מחנה רב טוב - ווער עס פארשטייט, פארשטייט

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
אזוי ווי עס איצטערט די זומער ווי רוב קינדער זענען אין די קעמפס אויף די בערג איז דבר בעיתו מה טוב ארויף צו ברענגן די ארטיקעל פון די ארכיוון. עטוואס איבער געארבעט. און מתקן געווען אביסעל שריפט שטעלערישע טועתים .

עס איז נאך פסח אין חדר ביי ריסעס, עס פרילינגט אינדרויסען, שיינע וועטערן. די היצען ווערן שטערקער א יעדן טאג וואס עס גייט אדורך. עס איז נאך געווען זייער הייס אין די זומער, און זייער קאלט אין די ווינטער נאך פאר די גלאבאלע ווארמינג עפאכע.

די קאנטריס זענען שוין א שטארקער מדובר אין אלע שטיבער. אונז גייען אייביג אין סאן רענטש באנגעלאו קאלאני, נעבן קראסנע קעמפ.

אין קראסנע מאכט מען א לעבן. יא איך בין לעצטע יאר געווען אין קראסנע א דעי קעמפער, א יעדן טאג אהיים געקומען מיט די באס. די מדריכים, די קאונסלערס, יו איז דאס געווען פאן. די קאלערוואר איז דאך געווען געוואלדיג.

א אינגעל האט זיך פארלוירן אין וואלד, מען זוכט אים שוין אפאר שעה. יענקי פון טיעם צהלה האט געזעהן מושי פון טיעם שמחה אריינגיין אין וואלד ווייל ער האט געוואלט מאכן א שטיקל פאר די קעגענזייטיגע טיעם אז זיי זאלן פארלירן דעם פארמעסט, דודי איז געגאנגען פון טיעם צהלה אינטער אים זעהן וואספארא שטיקעל ער גייט דארט אן ארבעטן, עס איז שוין אפאר שעה און ביידע זענען נאך נישטא.

3-4 פאליציי קארס שניידן אריין ביי לאנטש מיט ווילדע מאנעווערעס מיט די בליצערס און סיירינעס אנגעצינדען, אריין קומענדיג אין לאנטש רום רעדן צו די קינדער אין ענגליש. קיינער פארשטייט נישט קיין ווארט אבער די אנגסט איז גרויס. צוויי קינדער פון א יארגאנג 10 זענען אליינס אין וואלד און ווער ווייסט ווי זיי זענען פארשלעפט געווארן וכו'. די שמועסן זענען אויפן העכסטען טעמפא, די קאלארוואר איז געווען אזוי מין דראמאטיש.

הע, איך בין געווען אין צעהלים, וואס דארט האט זיך אפגעטוהן אא"וו, א יעדעס אינגעל אין וועלכע קעמפ ער איז אלץ געוועזען האט מיט אן עקסטאז אראפגעלייגט ווי אזוי זיין געוועזענע זומער אין די קעמפ ווי ער איז געגאנגען האבן אלץ געקענט אויסטרעפן א בעסערע וועג ווי אזוי אונטערצוהאלטן די קינדער.

פלעיס, באל געימס, קארניוועלס און וואס נישט. זיך גוט אוסגעטשוטכעט. עד כדי כך אז עס ביז יעצט שוין טיף אין זמן כמעט שוין א פרישער קעמפ סיזען. דאס האט געגעבן א בוסט פאר די קינדער אויסצוהאלטן דעם לאנגען ווינטער מיט לערנען נייע סארט שווערערע לימודים. אה דערפרישענד.

דאן קומט אריין דער מלמד, דווקא א ווארעמער אינגערמאן, אבער זייער א שטרענגער רבי. קינדער, איך הער דא ווי מען רעדט פון קעמפ, שרייט ער מיט זיין באסאווע שטימע איבערצוהאקן די עקסייטמענט פון די קינדער'ס קאנווערסעישאנ'ס.

מיר כתה ה' קינדער, וואס לערנען שוין דאס יאר מס' בבא מציעא פרק אלו מציאות גייען זיך אי"ה משלים זיין מיט נאך אפאר בלאט גמ' אין מחנה רב טוב, ווי דאס לערנען גייט ווייטער אנגיין מיט דעם געהעריגען סדר הלימוד וואס מען לערנט דא אין חדר. נישט ווי אין די אלע גויאישע קעמפס ווי לערנען איז נישט קיין ארטיקל.

די מנהל מיט די רביס האבן שוין געהאט א מיטינג איבער קעמפ, עס איז זייער ראטזאם אז אלע קינדער זאלן בס"ד אנקומען אין קעמפ ווי מען איז ממשיך צו שטייגן מיט תורה און יר"ש אין לויטערע ריינע לופט ווי די שמוציגע גאסן פון די שטאט זענען נישט פארהאן, אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי אגאנץ יאר.

די מנהל גרייט אן אי"ה צעטלעך מיט די אינפארמאציע וואס עס וועט ווערן אהיימגעשיקט צו אלע עלטערן כדי מען זאל וויסען די סדר ווי אזוי זיך איינצושרייבן אין קעמפ.

די סאטמערע קעמפס זענען זייער געשמאק און איינגענעם צו קענען שטייגען מיר זאלן ח"ו נישט דארפן מוותר זיין אויף רוחניות און ווי אויך נישט גשמיות, און איצטערט גייען מיר ווייטער לערנען. זאגט די הייליגע גמ'.

שמאולי גיט א וואונק צו נחמן וואס זענען פאריאר געווען צוזאמען אין קעמפ, אהההם דער רבי האט נישט קיין אנונג וואס פאן מיינט, מיין גרויסע ברידער פון כיתה ז' איז געווען אין סאטמאר, עס איז בכלל נישט קיין פאן דארט.

פלוצלינג א געשריי, די זעלבע באסאווישע שטימע פונעם מלמד, שמואלי ווי האלט מען? עםםםםם עםםםםם.

קום אהער שמואלי!!!!

מיט געמאסטענע קליינע טריט, קוים וואס ער האט זיך פון זיין פלאץ געהויבן. די פחד וואס עס גייט איצטערט קומען איז ריזיג (נישט בחנם).. נא שנעלער! א געשריי ווידער. וואס האסטו דארט געזאגט פאר נחמן אינמיטן לערנען? וואס איז געווען אזוי וויכטיג, ווי איידער מיט צו האלטן וואס מען לערנט דא? עס קומט נישט קיין ענטפער, שמואלי מאכט איין פאר שרעק.

נחמן קום אהער, אבער שוין! שמואלי קען פלוצלינג נישט רעדן, אדער הערן אפשר שוין אויך נישט? ער הערט נישט וואס איך פרעג אים. וואס האט שמואלי אזוי וויכטיג געזאגט וואס עס איז געווען וויכטיגער ווי די הייליגע גמ'?

שמואלי האט געזאגט, עםם עםםם, ער האט געזאגט אז סאטמאר קעמפ איז בכלל נישט קיין פאן.

א פלוצלינגער היליכיגער פראסק כאפט שמואלי אויפן רעכטן באק, אן וואס שמואלי האט זיך פולקאם צוגעגרייט דערפאר. די גלעזער פליען אים ביז צו די אנדערע זייט קלאס. נאך פאר איינער האט זיך אריענטירט, בומפס, נאך א פראסק אויפן רעכטן זייט. דו מחוצף, עזות פנים! דו דערוואגסט זיך אינמיטן לערנען זאגן פארקערט ווי דער רבי זאגט. די קלינגעדיגע צוויי פראסקעס האבן אפגעהילכט אין די גאנצע כיתה אזש עס איז געווארן שאקד שטיל, די הארץ קלאפעניש פון אלע קינדער הערן זיך אין די כתה.

נחמן האלט דיין הענט גראד, דו ביסט געווען א מסייע לידי עוברי עבירה און שמאולי האט געקענט אינמיטן לערנען צו דיר רעדן אנטקעגן די ווערטער, מיינט אז דיר קומט אויך פעטש! איינס, צוויי, א קנאק מיטן קאנטשיק אויפן האנט פלאך. אוטש!!!! שרייט נחמן, איך האב גערנישט געטוהן, שמואלי האט צו מיר גערעדט אן מיין וויסען אז ער גייט אפי' רעדן צו מיר.

נאך איין ווארט איך הער כאפסטו נאך איינס! צוריק צו דיין פלאץ. שמואלי דו גיי ארויס פון חדר ביז איך וועל קומען רעדן מיט דיר און זעהן וואס מען וועט מיט דיר טוהן.

די בכיות נוראות פון ביידע קינדער פארשעמט און צוקלאפט שפירט זיך אין די לופטן. די מלמד איז ממשיך מיט א ברען, זאגט ווייטער די גמ', ווי האבן מיר געהאלטן? יא, איז אביי געגאנגען און רבא איז געקומען און זיי האבן געהאט א מחלוקת לשם שמים. קינדער א מחלוקה מעג נאר זיין לשם שמים. לשם שמים מעג מען איינעם פארשעמען טאמער טוהט ער נישט ווי די דין איז וכו', (מיר דארפן נישט איבערגיין די שיעור אין גרעיט דיטעיל, אונז אלע קענען עס פון אויסענווייניג).

פון קעמפ האבן שוין אלע פארגעסען. אבער ווי נאר עס קומט נאכמיטאג, קלאפט דער מנהלס פעט אריין אין טיר מיט א שטויס פאפירן, די גאנצע קלאס שמעקט פרישע טינט פונעם סטענסעל וואס האט נאר וואס אפגעדריקט טויזענט פרישע צעטלען, מיט די מנהל'ס האנטשריפט אין די בלויע קאליר (ווער געדענקט נאך די קאפי מאשינען) און פרעגט מיט אזא שעמעדיגע נידעריגער שטימע וויפיל קינדער זענען דא? 25 ענטפערט דער מלמד. ער הייבט אן ציילן, הייבט אן דריי מאל אינדערמיט נאכאמאל ווייל ער איז געווארן צומישט אויסהערנדיג דעם מלמד'ס שיעור.

פליצלינג ווערט שטיל. דער מלמד זעהט אז די קינדער זענען קאנצענטרירט אויפן מנהל'ס פעט, א גרויסער אינגל וואס ציילט אזוי פראפעשאנעל די צעטלעך. עס זעהט נישט אויס ווי דאס ערשטע מאל וואס ער טוהט דאס.

ברוך, זאג נאר, ווי האלט מען? די זעלבע ריספאנס, עםםםם עםםם. זאג, דו ווילסט אויך גיין טיילן צעטלעך? דאס זענען געמאכט פאר קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען. אמת דו טיילער?

אזוי בערך קוקט אויס די מצב אין חדר מדי יום ביומו אן קיין גרויסער אינטערשייד פון זונטאג ביז מאנטאג. אבער די צעטלעך וואס דער פארשעמטער טיילער האט שנעל איבערגעלאזט נאך דעם סטעיטמענט פונעם מלמד האט געגעבן די קינדער א נייער טאפיק פון וואס צו רעדן.

קעמפ איינשרייבן אפי' ווער עס גייט נישט אין קאנטרי, מען גייט דארט שלאפן גאנצע 8 וואכן. עס איז לעבעדיג געווארן ווי נאר די קינדער האבן באקומען די צעטלעך פאר די ענגליש טיטשער איז אריין געקומען אין קלאס. נישט אלע קינדער קענען שוין גענוג שנעל אפליינען דעם רינדעכיגען שריפט פונעם מנהל אבער די צוויי דריי קארפן קעפ פון חדר ליינען דאס פאר מיט א געניטשאפט. די חדר איז אויף רעדער. עס טוהט זיך אויף טישן און אויף בענק. מען גייט אין קעמפ אפי' ווער עס איז נאך נישט געווען אין קיין קעמפ און ווייסט בכלל וואס א קעמפ מיינט און גייט ניטאמאל אין קאנטרי קען אויך געניסען פון קעמפ. מען דארף זיך האבן איינגעשריבען אין קעמפ אפיס ביז ל"ג בעומר. ווער עס וועט זיין איינגעשריבען ביז ל"ג בעומר איז פארזיכערט מיט א פלאץ, נאך ל"ג בעומר וועלן אפליקאנטן שוין נישט קענען ווערן אנגענומען.

די טיטשער קומט אריין אין קלאס און קען די קלאס אונטער ארדענונג נישט ברענגען.

אזוי ווי דער ארטיקל איז נישט געווידמעט אויף ווי אזוי די ענגליש קלאסן האבן אויסגעקוקט (מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר אן אנדערע געלעגענהייט) וועלן מיר נישט איבערגיין די 1.5 שעה וואס דער טיטשער נעבעך האט זיך געדארפט ספראווען מיט די צאן קדשים.

די ערשטע איינגעשריבענע קינדער

די צוזאם גענומענע קינדער וואס אויף א יעדנספאל איז ביי זיי געווען אלס מסודר, אלעס געקלאפט ווי א זייגער, קיינמאל נישט געהאט קיין אישוס מיט גארנישט, קיינמאל נישט פארגעסען צו ברענגען זונטאג די נייע חומש. אדער ווען מען האט געדארפט צוריקברענגען די געסיינטע בחינה האבן זיי עס געהאט דעם ערשטען טאג. אייביג געהאט די בעסטע מארקס. די אנגעפילטע ריסעס בעגס פון די זה טוב סופער סנעק קאמפאניס, מיט פריש געבאקענע קוכן פון שטוב. און צומאל א געשמאקער סענדוויטש מיטגעברענגט פון אינדערהיים (אזוי פלעגט עס זיין יענע יארן) האבן שוין געוואוסט צו זאגען אז עס איז דא צוויי קארטלעך א באנק טיקעט, מיט א באס טיקעט. די באס טיקעט איז געמאכט פאר די וואס פארן פון שטאט און מען דארף זיי צושטעלן טראנספארטאציע. די באנק טיקעטס איז פאר א יעדעם, וואס די טיקעט צייגט אן אין וועלעכע באנק מיר וועלן זיין איינקוטאטירט.

די טיקעטס (הלוואי איך קען ערגעץ טרעפן א בילד דערפון) האבן אויסגעקוקט צוויי קארטלעך קאנעקטעד און מיט א טייפרייטער (איינער ווייסט היינט וואס דאס מיינט?) אויפגעשריבען דאס קינדס נאמען, און אריינגעפילט מיט א פעדער דעם נאמען וכן הלאה, כתה, מלמד, האלב זומער / גאנץ זומער צירקולירט מיט א פעדער.

און מיט דעם איז מיטגעקומען א צעטל (אויפגעטייפט שיינערהייט) א קעמפ ליסט וואס מען מעג מיט ברענגען.

מאנכע ליינער דא וועלן נישט גלייבן אבער עס איז דא אין שטיבל וואס וועלן עדות זאגן אז איך בין נישט מגזם מיט קיין איין ווארט.

עס איז נישט ערלויבט מיט צו ברענגען די פאלגענעדע זאכן:

זאקען
בעט געוואנט
טעיפס/קאסעטעס
טעיפ ריקארדערס
טייםאוט Timeout (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז, עס איז אמאל געווען אן עלעקטראנישער שפילצייג וואס האט געהייסן טיים-אוט, מען האט געדריקט קנעפלעך און א מענטשעלע איז געלאפן, איבערגעהיפט שטרויכלונגען וכו', נאך פאר די עפאכע פון געים בוי Gameboy פון ניטענדאו Nitendo)

בקיצור פאר די בעסערע אינגלעך פון חדר ווערט זיי שווארץ פאר די אויגן, זיי זעהן שוין אין וואספארא קעמפ מען ווערט דא אריינגעשטעלט. א געראטשקע האט האט אנגעהויבן צו ווערן אין קלאס. די קינדער וואס האבן געהאט עלטערע ברידער וואס זענען שוין געווען אמאל אין קעמפ האבן שוין געוואוסט נאכצוזאגען וואספארא זומער עס ווארט אפ די נייע מחנה רב טוב עולים, קיין האניג איז נישטא צו לעקן דארט. דאס אמאל זיכער.

די צייט לויפט פאראויס, מען האלט שוין אט ביי שבועות, און די סטראשע פון ווער עס האט נאך נישט דעם באנק און באס טיקעט וועט בשו"א ווערן אריינגעלאזט אין קעמפ, מען זאל שוין מסדר זיין אלע אנגעלעגענהייטן מיטן קעמפ אפיס.

רוב רובם קינדער וואס גייען אין קעמפ מער ווייניגער האבן שוין וואס זיי ברויכען, די קינדער צווישען זיך מאכן שיך קעמפ ליסטעס אויף מער פון די זיבען זאכן וואס די מיטגעקומענע קעמפ ליסטע האט מיט זיך געשריבן. קליפ פענס, די ווייסען שוין אז קיין עיר קאנדישאנס אין די באנקס איז נישטא. לאקערס נעבן דעם בעט. די לאקערס זענען סארטירט ביי א וואנט מיט אלע לאקערס צוזאמען. און קוים וואס מען קען אריינלייגען אהין א זייפעל (וואס מען דארף דארט ממילא נישט האבן) די מעכטיגע קינדער אין חדר וואס ווייסן פון די עלטערע ברידער ברענגען כסדר די פרישע אינפארמאציע וואס מען דארף אלץ האבן פשוט איבערצולעבן דעם טאג דארט אין נעפאנעק ניו יארק. קעמפ רב טוב (פריזען)

א ספעציעלער פערטל בלאט מודעה אין דער איד אריינגעשטעלט א וואך נאך שבועות וועלן די באסעס ארויספארן אין דריי וואכן ארום פר' קרח כ"ה סיון

פון וויליאמסבורג - ראדני קארנער בעדפארד

פון ב"פ - 53רד און 14טע עוועניו

קינדער פון מאנסי און מאנרא זאלן אריין רופן צו די קעמפ אפיס צו לעגיטעמירן די באנק טיקעטס.

און אויב ליינסטו נישט דעם איד פאר סיי וואספארא סיבה האסטו די מודעה נישט באקומען. אדער אפי' אויב דו ליינסט יא אבער די מודעה'ס זענען נישט אינטערסאנט און פונקט פארפאסט יענע וואך האסטו די אינפארמאציע נישט געקענט וויסן, נאר טאמער האסטו געהאט א חבר וואס האט יא פונקט געליינט די פערטעל פעידזש מודעה.

די קעמפ אפיס ארבעט שוין נישט אין ברוקלין, זיי זענען שוין ארויף געפארן מסדר זיין דאס פלאץ. אויב קלינגסטו אין קעמפ אפיס קלינגט עס אפאר הונדרעט מאל ביז דו גיבסט אויף און לייגסט אראפ. קיין מעסעדזש ווי מען קען יא רופן איז נאך נישט געווען די טעכנאלאגיע צו פראוויידן בכלל און אויב יא האט עס געקאסט צופיל צו אינוועסטירן אינעם קעמפ אפיס וואס האט געטדזשארדזשד פאר א קינד ווינציגער ווי $300.00.

מען פארט אין קעמפ אריין, דער טאג איז ענדליך אנגעקומען

א ריזיגער טרעילאר פולט אריין אין דעם שמאלער 53ציגער גאס, עס בעקט עס פארט אהין און צוריק צענדליגער מאל אויסצוגראדען דעם רוקן זאק פונעם טרעילער מיטן ריקן זעלבסט. דער היציגער אינגערמאן וואס זיצט ביים רעדל מיט די אנגעקניפטע בארד ווערט מער און מער אונגעצויגען ביי די מינוט. אין וואספארא סאמעטוכע מען האט מיר דא אריינגעלייגט. ער שרייט און קוויטשעט פון די אפענע פענסטער אז מען זאל זיך רוקען אין די זייט ווייל עס איז מסוכן, די עסקנים, קינדער פון די עלטערע כיתות געווענליך כתה ט' קענען שוין דעם פריינטליכען דרייווער פון די פריערדיגע יאר.

ר' יעקב שלמה ווי מיר אלע קענען אים האט שוין ענדליך מצליח געוועזען מיט אריבערפירן דעם טרעילער דעם רויט לייט פון 14 53 און די גאס איז פארקנאקט. ער שפרינגט אראפ פונעם טרעילאר ער עפענט אויף דעם אחור און א געפאקטער טרעילער אנגעפילט מיט באקסעס אן קיין שום ארדענונג פון וואן סטאפ קאשער און אלערליי ווילאמסבורגער געשעפטן זענען שוין געוועזען אויף דעם טראק.

אה עס איז מיר גוט. די וויליאמסבורגער, שטינקעבורגער, וואס מיר ווייסען שוין דעם נאמען פון די עלטערע ברידער וואס זענען געווען אין קעמפ, אז ווי נאר מען פארט אריבער דעם געיט פון דעם נעפאנעק קעמפ דארף א שנאה כבושה הערשן צו א באשעפעניש וואס קומט פון וויליאמסבורג. אויב נישט איז נישטא קיין עקטיוועטי מיט וואס צו זיין פארנומען דורכאויס די לאנגע שעות פון ווען מען ענדיגט לערנען ביז מען טרייבט צו די באנקס.

די צענדליגער קינדער הייבן אן שלעפן זייערע באקסעס מיט די האנט, פון די קארנער ווי עס איז געשטאנען אויפן צעטל אז די טראק וועט אפנעמען די פעקלעך, ביז צו אינמיטן דעם גאס. די באקסעס באלד גרעסער ווי די קינדער.

פון אונטער די באקסעס זעהן זיך ארויס פארשוויצטע פענימער פון קינדער וואס דארפן זיך נעבעך באחלעפטשען מיט די באקסעס אזא מרחק רב, אזא גרויסער באקס פאר אזא קליין קינד. דאס קינד מיט די באקס קומט שוין אן צו דעם אפענעם אחור פונעם טרעילער, גיט איבער זיין באקס צו דער וויכטיגער בחורל וואס שטייט און העלפט לאדענען דעם טראק, און גיט א ווארף דעם באקס צום טיפערן אפגרינד פונעם טרעילער. דאס קינד פאלגט נאך זיין באקס מיט די אויגן, ב"ה עס איז גוט פארטעיפט. ער האט שוין באמערקט אנדערע באקסעס וואס האלטן זיך ביים עפענען פון פלאצען פון די שווערע וואג וואס ליגט איבער די שוואכערע געטעיפטע באקסעס.

אזוי ווערן געווארפן די באקסעס פון די קינדער דורך אינגע צולאזטע בחורים וואס האבן שוין זייערע היטן און רעקלעך אויף די ערשטע סיטס פון די ערשטע באס וואס וועט נישט ארויס פארן בעפאר די טרעילר פארלאזט דעם מקום.

די געלע באסעס 10 אין א שורה אויסגע'שורה'ט איינס אונטערן צווייטן לאזט נישט ארויף קיין איין קינד ביז ווי לאנג דער טרעילער איז נישט פארמאכט. אין שאק זענען אלע קינדער וואס זעהן די 10 געלע באסעס מיט ענגלישע בוכשטאבן דערויף, וואס איז נישט וואס זיי פלעגן זעהן אייביג. יו. טי. עי.

וועם איז איינגעפאלן אזא לוקסוס צו נעמען עיר קאנדישאנד קאוטש באסעס פאר א נסיעה פון איבער 2.5 שעה פון היצן און טרעפיק. די העפטלינגען זענעם דאך געפארן אין וואגאנען אן א זיצען. נא איז דאך דאס גאלד. עיר קאנדישאן? וואספארא לוקסוס נאר צו טראכטן פון אזא געדאנק. (פארגעסט נישט א קינד אין קעמפ א גאנץ זומער קאסט נאר $300.00)

די טרעילער האלט שוין ביי נעילת שער. ווער ווייסט וואס עס טוהט זיך דארט אינעווייניג, עס נעסט אין די אינגע מח'לעך פון די קינדער, מען דארף נישט זיין קיין גדול דאס צו פארשטיין, ווען זיי האבן צוגעזעהן די באהאנדלונג פון די גרויסע בחורים אז די באקסעס דארפן גרויס רחמי שמים אראפצוקומען גאנץ. אבער זיי האבן נאך קליינע דאגות. צוריסענע באקסעס, נישט געפערליך, מוועט זיך אן עצה געבן.

דער וועג אויסמוטשענד, פון עקסייטמענט, זענען די קינדער אויפגעשטאנען גאר פרי נישט קענענדיג שלאפן פון אנגסט וואס עס ווארט זיי אפ און ווי אזוי גייען זיך זאכן אויסשטעלן, זיי האבן שוין אלע געהערט די גאלדענע גליקן וואס עס ווארט זיי אפ, פארט איז אינו דומה שמיעה לראיה.

די וועג גייט לאנגזאם, 10 באסעס פארן באנאזאם ארויס פון ב"פ. די באסעס שלענגלען זיך אדורך ב"פ פון 53 ארויף צו פארט העמילטאן, אלע באסעס צוזאמען מאכן א לינקס, און פארן צו דעם וועג וואס מען ווערט געטראגן צו תשליך. ווי אזוי מען פארט דא צו קעמפ פארשטייען נישט די קינדער, אבער איצטערט איז מען אין די האנט פון ממשלה און קיינער האט נישט קייין קשיות. די אפענע מוחות וואס זענען שוין אמאל ארויף געפארן אויפן סטעטן אייסלענד עקספרעסוועי, ארויף צום וועראזאנא בריק, ווייסן צו זאגען אז מיט די בריק וואס ווערט געזעהן פונעם שפיל הויף אויפן דאך פון דערווייטענס פארט מען איצטערט ארויף אויף. רוב פון די קינדער אדער אפשר אפי' קיין איינע פון די קינדער, אויסער די וואס זענען פאראיאר געפארן אין קעמפ, זענען אויף דעם בריק נאך נישט געווען. און מיט דעי בריק קען מען אנקומען אויף עפעס אן אויפן אין קעמפ אריין.

די בריק האט שוין ארויסגעטראגן די אלע נפשות צום גרויסען הייוועי, די וועג איז אינטרעסאנט. די באסעס שלעפן זיך מיט גרויס שווערקייטן מיט די איבערגעפילטע וואג, מער ווי ערלויבט און מער וויפיל עס דערהויבט, אבער מען פארט. מען דערזעהט זיך שוין ענדליך אויף דעם רט. 17 ווארטסבארא בארג איז א שטיקעל טשעלענדזש אבער עקסיט 113 איז שוין אט אט מען דארף זיך נישט אויף דעם גאנצען בארג ארויף שלעפן ב"ה.

אריין צום דעם גאר לאנגען סטעיט רט. 209 שוין אדורך געפארן עלענוויל נאך א צוויי מינוט אוון מען מאכט דעם לינקס צום שלאנג ראוד ווי די קינדער וואס זענען געווען םאריאר זאגען שוין פאר. די בויך דרייענישן פארן אנקום הייבט אן ווערן וואס מער וואס א מינוט עס גייט אדורך דרייען זיך די קישקעס פון די צאן קדשים מיט וואס זיי גייען זיך דא באגעגענען. און פליצלונג ברעכט אוס אן אינטערסאנטער געזאנג פון די עלטערע קינדער ביים נעקסטן לינקס.

מיר זענעןן געקומען צו קעמפ רב טוב צו ליידן צרות פון דאגי. אזוי ווערן די געזאנגען העכער און שטערקער עד כדי ממש כעס. די טראמא קיקט אריין און אט אט איז די געיט ווי די נעקסטע לינקס איז סטרעיט אריין אין קעמפ אריין.

אלע קעפ שטעקן זיך ארויס פון די פענסטער צו קענען זעהן וואס ווייטער ווי אזוי דער מצב קוקט דארט אויס אינעווייניג. (איר קענט אוואדאי די סיין "ארבייט מאכט פריי") עס שטייט פארצופעל נישט דארט ווען מען קומט אריין אין קעמף, אבער אזוי ארבייט עס אויב וויל מען נישט כאפן געזונטע מכות דארף מען זיין א פעט פאר איינע פון די אויבערשטאם פירער דאן קען מען זיך אפשר ארויס דרייען פון מכות רצח.

די באסעס שלענגעלען זים אריין איינס נאך איינס מאכענדיג א רעכטס אויך דעם שמאלן שטעגל וואס שניידט אדורך דעם גרויסער פרייען פעלד וואס ליגט אוסגעשפרייט אונטערן דיינונג רום פונעם קעמפ. די אויס געפליקטע ווילדע גראז זאגטנישט אן קיין גוטס. איינע פון די שטארקע אקטיוויטיס פון קעמפ איז צו זיצען אויף די גראז און פליקען די גראז ביז עס דערקענט זיך אן א לאך פון ארויס געפיליקטע גראז, כלחוך השור.

די טירן פון די באסעס האבן זיך נאך נישט געעפענט א יעדע ליאדע סקונדע קוקט אויס ווי לענגערע מינוטן מיר קוקען אזוי ארויס מיט וואונדער צום דיינונג רום זיך וואונדערנדיג וואס איז די גרויסע זאל אין פארנט פון אונזער אויגען. (פארגעס נישט א גרויס חלק פון די קינדער זענען אטוואס אנגעקומען צום ערשטן מאל) די גערסער קונדער ווייסען צו זאגען אז דא איז די דיינונג רום. די אפעל פלאץ ווי מען קומ זיך צוזאם ווערן געציילט דריי מאל א טאג. אך און וויי איז פאר ווער עס פעהלט אין די שעות וואס מען ציילט צו קיינער חלילה האט נישט געמאכט קיין פליטה.

ענדליך נאך אפאר לאנגע מינוטן עפענען זיף די שמאלע הויעכע טירן פונעם געלען באס, עס רעגענען ארויס קינדער קעפ אויף קעפ איינער פאלט ארויף אויפן צווייטן א יעדער וויל שוין אטעמען די פרישע לופט (וואס איז נישטא צו געפינען פון די סחורה. דאס איז א טייערע קאמאדעטי אין נעפאנעק)

א שווערע גערוך ווערט געשפירט פון אונטען אין פון ארינטער און פון זייטן, קודם האבן מיר געלאנדעט אויפן סוער די ערשטע ברוך הבא. (די ריזיגע אסעפטיק טאנק ליגט באגראבען אט פונקט אונטער אונז ווי די באסעס האבן זיך געשטעלט) און פון די זייט האקן די קוימענס פונעם דיינונג רומ'ס אזש עס גייט א ריח ניחוח א פייער אפפער פון שמיציגע איבער געניצטע אויל (נאך פון פאראיאר זעהט איס).

די קינדער קוקען זיך ארום מימין ומשמאול ווי גייט מען פון דא און ווייטער, ווי איז דער טרעילר וואס מיינע באקסעס איז ביזזוויליג איינגעשי גען געווארן דארט וועט ער דאס בכלל אויס שפייען, און טאנ=מער יא וועט עס זיין צוקייעט ווי עס ברעכט אויס די רעשטע?

די קלענער נייע עולים קוקען נאך וואס די גרעסערע טוהן. זיי ווייסן שוין ווי צו לויפן. די כרויסע קינדער זענען צ פארנומען לויפן כאפו בעטן מיט די גראבע מאטראצען טאמער איז ער נישט פון די ערשטע דריי אין באנק (ליין באראק) וועט ער שלאפן אויף אייזענעס און א לאך אינעדרמיט ווי ער קען אינמיטן נאכט זיך טרעפן אדער אויף דער ערד, אדער גאר אויף די אונטערשטער שכן וואס איז א שותף מיט זיין צוויי שטאקיגער מיליטערישער קאט (בעט)

אביר די קלענער קינדער ווערן איבער געלאזט דארט נישט כאפענדיג די געלויפעניש כצאן בלי רועה. עס איז איז נישטא קיין איין מלמד, אדער שלאף רבי (קאונסלער) אדער סיי וואספארא גובר (עלטערע פערזאן וואס וועלן איבער נעמען די קינדער און זיי אויף נעמען און זיי צו פירן צו ווי די פעקלעך ווערן אויסגעשפיגען אדער אנצייגען ווי אזוי צו צו קומען צום באנק ווי זיי גייען פארברענגען די קומענדיגע אכט וואכן.

זיי דירייען זיך ימינה ושמאולה אזא גרויסער קעמפוס מיט פארשידענע אינטערסאנטע בינינים פאר זייער אויגען אלעס מיטן גרינעם געלער רויטער קאליר אז מען דערקענט נישט קיין אונטערשייד פון איין בנין צו צווייטן צו איז דאס א באנק א שוהל אדער א דיינונכג רום, אדער א שםיל הויז (זארג נישט א שפיל הויז עס איז נישט, עס עקסעזטירט נישט אזא אייטע אין מחנה רב טוב).

ענדליך הייבן זיך די קינדער צו ביסלעכוויז צו פאר שפרייטן צו קענען זעהן וואס עס טוהט זיך נאך דעם שטח פונעם פרייען פעחד וואס זיי האבן געלאנדעט. מען דרייט זיך רעכטס זעהט מען דעם פארנט פונעם דיינונג רום די רינדעכיגע אריינגאנג און אנטקעגען איבער צוויי גרויסע בילדינגס מיט גרויסע אויתיות אויך א צעטעל מיט א פערמענעט מארקער (גריידע א שיינער האנט שריפט) 3 און 4.

א שארפער לינקס איז דא א גאס וואס שלענגעלט ארויף אזוי ווי א ראוד וואס פירט ערגעץ צו א צווייטע שטאק פונעם קעמפ (אזוי זעהט עס אויס) איז דא קוגם א קליינער חדקעלע מיט גאר אסאך טרעפ ארויף צו גיין. אויף די טרעפ אין דערהייך שטטיט דארט א קליין איינגעבויגענער אידענע פון דער אלטער היים און קוקט זיך צו מיט א פארגעניגען צו די הו הא וואס עס טוהט זיך אף פליצלינג פון אזעלעכע ראויגע שטילע טעג פארבראכט דא איז פון איין מינוט צום צווייטן איבערגעקערט געווארן מיט קולות ןברקים פון קליינע קינדער וואס האבן דא ארפ געוואנדערט אן וויסען ווי זיי שטייען און ווי זיי גיעען. זיי לויפ אהער אום אהין פרובירן צו כאפן ווי מען גייט און וואס טראגט צו וואס.

זאג נאר אינגעלע. קום אהער זיסקייט. אוי א בראך פונקט איך, איך ווייס נאך נישט ווי איך דארף נעמען מיינע פעקלעך, איך האף אז זיי זענען נישט צוזייט און צו שפרייט ערגעץ ווי און זי שטעלט מיך איצט אף. איך צו איר נישט קיין געדולד. אבער א שעמעדיגער דרך ארץ'דיגע אינגעל מיט א תמומות גיי איך צו, זאג נאר ווי זענען דיי הייליגע ציצית, האט מען דיר נישט געלערנט אז די ציצית דארפן ארויס שטרייכן ביי די זייטן מיט שטאלץ. עםם אין ב"פ האט מען קיינמאל נישט אזוי געלערנט. אהה אינגעלע די בוסט פון ב"פ און די בוסט דא די ערשטע מאל און קעמף זעהט אויס. די האסט שוין דיינע זאכען?

ניין ענטפער איך פארלוירן צו די פרוי וואס פליצלינג האט זיך מיין בליק לגבי איר געטוישט דאס זעהט אויס ווי א מלאך בדמות אלטער אונגארישער באבע האט זיך צו מיר באוויזען צו מאיר זיין מיט אן עמוד האש בחושך וואו צו גיין און וואס צו טוהן.

אינגעלע פאר וואס, און פאר די גייסט סיי ערגעץ וואו, גיי שיין דא ארויף נאך די ערשטע באנגעלוי פון מיין איידעם ר' משה יאזאפאוויטש (ער אז דער דיין דא לייגט זי צו מיט א קענטליכער גאוה דקדושה און צעפרידענקייט) וועסטו זעהן א שמאלער וועג אראפ דער בארג דארט וועסטו זעהן די בעקעריי די שוהל בית שלמה דארט גייט אנקומען די גרויסע טראק וואס ברענג אי"ה די פעקלעך גיי אהין בעפאר דו גייסט אין באנק.

אוי די היצען, איך דערטראג עס נישט איך שפיר ווי מיינע אויגען הייבן אן נעצן די הערצעלע ווערט מיר פארקלעמט. איך האב ביז דאן נאך נישט גערילייזט ווי אוף צרות איך בין. די קעמפ גרויס ווי א שטאט און איך הייב נישט אן צו וויסען וואו מען גייט, וואו מען קומט, איך האב נישט קיין אנונג וואו די באנק צו וואס איך דארף אווענטועל אנקומען. איך האב פארלוירן די קינדער מיט וועמען איך בין געקומען צוזאמען ווייל איך האב געוואלט גיין עקספלארירן דאס פלאץ. געמיינט האב איך אז נאר 4-5 בילדיגנס וואס איך האב שוין באגעגענט זענען דאס גאנצער קעמפ וואס א מינוט ווייטער איך שטעל מיינע פיס טריט זעה איך א גרעסערער דזשונגאל ממש אויך ווי ווייט דאס אויג קען נאר זעהן א קעמפ מיט בילדיגנס אויף בילדינגס בודקעלעך מענטשען און קינדער ווי די מייז דרייען זיך ארום פרייליך און צופרידען.

א שעמעדיגער מעכטיגע אינגעל, איך שעם זיך צו ווייזן פארלוירענקייט און אפשטעלן איינעם פרעגען וואו איז דאס קליינער שטעג צו בעקעריי און בעסמדרש בית שלמה געפונט זיך. גיי איך ווייטער אויפן סמך איך וועל עס שוין באמערקן. שלעפ איך זיך ארויף דעם שווערן בערגיגער ראוד עס פארן קארן ארויף און אראפ. איך האב געמיינט מיט אזא קאר פארקער אז איך בין באיזה אויפן אויפן ראוד צווישען לאקאלע קאנטריס. איך געדענק זיך נישט ארויס גיין פון קעמפ ווי אזוי בין איך שוין אויפן ראוד.

מאידך גיסא שפאצירן אינגלעך וואס זעהן אויס צו זיין עלטער פון מיר מיט די ב'חנ'טע שווארצע ווייסע גלעזער לענגערע פיאות מיט חסידישע אינגלישע העמדער. (איך מיין אז איך האב עס ביז דאן נישט געזעהן. לאמיר פרובירן דאס בעסטע צו פארשטיין געבן וואס איך מיין. עס איז געווען העמדער אין יענע יארן פונקט אזוי ווי די ערוואקסענע וואלדמאנ'ס חסידישע העמדער מן הסתם אויך פרודעצירט ביי וואלדמאנ'ס וכדו' נאר קאלירט. אין דאן איז דא העמדער וואס רופט זיך פאלא-שירט. נאר מיט דריי קנעפלעך פון אויבן אן קיין קאלער. די ערמעל געווענליך קורץ אבער נישט אין סאטמאר. עס האט געהאט א קליינער ווייסער פערדעל אויף די רעכטע זייט פונעם בריסט צו ווייזן אז עס קומט פון ראלף לארען צו פון איינע פון די ספארט ברענדס) ווי א יון אין די סכה דריי איך זיך ארום מיט גאלדענע ברילן (נאך פאר דעם איסור פון די ציעשנעווער רב הר"ר חיים יעקב רובין שליט"א די מנהל) קלענערע פארשניטענע פיאות וואס פאסט ענדערשט אריין אין צעלעמ'ר קעמפ. און איך שפיר ממש ווי איין מענטש אין א מאנקי שטייג און א ריזיגער סאפארי.

והאיש משתאה, איך שטיי און וואונדער זיך די קינדער וואס דרייען זיך דא ווען זענען זיי געקומען די באס איז דאך קוים אנגעקומען, די קינדער זעהן שוין אויס מסודר אלעס אוועק געפאקט רעדי פאר די סיזען ווי אזוי קען דאס זיין?

אמר ר' בינימין וכ"ו ותפתח השם את עיני און איך באמערק א קליין באשיינט הייזקעלע (באנגעלאו) די באנגעלאוי איז אין א באוואקסענער וואלד שטארק פונסטער געדיכט אבער די פעיוומענט וואס פירט צו די באנגעלאוי צוהט זיך טאקע אריין אינעם געדיכטען וואלד. איך גיי אהין מיט אומזיכערע טריט און איך שטעק אריין דעם קאפ זעהן וואו דאס שטעגל פירט און איך זעה אז דאס איז טאקע א קליין אויסגעטרויטענע שטעגל און טיפער געדרייטע בארג מיט געיטס פון די צוויי זייטן אז מען זאל זיך נישט אראפ קוילערן 100'טער פיס צו אונטען, און פון דער נאנטער אונטען נאכן בערגעל שיינט עפעס א ליכטיגקייט ארויס ווי מען קומט אן צו אן אפענער פעלדעל זעהט עס אויס פון די הייעך דארט.

די פחד נאגט צו נעמען דעם וועג וואס איך ווייס נישט ווי עס פירט אבער כאשר אבדתי אבדתי. וואס קען איך שוין איצטערט דערלייגען.

דאס שטעגל איז א סטיף בארג אזוי מין שיף אויף אראפ און ווי אויך דארף מען זיך באלאנצירן ווייל עס האט זייער א שטארקע דריי. (די לעגענדע גייט אז צענדליגער קינדער זענען שוין צושמעטערט געווארן אראפ לויפענדיג דעם בארג. אויף דעם בארג קען מען נישט לויפן). אז דאס געוויכט פונעם גוף האב איך געדארפט שטופן אויף צוריק נישט אומצופאלן אויפן פנים און אויף מיין לינקע זייט זעה איך פון ארונטער נאך אלץ זייער טונקעל דעכער פון וואלק אין פרידזשעס/פריזערס מיט די קאמפרעסערס וואס מאכן א גרודער. און נאך א דאך מיט א גרויסער קוימען וואס האקט רויעך עס קומט ארויס פון דארט א געשמאקער ריח ממש טעם גן עדן.

אפי' דאס האט מיך גאר דערשראקען איך בין נאך קיינמאל אין מיין אינגען לעבן נישט געשטאנען אזוי נאנט צו אזאנע ריזיגע קאמערציאלע מאשינערי איך ווייס נישט צו איך האב עס אמאל געזעהן בעפאר דאן פון דער נאענט. אבער עס זעהט אויס אז דאס באלאנגט נאך פארן קעמפ. איך נעם זיך די קוראזש און לאז זיך ארונטער דעם בארג זיכערדיג/אומזיכער.

די בילד וואס איך זעה ווי נאר איך בין אנגעקומען אונטען איז אוממעגלעך צו באשרייבן נאר איינער וואס האט דאס מיטגעלעבט קען פארשטיין וואס איך האב געטראפן ווי נאר איך בין ארויס פון דעם געדיכטער בערגיגער וואלד.

ארויס צו ווידער א ריזיגער ליידיגער שטח צו רעכטס איז דא א גרויסער ריזיגער שוהל בית שלמה ואסתר אנטקעגען אפאר הונדערט פיס ווייטער נאך אמאל די מאדנע לאנגע בילדינגס באנקס/באראק מיט די גרינע רויטע געלע קאליר די זעלבע מינע פארטשעס מיט די זעלבע זוילן און אויף שריפט באנק 1-2

דערנעבן אין אן אריינגעצוימטע חצר אזוי גרויס ווי אן אייגענער קאנטרי צוויי גרעסערע באנגלאויס. בין איך נאך אלץ אינעם זעלבען קעמפ אדער איז דאס שוין גאר א צווייטער פלאץ?

אנטקעגעןן די צוויי באנקס שטייט א פאבריק (בעקעריי) די מאשינען האקן און מאכן יאמערליכע קולות וואס ברעכן אונטער די שווערע לאסט און די עבודה קשה פון מיקסען אזוי פיל טייג אין איין טאג. אריבער צוויי טויזענט מיילער ווערן סערווירט א טאג פון דעם בעקעריי.

צו לינקס א גרויסער בנין פארלייפיג א ביהמ"ד גרעסער ווי רוב שוהלן וואס איך האב געזעהן ביז דאן מיט א שיינער גרויסער פארטש מיט א טוץ פון גאר ברייטע טרעפן וואס פירן ארויף צו דעם שוהל.

אין צווישען די אלע בילדינגס שטייט א ריזיגער ליידגער סקווער מיט א גרוסער ריזיגער לאנגער טרעילר מיט אפאר שחורים אינעם אחור און ווארפן ארויס באקסעס כאילו מען פרובירט עס צו ראטעווען פון א שריפה.

די סקווער האט אויס געקוקט ענדערש ווי קריסטאל נאכט אין דייטש לאנד. באקסעס צו ווארפן און אויסגעלייגט איבערן גאנצען סקווער. צענדליגער באקסעס צופליקט און צופלאצט די אינערליכע קישקעס פונעם באקס צושפרייט און צוזייעט איבערן סקווער. עס דערקענט זיך פונעם אינהאלט אז דאס זענען באקסעס וואס ווארטן אויף זייערע בעלי בתים צו נעמען צום באנק. האנדטוכער, וועש אלע קאלירן העמדער. נעגל וואסער סעטס. מיט נאך פארשידענע פערזענליכע חפצים וואס ווערן נעבעך צוטרויטן פון די אנדערע קינדער וואס זוכען זייערע באקסעס זיי דרייען זיך ארום צווישען די ברכווארג.

איך האב געמאכט א סימן אויף מיינע באקסעס פאר'ן ארויס פארן טראכט איך צו מיר אין מיין אינג מוח'ל, איך האב בכלל נישט פארשטאנען אימי מורתי זז"ג פארוואס זי האט אזוי ווילד אנגעצייכענט מיין באקס אז איך זאל עס דערקענען פון דערווייטנס. אכן נודע הדבר חכמת נשים פארשטייען בעסער ווי די מאמע פלעגט מיר אלץ זאגן "א מאמע פארשטייט און ווייסט" איך קוק מיך אזוי אים צווישען די באקסעס און איך זוך מיין סימן ועוד לא הגיע עד הלום, זעהט אויס אז מיינע באקסעס איז נאך נישט געווארן אויס געשפיגען פונעם טרעילער אחור. איך גיי צו צום טרעילר פון אונטען און איך קוק זיך גוט איין אינעווייניג עס איז נאך איבער האלב פיל. אקעי ב"ה עס איז נאך נישט צושפרייט און צוזייט אויפן סקווער און אוליי איז עס נאך גאנץ, לויפט מיר א סקרוך אדורך אין די ביינער.

און אזוי זייטיג שטייט נעבן דעם בעקעריי א קראס די שטעגעל וואס איך האב זיך איצטערט אראפ געגליטשט אויף די זעלבע זייט פון די בעקעריי ווידער א באשיידענדער באנגעלאוי, אויף די דריי טרעפן וואס פירט אריין צו דעם באנגאלאוי שטייט א קליינטשיגער אינגערמאן טאנצענדיג מיט. א שמיציגער וועסטעל וואס איך האב אזא עקיומעלאציע פון שמוץ אויף איין בגד קיינמאל נישט געזעהן בעפאר, קורצע הויזן, זאקען ארויף געצויגען א רעבישער העמד, די ערמעל אן א קנעפלעך. (איך מיין אז ביז דאן האב איך אזא העמד נאך נישט געהאט געזעהן) די שווארץ פלאסטיק גלעזער וואס עס איז בל יראה ובל ימצא אין ב"פ (בימים ההם) און שרייט ווי א צוגיינער צום חלל פון דעם סקווער איך קוק אויף עים ווי ער קוויטשעט איך ווייס נישט צו וועם, אדער אויף וועם. (אבער שפעטער במשך דעם זומער נאך וואס איך האב עים עטוואס קענען געלערנט, ער האט פשוט געכאפט א שמועס מיט איינעם פון די אנדערע זייט סקווער פונק ווען מיר קליינע קינדער קוים ארויס פון די ווינדלען פון 9-10 יאר דארפן קלעטערן ביי ריזיגע טרעילערס זיכען באקסעס צוויי מאל אזוי גרויס ווי מיר זענען).

לייבעלע ווייס איז געווען זיין נאמען בלשון חיבה. עס דענקט ווער ?

אבער איך אין מיין אינגען מוח'ל האב שוין אפגעמאכט איך פארשטיי דא גארנישט אין דעם אינטערסאנטער שטאט קעמפ בלע''ז. איך דריי זיך שוין א שעה אדער מער אינעם קעמף נאך אלץ האב איך דעם שפיץ גאפל פונעם באדן נישט אנגערירט, און נאך גארנישט געזעהן. רבוש''ע וועלעכער ווינט האט מיך אהער געבלאזן, פארוואס האב איך זיך געלאזט איבער רעדן ? בין איך דען אזוי אנטציקט צו לערנען ווייטער מיט א רעגולער סדר היום, ח''ו נישט פארברענגען אין קיין פרעמדע פלעצער ווי מען קויפט איין פרעמדע השקפות. וואס מיינען בכלל די דעמגאגישע ווערטער וואס האט מיך געמאכט אהער טרעטן, שרעקענדיג פון זיין אן אויסווארף אדער א מאדערן אינגעל מיט פרעמדע השקפות? על מה ולמה ? ווער האט מיך צו דעם געצווינגען ?

איך קוק זיך ארום צו די אינגלעך רעכטס און צו לינקס דאס זענען פאחאניאקטע קינדער אזוי נישט מיין קאליבער.

די איבער-וויגענדע מערהייט פון די קינדער דא זענען אזעלעכע סארט קינדער וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטוישט קיין ווארט מיט זיי. די מרחק פון אויסערליכן אויסזעהן איז כרחוק מזרח ממערב איך מיט מיין קליינע אינטער געשניטענע פיאות. און א פאלא-שירט מיט העלע קאלירן. קענגורו סניקערס (פאר ווער עס דענקט עס) מיין בלויע הויזן מיט א ווייסער סטרייפ שיף אראפ פונעם דיכט ביזן אנדערע זייט אונטערן טאש (איך דענק נישט מאך איינעם מיט דעם סטייל, מן הסתם איינגעהאנדעלט אין מעסיס, Macy's אדער טי דזשעי מעקס TJ Max, אדער ווי) גאלדענע גלעזער וואס איז יקר המציאות דא. ווי בין איך דא ?

אומוועלענדיגע חוצפידיגע שנירלעך טרערן גליטשן זיך ארונטער מיינע באקן איך קען עס שוין נישט מער איינהאלטן און איך האב אויסגעבראכן אין א ביטערע געוויין, עס האט מיר געכאפט פון פארלוירנקייט. צווישען הונדערטער פרעמדע קינדער זענען מיינע קלאס חבירים געווען אזוי שיטער אז מען האט זיי בכלל נישט ארום געזעהן אדער זענען זיי שוין לאנג נישט דא געווען זיי זענען שוין אלע אין באנק מיט זייערע באקסעס.

אוי וויי באנק ווי איז מיין באנק וואספארא באנק בין איך בכלל. איך דענק נישט איינער זאל מיר האבן אמאל געזאגט וועלעכע באנק איך גיי זיין. צו ווי ווענד איך זיך? ווידער אליין אויף די מארק אן מיינע באקסעס, מיינע אויגן טרערן איך קען שוין נישט זעהן. איך קוק אראפ כדי קיינער זאל נישט באמערקן מיין געוויין, עס פאסט מיר נישט אן אויף געריסטעט ב''פ אינגעל וואס זעהט אויס אינגאנצען אנדערש ווי רוב קינדער וואס איך זעה דא צווישן די אלע ווילד פרעמדע סארט קינדער, וויינט ווי א קליין קינד.

די יסירי הנפש פונעם ערשטן טאג. וואס ערשטע טאג, די ערשטע צוויי שעה פון אנקומען דאס ערשטע מאל דארט איז א מעשה ביכעל בפני עצמו. די הרגשים זייענדיג א שיינע פאר יאר אריבער זונט דאן. די ארטיקעל רעדט זיך פון תשמ''ז און נאך אלץ ליגטנעס מיר אין קאפ און אין הארץ אזוי ווי עס געשעהט היינט יעצט. נאר קאד ארישע איבערלעבונגען געדענק זיך אזוי מיט די הרגשים בשעת זיי ווערן געשריבען.

איך וועל מקצר זיין צו צוקומען צום טאג טעגליכען סדר היום פון מחנה רב טוב דרבינו יואל אין די קומענדיגע תגובהס.

איך שפיר אז איך מוז צוריק ציען פון די פריערדיגע שורה, פשוט ווען די זכרונות פון יענעם טאג שווימען מיר ארויף אויפן אויבערפלאך פונעם זכרון. די זכרונות קומען פון א ווייטער וועג, גאר טיף אין די קעמערלעך ליגען זיי געווענליך איינקוואטירט. איצטערט זענען זיי דא אזוי וויוויד Vivid ווי גלייך עס איז פאר געקומען היינט מיטאג.

א רויטער א פארשוויצטער און שוין א פארוויינטער אויכעט שטיי איך צווישען א ריזיגער סטאדע באקסעס מיט א בקשה אויף מיינע לעפצען, איך וויי סנאך דאן נישט אפי' פאר וועם אבער איך רעד צו זיך אזוי איך גיי אהיים נאך היינט בעפאר דעם זון אינטערגאנג.

ענדליך נאך לאנג ארום קריכען צווישען די הויפנס באמערק איך די ערשטע באקס מיינער ב"ה אין אן הערליכער צושטאנד ממש אזוי ווי ווען איך האב עס איבער געגעבן פארן כיתה ט' בחורל היינט אינדעפרי אונטערן טרעילער נאך אין ב"פ. א שטיקעל דערלייכטערונג הרגשה האט ארום געשפרייזט אויף מיין יונגען קערפער, און אן עטוואס רואיגערע געפיהל האט מיך אנגיהויבן באגלייטן אז יא יש תקוה אז מיינע באקסעס זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די שרעקליכער געווארפענישען וואס זיי זענען אדורך אפאר שעה צוריק.

און דאן נאך א באקס און נאך א באקס איך האב שוין ב"ה מיינע פיר באקסעס. מיט גרויסער לאנדערי בעג. איצטערט הייבט זיך אן די ריכטיגע חתונה ווי גיי איך און ווי אזוי שלעף איך מיינע 4 באקסעס מיט א שווערע לאנדערי זאק אהין. געלערנט האב איך שוין קעמף איז אסאך אסאך גערעסער וואס מיינע אויגען האבן שוין געזעהן עד הנה וואס איז אויך אזוי ריזיג גרויס.

מאין יבוא עזרי טאטע ? פלוצלינג ווי פון די ערד ארויס גשפרינגען ממש אין פארנט פון מיין נאז איז מיין חבר פון ב"פ חדר (נישט מיין קלאס דוקא איין יאר עלטער) מיין מלמד'ס זוהן. יענקי האראוויץ. בדרך אגב איך האב מיט יענקי האראוויץ גארנישט פערזענליך געהאט בעפאר. אבער איצטערט באת צר איז ער דאס בעסטע וואס קען מיך דא העלפן אדער יא אדער ניין.

יענקי די האסט שוין דיינע באקסעס גיב איך אים א פרעג, און גלייך דערנאך פרעג איך ווייטער אן ווארטן פאר אן ענטפער אויף מיין ערשטע שאלה, די ווייסט ווי אונז דארפן גיין. ווי איז די באנק. די ביסט שוין געווען אין באנק. (יענע יאר זענען פון כתה ה' ווייניג קינדער געקומען אין קעמף האט מען צוזאם געשטעלט צוויי ב"פ כיתות, ה' און ו' אריין געשטעלט אין די קלענערע באנקס פון קרית זופניק). יענקי הייבט אן צו לאכען פון מיר איך בין שוין פון דאנערשטאג. מיין טאטע אויסער וואס איז א רבי א גאנצען טאג איז ער דא אויך אין קעמף א שלאף רבי אין באנק צוויי אויף הייבענדיג זיינע הענט ווייזען אויף די באנק ביי די צווייטער זייט פונעם אינטישטער סקווער. זעהסט די געיטס מיט די צוויי באנגעלויס איינס איז אונזער און איינס איז די כתה ו' רבי'ס ר דוד. און אונזער באנק איז זופניק 6 עס איז אביסעל ווייט און שטארק בערגיג און שטיינערדיג. איך גיי צו אונזער באנגעלוי נעמען מיין רויטע וואגען מען וועט ארויף לייגען דיינע באקסעס און איך וועל די ווייזן ווי צו גיין און מיט גיין מיט דיר.

די גאנצער אנגעווייטאגט-קייט איז אין די רגעים פארשוואונדען געווארן איך וועל שוין נישט בלאדזשען און אטיך נישט דארפן שלעפן די באקסעס וואו ווי קען זיין בעסער. איך םאר יענקי'ן אפאר סקונדעס אין ער זיצט מיט א האלבן אחור אינעם וואגען דער צווייטער האלב אינדעראויסען און פליט ווי א מומחה צווישען די ברוכווארג פון די באקסעס מיט דעם נעוועגאציע הענטעל םון םארנט אויף ארויף דרייט אהער אהין און צוריק און ער איז נעבן מיר מיט מיינע באקסעס.

מיר נעמען די 4 באקסעס צוזאמען און פאקן עס ארויף אויף דעם רויטען וואגען איינס אויפן צווייטען, אניכי הק' פון אונטען און מיין (נייער) חבר פון פארנט ביי די נעוויגאציע שטעקן און היידא ויסעו.

איצטערט הייבט יענקי אן נעוועגירן דעם וואגן צום קליינעם טונקעלן שמאלער געדרייטע שטעגל ווי איך בין פריער אראפ געקומען.

שטייענדיג פון אונטערן וואגען אנהאלטענדיג די באקסעס כדי זיי זאלן נישט אומפאלן ווערט עס עטוואס א קאמפליצירטער טעסקס מיט אזא שיפער בארג. אבער צוויי פער שלעפן בעסער און מיר זענען שוין אט אט אויבען.

איך קוק זיך צו מיט וואונדער און נייגער ווי זיכער יענקי פירט דעם וואגען מיט אזא זיכערקייט ווי, נעוועגירט מיט אזא זיכערקייט. איך טראכט זיך צו זיך ווי לאנג איז ער שוי דא אז ער קען זיך אזוי גוט אויס אין אזא גרויסער שטאט. אויבן ביים שפיץ פונעם קליינעם אבער גאר שיפער בארג מאכט ער א לינקס און מיר זענען אויפן גרויסען ראוד.

צו מיין רעכטע זייט זעה איך אזא ווייסער בודקע (אויך אויף א שיפער בארג ארויף) די בודקע איז זייער אינטערסאנט געבויט. (מען דארף קענען מס' סוכה צו פארשטיין) די בודקע איז פריץ מרובה. א דעכעל וואס שטייט אויף פיר זוילן און אן האלבער וואנט אפן פון אויבען און פון אינטען ארום גענומען כאילו פיר ווענט פאר א מחוצה.

(הלוואי ווען איך קען האבן א בילד דערפון. היינט קוקט עס שוין נישט אזוי)

והאיש משתאי, וואס איז דאס ? דאס איז א רעגען חדר זאגט מיר יענקי. רעגן חדר עפן איך גרויס מיינע אויגען יא, רוב חדרים זענען אין די וועלדער צו שפרייט מיט בלויזע טישען און בענק אבער אפאר חדרים זענען אין אזאנא בודקעלעך. פרעיג איך מיט וואונדער און אויב עס רעגענט וואס טוהן די חדרים ? אה דעלמאס גייט מען לערענען אויף די פארטש פון די באנקס (מיר וועלן נאך אנקומען אהין בס"ד)

פארן מיר ווייטער מיטן וואגען ארויף דעם גרויסען בארג, ווי פריער דערמאנט אינגלעך מיט אינגערע מיידלעך און אינגעלייט דרייען זיך ארום שוין מסודר און אויס געפאקט אן קיין דאגות וואס איך האב. ווען זענען זיי אנגעקומען אז אלעס איז ביי זיי מסודער, און ווער זענען די מיידלעך איז דא נישט נאר א אינגעל קעמף פרעיג איך יענקי'ן, אה די קינדער זענען די בני המשפחות וואס זענען שוין דא זונט דארנעשטאג לכה"פ און מאנכע אפי' פון פריער. וואו אזוי פיל משפחה קינדער זענען דא? און זיי שלאפן אין די באנקס איך שלאף אויך אין די באנק צו זאמען מיט מיין קלאס. אלע קינדער פון די משפחות שלאפן אין די באנקס פון זייער כיתה, ווייל אין די באנגעלאויס איז נישטא קיין פלאץ פאר די גאנצע משפחה.

אינטערסאנט ראגיר איך און געגאנגען ווייטער, ארויף דעם בארג. נאך א גרינע באנגעלוי מיט אן עלטערער איד זיצענדיג אינדעראויסען מיט א ספר. יענקי הייבט אן רעדן ווי א טור גייד און ווייזט מיר זיינע קענטעניסען ארום דעם פלאץ.

די באנגעלאוי וואוינט ר' ליפא פרידריך מיט זייער זיידע. איך הייב די ברעימען איך ווייס נישט וואס די נאמען ליפא פרידריך דארף פאר מיר מיינען, אבער איך גיב אים דעם כבוד איך הער שיין צי צו די אינפארמאציע וואס יענקי איז זיך מתנדב צו געיבן.

אזוי שלעפן מיר זיך ווייטער צו לינקס, אריין אין שיכון זופניק, די וואנט פון באנק זופניק איינס שטייט פאר מיינע אויגען און מיר גייען לינקס אין די זייט פון דעם וואנט מיר מאכן א רעכטס אריין צו גיין אין שיכון אנצו קומען צו די פארנט פון די בינינים (באראקען), אין איך זעה פאר מיינע אויגען צו מיין לינקע זייט א ריעע מיט אפאר אזאנא לאנגע בינינים מיט די גרינע רויטע געילע געפארבטע בילדינג וואס איך הער אז דאס זענען די זופניק באנקס. און אויף מיין רעכטער זייט אין די צענטער אנטקעגען די באנקס שטייט א קליינטשיק חאטקעלע מיט אן אלטער אידענע זיצענדיג אויף א ראקינג בענקעל מיט מעשה טבי בידה זי זיצט אין שטריקט און באטראכט די מצב. יענקי מיט זיין עקספערטיז אין טור גיידינג איז מיר מסביר אז די אידענע איז מרס זופניק וואס איר מאן ע"ה ר' ישראל האט מנדב געווען די באנקס און טאקע דערפאר ווערן די באנקס אנגערופן ע"ש. זיי האבן נעבעך נישט איבער געלאזט קיין קינדער און דערפאר זיצט דא מרס. זופניק צו זעהן ווי די קינדער זענען נהנה פון איר מאן'ס נדבה. אסאך מאל טיילט זי פאקסיס פאר די קוינדער וואס גריסען איר א גוט מארגען, אדער א גוט שבת וכ"ו.

אן אזוי שטרעקט עק זיין האנט און ווייזט מיר אז די לעצטע באנק איז די באנק וואס איך דארף אנצוקומען. פון וואנעט ווייסטו פרעיג איך עים אז איך בין מסודר אין יענע באנק. ווייל דארט איז ענקער קלאס זאגט ער מיט פאטאס איך בין שוין דא געווען אין איך האב געזעהן אז עס שטייט אויפן טיר דיין רבי'ס נאמען מיט די נאמען פון די פאראלעל קלאס פון אונזער כיתה.

אויקעי איך בין מסכים לאמיר שוין אנקומען.

א דורך שפרייזענדיג די באנקס טוהט זיך א הו הא ארום די באנקס מיט קינדערישע קולות מיט אפענע צופליקטע שוין אויסגעפאקטע באקסעס קינדער לויפן אהער און אהין זיך מסדר זיין די בעטן מיט די געוואנט. די שלאף רביס העלפן איבער ציען די קינדער די בעטן בינו לבינו שרייט ער אויף דעם קינד און אויף יענער קינד די הערסט אויף די ווי אזוי הייסטו, קום אהער. איך זעה שוין אז מיט דיר גיי איך האבן צוטוהן א גאנצען זימער ווארט אינדעראויסען פון באנק ביז איך קום ארויס צו דיר.

די גלידער הייבן זיך מיר אן ווארפן איז זעה אז די שלאף רבי'ס זענען נישט ווי די קאונסלערס וואס איך האב געהאט אין קראסנע קעמפ לעצטע יאר. איך הייב זיך אן וואונדערן ווער איז די שלאף רבי וואס מען האט אונזער באנק צו געטיילט.

ענדליך נאך די לאנגע שווערע אויסמוטשענדע רייזע אן נאך די אלע שווערע וואגעלנישן. שטיי איך שוין ביים שוועל פון מיין באנק, איך זעה שוין עטוואס דערינען, איך פרוביר אריין זומען, פוקעסן און שנעל אדורך סקענען מיט מיינע אויגען אין די באנק אריין כאילו מיין איצטיגע מינוט באשליסט די גורל פון מיין צוקונפטיגער זומער. כאילו אז אין די מינוטן מאך איך אן החלטה רעכטץ אדער לינקס. און כאילו איך קען נאך עפעס טאן דערוועגן. די החלטה וואס מיט מיין אינגען טיפישער שכל האב איך שטארק מפציר געווען און אזוי שטארק געמיטשעט מיין טאטען מיר יא צו שיקן קיין מחנה רב טוב ווייל די רבי האט געזאגט אז נאר אזוי איז מען א גרויס אינגעל.

איך דערזעה דאס בילד עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגען. שטייען אויסגעשירעט צוויי רוייעס באנק בעטן אויף ביידע זייטן פונעם וואנט. 15 צו 20 פער וואנט אין א גאר גרויסער שמאלער לאנגער צימער. נישטא קיין שום פרייוועסי צווישן איין בעט און די צווייטע, ביים אויבנאן וואנט פונעם צימער שטייט אויסגעשירעט פון די פאדליגע ביז צום דאך און פון די רעכטע זייט צו די לינקע וואנט 8 שורות בערך פון האלצערענע קאביס וואס א יעדעס איינע האט א טיר צו ווערן פארמאכט. דאס ווערט אנגערופן די לאקער. דיי הייעך פון א יעדע לאקער וואלט איך געזאגט באטרעפט 3 פיס די הייעך און 4 פיס די ברייט (אדער עטוואס אנדערשט איך ווייס נישט פונקטלעך)

די אויבערשטע שורה בערך 8-9 פיס אין די הייך שטייט א נומער 1 דאן צוויי און דריי ביז צו די לינקע וואנט און אזו ביי די צווייטע שורה הייבט זיך אן די נעקסטע נומבער וואס מען האט געענדיגט מיט די שורה פריער. אין צענטער פונעם באנק שטייט א רינדיגער טיש א ד' על ד' טפחים א פיצקילע טישעל, קאנטראסטיש צו די גרויסקייט פונעם צומער. די טיש זעהט אויס אז האט שין אמאל געזעהן בעסערע צייטן.

ביים צענטער פונעם גרויסען שלאף-זאל (באנק) שטייט א נידיריגער וואוקסענדער אינגערמאן פריש אויסגעביגעלט דזשאסט ארויס פון כולל אדער איז נאך אין כולל, חתונה געהאט צוויי וואכן פאר קעמפ בערך, אדער אפי' ווייניגער ער איז א זוהן אדער איידעם ביי א מלמד פון די ת"ת וואס איז פרוצופאל אויך אין קעמפ, דער שווער שפארט פונעם קעסט פאר צוויי חדשים וואס די נאכטמאלס פונעם נייעם אינגען פארפאלק זאל זיין אויפן חשבון פון קעמפ. האט דער שווער אנגעשאדכענט צו ר' אידל ז"ל (מנהל המחנה) "מיין איידעם/זוהן איז גאר גוט באהאווענט און קאנטראלירן און איטערטעינען קינדער. ער קען זיין א שלאף רבי". וואס קען שוין זיין די טאכטער/שניר א פרייע וואקאציע און באקומט נאך באצאלט דערפאר אפאר גראצער אויכעט, ממש געוואלדיג, זה נהנה וזה נהנה די קעמפ צאלט אזוי ווייניג פאר די עבודת הקודש, און דער אינגערמאנטשיק איז שוין פון די חברה וואס גייען אין די קאנטרי אפי' ער איז בלויז אפאר וואכען פון די חתונה. (פארשטייט זיך ער וועט נישט זאגען זיינע חבירים פון כולל וועלעכע קאנטרי, און אויך וועט ער נישט זאגן אז ער גייט דינען אלץ א שלאף רבי אין מחנה רב טוב).

הו הא דער אינגערמאן מיט א קאפ העכער, ער האט אונטער זיין קאנטראל אריבער 30 קינדער וואס ער גייט זיין אחראי פאר זייער וואויל זיין כל זמן זיי זענען אין קעמפ אז זיי מאכן נישט קיין טראבל און קיין אויפשטאנד חלילה. דאס איז גאר געשמאק טראכט ער צו זיך (אני הק' טראכט אזוי מיט מיין איצטיגע מוח מיט מיינע זכרונות צוזאמען מיט די דעמאךסדיגער צורה ווי איר וועט שוין ליינען אין קומענדיגע שורות, אז דאס איז געוועזען דעם אינגערמאן'ס מחשבות שטייענדיג ביי דעם טיש ווען די קינדער ארבייטן פיוועריש און ארום קוקענדיג שטרענג אבזעווירענדיג א יעדעס קינד עקסטער כדי אנצו-ווארפן שרעק פונעם ערשטען רגע אויף זיי, זיי זאלן ח"ו נישט בארדענען און זאלן ציטערן פון זיין א בליק/ווארט עוד נשמתם באפם)

איך שטיי און קוק און איך טראכט, ווי אזוי איך וועל וויסן וועלכער בעט איז מיר צוגעטיילט געווארן פון די דרייסיג וואס שטייען דא אויס געשוהרעט ביי די וואנט. גיב איך א רוים אריין יענקי, וואס האט מיך באגלייט ביז אהער אין זיין אויער שטילער הייט מיין שאלה. ענטפערט ער מיר, איך מיין אז די שלאף רבי האט א ליסטע פון אלע נעמען וואס גייען דא שלאפן און די בעטן ווערען איינגעטיילט מיט די ערשטע אויס פון די לעצטע נעמען. און ווי אזוי ווייס איך אז עס ריכטיג פרעיג ווייטער א נארוועזער שוין ווידער.ענטפערט אן ענטפער וואס שלמה המלך וואלט מן הסתם געענטפערט ווען מען פרעגט אים די שאלה.

פרעיג די שלאף רבי ווי דיין בעט איז. אוי עס איז מיר גוט טראכט איך מיר מיין ערשטע אות פון מיין לעצטער נאמען הייבט זיך אן מיט א "ש" ד.מ. אז מיין בעט וועט אויס קומען ערגעץ ווי ביי אן עק וועל איך אנשטאט דארפן שלאפן אינמיטן א זאל אויס געלייגט ווי א נבילה חאטשיק קענען האבן א קארנער, ווי איך זאל זיך שפירן עטוואס אין מיינע אייגענע ד' אמות ארום גענומען, ווער קען שלאפן אינמיטן א זאל איבערהויפט ווען די זאל איז איבער געפילט מיט בעטן. נאר ביי א טראגעדיע ווי אן אומערווארטער אוועקיואציע האט געדארפט פאסירן קומט די רויטע-קרייץ הילף אגענטור און לייגט אזוי אויס בעטלעך פאר די וואס האבן ל"ע פארלוירן זייער האב און גוטס אין איין מינוט אבער נישט קינדער וואס קומען אין קעמף זיך צו אביסעל אויסקורירן פונעם לאנגען ווינטער זמן.

ווארטענדיג אויף מיין נקסט צו האבן די זכיה צו רעדן מיטן הויעך געשפיצטער שלאף רבי קוק איך זיך ארום צו רעכטס און לינקס און פרוביר צו כאפן וועלכער בעט אין די שורות זענען דאס בעסטע, באקוועמסטע און ווער איז ווי, באמערקט א פרישער בראך. די מאטראצען אויף די בעטן זענען בערך אזוי ווי די מצות פונעם מנהל'ס מצה בעקעריי פון בראדוועי, און ווי אויך זענען זיי געלעכערט ווי די מצות וואס מען באקט אין בראדוועי. (פאר די וואס ווייסן נישט די מצה בעקעריי הנהלה און די קעמפ הנהלה איז געווען בימים ההם אונטער איין אייגענטום)

עס ווערט בעסער ביי די מינוט ווי אזוי בכלל לייגט מען זיך אנידער אויף אזא מאטראץ עס איז דאך פשוט נישט מעגלאך צו שלאפן אזוי טראכט איך צו זיך. ווי אזוי פאלט מען נישט אדורך די לעכער.

צוויי דריי בעטן ביי די פריוואטע קארנערס זענען שוין געווען פון פארנאויס פארכאפט. עס איז נאך צוויי וואס האט געקענט ארבעטן. פאר א משהו פריוואטקייט אבער די רעשטע איז גשלאפן און זאל.


ווער זענען די צוויי דריי געכאפטע מאטראצען וואס זעהן גראדע אויס בעסערע ווי וואס מיר זעהן פון רובא דרובא מאטראצען אין פלאץ?
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 842A3199-2.jpg
    842A3199-2.jpg
    168.3 KB · געזען: 5
  • 18362774-1688005361649ce81b1d98716880046351212.png
    18362774-1688005361649ce81b1d98716880046351212.png
    1.5 MB · געזען: 6
  • 4960374-1688005175649ce817aa65c1688004631698.png
    4960374-1688005175649ce817aa65c1688004631698.png
    1.8 MB · געזען: 4
  • 3496631-1688005416649ce85bb3d7116880046997366.png
    3496631-1688005416649ce85bb3d7116880046997366.png
    1.7 MB · געזען: 5
  • 842A4230.jpg
    842A4230.jpg
    154.7 KB · געזען: 5
  • 5632570-1688005397649ce81d7b1c816880046375043 (1).png
    5632570-1688005397649ce81d7b1c816880046375043 (1).png
    1.8 MB · געזען: 5
  • 44367802-1688005409649ce85a8e98116880046985841.png
    44367802-1688005409649ce85a8e98116880046985841.png
    1.6 MB · געזען: 5
  • 10020306-1688004626649ce7d41005016880045640656.png
    10020306-1688004626649ce7d41005016880045640656.png
    1.9 MB · געזען: 5
לעצט רעדאגירט:
Back
Top