מגילת שיר השירים – ליטעראטורישער איבערזיכט

פעדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
130
רעאקציע ראטע
1,431
פונקטן
223
פארווארט

שיר השירים, דער געזאנג פון געזאנגען, איז באקאנט מיט זיינע פאעטישע אויסדרוקן, טיפע געשפרעכן און פארבארגענע זאצן. דורכאויס די לאנגע צייט וואס כלל ישראל באזיצט אט דעם אומשאצבארן אוצר, האבן זיך ערווארבן פילע שיינע פירושים און פשטים איבער וואס דער געזאנג זינגט און וואס ער פרובירט אויסצודרוקן צווישן זיינע לידער. דאס מערהייט פון זיי זענען צוגאגאנגען דערצו מיט א העכערע גייסט און מיט א געמיט פון פארהוילעניש. עס איז אלע יארן געווען אנדערש ווי אלע אנדערע ספרים אין תנ"ך וועלכע פאדערן א קלארער ראציאנעלע באדייט צו זייערע אינהאלט, שיר השירים איז העכער אונזער ראציאנאל און פארשטאנד און איז נישט געשריבן געווארן אז מיר זאלן איר אפלערנען עברי טייטש.

מיר ווילן זיך אבער דווקא יא אפגעבן מיט דער איינפאכע באדייט פון די ווערטער אין שיר השירים. די נמשל פון אט דעם ספר ווערט ברייט געדעקט אין אלע אונזערע ספרים, מפרשי המקרא און מדרשים, אבער מיר ווייסן דאך דעם כלל אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו. דעריבער זענען מיר געקומען אין א פארזוך צו געבן א פארשטענדליכע באדייט צו די ווערטער אין אט דעם געטליכן ספר, אז מיר איינפאכע פויערן זאלן אויך קענען געניסן פון זיין אינהאלט.

דער ספר איז געשריבן געווארן אויף א שפעטערע לשון הקודש, וואס איז שוין פיל מער ענליך צו לשון חכמים קעגן די אנדערע פריערדיגע ספרי קודש, וואס דייט אן אז דאס איז ווארשיינליך געשריבן געווארן אין א שפעטערע תקופה.

ווי דער קעפל פון דעם ספר געבט אן, איז דאס מיוחס צו שלמה המלך.



דער סדר אין שיר השירים

פון דעם ערשטן בליק קוקט שיר השירים אויס ווי עס הערשט א שטיקל צעמישעניש אינעם ליד. עס איז נישט געשריבן מיט א קלארע געשיכטע-שטריך, ווי איין זאך פאסירט נאכן אנדערן, עס שילדערט נישט אין איין אטעם איין געוויסע געשעעניש אדער פאסירונג מיט א קלארער סדר. עס איז ענדערש געשריבן עטוואס אימפולסיוו און מיט געפיל, אן קיין ספעציפישע ארדענונג. טראץ דעם, אז מען פארטיפט זיך דערין, אנטפלעקט זיך א זיידענע שנירל וועלכע לויפט דורך דער גאנצע מגילה.

שיר השירים, ווי דער קעפל געבט אן, איז א געזאנג פון געזאנגען. דאס הייסט א שיר וועלכע איז א ליקוט פון עטליכע שירים וועלכע זענען געזינגען געווארן אין עטליכע געלעגנהייטן און זיי זענען אריין געלייגט געווארן אין איין ספר למען יעמדו ימים רבים.

דער ספר איז צוזאמגעשטעלט פון דריי הויפט לידער אין דעם דזשאנער פון ליבע-לידער. יעדער ליד פארמאגט אין זיך די זעלבע דריי אייגנשאפטן: טיפע געפילן פון ליבשאפט, שווערע געפילן פון זוכן נאכן ליבער און דאן א באשווערונג פון פארבונדנקייט.

אינמיטן, און אזוי אויך אין דעם ענדע, זענען פארהאן קליינע לידער וועלכע זענען אריינגעלייגט געווארן אין שיר השירים אבער זענען זעלבסטשטענדיגע לידער וועלכע זענען נישט פארבונדן מיט דער הויפט טעמע פונעם ספר. זיי זענען פלאצירט געווארן דא, ווארשיינליך אז זיי זאלן פרעזעווירט ווערן. אזוי ווי עס איז די שטייגער מיט קלענערע פארפאסונגען וואס צוליב זייער קליינקייט קענען זיי אומבאמערקט ווערן און אזוי ארום פארלוירן גיין, דעריבער לייגט דער פארפאסער אדער דער ראדאקטאר, אריין די ווערק אינערהאלב א גרעסערער פארפאסונג וועלכע האט שטערקערע אויסזיכטן צו ווערן געהיטן.

די דריי לידער אין שיר השירים זענען אויסגעשטעלט פון די קורצטער ביז די לענגסטער ליד. דער ערשטער ליד איז גאנץ גרינג און איינפאך. עס שילדערט א ווייכע דיאלאג צווישן פריינדן און פריינד. די דיאלאג פירט עווענטואל צו א פארבינדונג און ענדיגט זיך צו מיט א שבועה. די ווערטער 'שיר השירים אשר לשלמה' זענען בלויז א קעפל פאר דער גאנצע ספר.

דער צווייטער ליד וועלכע פאנגט זיך אן מיט די ווערטער: קול דודי הנה זה בא, איז שוין עטוואס מער שפאנענד. עס שילדערט א ליבשאפט וועלכע ווערט מאנופעסטירט דורך זוכן דעם ליבע אין אלע עקן ביז דעם עווענטואלען באגעגעניש און באשווערונג. די בנות ירושלים זענען ווי דער אדיענס אין דעם ליד, זיי זענען די וועלכע שטייען און קוקן זיך צו, צו די געשיכטע.

דער דריטער איז שוין א פולשטענדיגע דראמא וועלכע שפילט זיך אפ אינעם ליד. דער ליד עפענט זיך מיט די ווערטער: מי זאת עולה מן המדבר כתמרות עשן, און ענדיגט זיך מיט די ווערטער: אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו.



פאעטישע געבוי

שיר השירים, אזוי ווי אלע לידער אין תנ"ך, איז געשריבן געווארן אין פעלער פון פארן וועלכע זענען געבויט פאראלעל און אזוי אויך באנוצט עס זיך מיט צוגלייכונגען און מעטאפארן. די מגילה איז אזוי אויך אויסגעשטעלט אין פאראגראפן, יעדער פאראגראף האט זיך זיין אייגנארטיגע געבוי און אויסשטעל. די פעלער אין שיר השירים זענען אויסגעשטעלט אין א הערליכן סדר וועלכע ווערט אפט פארזען. צו אנערקענען די ארדענונג און שיינקייט אין די פעלער וועלכע שטעלן צוזאם דעם ליד, איז ווערד צו זען די ערשטער פאראגאף אין שיר השירים (די קעפל 'שיר השירים אשר לשלמה' איז נישט א טייל פונעם ליד, עס איז ווארשיינליך א שפעטער הוספה)

יִשָּׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת פִּיהוּ - כִּי טוֹבִים דֹּדֶיךָ מִיָּיִן:​
לְרֵיחַ שְׁמָנֶיךָ טוֹבִים - שֶׁמֶן תּוּרַק שְׁמֶךָ - עַל כֵּן עֲלָמוֹת אֲהֵבוּךָ:​
מׇשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה - הֱבִיאַנִי הַמֶּלֶךְ חֲדָרָיו,​
נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ - נַזְכִּירָה דֹדֶיךָ מִיַּיִן - מֵישָׁרִים אֲהֵבוּךָ׃​

דער פאראגראף איז געבויט אויף צוויי פעלער אינעם ערשטן זאץ, און דריי אינעם צווייטן זאץ, און די ביידע זאצן פון דריי פעלער ענדיגן זיך מיט דאס ווארט 'אהבוך'.

דער צווייטער פאראגראף איז געבויט אויף צוויי פעלער אין די ערשטער צוויי זאצן, און דאן דריי פעלער אין די צווייטע צוויי זאצן.

אזוי אויך ווערן אנגעמערקט פארשידענע ליטעראטורישע קונסטן. ווי צום ביישפיל:

לִבַּבְתִּנִי אֲחֹתִי כַלָּה,​
לִבַּבְתִּנִי בְּאַחַת מֵעֵינַיִךְ - בְּאַחַד עֲנָק מִצַּוְּרֹנָיִךְ:​
מַה יָּפוּ דֹדַיִךְ אֲחֹתִי כַלָּה,​
מַה טֹּבוּ דֹדַיִךְ מִיַּיִן - וְרֵיחַ שְׁמָנַיִךְ מִכׇּל בְּשָׂמִים:​
נֹפֶת תִּטֹּפְנָה - שִׂפְתוֹתַיִךְ כַּלָּה,​
דְּבַשׁ וְחָלָב תַּחַת לְשׁוֹנֵךְ - וְרֵיחַ שַׂלְמֹתַיִךְ כְּרֵיחַ לְבָנוֹן:​
גַּן נָעוּל אֲחֹתִי כַלָּה,​
גַּל נָעוּל מַעְיָן חָתוּם:​

די זאצן אין דעם פאראגראף זענען געבויט פון דריי פעלער. דער ערשטער פאל ענדיגט זיך מיט דאס ווארט כלה און די אנדערע צוויי ערגענצן דעם פאל.
 
די שיינקייט לידער

דורכאויס די גאנצע מגילה זענען פארהאן פיר לידער וועלכע באזינגען די פריינדן און בלויז איין ליד וועלכע באזינגט דעם פריינד. דאס איז אויסער די ערשטער פאר פסוקים וועלכע זענען געבויט ווי א דיאלאג, ווי איינער ענטפערט צום צווייטן.

עס איז קענטיג אין די לידער, אז אין דער צייט וואס די געזאנגען פון דעם פריינד צו די פריינדין באציען זיך צו איר שיינקייט, סעמעטרישע געבוי און הערליכע געשטעל, ווי מען זעט דא:

שַׂעְרֵךְ כְּעֵדֶר הָעִזִּים – שֶׁגָּלְשׁוּ מֵהַר גִּלְעָד׃​
שִׁנַּיִךְ כְּעֵדֶר הַקְּצוּבוֹת – שֶׁעָלוּ מִן הָרַחְצָה,​
שֶׁכֻּלָּם מַתְאִימוֹת – וְשַׁכֻּלָה אֵין בָּהֶם:​
כְּחוּט הַשָּׁנִי שִׂפְתוֹתַיִךְ – וּמִדְבָּרֵךְ נָאוֶה,​
כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ – מִבַּעַד לְצַמָּתֵךְ:​

באזינגט זי איהם ווי א העלד, א מאכטפולע פערזענליכקייט, פול מיט פארמעגן און רייכטום:

יָדָיו גְּלִילֵי זָהָב – מְמֻלָּאִים בַּתַּרְשִׁישׁ,​
מֵעָיו עֶשֶׁת שֵׁן – מְעֻלֶּפֶת סַפִּירִים:​
שׁוֹקָיו עַמּוּדֵי שֵׁשׁ – מְיֻסָּדִים עַל אַדְנֵי פָז,​
מַרְאֵהוּ כַּלְּבָנוֹן – בָּחוּר כָּאֲרָזִים:​

דאס גייט אין איינקלאנג צו דער אלגעמיינע ציאונגס קראפט צווישן מענער און ווייבער.

עס איז אויך קענטליך אז די לידער פון דעם פריינד צו פריינדין זענען געוואנדן צו איר דירעקט, אבער ווען זי באזינגט איהם, רעדט זי צו די בנות ירושלים, זי רעדט נישט דירעקט צו איהם. דאס ווייזט אז זיין ליבשאפט צו איר איז איינהאלטליך און וועפט נישט אויס, אבער די ליבשאפט פון איר צו איהם ברענגט זיך בלויז ארויס אין זיין אפוועזענהייט ווען זי לעכצט נאך איהם אבער ער איז נישט צום געפונען.
 
נויטיג צו באצייכענען אז די שם השם איז אינגאנצן נישטא צו טרעפן און די גאנצע ליבע לידער
 
עס איז אויך קענטליך אז די לידער פון דעם פריינד צו פריינדין זענען געוואנדן צו איר דירעקט, אבער ווען זי באזינגט איהם, רעדט זי צו די בנות ירושלים, זי רעדט נישט דירעקט צו איהם. דאס ווייזט אז זיין ליבשאפט צו איר איז איינהאלטליך און וועפט נישט אויס, אבער די ליבשאפט פון איר צו איהם ברענגט זיך בלויז ארויס אין זיין אפוועזענהייט ווען זי לעכצט נאך איהם אבער ער איז נישט צום געפונען.
אינטערסאנט. אפשר איז עס אלץ בושה פון עס זאגן צום מאן אין פנים?

***
אגב האב איך אמאל געהערט א שאלה הלמאי די ליבערס לויבן נישט אויס די מידות און כאראקטערס פון איינער דעם צווייטן, עס קען זיין אז מ'זעהט דא אן אנדערע צוגאנג צו ליבע אמאל פון היינט
 
שטארק און באלערנד זענען די ווערטער אין דעם שיר
ווי ער רעדט פון זיך און זאגט - אני ישנה ולבי ער קול דודי דופק ,גאט איז דער דודי ער באווייזט זיך נישט בגלוי ער קלאפט נאר אויף די טיר און ער זאגט פתחי לי אחתי רעיתי תמתי און ער זאגט זיך זיינע מעלות- שראשי נמלא טל קווצותי רסיסי לילה עס לוינט זיך פאר דיר,מיך אריינצולאזן צו דיר אין שטוב, אבער מען ענטפערט איהם
פשטתי את כתנתי איך האב זיך שוין באקוועם געמאכט אהן דיר,און ביני לביני ווערט ער פארשווואנדען , מען זעהט נפלאות פון גאט יעדע זמן,און מען לייגט עס אריין בטבע און מקרה אבער עס איז דער קול דודי דופק.
 
שטארק און באלערנד זענען די ווערטער אין דעם שיר
הערליך שיין.
אבער דאס קען לכאורה נישט זיין פשוט פשט.
ווי ער רעדט פון זיך און זאגט - אני ישנה ולבי ער
אני ישנה ווערט געזאגט בלשון נקבה.
און ער זאגט זיך זיינע מעלות- שראשי נמלא טל קווצותי רסיסי לילה עס לוינט זיך פאר דיר,מיך אריינצולאזן צו דיר אין שטוב
שראשי נמלא טל וגו׳, ע״פ פשט זענען דאס נישט זיינע מעלות, נאר ער בעט זיך ביי איר, איהם אריינצולאזן ווייל ער ווערט נאס פון די טוי אינדרויסן.
 
הערליך שיין.
אבער דאס קען לכאורה נישט זיין פשוט פשט.

אני ישנה ווערט געזאגט בלשון נקבה.

שראשי נמלא טל וגו׳, ע״פ פשט זענען דאס נישט זיינע מעלות, נאר ער בעט זיך ביי איר, איהם אריינצולאזן ווייל ער ווערט נאס פון די טוי אינדרויסן.
באתי לגני אחותי כלה -רעדט דער חשוק גאט צו די יידן
די כלה, ער זאגט אויך - אכלתי יערי עם דבשי ייני עם חלבי - מיינט ער איז מחשיב די קטרת און קרבנות מיט נסכים- אכלו רעים שתו ושכרו דודים- די זענען כנסת ישראל וואס עסען די שיירי מנחות און בשר שלמים , אויף דעם ענטפערט די חשוקה דאס איז כנסת ישראל - ווען זי הערט די ליבע ווערטער- ווערט זי אזוי עקסייטעד אז - אני ישנה ולבי ער - אין מיין שלאף איז אויך מיין הארץ אויף און וואכעדיג, און זי באדויערט פארוואס די יחוד איז נאך נישט געווארען נאך פריער ווען דער חושק האט זיך געבעטען צו איהר און געזאגט אהנפאנג קפיטל ד׳,הנך יפה רעיתי הנך יפה עיניך יונים וכו׳ און זי זאגט צוזיך אין חלום מיט שולד- קול דודי דופק ער קלאפט דאך אין די טיר , מיט זיינע רמזים פון הנהגת העולם, און ער בעהט זיך - פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי - איך שטיי ביי די טיר איך בעהט מיך אריין צו דיר,-
שראשי נמלא טל - מיין האהר ווערט נאס פון טוי, -קווצותי רסיסי לילה - מיינע האהר לאקען ווערן פארנעצט פון די טראפען , און אנשטאדט צו עפענען די טיר און איהם אריינברענגען צו מיר האב איך אוועק געשטויסען און איך זאג - פשטתי את כתנתי איככה אלבשנה - מיין מחשבה איז שוין מסודר אלעס פיערט זיך אהקעי, איי דאנט העוו טיים פאר יו .אבער דער חשוק לאזט נישט נאך - דודי שלח ידו מן החור - ער שטיפט נאך אריין זיין האנט ביי די לאך דענסטמאהל איז שוין - ומעי המו עליו - מיין געדערים האבען זיך שוין ריעקטטעט - דו מוזט ג׳יין עפענען די טיר-קמתי אני לפתוח לדודי - מען עפענט ענדליך -ודודי חמק עבר - דער בחור איז שוין עבר וכו׳ .
קול דודי דופק, גייט אויף גאט ,ער קלאפט אויף די טיר און עס פאסירט ווען פיינעלי מען וויל איהם אריינלאזען צו זיך איז ער שוין צוריק בהסתר , הסתרה בתוך הסתרה.
 
Back
Top