעפאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
470
געווען א שנירל אין שכינות וואו דער פותח האשכול האט זיך פאראינטערעסירט אין די פראקטישע לאגיסטיקס פון די ילבוש שחורים איידיע. האט איינער דארט קאמענטירט אז טראץ וואס ער איז א אטד און א נישט גלויבער האלט ער אז ס'איז אומריכטיג פאר א פארהייראטע מאן צו טשידן. און דעריבער וועט ער נישט געבן קיין עצות ביז ס'ווערט קלאר געשטעלט וואס יענער'ס חבר'ס סיטואַציע איז. טראץ וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס אין די וועלט ס'איז איהם נוגע. כאילו פארהייראטע וואס זוכן צו טשידן גייען נישט ליינען זיינע גוטע עצות אויב יענער'ס חבר איז גראדע נישט פארהייראט. אדער צו דאס אז יענער זאגט אזוי מיינט טאקע אזוי. בין איך בלויז אבער נייגעריג פארוואס טשידן איז מאראליש אזויפיל ארגער ווי לאמיר זאגן חילול שבת אדער סיי וועלכע אנדערע פראבלעם..... ביטע קומט אריין קלאר...
 
טעג @אינטעליגענט

לויט ווי איך פארשטיי איז טשידן נישט ווי חילול שבת וואס אויב איז מען נישט גלויביג דאן מיינט שבת זילטש. טשידן איז ווי גניבה אדער רציחה ווי איינער ווערט בא'עוול'ט, מען טוט עפעס שלעכט פארן פרוי, מען איז נישט ארנטלעך, און אן אטעאיסט קען דאס פינקט אזוי ארויסהאבן.
 
עפעס שלעכט טוהן פארן פרוי? וואס איז מיט די מאן? די צער וואס ווערט באשאפן פון דאס וואס די פרוי האלט איהם צוריק פון אויסגעבן זיינע תאווה'ס איז עפעס אוועקצומאכן? וואס הייסט מ'טוהט עפעס שלעכט פארן פרוי? ווייל זי פילט ביטרעיד? וואס איז אויב א טאטע פילט אט די זעלבע וועג ווען זיינס א יוצא חלצו איז מחלל שבת? דאן דארף מען זיך נישט רעכענען? ווייל איינער ביי די זיבעצן איז איינגעזאלצן געווארן מיט א שידוך אומוויסענד, אבער איז אצינד געווארן אויפגעקלערט נאכן אראפברענגן דריי קינדערלעך און קען נישט ארויסגיין פון זיין רילעישאנשיפ איז עס א ביטרעיעל פארן זיין פרוי? וואס איז מיט די מציאות אז ער איז גאר ביטרעיד געווארן?
 
דו גייסט שוין אריין אין ספעציפישע משלים, אבער אויבנאויף איז חתונה האבן א בונד צווישן א מאן און פרוי אז זיי גייען נאר האבן סעקס איינע מיט די אנדערע, אזוי איז אנגענומען אין די וועלט אז דאס מיינט חתונה האבן.

אז ביסט איינגעזאלצן געווארן מיט א שידוך, אדער אז זי געבט נישט וואס דו דארפסט, איז שיק איר ליפטערן, גט איר אפ, אבער בלייבן צוזאמען און גיין אינטער איר רוקן טשיטן קען ווערט באטראכט אלץ אומאראליש.

@אינטעליגענט שטימט?
 
מערידזש איז א קאנטראקט. טשידן מיינט האבן אויסגעשפילט דיין שותף.

שטעלט אייך פאר א מאן וואס האט אוועקגעגעבן יארן פון זיין לעבן פאר א פרוי. הונדערטער טויזנטער דאלארן, עמאציאנאלע סופּאָרט, נישט געשלאפן מיט אנדערע פרויען אחוץ דאס ווייב וכו'

איין טאג קומט דער מאן אהיים צוויי שעה פריער ווי געראכטן און ער טרעפט ווי זיין ווייב טוט רייטן אויף זיין חבר(?) נאך אין זיין בעט צו אלע צרות...

איך קען זיך נישט פארשטעלן וויאזוי דאס שפירט.
 
יא, מיט אלוועלטליכע בליק ווערט עס באטראכט ווי ביטרעיעל, פארראט, חוץ דעם וואס עס טוט שרעקליך וויי פאר'ן שותף וואס ווערט פארראטן, שפירנדיג ווי ער/זי איז נישט גענוג גוט.

איך האב אבער שוין געהערט מאנכע טענה'ן - און לדעתי איז יש דברים בגו - אז אויב איז עס באופן ווי @צוזאמגעדרייט לייגט עס אראפ, אז דער מאן (אדער פרוי) איז שטארק איבערגעגעבן און געטריי, און דאך האט מען געטשיעט, דאן איז דאס טאקע א שרעקליכע עוולה, צומאל בבחי' מעוות לא יוכל לתקן. טאמער אבער איז דער פאל אזוי ווי @טעלעפאן לייגט אראפ, די פרוי האלט נישט ביי גארנישט און איז נישט אינטרעסירט צוצושטעלן דעם מאנ'ס צרכים, כאטש דער טשיטינג אקט איז נאך ווייט נישט קיין לכתחילה, אבער די פרוי קען קיין טענות נישט האבן, זי קען נאר עסן וואס זי האט אפגעקאכט.

אלענפאלס, עס איז א שווערע דילעמא.
 
זיין די קריסטן האבן געאסרט צו חתונה האבן מיט צוויי פרויען, איז די מיינדסעט פון סאסייעטי געווארן אז חתונה האבן מיינט א בונד פון אם תקח נשים על בנותי, און ממילא איז דאס א טשיט אינעם אנגענומענע צוזאג,
הגם ס'איז פאלש, אין א מאן קען בעצם געבן פאר צוויי, אן אוועק נעמען פון די ערשטע, אבער דאס איז דערווייל ווי אזוי ס'איז,

און אויך די פרויען צוליב דעם פארשטייען שוין נישט דעם מושג אז א מאן קען געבן ליבשאפט פאר צוויי אן צוננעמען ליבשאפט פונעם צווייטן (פארשטייט זיך אז די צייט וועט יא מוזן זיין shared) פונקט ווי צוויי קינדער, און זיין גלייכען צו דעם מאן צו זיך וואס זיי קענען נישט זיך אוועק געבן פאר צוויי.
עיין עוד אינעם בוך the rational make.
און ממילא איז דאס אויך שוין א בעטרעיל פון love & loyalty אין זייערע אויגן.

בקיצור דארכן עס מאכן דעם נארמא הייסט עס שוין טשיטינג וויבאלד ס'איז אננגעקוקט ווי א שטער אינעם בונד,
חוץ טאמער מאכסטו עס קלאר מיט באשטימונג פון איר זייט און ביסט זי מסביר איז א פראבלעם.
 
ווייל סוף סוף ביסטו אן adult, און ס׳הייסט געגאנגען אונטער איר רוקן, אויב זי וויסט נישט, און טאמער פרעגסט זי יא און זי איז נישט מסכים, דעמאלס גייסטו קעגן וואס האסט צוגעזאגט, ווייל דאס איז היינט די mutual understanding פון הייראטן, אויב נישט אויסגעשמועסט אנדערש.
 
לעצט רעדאגירט:
ווייל סוף סוף ביסטו אן adult, און ס׳הייסט געגאנגען אונטער איר רוקן, אויב זי וויסט נישט, און טאמער פרעגסט זי יאון זי איז נישט מסכים, דעמאלס גייסטו קעגן וואס האסט צוגעזאגט, ווייל דאס איז היינט די mutual understanding פון הייראטן, אויב נישט אויסגעשמועסט אנדערש.
פארשטענדליך
אבער די שאלה בלייבט ווייטער פארוואס ביים פרעגן אויב מ'וואלט געפרעגט וואלט די תירוץ געווען רוב מאל א קאטעגארישע ניין??
דאס קומט ווייל עס איז אוועקגעשטעלט אלס א אפגעפרעגטע זאך וואס שטערט די ערשטע
 
דארף א קנעכט פרעגן זיין אייגנטימער בעפאר ער אנטלויפט?
 
ווייל סוף סוף ביסטו אן adult, און ס׳הייסט געגאנגען אונטער איר רוקן, אויב זי וויסט נישט, און טאמער פרעגסט זי יאון זי איז נישט מסכים, דעמאלס גייסטו קעגן וואס האסט צוגעזאגט, ווייל דאס איז היינט די mutual understanding פון הייראטן, אויב נישט אויסגעשמועסט אנדערש.
אין מערב וועלט קולטור באופן עקרוני ביסטו גערעכט, ווייל מענטשן וואס גייען אריין אין א מערידש ווייסן וואס דער בונד איז, נעמליך, אויב איז ער בלויז אינטערסירט אין באפרידיגן זיין אבר וועט ער גיין אין באר אדער אין קלאב און טרעפן זיין איין נאכטיגע פארברענג מיט נאו סטרינגס עטעטשד.
נאכ'ן זיך מהנה זיין מהבלי עולם הזה אין די יוגנט און ער וויל זיך אוועקשטעלן זיין לעבן אויף ווייניגער תאוה און מער סטאביליטעט, וועט ער נעמען א גירלפרענד לתקופה און זען אויב זיי זענען ראוי צו מאכן א בונד און אויב שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען קאמפעטיבל גייט מען צום חתונה און מ'פארפליכט זיך צו זיין ערליך איינער צום אנדערן.

אויב אבער ביסטו אין א קולט וואו די איינציגסטע וועג זיך מסדר צו זיין די ענינים (אויסער רחיים של יד, וואס איז אויך פארבאטן), איז דורך חתונה האבן, און נישט אז דו קלויבסט אליינס נאר מ'שיקט דיך צום בעשוי מיט'ן מיידל (ווייל אזוי איז די מנהג) און דו ווייסט ניטאמאל וואס צו זוכן אין א לעבנס-שיתוף, און ווען דו הייבסט אן כאפן וואס דאס מיינט אמת'ע חטאת נעורים און וואס דער יצרא דעריות האט אלס צו אפפערן, זעסטיך שוין אלס א טאטע פון קינדער און א געצייטיגטע פראדוקט פונעם קולט, איז א צווייטע געשעפט אינגאנצן.
(זיך גט'ן נאכ'ן פראדוצירן קינדער - אויב קען מען נאך וואוינען צוזאמען בשלום, איז לכאורה מער אומ-מאראליש ווי טשידן ווייל ס'אפעקטירט מער מענטשן).
 
פארשטענדליך
אבער די שאלה בלייבט ווייטער פארוואס ביים פרעגן אויב מ'וואלט געפרעגט וואלט די תירוץ געווען רוב מאל א קאטעגארישע ניין??
דאס קומט ווייל עס איז אוועקגעשטעלט אלס א אפגעפרעגטע זאך וואס שטערט די ערשטע
איך האב שוין מסביר געווען אז דאס קומט צוליב די societal world view, וואס די מאדערנע וועלט האט דארכן השפעה פון די קריסטן, און אז די פרויען קוקן עס שוין אן ווי א סתירה מיט ליבע און loyalty.
 
אין מערב וועלט קולטור באופן עקרוני ביסטו גערעכט, ווייל מענטשן וואס גייען אריין אין א מערידש ווייסן וואס דער בונד איז, נעמליך, אויב איז ער בלויז אינטערסירט אין באפרידיגן זיין אבר וועט ער גיין אין באר אדער אין קלאב און טרעפן זיין איין נאכטיגע פארברענג מיט נאו סטרינגס עטעטשד.
נאכ'ן זיך מהנה זיין מהבלי עולם הזה אין די יוגנט און ער וויל זיך אוועקשטעלן זיין לעבן אויף ווייניגער תאוה און מער סטאביליטעט, וועט ער נעמען א גירלפרענד לתקופה און זען אויב זיי זענען ראוי צו מאכן א בונד און אויב שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען קאמפעטיבל גייט מען צום חתונה און מ'פארפליכט זיך צו זיין ערליך איינער צום אנדערן.

אויב אבער ביסטו אין א קולט וואו די איינציגסטע וועג זיך מסדר צו זיין די ענינים (אויסער רחיים של יד, וואס איז אויך פארבאטן), איז דורך חתונה האבן, און נישט אז דו קלויבסט אליינס נאר מ'שיקט דיך צום בעשוי מיט'ן מיידל (ווייל אזוי איז די מנהג) און דו ווייסט ניטאמאל וואס צו זוכן אין א לעבנס-שיתוף, און ווען דו הייבסט אן כאפן וואס דאס מיינט אמת'ע חטאת נעורים און וואס דער יצרא דעריות האט אלס צו אפפערן, זעסטיך שוין אלס א טאטע פון קינדער און א געצייטיגטע פראדוקט פונעם קולט, איז א צווייטע געשעפט אינגאנצן.
(זיך גט'ן נאכ'ן פראדוצירן קינדער - אויב קען מען נאך וואוינען צוזאמען בשלום, איז לכאורה מער אומ-מאראליש ווי טשידן ווייל ס'אפעקטירט מער מענטשן).
אויב רעדסטו פון א פאל וואס איז אדער א גט אדער טשיטינג, דהיינו אז די מאן באקומט נישט גענוג אין די אייגענע מערידש, בעצם וואלט איך געטראכט אז זיך גט׳ן וואלט געווען די ערשטע טשאויס, אבער איך זאג קלאר איך בין נישט qualified צו געבן מיין דעה אויף דעם, נאר דא רעדט מען אז ס׳איז אויך דא קינדער, און אויב אזוי ווייס איך טאקע נישט וואס איז בעסער,
אבער קודם כל ס׳איז מיך שווער צו גלייבן אז ס׳גייט נישט ארויס קומען צום סוף, און די קאנסעקווענצן וועלן זיין גרויס.
 
אויב רעדסטו פון א פאל וואס איז אדער א גט אדער טשיטינג, דהיינו אז די מאן באקומט נישט גענוג אין די אייגענע מערידש
וואס הייסט באקומט נישט גענוג?
יעדער האט זיך זיין אייגן גענוג.
כמובן, אויב וויל ער פאשן אין פרעמדע פעלדער האט ער א דראנג צו עפעס מער ווי וואס ער באקומט אינדערהיים, צו ווייל די אומריינע טעג איז אים שווער, אדער ווייל ער פילט א נאטירליכע כמיהה לחזות בנועם ולבקר בהיכלות צו עקספלארירן זיין גופניות'דיגע נייגונגען - א זאך וואס (כמעט) יעדער מערב וועלט יונג טוט אין די יונגע יארן.
 
איך פארשטיי.. ביסט גערעכט מיט דעם אז אונז האט מען פארשטאפט די מיגליכקייט צו פארזוכן הנאה, און מיך שטערט אויך זייער שטארק אז כ'האב קיינמאל נישט געהאט די געלעגנהייט צו explore'ן און taste'ן נאך פארשידענע מטעמים, און די תשוקה איז גרויס.

אבער למעשה ס'איז אויפן חשבון פון די אייגענע, לויט ווי די וועלט ארבעט כיום, און צו פארלירן עכטע לאוו פאר פלעדשור, איז נישט כדי, אויב דו פלאנסט צו בלייבן מיט זי.
די בעסטע עצה איז אויב ס'מעגליך מיט אסאך שכל צו אויפקלערן די ווייב צו די געברויכן, און באקומען באשטימונג, איך ווייס אז ס'איז פאר פעטשט, אבער כ'האלט אז ס'איז מעגליך,
קיין אנדערע עצה האב איך נישט דערווייל, אפשר איינער אנדערש האט..

אבער צו גיין אונטערן רוקן, ווערט אננגעקוקט אלס betrayal און א חסרון אין loyalty, וואס וועט האבן שווערע קאנסיקווענסעס, אויב ס'קומט ארויס.

בקיצור איך פארשטיי וואס דו ברענגסט ארויף, אז אונז האבן א משיכה צו אן unexplored territory, וואס לויפט אונז נאך די גאנצע צייט, אבער למעשה זעט מיך אויס אז די קאנסיקווענסעס פון טשיטן און פארלירן לאוו, און נאך שווערע קאנסיקווענסעס, איז יצא שכרו בהפסדו.
 
אפשר בעט אים ער זאל אריינקומען און דערציילן איבער דעם
 
Back
Top