מחלוקת, סמיכה בבע"ח ביו"ט

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,718
לערנענדיג די גמ' אין מס' חגיגה דף ט"ז ע"א.
די משנה דארט סוף ע"א רעכענט אויס די מחלוקת צווישן די זוגות, נשיא און אב"ד, ווער ס'האט געהאלטן אז מ'מאכט סמיכה ווען מ'איז מקריב א קרבן חגיגה אין יו"ט און וועלכע פון די זוגות האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט ווייל מ'נאיז זיך משתמש בבע"ח.

די משנה רעכענט אויס פינף זוגות, אנגעהויבן ביי יוסף בן יועזר און יוסף בן יוחנן.
יהושע בן פרחיה און ניתאי הארבלי.
יהודה בן טבאי און שמעון בן שטח.
שמעי' און אבטליון.
הלל (מנחם) שמאי.

רש"י לייגט צו אז דאס איז די ערשטע מחלוקה ביי די חכמי ישראל.

וואס איך פארשטיי נישט איז, אז דורכאויס די פינף זוגות אנגעהויבן פון די ערשטע זוג און געענדיגט ביים לעצטן זוג איז דאך די צווייטע בית המקדש געשטאנען איז פארוואס עפעס האט זיך דארט אנגעהויבן די מחלוקת? וואס איז געווען פארדעם? וויאזוי האט מען זיך געפירט? איז דען נישט געווען א מסורה פונעם ערשטן בית המקדש אריין גלייך צום צווייטן בית המקדש? עזרא הסופר איז דאך געווען פון די אנשי כנסת הגדולה האבן זיי דען נישט געהיטן אויף די מסורה? פארוואס עפעס האט די זאך געברויכט קומען צו א מחלוקה בכלל? מ'רעדט דאך נישט פון עפעס וואס איז פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן, די בית המקדש איז געווען אפן, געבויעט, אפארעישאנאל? און וואס איז געווען א יאר פאר די מחלוקה האט אויסגעבראכן וויאזוי האט מען זיך דאן געפירט?

כ'האב פרובירט צו זוכן עפעס א תירץ, כ'האב נאכגעקוקט אין ארטסקרויל אבער נישט געפונען עפעס ממשות'דיג, נאר כאילו ווי צו זאגן אז מחלוקת איז געווען פריער, נאר איז באשטעטיגט געווארן אזוי ווי רוב סנהדרין. משא"כ ביי די מחלוקה פון סמיכה איז נישט אויסגעקלארט געווארן נאר געבליבן א מחלוקה. אבער מיינע שאלות עגבערן נאכאלץ וואס איז מיט מסורה? מ'רעדט דאך דא פון אן אפערעישאנאל בית המקדש וויאזוי האט מען זיך געפירט פריער?
 
די עכטע תירוץ?

די בית המקדש איז פאר רוב יארן געפירט געווארן דורך צדוקים און די עליטע סמעטענע רייכע וואס האבן געהאט געלט צו קויפן שישי (דאס כהונה).

ווען די רבנים האבן זיך מחלק געווען איז עס לאו דווקא אלעמאל געווען אויף עפעס וואס זיי האבן געהאט פולע קאנטראל.

ודוק
 
די קאשיא קען מען פרעגן אויף נאך הינדערטע מחלוקת
דא איז אנדערש ווייל דאס איז לויט רש"י געווען די ערשטע מחלוקת און פארדעם האט מען זיך נישט געקריגט, איז וויאזוי האט מען געטוהן איין יו"ט פארדעם
 
די בית המקדש איז פאר רוב יארן געפירט געווארן דורך צדוקים און די עליטע סמעטענע רייכע וואס האבן געהאט געלט צו קויפן שישי (דאס כהונה).
קען טאקע זיין שפעטער, אבער יוסף בן יועזר און יוסף בן יוחנן זענען געווען מער ביים אנפאנג פונעם צווייטן בית המקדש ווען די צדוקים זענען נאכנישט געווען ביים שטייסל
 
אפשר איז דעמאלטס נתחדש געווארן די איסור פון אין רוכבין על גבי בהמה, און ביז דעמאלטס האט מען סומך געווען ווייל עס איז נישט געווען קיין שום איסור.

אדער קענסטו זעהן דא פון וויקי צוויי מהלכים.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241117_192042_Chrome.jpg
    Screenshot_20241117_192042_Chrome.jpg
    574 KB · געזען: 18
הרב דר. טשערנאוויץ, עפ"י זיין מאדעל איבער די מחלוקת בהגדרת זהות יהודית בין מדיניות לרוח, איז דאס מפרש אלס א ראיה לדרכו. והיינו, אז די אנשי כנסת הגדולה זענען בעצם געווען די אנשי מעמדות וועלכע זענען געווען צוזאמען מיט די משמרות כהונה. און ווען עס איז בימי אלו הזוגות געטוישט געווארן צו מער א "מדיני'שע" סארט מאדעל פון סנהדרין, האבן די נשיאים המדיניים דאס געשטארקט און זיך מתנגד געווען צום ענין עיכוב הסמיכה (וואס איז פון פארדעם נישט געווען פארמאליזירט צו דאס איז ממש "מעכב") והחזרת אנשי המעמד ואנשי כנה"ג, משא"כ די אב"ד וואס האט יא געוואלט צוריק מחזק זיין דעם פריערדיגן מעמד:
1.jpg

2.jpg

ער שרייבט לגבי עניני קדשים:
3.jpg

ועיין במה שכתבתי בזה כאן.
 
און וואס איז מיט שבת ערב פסח? וואס האט מען געטון אלע יארן ביז די בני בתירה און הלל? למעשה זעהט מען דעם אם אינם נביאים בני נביאים הם און די אידן האבן אליינס געוויסט וואס מען האט צוטאן ביזן לעצטן דעטאל, אלא מאי די מנהיגים זענען מחולק געווען ווייל עס איז פארגעסן געווארן/ נישט באקאנט געווען אויף וואס פונקטליך מען האט זיך סומך געווען בעפאר ווען מען האט מקריב געווען דעם קרבן אום שבת, אן האבן אן קלארע מקור / דרש האבן זיי נישט געוואלט טון למעשה. ס'איז שטארק מסתבר אז עס האט געהאט צוטון מיט דעם אז די ווירטשאפט אין ביהמ"ק (און אפילו אין די סנהדרין) איז געווען לאו מר ברי' דרב אשי חתים עלה, מען האט נישט געוויסט וואס מען קען זיך יא פארלאזן און וואס נישט

לגבי סמיכה, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז דאס געווען א מחלוקה אין א דרבנן בכלל, און דער ספק איז געווען אויף א קליינער פרט צי די גזירה דרבנן גייט אן אויף סמיכה ביי א קרבן אויך, אפילו מען זאל זיך יא האבן געפירט ביז יעצט ווי איין וועג קען יעצט דער נייער זוג - בעיסד אויף א קבלה פון זייערע רבי'ס - מאכן א קעיס אז עס איז געווען בטעות יסודו און עכט דארף מען זיך נישט אזוי פירן

(בכלל אונז קומען היינט אן צו א פארטיגע בנין פון הלכה, ממש כשולח"ן הערו"ך, אבער די אלע הלכות, תירוצים און חידושים האט גענומען טויזנטער יארן עס זאל זיך פארמירן, און גאר אסאך דערפון האט פאסירט אין ריעל טיים, רבינו תם האט מחדש געווען א באמבע אויפטו צו מיישב זיין 2 מאמרי חז"ל הסותרים, און זיינע תלמידים האבן דאס אנגענומען און אנגעהויבן זיך צו פירן אזוי להלכה ולמעשה טראץ וואס קיינער בעפאר זיי און אויסער זיי ווייסט נישט פון אזא זאך צו זאגן. און דאס איז נאר אין די צייטן פון די ראשונים, אימעזשאן וואס האט זיך געטון בימי חז"ל ווען יעדע דרש אין פסוק קומט מיט די אימפליקאציע אז די פארטיקאלער הלכה צי פרט ווערט יעצט אנגענומען פאר א מצוה דאורייתא).

און די מעשה איז אז דאס איז עכט די צורה וויאזוי זאכן דארפן אויסקוקן. אונזער מציאות היינט איז נאר צוליב די גזירות וכדו'
 
לגבי בני בתירא איז ר’ יצחק אלחנן ספעקטור מסביר אז ביז דעמאלטס פלעגט מען מחלל שבת, נאר יעצט איז רוב כלל ישראל געווען אין חוץ לארץ, איז נולד געווארן די שאלה צו יעצט זאגט מען אויך אז עס איז דוחה שבת. עיין באטעטשמענט.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241117_202843_Chrome.jpg
    Screenshot_20241117_202843_Chrome.jpg
    694.4 KB · געזען: 18

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241119_210709_Drive.jpg
    Screenshot_20241119_210709_Drive.jpg
    812.7 KB · געזען: 14
  • Screenshot_20241119_210726_Drive.jpg
    Screenshot_20241119_210726_Drive.jpg
    779.7 KB · געזען: 16
  • Screenshot_20241119_210741_Drive.jpg
    Screenshot_20241119_210741_Drive.jpg
    382.6 KB · געזען: 10
און וועלכע תפילין האט רבינו תם באקומען ביי זיין בר מצוה?
דר. יהודה כהן אין אן ארטיקל שלאגט אפ די שמועה אז די תפילין געטראפן מימי בית שני ווייזן אז עס זענען שוין דעמאלטס געווען די ביידע תפילין פון רש"י און ר"ת און ווייזט אויף אז די תפילין געטראפן שטימט נישט מיט קיין איינע פון די שיטות. ער טענה'ט אז ר"ת האט מחדש געווען די תפלין געבויעט אויף וואס ער האט געהאלטן אלס די ריכטיגע פשט אין די גמרא.

ער האט אויך געשריבן דערויף א לענגערע מאמר
 
Back
Top