אמונה פשוטה אדער חקירה? (אפגעטיילט)

להערה בעלמא , ווען מען רעדט פון הארץ און מח איז עס אין אנדערן פארנעם , ווי עס איז היינט אהנגינומען , די פריערדיגע דורות , האבן זיך גידאכט , באמת ,אז די הארץ ,איז אן ארגאן וואס איז עמאושינעל , און פון דעם קומט גלוסטעניש , און אויך יראת שמים , מיט אמונה פשוטה, ווידער דער מוח איז א סעפעראטע ענטיטי ,ער זוכטפארשטאנד חקירה וואס רודפ׳ט די אמונה פשוטה,
איז גיווארן א גאנצע מבוכה , ווער איז באלעבאס, צו די מוח שליט על הלב (חב״ד) צו כל לבבות ה׳ דורש, מען גייט מיט די הארץ (סטולין, ברסלב) ממילא איז אלעס אמונה פשוטה , מען טאר נישט נוצן דעם מוח אין עיניני אמונה , ווייל אלעס איז פשוטה,
כהיום , מיט די וויסענשאפט , פון די חכמי הרפואה, און עס איז ניתוסף גיווארן די ידיעות החכמה וטבע, איז דאך ידוע אז אלעס איז מוח , אהן מוח , איז כבהמה היינו , דער פסוק איז מרמז, אדם ובהמה תושיע ה׳ אויב דער מענטש טראכט ווי א אדם ווערט די בהמיות אויך גיהאלפן,
די וועלט איז היינט אפען , און וואס עס האט זיך פרקויפט אין ת״ר יאהרן אדער פריער נאך , איז נישט מארקעטעבל פאר א אפענער מענטש , וואס ווייסט אז פיעל זאכן און רעיונות פון אמאהל זענען נישט פעקטשועל, און סיפורים מחוללי נפלאות, וקפיצות דרכים, מיט שיחות שדים, ותיקון נשמות, זענען פיקציעס, און עס שטופט אוועק, סתם די דאגמע פון זאגן, אלעס איז אמונה, און לבו בל עמו, ער זאגט בפיו און לבו- די הארץ- לא כן ידמה,
מען דארף נוצן מוח , פאר א זופ - א פילטער- און מען דארף זיך מסדר זיין יעדער כפי יכולתו , ווי אזוי אריינצונעמען אין זיך עניני אמונה, אז ער זאל שטימען מיט די היינטיגע ידיעות , אז מען זאל נישט זיין צופליקט ביי זיך , די חקירה פעהלט אויס , אויף אזויפיל אז די אמונה וואס בלייבט פשוטה , זאל זיין אפ טו דעיט .
כן נראה לפי עניות דעתי.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
משא"כ אויב א מענטש זוכט עפעס פאר זיין לעבן און ער טרעפט עס אין א פלאץ, למשל ער איז הונגעריג און טרעפט עסן, קומט בכלל נישט דא אריין קיין חקירות ודרישות, אויב דעיס גיבט אים זיינע ניד'ס איז דעיס אמת פאר אים
די פאוסט מאדערנע מהלך הערט זיך ענליך צו די מהלך פון @יששכר כץ (און אנדערע טעאלאגן, קריסטליכע ווי אידישע) און איז טאקע אויסגעשמועסט געווארן שוין אין די שנירל און אין די כוואליעס ארטיקל דערויף.

דאס אז רעליגיע קען זיין א פשוט'ע need פארן מענטש, אפגעזען צו ס'איז אמת צו נישט איז אויך א גוטע פוינט. ס'איז אויסגעשמועסט דא מער באריכות.

פאר טיפער אין דעם ענין עיין כאן פון הגאון @מי אני.
 
להערה בעלמא , ווען מען רעדט פון הארץ און מח
איז עס אין אנדערן פארנעם , ווי עס איז היינט אהנגינומען , די פריערדיגע דורות , האבן זיך גידאכט , באמת ,אז די הארץ ,איז אן ארגאן וואס איז עמאושינעל , און פון דעם קומט גלוסטעניש , און אויך יראת שמים , מיט אמונה פשוטה, ווידער דער מוח איז א סעפעראטע ענטיטי ,ער זוכטפארשטאנד חקירה וואס רודפ׳ט די אמונה פשוטה ,
איז גיווארן א גאנצע מבוכה , ווער איז באלעבאס
צו גי מוח שליט על הלב( חב״ד) צו כל לבבות ה׳ דורש ,מען גייט מיט די הארץ ( סטולין , ברסלב) ממילא איז אלעס אמונה פשוטה , מען טאר נישט נוצן דעם מוח אין עיניני אמונה , ווייל אלעס איז פשוטה,
כהיום , מיט די וויסענשאפט , פון די חכמי הרפואה,
און עס איז ניתוסף גיווארן די ידיעות החכמה וטבע
איז דאך ידוע אז אלעס איז מוח , אהן מוח , איז כבהמה היינו , דער פסוק איז מרמז ,אדם ובהמה תושיע ה׳
אויב דער מענטש טראכט ווי א אדם ווערט די בהמיות אויך גיהאלפן ,
לעניות דעתי איז פשוט אז יעדער בר דעת אלע דורות האט דאס געוואוסט, נאך אלץ שטימט אזוי צו רעדן, פונקט ווי מ'זאגט אז די פיס גייען, אפי' אן די מח קען די פיס גארנישט טהון, אזוי אויך פונען מח קומען געפילן, נאר מ'האט געזוכט א אבר צו רעדן פון דעים ווען מען זוכט תאוות, און מח קען מען נישט נוצן ווייל די מח האט דאך די שכל וואס וויל נישט די תאווה [פ"ו פונקט צום הארץ פארשטיי איך נישט פונקטליך, ס'איז אבער קלאר אז געפילן האבן מער מיטן הארץ ווי מיט די לעיבער למשל, זעהסט אז מען כאפט הארץ אטקעס פון ווייטאגליכע געפילן)
 
די פאוסט מאדערנע מהלך הערט זיך ענליך צו די מהלך פון @יששכר כץ (און אנדערע טעאלאגן, קריסטליכע ווי אידישע) און איז טאקע אויסגעשמועסט געווארן שוין אין די שנירל און אין די כוואליעס ארטיקל דערויף.
איך זעה נישט וואס איז דא א מאדערענע מהלך, דאס איז פשוט יהדות בדרך החסידות (איך האב אין מיין לעיבן נישט געהערט קיין השקפה פון א יוד אן קיין פלאטשיגע הוט וד"ל)
[בנוגע קריסטליכע.... דעיס איז נאר געזאגט געוואן אויף אידישקייט - און פארשטייט זיך אויך אויף די זאכן וואס די קריסטן נעמען פון די תורה. אלעס אנדערש איז שקר וכזב, און עס הייבט נישט אן צו שטימען מיט די נפש פונעם מענטש]
 
Back
Top