מאמרי חז"ל אויף אדום/רוים - אנאליז

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
311
רעאקציע ראטע
1,799
מ'האמיר איצטערט געענדיקט אוועקפאקן דעם טענקסגיווינג טערקל שיריים פאר שבת.

איז האמיר ממש אפאר מינוט צו שרייבן.

כאטש ס'איז א המשך פון די שנירל אויף די וואכעדיגע פרשה, אבער איך וועל עס דא לייגן, איינס ווייל איך וויל באנייען דאס פארום וואס @חבקוק האט צוטיילט ברוב יגיעתו, און צווייטנס ווייל ס'איז בלויז חז"ל אין וואס מ'וועט דן זיין, איז וועט עס דינען ווי א עקזעמפל וויאזוי אפצולערנען א גמרא אדער מדרש 'במבט קרעמלי'.


משנה:
בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא חֻצְפָּא יִסְגֵּא, .... וְהַמַּלְכוּת תֵּהָפֵךְ לְמִינוּת... (משנה סוטה ט, טו)

גמרא:
תניא ר' נחמיה אומר דור שבן דוד בא בו ...... ונהפכה כל המלכות למינות ואין תוכחה, מסייע ליה לר' יצחק, דא"ר יצחק אין בן דוד בא עד שתתהפך כל המלכות למינות..... (סנהדרין צז.)

א געניטער אויג וועט באמערקן אז אין משנה שטייט נאר אז די מלכות (די פאליטישע עליטע) נהפך, אבער ווען די גמרא ברענגט די מימרא איז שוין צוגעקומען דאס ווארט כל, דאס מיינט די גאנצע פאפולאציע וועט ווערן מינים.

כדי דאס צו מסביר זיין דארף מען פארשטיין די היסטארישע קאנטעקסט פון ווען ס'איז געשריבן געווארן. די ספעציפישע משנה (אדער נאר יענע ווערטער) איז מן הסתם געשריבן אין די צייט ווען קריסטן (מינים אין אונזער גמרא ואין כאן המקום להאריך על זה) זענען געווארן מער און מער פאפולער אינערהאלב די רוימישע אימפעריע אין די צייטן נאכן חורבן. ס'איז געווען זייער שווערע צייטן פאר די רבני ארץ ישראל און די משנה פרובירט צו געבן האפענונג אז אט אט ווען די רוימישע מלוכה וועט ווערן קריסטען דעמאלט איז די זמן משיחא.

אבער וואס טוט מען יארן שפעטער נאכדעם וואס קאנסטאנטין האט דערקלערט קריסטנטום דאס אפיציעלע רעליגיע פון רוים און משיח איז נאכנישט דא... מ'לייגט צו איין ווארט צום טראדיציע און יעצט מיינט עס אז כדי משיח זאל קומען דארפן ערשט כל המלכות (אלע געצנדינער, נישט נאר די פאליטישע עליטע) ווערן געטוישט צו קריסטנטום.


בכלל טרעפט מען אז די רבני ארץ ישראל האבן שטארק געווארט אויף א ישועה, און געזעהן אין וואס נאר אימער א טרייסט אז מ'האלט שוין אט אט.

מדרש רבה:
וְאַחֲרֵי כֵן יָצָא אָחִיו (בראשית כה, כו), הֶגְמוֹן אֶחָד שָׁאַל לְחַד מִן אִילֵין דְּבֵית סִלוֹנִי, אָמַר לוֹ מִי תּוֹפֵס הַמַּלְכוּת אַחֲרֵינוּ. הֵבִיא נְיָיר חָלָק וְנָטַל קוּלְמוֹס וְכָתַב עָלָיו וְאַחֲרֵי כֵן יָצָא אָחִיו וְיָדוֹ אֹחֶזֶת בַּעֲקֵב, אָמְרוּ רְאוּ דְּבָרִים יְשָׁנִים מִפִּי זָקֵן חָדָשׁ, לְהוֹדִיעֲךָ כַּמָּה צַעַר נִצְטָעֵר אוֹתוֹ צַדִּיק. (ב"ר סג, ט)

ס'איז געווען בעפאר קאנסטאנטין, א שווערע צייט פאר די רוימער פיל מיט פאליטישע טומל, האט א הגמון געפרעגט דעם יודל, ווערט וועט קעניגן נעקסט? האט ער שיינערהייט מרמז געווען בכתב אז ס'איז געענדיקט, ווען אדום/עשו האלט ביים זונקען איז שוין יעקב דארט איבערצונעמען.

פארשטייט זיך אז ס'האט זיך נישט ממש אזוי אויסגעארבעט...

מדרש רבה:
(בראשית לו, מג): אַלּוּף מַגְדִּיאֵל אַלּוּף עִירָם, יוֹם שֶׁמָּלַךְ לוֹטְיָנוּס נִרְאָה לְרַבִּי אַמֵּי בַּחֲלוֹם הַיּוֹם מָלַךְ מַגְדִּיאֵל, אָמַר עוֹד מֶלֶךְ אֶחָד נִתְבַּקֵּשׁ לֶאֱדוֹם. (ב"ר פג, ד)
מ'איז איהם געקומען אין חלום זאגן אז דאס איז עס! נאך איין קעניג האבן די רומיים און דערנאך זענען זיי פארטיג...

בכלל אויף די צובראכנקייט און שווערע בליק פון חז"ל אויף רוים זעהט מען זיי האבן עס אנגעקוקט ווי עפעס וואס קען נישט גיין צוזאמען. איך פארשטיי זיי ליידער. וואס זיי האבן אלץ צאמגעליטן...

גמרא:
קֵסָרִי וִירוּשָׁלַיִם, אִם יֹאמַר לְךָ אָדָם: חָרְבוּ שְׁתֵּיהֶן — אַל תַּאֲמֵן. יָשְׁבוּ שְׁתֵּיהֶן — אַל תַּאֲמֵן. חָרְבָה קֵסָרִי וְיָשְׁבָה יְרוּשָׁלַיִם, חָרְבָה יְרוּשָׁלַיִם וְיָשְׁבָה קֵסָרִי — תַּאֲמֵן, שֶׁנֶּאֱמַר: ״אִמָּלְאָה הָחֳרָבָה״. אִם מְלֵיאָה זוֹ — חֲרֵבָה זוֹ, אִם מְלֵיאָה זוֹ — חֲרֵבָה זוֹ.
רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק אָמַר מֵהָכָא: ״וּלְאוֹם מִלְאוֹם יֶאֱמָץ״. (מגילה ו.)

אויף א לעצטיגע אפדעיט איבער ווי מ'האלט אין עיקבתא דמשיחא, וועט איר מוזן רופן רבי חיים קאניעווסקי'ס טאכטער אדער טורנהיים....

ונזכה ונחיה ונראה, אמן

For more look in Cultures of the Jews chapter 5 by Oded Irsha
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top