עמנואל מקרון אנערקענט אין א פאליסטינער לאנד.

גרויסע צילייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 19, 2025
מעסעדזשעס
128
רעאקציע ראטע
552
פונקטן
113
שוין גאר א לאנגע צייט וואס די וועלט איז זייער שטארק פארנומען מיט די געדאנק פון אנערקענען אין א פאליסטינער לאנד, עמנואל מקרון האט אין די לעצטע שטיק צייט געזאגט אין פאבליק אז ער גרייט זיך עס צו ענדגילטיג אנערקענען, און וויאזוי די וועלט גייט צו, איז איינמאל ס'איז דא איין נאר איז דא נאך צעהן לפּחות, יעצט די שאלה אויב מקרון מיינט באמת די ווייטאג פון די פאליסטינער און לכן באשלאסן עס צו אנערקענען? אדער מיינט ער גאר זיין אייגענע בענקל? דאס מיינט, און פראנקרייך וואינען גאר אסאך אראבער און זיי צופרידנשטעלן זאגט ער אז ער גייט עס אנערקענען, אבער קיין דירעקטע שונא ישראל איז ער נישט, אזוי צו אזוי איז דא א חיוב אויף אינז אלץ יודען דאס צו אראפרייסן, און אלץ סכנה פאר די אידן אין ארץ-ישראל בפרט און אין די גאנצע וועלט בכלל מתפלל זיין אין טוהן כל טצדיקא דאיכא אז דאס זאל נישט פאסירן.
 
אין די פאלעסטינע לאנד וועט מען דארפן גיין און צבא?
 
אויף וועלכע באדן גייט ער דאס אנערקענען?
ווי גייט זיין די לאנד?
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
וואס איז אזא גרויסע סכנה
אויכעט מיינט עס אז מדינת ישראל עקזיסט נישט
 
און ווייטער צו די לעצטע אגענדע פון עמנואל מקרון צו אנערקענען א פאליסטינער לאנד, האט ער היינט געקאמענט אויף די שרעקליכע טעראר אטאקע אין ירושלים, זאגענדיג " א טעראר אטאקע איז פארגעקומען אין מערב ירושלים" פראבירענדיגט ווייטער צו לאזן הערן זיין מיינונג ווי עס איז כמו דא צוויי שטעט ירושלים מזרח מיט מערב.
זאל דער כל יכול מעביר זיין ממשלת זדון מן הארץ, והחושבים עלי לרעה מהרה הפר עצתם וקלקל מחשבתם.
 
וואס איז אזא גרויסע סכנה
אויכעט מיינט עס אז מדינת ישראל עקזיסט נישט
נישט אמת, די וואס אנערקענען אין א פאלעסטינע לאנד איז עס א 2 שטאטן לעזונג, נישט נארא פאלעסטינע לאנד.

לכאורה רעדט מען פון עפעס א קאמבינאציע פון מערב ברעג און עזה מיט לאנד אויסטוישן עס צו מאכן מער גלייכע שטחים.

אגב, א לאנד טיילונג פאר פארשידנארטיגע פעלקער איז נישט עפעס וואס איז נאר געווען אינעם ווייטן אמאל, טאקע איין יאר בעפאר די מדינה איז געגרונדעט געווארן אין 1947 איז פארגעקומען די "גרויסע צוטיילונג" ווען בריטאניע האט אויפגעגעבן בעלות אויפן אינדיאנעם סובקאנטינענט און מען האט צוטיילט צווישן די מוסלמענער (פאקיסטאן) און די הינדוס (אינדיע), עס איז געווען גאר א בלוטיגע צוטיילונג וואס האט אפגעקאסט בערך 2 מיליאן לעבנס און בערך 20 מיליאן מענטשן האבן געמוזט זיך אריבערציען פון איין לאנד צום צווייטן
 
דא איז אויך געווען עפעס ענליך אבער נישט אויף די פארנעם. א בלוטיגע צוטיילונג א פולקאמע גירוש פון אלע אידן וואס האבן דאן געוואוינט אין די אראבישע לענדער. וואס מיליאנען פון זיי זענען פארטריבן געווארן! און ס'האט געקאסט נפשות אויך, אבער זעהט אויס אז די אידן זענען מער עפיציענט אין קריג מיט שנעלערע נצחון און ווייניגער טויטע.
 
שוין גאר א לאנגע צייט וואס די וועלט איז זייער שטארק פארנומען מיט די געדאנק פון אנערקענען אין א פאליסטינער לאנד, עמנואל מקרון האט אין די לעצטע שטיק צייט געזאגט אין פאבליק אז ער גרייט זיך עס צו ענדגילטיג אנערקענען, און וויאזוי די וועלט גייט צו, איז איינמאל ס'איז דא איין נאר איז דא נאך צעהן לפּחות, יעצט די שאלה אויב מקרון מיינט באמת די ווייטאג פון די פאליסטינער און לכן באשלאסן עס צו אנערקענען? אדער מיינט ער גאר זיין אייגענע בענקל? דאס מיינט, און פראנקרייך וואינען גאר אסאך אראבער און זיי צופרידנשטעלן זאגט ער אז ער גייט עס אנערקענען, אבער קיין דירעקטע שונא ישראל איז ער נישט, אזוי צו אזוי איז דא א חיוב אויף אינז אלץ יודען דאס צו אראפרייסן, און אלץ סכנה פאר די אידן אין ארץ-ישראל בפרט און אין די גאנצע וועלט בכלל מתפלל זיין אין טוהן כל טצדיקא דאיכא אז דאס זאל נישט פאסירן.
ס'קומט מיר פאר ווי די נטו"ק אנערקענען נישט אין מדינת ישראל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'קומט מיר פאר ווי די נטו"ק אנערקענען נישט אין מדינת ישראל
מען דארף מפרש זיין אז די פראבלעם פון די "טו-סטעיט סאלושען" און פון אנערקענען א פאלעסטינער שטאט, איז דעם חסרון פון צולייגן א תנאי, אז דער פאלעסטינער שטאט וועט פולקאם אנערקענען די ממשלה פון מדינת ישראל אלץ לעגיטים, ולא ישא גוי אל גוי חרב. אויף דעם אופן, וועט קלאר ארויסגעזאגט ווערן אז די פראבלעם זענען די פאלעסטינער, וואס זייער דאגמע איז אונטערצוברענגען מדינת ישראל, און עס וועט פארשטאפן די מיילער פון די "פרי פאלעסטיין" מאוועמענט.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
מען דארף מפרש זיין אז די פראבלעם , פון די ״טו
סעיט סאלושן״ , און פון אנערקענען א פאלעסטינער
שטאט , איז דעם חסרון פון צולייגען א תנאי ,אז דער
פאלעסטינער שטאט , וועט פולי אנערקענען די ממשלה פון מדינת ישראל , אלץ לעגיטים , און ולא
ישא גוי אל גוי חרב , אויף דעם אופן , וועט קלאהר
ארויס גיזאגט ווערן אז די פראבלעם , זענען די פאלעסטינער , וואס זייער דאגמע , איז אונטער
צו ברענגען מדינת ישראל , און עס וועט פארשטאפן
די מוילער פון די ״ פרי פאלעסטיין ״ מאוומענט .
איך זעה עכט נישט פארוואס די פרי פאלעסטיין חברה גייען אויפהערן צו שרייען, זיי גייען דעמאלטס שרייען אז מען דארף נאך שטח און מד"י האט דייקא נישט געגעבן דארט און דארט פאר די פאלעסטינער וועגן זיי ווילן מאכן א דזעניסייד, און פאר טעראר גייט עס נישט אויפטוהן וויבאלד טעראר איז דאך יארן געליטענע מענטשן וואס געבן אויס ווייטאג, ווי אויך די פאלעסטינער דארפן גאנץ ארץ-ישראל פאר זיי מיט א חלק גייען זיי קיינמאל נישט זיין צופרידן, סא אנערקענען אין א פאלעסטינער לאנד גייט אפשר העלפן פאר די וועלט'ס פאליטיק אבער נישט פאר די פאלעסטינער זעלבסט.
 
איך זעה עכט נישט פארוואס די פרי פאלעסטיין חברה גייען אויפהערן צו שרייען, זיי גייען דעמאלטס שרייען אז מען דארף נאך שטח און מד"י האט דייקא נישט געגעבן דארט און דארט פאר די פאליסטינער וועגן זיי ווילן מאכן א דזעניסייד, און פאר טעראר גייט עס נישט אויפטוהן וויבאלד טעראר איז דאך יארן געליטענע מענטשן וואס געבן אויס ווייטאג, ווי אויך די פאליסטינער דארפן גאנץ ארץ-ישראל פאר זיי מיט א חלק גייען זיי קיינמאל נישט זיין צופרידן, סא אנערקענען אין א פאליסטינער לאנד גייט אפשר העלפן פאר די וועלט'ס פאליטיק אבער נישט פאר די פאליסטינער זעלבסט.
הוא אשר דברנו, די פאלעסטינער פארקויפן די וועלט אז זיי זענען נרדפים און די אידן זוכן דוקא מלחמה - א ראיה, אז זיי ווילן נישט קאנסידערן א צוויי-שטאט סאלושען,

וואלט ווען געוועהן כדאי אז ביבי זאל אלעמאל און אפט צוריק ענטפערן, ער איז גרייט אויף א סאלושען נאר בתנאי די פאלעסטינער וועלן מסכים זיין פאר אן עקזיסטענץ רעכט אין די פרי-67 גרעניצן, נאכדעם וועט מען פארהאנדלען גרעניצן פון די פאלעסטינער.

דאס וואלט געווען א מסיר חרון אף.
 
איך ווייס נישט אויב ס'איז צו לאכן אדער וויינען, עמנואל מקרון האט פארארדענט צו טוישן די סטאטוס פון די לאקאציע פון די פראצויזישע אמביסי אין ירושלים, צו פאלעסטיין, זאגענדיג אז עס איז היינט אין פאלעסטיין,
נאר אויסצושמיסען די בנין געפינט זיך אין מערב ירושלים, (נישט אין מזרח), נישט ווייט פון די המלך דוד האטעל, סא איך ווייס נישט וואס זיין פלאן איז אפשר גאר צו געבן גאנץ ירושלים פאר די פאליסטינער....... ח"ו היה לא תהיה.
 
Back
Top