מה נשתנה פליפ פאון מסמארט פאון?

ראדני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
102
רעאקציע ראטע
449
איך האב אלעמאל געוויסט, עכ״פ די לעצטע צוועלף יאר אז א סמארטפאון איז די פתח פון גיהנם ווייל ס׳האט אינטערנעט אפילו מיט א פילטער איז עס א לפתח חטאת רובץ, אבער א פליפ-פאון דאס איז כשר און דאס האט נישט די טמאנע גרויזאמע עקלדיגע אינטערנעט.

קומט יעצט טעג מיט א צעטעל אז ס׳דא פליפ פאונס וואס זענען גיהעריגע סמארטפאון׳ס, מילא מוז מען זיכערמאכן צו קויפן די כשר׳ע פליפ פאונס.

ווערט דאך שווער אם כן הדרא קושיא לדוכתיה, אויב זענען דא פליפ פאונס מיט געהעריגע אינטערנעט, און צוליב דעם מוז מען קויפן א כשר׳ע פליפ פאון, וואס איז עס אנדערש ווי א סמארט פאון מיט א פילטער? ביידע זענען סמארטפאונס און ביידע זענען גע׳כשר׳ט?

איז וואס איז א נפקא מינה צו איך האב א סמארטפאון צי א פליפ פאון?
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8607.png
    IMG_8607.png
    1.3 MB · געזען: 21
נפק"מ פרעגסטו?
ווענד זיך צו מ'זאגט שינוי שם הוי שינוי אפילו במקום שאינו חוזר לבריתו ווייל פון א פליפ איז נאכנישט א ראי אז שינוי קונה בכל מקום, אבער וויבאלד מ'פסקנט אלע שינוים משלם כשעת הגזילה קומט אויס א למאי נפק"מ למקח וממכר.
כ'האף דאס ענפערט דיין איבעיא
 
איך האב אלעמאל געוויסט, עכ״פ די לעצטע צוועלף יאר אז א סמארטפאון איז די פתח פון גיהנם ווייל ס׳האט אינטערנעט אפילו מיט א פילטער איז עס א לפתח חטאת רובץ, אבער א פליפ-פאון דאס איז כשר און דאס האט נישט די טמאנע גרויזאמע עקלדיגע אינטערנעט.

קומט יעצט טעג מיט א צעטעל אז ס׳דא פליפ פאונס וואס זענען גיהעריגע סמארטפאון׳ס, מילא מוז מען זיכערמאכן צו קויפן די כשר׳ע פליפ פאונס.

ווערט דאך שווער אם כן הדרא קושיא לדוכתיה, אויב זענען דא פליפ פאונס מיט געהעריגע אינטערנעט, און צוליב דעם מוז מען קויפן א כשר׳ע פליפ פאון, וואס איז עס אנדערש ווי א סמארט פאון מיט א פילטער? ביידע זענען סמארטפאונס און ביידע זענען גע׳כשר׳ט?

איז וואס איז א נפקא מינה צו איך האב א סמארטפאון צי א פליפ פאון?
I love when they do this
keeping ppl in the know
יעצט איז א מחי׳ פאר א יונגערמאן וואס צוטערט פון די בני בית אדער פון די הנהלה מ׳זאל אים נישט כאפן מיט א סמארטפאון- יעצט קען ער האבן די קעיק און עס עסן אויך… ס׳קוקט אויס ווי א געהעריגע פליפ פאון און ס׳געט אים עקסעס צו די וועלט
א מחי׳
 
ס׳דערמאנט מיך יארן צוריק ווען דב אליאך איז ארויסגעקומען מיט זיין ספר הגאון און רבנים זענען ארויסגעקומען מיט חרמות - ער האט זיך מחי׳ געווען מיט די free advertisement און דערציילט ווי ער האט געמאכט אסך מער sales לכבוד דעם, ווייל מער מענטשן זענען פאראינטרעסירט געווארן עס צו קויפן! אויסצוגעפינען איבער וואס איז די גרויסע גערודער, און וואס וויל מען דא באהאלטן…
 
גראדע איז יענע פאון בכלל נישט קיין פליפ פאון !
 
טעכניש ביסטו גערעכט, אבער ס׳איז א פאון מיט באטענס וואס ביי שלומי אמוני ישראל ווערט עס אנגערופן א פליפ פאון.
 
וואס איז געשען מיט פאונס איז אז אמאל האט מען נישט געטארט אריינברענגען קיין שום סעלפאון אין ביהמ"ד, כבוד הבית המדרש.
היינט דרייען זיך אלע שיינע אידן, בנשקלעך און ווער נישט מיטן כשרע טאלק אנלי פליפ פאון אין שול ביי מזרח וואנט...
אבער אז איינער גייט ארויסנעמען זיין סמארטפאון באהאלטענערהייט אין קאוטרום גייט מען אים באשטיינערן...

אכשר דרא...
 
זעלטן וואס מ'זעהט היינט (אין אמעריקע) מ'זאל באשטייערן איינעם פארן ארויסנעמען א סמארט פאון אין בית מדרש

שוין געווען אין בתי מדרשים ווי ס'הענגט א גרויסע סיין אז מ'טאר נישט ארויס נעמען קיין סמארט פאון וכו', און אין פראנט פון די זיין נעמען אידן ארויס, און קיינער זאגט שוין נישט גארנישט
 
אין סאטמאר,וויזניץ יא
 
טעכניש ביסטו גערעכט, אבער ס׳איז א פאון מיט באטענס וואס ביי שלומי אמוני ישראל ווערט עס אנגערופן א פליפ פאון.
אויב קענסטו די פאון, ווייסטו אז ס'ענדילט מער אין א סמארט פאון ווי אין א פליפ פאון ...
 
אין סאטמאר יא
וועלעכע סאטמארע בית מדרש ?

איך בין אמאל געווען אין א סקווירא שטיבל, ווי ס'איז געהאנגען א שארפע צעטיל מטעם הקהילה, און געזעהן אין פראנט פון די צעטיל איינעם מיט א סמארט פאון, צענדליגע אידן האבן דארעך געוואקט אהן זאגן א ווארט
(ס'קען זיך מאכן אז איינער זאל מעורר זיין, אבער ס'מאכט זיך זעלטן)
 
מאנסי וויליאמסבורג קרית יואל וכו'
די זעלבע וויזניץ בעיקר וויזניץ אין מאנסי פראביר נאר ארויסצונעמען א סמארטפאון דארט...
 
Back
Top