מר. ביעסט - געים טעאריע לייוו

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
285
רעאקציע ראטע
1,457
איך האב היינט באגעגענט א ווידעא פון מר. ביעסט וואו ער נעמט 100 מענטשן אין איין צימער, יעדער מענטש איז פון א צווייטע יארגאנג [- ד.מ. ער האט פון אן איין יעריג קינד ביז אן הונדערט יעריגע מאן.]
די געים גייט אז ווער עס גייט איבערבלייבן דארט דאס לעצטע געווינט $250,000.

וויאזוי פאלט מען ארויס? דא איז ווי די שטיק ליגט!
עס איז אויסגעשטעלט בעיקר אז די מעשים און החלטות פון איינעם עלימינירט די אנדערע, וואס ברענגט אטאמאטיש אריין די 'געים טעאריע' בתקפו, ווי יעדער זוכט צו געווינען די טראסט פון אנדערע און מאנכע גרופירן זיך טאקע אין אן אליאנץ נישט ארויסצושטופן די אנדערע, בעת וואס פון די אנדערע זייט איז עס אויך ברוטאל און אומ'רחמנות'דיג ווען עס קומט ארויסצוזען חברה שלא מאנ"ש.

איך האב נישט קיין אהנונג ווי ווייט עס איז סטעידזשד און וויפיל עס איז אטענטיש, אינטרעסאנט איז עס זיכער.

איבעריג צו זאגן אז וואס טיפער אריין אינעם שפיל ווערט עס מער אינטענס - דער מער מענטשן עס פאלן ארויס, ווי אויך לויפן די עמאציעס זייער הויך, און מ'שפירט די דרוק פון די דילעמעס צו זיין וואויל אויף די אייגענע חשבון אדער שלעכט אויף א צווייטנס חשבון - עס איז דאך נאר א שפיל אבער נאך אלעם איז 250,000 נישט קיין קינדער שפיל...

עס איז א מאסיווע 'לעבעדיגע סאציאלע עקספערימענט', און אפי' אן אפלערנען און אנאלאזירן וואס פונקטליך עס קומט פאר שפירט מען די אנגעצויגנקייט אויף די אייגענע ביינער, און עס מאכט אסאך טראכטן וויאזוי מ'וואלט אליין רעאגירט אויף סיי וועלכע פון די אלע פאזיציעס..

די מאטעמאטישע חשבונות און איבער די עפישענסי פון 'זערא סאם' קאלקיולאציעס וועל איך לאזן פאר @מי אני אדורכצוטון.
דערווייל האטס הנאה דערפון.

View: https://www.youtube.com/watch?v=l-nMKJ5J3Uc



_________________________

מענין לענין.
דעם ווידעא - פון שמילי אונגאר מיט ישעי' ווייס - זאלט איר פאר אייער אייגענע טובה נישט וואטשן. עס קרענקט פשוט צו זען די טפשות און אראגאנץ אין כלל ישראל, נאך מיט קאנפידענס דערצו...
View: https://www.youtube.com/watch?v=xpzKwyTbux0
 
כ׳האב עס נאך נישט געוואטשט (איך האב נישט ליב מר ביסט אלעס זעיט מיר אויס פאלש) אבער לויט וויאזוי די לייגסט עס אראפ זעהט עס אויס ווי די סקוויד געימס שאו, (נישט פון מר ביסט, נאר די עכטע די קאריאנער) כאטש וואס דארט איז נישט נוגע געוועהן די געים טעאריע, איז עס געוועהן א געים וואס מען דארף שפילן און אדער געווינסטע ווייס איך וויפיל מיליאנען אדער הרג׳ט מען דיך, איך האב עס געסטאפט אינמיטן ווייל איך בין געווארען צי ארייןגעשלעפט און כ׳האב נישט געקענט אנגיין מיטן סדר היום אבער ס׳איז געוועהן די מערסטע ציענדע שאו וואס איך נאר אמאל געזעהן.

מענין שלא באותו ענין
וואס מיינסטו גיי איך טוהן ווען די זאגסט מיך נישט צי וואטשען א ספעציפישע שאו😂😂😂, דערמאנט מיר פון די אייער וואס ליגט אין די טראק אראונד די קארנער וואס מען זאל נישט ווארפן.
 
Back
Top