מה נשתנה החרדי מהאַמיש

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
139
רעאקציע ראטע
665
איך בין געווען אויף א באזיך ביי די אמיש אין פענסעלוועניע, זאגן זאגט מען אז ביי זיי קען מען נאך טרעפן די בעל עגלה מיטן אלעקסי צוזאמן, ממש מען לעבט דארט ווי מיט צוויי הונדרט יאר צוריק, דער שיכור׳ר איוואן גייט נאך ווייטער אן זיי זענען אויטענטישע ״אינדערהיים״ אידן (גויים), ביי זיי איז חדש אסור מן התורה ביהרג ועל יעבור.

מיט גרויס עקסטאז בין איך אהין געפארן, לאמער זען וויאזוי עס זעט אויס. האב איך געגאנגען כאפן א באזיך און מען זעט טאקע ווי דער עולם אויף פערד און וואגן, אנגעטון אין זייער טראדיציאנאלעע לבושים, אזוי בין איך געגאנגן באזיכן איינעמס הויז, זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער ער האט א פרידזשעדער א הענד בלענדער א וואש מאשין און וואס נישט, עס האט מיר געכאפט א ציטער, א פורץ גדר ביי אונז אין שטאט איך האב געהאפט א קיין שלאנג וועט אונז נישט בייסען. האב איך עם פארגעהאלטן, כבוד רבינו ווי איז דאס געהערט געווארען? טעכנאלאגיע אין א אמישע שטוב, קוק נאר אויף השומרים קארדס וועלכע חורבנות דאס ברענגט אן (און ווער רעדט נאך פון אלע עקסידענטס וואס זענען נאר א דאנק טעכאלאגיע)

ענטפער ער, שמעו נא מיין טייערע כלבין, איך האב נישט קיין שום טעכנאלאגיע, עה חס ושלום פּוי פּוי פּוי, די פרידזשעדער ארבעט אויף פראפעין, די בלענדער און די וואש מאשין ארבעטען ארויף היידראלישע כוחות און אזוי האט ער מיר מסביר געוועהן אויף יעדע טעכנאלאגיע אז דאס איז נישט נכלל אינעם הארבען איסור פון חדש אסור מן התורה. אבער דערקלערט ער מיר מיט א שטארקייט אונז שטייען ווייט פון די וועלטליכע זאכן אונז ווילן נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך גשמיות ווייל אונז לעבן א העכערען לעבן.



פלוצלינג זעה איך א טראקטאר אין זיין בעקיארד, פרעג איך מאי כולי האי, איך האב געמיינט אז קארן דאס איז ממש פון די ג׳ חמורות, איין זאך וואס מען האלט יא אן שטארק איז די פערד און וואגן. ענפערערט ער מיר לצורך פרנסה שאני ער האט באקומען א היתר פון זיין גלח אז ער מעג האבן א טראקטאר.

דא האב איך געכאפט אז סדני דארעא חד היא, אונז זענען גארנישט אנדערש פון די אמיש, מען מאכט גדרים וסייגים מען טרעפט טעכנישע היתירים, און וועט די טעכנישע היתרים ארבעט שוין נישט הייבט מען אן מיט לצורך פרנסה און די גאנצע סיסטעם זעהט אויס ווי א ליצנות, אבער די עיקר איז מען קען שרייען שלא עשנו כמשפחות האדמה, אונז רירן זיך נישט פונעם מסורה.
 
Back
Top