מחאה אויף אויסשניידן שטיקלעך פון תשובת ר' משה פיינשטיין

איש פשוט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
115
רעאקציע ראטע
360
איך האב געטראפן א ווידיאו ווי הרב באלד (בשם הרב וויליגער) פון ארגון שיעורי תורה איז מוחה אויף "בני ברק" פארן שניידן שטיקלעך פון תשובות הרב משה פיינשטיין ז"ל איבער א ברכה אויף אדמו"ר מ'ליבאוויטש און וועגן קישן די תפילין.

ס'זייער זיס צו זעהן זיין מחאה, מ'קען זעהן ווי ס'באדערט עם באמת.

איינער ווייסט מער דעטאלן? ווער האט געשניטן וכו'?

View: https://youtu.be/hCgL9cX3WJU?si=AdbTnDwcqpk4b2Ks
 
לעצט רעדאגירט:
לעצט רעדאגירט:
די מגיד שיעור איז הרב וויליגער, דער וואס איז מוחה צום סוף איז הרב באלד מנהל ארגון שיעורי תורה
הרב וויליגער דערציילט וואס ער האט געטראפן און נאכן שיעור זאגט הרב באלד אז הרב וויליגער איז צו איידל ממילא וועט ער מוחה זיין פאר די חוצפה...
 
הרב וויליגער דערציילט וואס ער האט געטראפן און נאכן שיעור זאגט הרב באלד אז הרב וויליגער איז צו איידל ממילא וועט ער מוחה זיין פאר די חוצפה...
דאס האב איך אויך געהערט, איך האב זיך באצויגן צו די צווייטע תגובה וואס שטייט בזה"ל: דא איז די גאנצע שיעור פון הרב באלד
 
דאס האב איך אויך געהערט, איך האב זיך באצויגן צו די צווייטע תגובה וואס שטייט בזה"ל: דא איז די גאנצע שיעור פון הרב באלד
גערעכט, איך האב נישט געהאט באמערקט און יעצט פארראכטן.
א דאנק.
 
ווי קומט בני ברק אריין? אגרות משה איז געדרוקט געווארן אין אמריקא!

ועוד, די בריוון אין אגרות משה זענן נישט די אריגינעלם. פרעג יעדער איינער וואס האט באקומן א תשובה פון אים.
 
ווי קומט בני ברק אריין? אגרות משה איז געדרוקט געווארן אין אמריקא!
הער אויס וואס ער זאגט, ער ברענגט קאפיעס פון 2 דרוקן
ועוד, די בריוון אין אגרות משה זענן נישט די אריגינעלם. פרעג יעדער איינער וואס האט באקומן א תשובה פון אים.
דאס ברענג ער ארויס אז די מו"ל האט משנה געוועהן ממילא איז שווער אנצונעמען עט פעיס וועליו
 
עפעס דא קלאפט נישט. ער רעדט פון א נאראטיוו, וואס מיר ווייסן נישט וואס דאס איז.

איך האב א סעט אגרות משה, באקומן אין תשנ"ד. אין די ערשטע בענדער שטייט 'נוא יארק', און אין די לעצטע צוויי בענדער שטייט 'בני ברק'. איך האב נאר זיבן בענדער, וואס בשעתו האט נאר דאס עגזיסטירט. ווי טרעפט מען זיין גירסא מיט א ברכה בסוף האגרת. ועוד, דארף מען קוקן ווי מ'האט געדרוקט אנדערע בריוון פון ר' משה צו מ'האט אויסגעלאזט די ברכות.

לגופו של מעשה, ר' משה האט גערעדט בשבח דער ליובאוויטשער רבי, און אויך געחתמ'ט קעגן אים לכבודו של הרב שך. ווייס איך נישט וואס ער האט געוואלט טון למעשה.
 
למעשה האט רב משה געקענט זיין ראש ישיבה און לובאוויטש ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע
 
איך האב אזוי געליינט פון ר' חנה הלפרן, אבער איך גלויב עס נישט אזוי שנעל. פארוואס האט ער אפגעזאגט די פאסטן? די תירוץ ליגט מיר נישט אויפן שכל.

דאס איז זיכר אז ער האט געהאנדלט מיט דער ליובאוויטשער רבי מיט דרך ארץ. צו עפעס מער ווי א צווייטן? ווייס איך נישט. עס איז שווער נאכצוגייען.
 
למעשה האט רב משה געקענט זיין ראש ישיבה און לובאוויטש ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע
ער איז שוין געוועהן דא פאר ליובאוויטשער ישיבה

אמת טאקע אז מען האט איהם שפעטער אנגעטראגען די פאסטן
 
מיט וועם האט ר' משה נישט געהאנדעלט מיט דרך ארץ? ער איז געווען א שטארקע בעל מידות.
אמת ויציב

אבער נאכאלץ האט ער זיך געשריבען מיט די ליובאוויטשער רבי בנוגע ר"ת תפילין, און מען זעהט נישט ער זאך פרעגען א צווייטען, אגב ס'מיינט נישט עפעס עקסטער ליובאוויטש האט געשטיפט זייערע ענינים ממילא איז דייקא פארן רבי אנגעגאנגען אז א רב מפורסם זאל גיין מיט ר"ת
 
ער איז שוין געוועהן דא פאר ליובאוויטשער ישיבה

אמת טאקע אז מען האט איהם שפעטער אנגעטראגען די פאסטן
דאס האב איך געמיינט ווען ער ליובאוויטשער (מהרייץ) איז אנגעקומען קיין אמעריקע
 
מ'זאגט אז זיי האבן זיך געטראפן ביי מנחם אבל זיין הרה"ק מ'סאטמאר ווען ער איז געזעצן שבעה ל"ע נאך זיין טאכטער חי' רויזא ע"ה.

די לויבאוויטשער רבי האט גערעדט דארט שיינע זאכן, שטארקע טיפע מאמרים אין חסידות און הלכה.

זאגט מען אז ר' משה האט זיך אנגערופן צום לויבאוויטשער 'איך האב מורא איך ווער שוין באלד אייער'ס א חסיד'

האט אים די ליבאוויטשער רבי ג'ענטפערט: 'איר מוזט דאס נישט טון מיראה, איר קענט דאס טון מאהבה אויכעט'...
 
ר' משה'ס איידעם וואס האט עס ארויסגעגעבן האט געטון מיט דעם ספר וואס ער וויל, מ'קען נישט גלייבן קיין איין ווארט אין איגרות משה
 
מ'זאגט אז זיי האבן זיך געטראפן ביי מנחם אבל זיין הרה"ק מ'סאטמאר ווען ער איז געזעצן שבעה ל"ע נאך זיין טאכטער חי' רויזא ע"ה.

די לויבאוויטשער רבי האט גערעדט דארט שיינע זאכן, שטארקע טיפע מאמרים אין חסידות און הלכה.

זאגט מען אז ר' משה האט זיך אנגערופן צום לויבאוויטשער 'איך האב מורא איך ווער שוין באלד אייער'ס א חסיד'

האט אים די ליבאוויטשער רבי ג'ענטפערט: 'איר מוזט דאס נישט טון מיראה, איר קענט דאס טון מאהבה אויכעט'...
וואס ער האט דארט גערעדט איז דאך געדרוקט. טרייב נישט איבער. מ'האט גערעדט פון וויאזוי צו רעכענן ניטל, דוכט זיך. נישט עפעס וויכטיג צו טיף.

דער ענטפער צו ר' משה איז טאקע זיס.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot 2025-01-29 204944.png
    Screenshot 2025-01-29 204944.png
    18.2 KB · געזען: 31
Back
Top