משניות ברכות פרק ב׳ משנה א׳ בלשון זמנינו

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
230
רעאקציע ראטע
1,831
פונקטן
223
פרק ב׳ משנה א׳

היה קורא בתורה, אין איין פארטאגס, ס׳איז אים אריין א דזשוק אין קאפ און ער רייסט חומש אין אלף השישי אריין, שלינגט פרשיות, און אזוי מיניא וביא שמייסט ער דורך די פרשיות פון קרישמע, און ס׳ווערט טאג והגיע זמן המקרא. הייסט דאס געליינט קרישמע צו נישט? איז אזוי:

אם כיוון את ליבו, טאמער האט ער געכאפט אויף וועלעכער וועלט ער איז, בינגא, יצא! מישען אקאמפלישט, ביסט א געקרישמעטער

ואם לאו, טאמער האט ער נישט געכאפט וועלעכער עולם ער געפונט זיך, נאר געטראכט פון וואנילא אייזקרים מיט טשאקלעט טשיפס, איז נישט, לא יצא, זאל ער מוחל זיין איבערליינען קרישמע פון אנהייב ווי א טאטעלע.

נאך א שאלה, לייגט צו קאפ:

בפרקים, ער ליינט זיך קרישמע אזוי אין שיל, ער זיצט ביים טיר, צו מעג ער גריסן? ווענד זיך:

טאמער האלט ער נישט ממש אינמיטן א קאפיטל, נאר צווישן קאפיטלעך - ווי עס וועט באלד קלאר געמאכט ווערן וואס זענען זיי - שואל, מעג ער זיך אויפשטעלן און זאגן א גוט שבת טאמער קומט אריין די ראש ישיבה אדער מגיד שיעור, מפני הכבוד, גיב אים דאס ביסל כבוד, ס׳וועט דעם פון אויבן נישט דערצערענען לאמור ווי וואגסטו מיך צו לאזן פייפן פאר א צווייטן ר״ר צאץ, ס׳ בין הפרקים, מעגסט,

ומשיב, כל שכן ער מעג ענטפערן טאמער קומט אים דער ראש ישיבה פון הינטערן רוקן און ס׳כאפט אים א סקרוך, ער הערט דעם ראש ישיבה׳ס באסאווער שטימע, גוט מארגן חיים געצל יצחק.

ובאמצע, (א דריי מיטן גראבן און וויבראטור אין שטימע) ווי איז טאמער האלט ער יא אינמיטן א קאפיטל, למשל ביי ודברת בם?

האלא, דא איז נישטא קיין כבוד שמובעד, קיין רבע שמעבע, זעץ פאר ליינען ווי א פויפסט, נו האט דער ראש ישיבה געזאגט גוט מארגן חיים געצל יצחק, אז דער ראש ישיבה זאגט דיר קום מאך התרת נדרים אינמיטן ולמלשינים וועסטו דאס אויך טון? וואס זאלסטו טון פרעגסטע? כ׳ווייס, מאך דיך כאילו האסט גארנישט געזעהן, לייג די הענט אויף די אויגן אזויווי מען טוט פאר די געלט קלאפערס. אז ער האט נאך אלץ נישט געכאפט, גיב נישט קיין פאק, ס׳וועט אים נישט פעלן קיין פעלצן האר

נאר וואס יא, שואל מפני היראה, מפני היראה איז שוין גאר אן אנדער מעשה. ווי איז אז עס קומט אריין א פארשוין וואס איז עליל אין יעדער ליאדע מינוט דיר צו זאגן ״העי סיר״ און דו ווילסט עס פארמיידן פאר אלע קאסטן, למשל עס שפאנט אריין א שומרים מעמבער מיט די בליצעדיגע בלויע טשעוועקעס אין די אויערן, מיט א שריון קשקשש און פיתוחי חותם דזשעקעט און אורים ותומים אויף די לענדן מיט א קלא דלא פסיק, אזא חפצא ריקט זיך דא אן פארטאגס ווייס וועלעכע גוטע יאר ס׳האט אים אהער געברענגט די שעה, ניצוץ אחד יוצא ממפיח שלו און ער קען דיר נאך צושמעטערן מיטן וואלקי טאלקי זיינער און פארריסענער פנים, וויל זיך אים זאגן גוד מארנינג כדי ממתיק צו זיין די דינים פון דעם יואב בן צרויה, אין אזא פאל מעג ער אפילו אינמיטן ״בם״ פון ודברת אויכעט.

ומשיב און כל שכן וכל שכן בן בנו של כל שכן אז מעג ער ענטפערן, ברררר… אודאי וואס א שאלה

דברי רבי מאיר יאקאבאוויטש אב״ד סאסרעיגן, אזוי האלט רבי מאיר יאקאבאוויטש סאסרעיגענער דיין, וואס ווען עס קומט צו א שומרים מאכט ער אין די הויזן פונקט ווי יעדן איינעם, אבער וועגן די כבוד פון רעבעלעך און ראש ישיבות וועט ער זיך האלטן שארף אז נישטא קיין מעשיות, אלץ האט א שיעור, א רבי איז נישט גרעסער פון גאט, מען קען נישט מפסיק זיין אין סאמען מיטן פרק.

רבי יהודה פערלמוטער דומ״ץ אשוואר אומר, באמצע שואל מפני היראה, אודאי און אודאי מעג זיין דער ערשטער צו גריסן דעם דזשוליאן דעם בולי, דאס איז גאר קיין שאלה נישט, אבער כבוד התורה און קדושת הצדיקים איז אויך נישט קיין קינדערשפיל, לכתחילה גיין אויסרעדן און גריסן מיזטו אפשר נישט, ס׳נישט סכנות נפשות ווי ביי שומרים עד כדי כך, אבער טאמער גריסט ער דיך, שלאג כפרות מיטן פסוק, ומשיב מפני הכבוד, שטעל דיך אויף און זאג גוט שבת רבי!

אין תוספות יום טוב פון ר׳ יום טוב בערגער ווערט געברענגט בשם פריערדיגע אז בימינו ווען די שומרים זענען די גבאים פון די רעבעס מעג מען אויך שואל זיין ווייל ס׳מער יראה ווי כבוד

זאגט ר׳ יהודה פערלמוטער דומ״ץ אשוואר ווייטער, ובפרקים, האלסטו נישט ממש אינמיטן א פרק, נאר אינצווישן, זאלסטו נישט צעגערן קיין מינוט, דער רבי קומט אריין, שטעל דיך אויף און זיי שואל מפני הכבוד, אורך ימים וכו׳

בכלל איז ר׳ יהודה דומ״ץ אשוואר פרא גריסן, ער האלט שטארק פון פריינדליכקייט, דערפאר פירט ער אויס זיין פסק: ומשיב שלום לכל אדם אז ענטפערן מעג מען א יעדן ווען ער האלט צווישן ובשערך און והיה. בין אדם לחברו איז נישט קיין מאפל קינד, א האולי דזשו. מען האט טאקע מרנן געווען אויף ר׳ יהודה דומ״ץ אשוואר אז ער איז געווען נתפס בקארלבאך
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין באט איך כאפ נישט די פוינט.
 
נו 😠, קאמעדיע.
 
@מצליח, לאמיר נעמען די משנה א מינוט. דאס איז װי-אזױ מען װאלט עס געסטראָקטשערד אױב שרײבט מען דאס אין פסװעדאקאָוּד, בעפאר'ן עס קאנװערטן צו א פראגרעם.

דו זעסט נישט װי קאמפליצירט דאס איז? און דאס איז שױן נאכ'ן זיכער מאכן אז מען זאגט ארױס ריכטיג יעדן סארט שװא, די ענדע מםס, די ענדע נוןס, די הּ'ס בײם ענדע װארט - מיט'ן דגש חזק, און די בֿ' פון עשבֿ.

נו, קומט זיך עס נישט אַן ארטיקל?

היה קורא בתורה, והגיע זמן המקרא:אם כיוון לבו – יצא,ואם לאו – לא יצא.

דברי רבי מאיר
בפרקים –​
שואל מפני הכבוד​
ומשיב,​
ובאמצע –​
שואל מפני היראה​
ומשיב;​
רבי יהודה אומר:
באמצע –​
שואל מפני היראה,​
ומשיב מפני הכבוד;​
בפרקים –​
שואל מפני הכבוד,​
ומשיב שלום לכל אדם.​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top