- זיך איינגעשריבן
- יאנ. 9, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,622
- רעאקציע ראטע
- 8,700
- פונקטן
- 933
א חשוב'ע ניק האט מיר צוגעוויזן א פאדקעסט פון ארי חיימאוויטש, ווי ער שמועסט מיט אריה משה רויד, פון טרעוולינג חסידים, מ'שמועסט דארט אויס אידישקייט, וואס וויל דער אייבערשטער פון אונז.
פארשטייט זיך כ'האב מיר צוגעכאפט, איינער קען מיר אראפלייגן אידישקייט אויף א גאלדענע טאץ? איך לויף!!
למעשה זעה איך אז ווי פאזיטיוו מ'לייגט אראפ עס נאר אראפ, אז גאט איז נישט דעי בוגימען וואס מ'מאכט אים, ער וויל פשוט מ'זאל האבן א רילעישענשיפ מיט אים, און ס'איז "לטוב לך", ער מיינט נאר דיין גוטס, אני לדודי ודודי לי, בקיצור, די אלע שיינע ווערטער, מוז מען אבער נאך אלץ צוקומען אז דו דארפסט טון זיינע מצוות ווייל ער האט געהייסן, "אשר אנכי מצוך היום לטוב לך", דער איז נאו וועי אוט אף איט, סא אונז זענען טעקנעקלי צוריק ביי אלף, ער איז ווייטער א בוגימען.
וואס איך טריי מסביר צו זיין איז, אז איך זעה נישט ווי אזוי מ'קען אויפקלערן מענטשן זיך צו האלטן ערליך דורך מסביר זיין אידישקייט מורא'דיג פאזעטיוו, ווייל דו דארפסט עניוועי צוקומען אז מ'מוז, יעצט איך זאג נישט אז מענטשן ווערן נישט נשפע, אבער איך מיין מ'ווערט נשפע פון די ווייב, כי טוב ד', אני לדודי ודודי לי, שבת איז שיין, מענטשן הייבן אן די ערשטע מאל היטן שבת, ס'לעבעדיג, אבער ס'מער צו קענען זאגן אויף א פאדקעסט אז שבת איז אמעיזינג, למעשה איז אידישקייט א זאך וואס דו מוזט, קענסט דרייען מיט די צונג וויפיל מאל דו ווילסט, קענסט דיר אליינס איינרעדן, אוו נאכדעם איינרעדן אנדערע מענטשן, אז ס'גלאנצט אין ס'שיינט, אבער אלעס ענדיגט זיך מיט "אשר אנכי מצוך היום".
איך זאג נישט, ס'דא מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ס'גלאנצט און ס'שיינט ביי זיי טאקע, זיי פילן גוט צו טאן דעם רצון הבורא, אבער איך פארשטיי נישט וואס מ'טוט אויף פון עס שאגער קאוטען.
איך טראכט יעצט אז אפשר העלפט אזא פאדקעסט פאר #1 אין #2 פון אלפא'ס קאטאגאריעס, אלס די ווייב שבו, אידישקייט איז זיס, זיי טוען עניוועי די מצוות, סא מ'הערט אזא פאדקעסט, געבט עס אזא כי טוב השם באסט. כ'האב אבער געמיינט אז ער וועט אויך אדרעסירן די דרייערס, ווייל אויב איך פארשטיי גוט איז 'טרעוולינג חסידים' א ארג. וואס איז מקרב "דערווייטערטע נשמות", אבער אפשר די נשמות וואס מ'ברענגט צוריק, איז נישט ממש די "אידישקייט" וואס האט זיי צוריקגעברענגט, נאר זיי זענען געווען נישט אזוי פרייליך מיט זייער לעבן בכלל, און דא קומט א בעל תשובה גרופ און זיי באקומען אזויפיל אטענשאן, זיי שפירן ווי מענטשן הייבן אן קערן פאר זיי, פארוואס זאלן זיי נישט אינדזשאויען א שיינע שבת סעודה? זייער לעבן ביז יעצט איז נישט געווען ממש ווער ווייסט וואס.
איך ווייס מיין נקודה גייט נישט ווערן גוט פארשטאנען, ס'גייט מיין איך ווערן אויסגעטיישט ווי נאך העיט, אבער ווייט נישט, דאס איז די בעסטע וואס איך קען מיטן פעדער..
אפילו מ'פארשטייט נישט די נקודה, לאטס ענק אבער הערן צי איינער פון ענק איז געווארן אנגעווארעמט פון דעם פאדקעסט.