מוסד בנות דרך ישראל

ראדני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
101
רעאקציע ראטע
399
ס׳קומט אריין דו נייעס אז מוסדות בנות דרך ישראל וואס איז געפירט דורך הרב ? מאשקאוויטש אדמו״ר מבאראוו, וועט פארשפארן אירע טויערן, צוליב וואס ס׳איז נישטא קיין געלט און זיי האבן שוין נישט באצאלט די איינגעשטעלטע פאר דריי חדשים.
איך מיין אז פאר די חסידישע עקאנעמי איז עס אזויווי א באנק גייט קראכן, ס׳ווייסט אסאך אויף אינזער עקאנעמי, בדרך כלל איז א מוסד to big to fail, ווי האט מען אויסגעשריגען ביים רבין׳ס לויה ״חברה אינז זעמיר טיף אין טאכעס.

איך האף אבער א ס׳איז נישט מער פון א שרעק-מיטל מיטן פלאן צוריק צי עפענען אין א חודש ארום פארשטייט זיך מיט העכערע שכר לימוד, ווייל בעצם וואס האט ער צו פארלירן?.
 
וואו איז דאס בנות דרך ישראל?

די גרויסע מוסדות אין ניו יארק סיטי האבן גוטע הילף צו צו עפלייען פאר וואוטשערס און בכלל זענען זיי גוט אויפגעסעט מיט פראגראמן משא״כ די קליינע מוסדות וואס מוטשען זיך מסתמא אין דעם הינזיכט און עס ליגט א גרעסערע לאסט אויף די עלטערן. ניו יארק איז נישט קיין גוטע פלאץ פאר פריוואטע רעליגיעזע שולעס, דער עוורידזש מיטל קלאס פארדינען איז לוקה בכפלים.
 
בנות דרך ישראל איז (געוועהן) א אינדעפענדענט חסידישע מוסד, און האט זיך נישט געשראקן פאר די משוגעת/מערכות פון די חסידישע גאס ווי למשל, סמארטפאון און פרויען דרייווען.
די מוסדות אין די סיטי מאכען א לעבן מיט וואוטשערס, אבער די מוסדות אין מאנסי האבען עס אבער נישט
 
אויב דאס שפארט זיך אפ איז עס א בראך פאר כלל ישראל! ווי ראדני שרייבט, א סקול וואס האט זיך פארמאסטן מיט די היינטיגע סיקריקים וואס צווינגען ארויף זייער עקסטרעמע לייפסטייל אויף אלע מוסדות, און אנגענומען רוב ערליכע מיידלעך על אפם וחמתם, טאר זיך נישט פארשפארן!!
 
זיי האבן געהאט גוטע פאנדרעיזינג? רייכע שטיצער? עס איז ממש אוממעגליך אנצוגיין אנדעם, איך פונקט גערעדט מיט א עמך אידל ערגעץ אין ניו דזשערסי, ער רעדט זיך מיר אפ אז ער ברעכט ממש אונטער פון שכ״ל קאסטן און ער פארדינט נישט שלעכט. רוב עלטערן קענען נישט באצאלן וואס א קינד קאסט עכט אן קיין שום הילף.
 
לעצט רעדאגירט:
זאגט מיר היינט איינער א רומאר אז נישט געלט איז די אמת'ע סיבה זיי מאכן זיך צו, נאר די מוסד האט לעצטנס ארויסגעגעבן אסאך שלעכטע פירות, א.ט.ד. מיידלעך זענען נתרבה געווארן, והרבה חברותא עושה, האט הרב מאשקאוויטש געטראכט א"כ למה זה אנכי, דא מוטשע איך זיך מיט די בודזשעט וואס איך קען קוים מיט שוועריגקייטן דעקן, איך מאך דאס צו וחסל.

איך וואונדער מיך אויב דאס האט אמת אין זיך.
 
וויפיל פראצענט פון זייערע גרעדועטס גליטשן זיך ארויס פונעם געטאו נאכ׳ן גראדואירן? מיט וויפיל איז עס מער פון אנדערע חסידישע מוסדות? אויב ס׳בערך די זעלבע דאן פארוואס מאכן נישט אלע מוסדות דעם קלוגן חשבון?
 
פאר אפאר יאר צוריק איז געוועהן א חדר אין מאנסי (כ׳מיין ס׳האט געהייסען פארשעי) וואס איז געגאנגען באנקראט, און לואי שיינער האט עס איבערגענומען אין ריברענדעד אלץ באר ישעיה.
לאמיר זעהן צי ער וועט איבער נעמען די סקול יעצט?
 
וויפיל פראצענט פון זייערע גרעדועטס גליטשן זיך ארויס פונעם געטאו נאכ׳ן גראדואירן? מיט וויפיל איז עס מער פון אנדערע חסידישע מוסדות? אויב ס׳בערך די זעלבע דאן פארוואס מאכן נישט אלע מוסדות דעם קלוגן חשבון?
דאכצעך מיר אז זיי נעמען לכתחילה אריין קינדער פון שטיבער וועלכע זענען האלב ארויס פונעם סיסטעם
 
זאגט מיר היינט איינער א רומאר אז נישט געלט איז די אמת'ע סיבה זיי מאכן זיך צו, נאר די מוסד האט לעצטנס ארויסגעגעבן אסאך שלעכטע פירות, א.ט.ד. מיידלעך זענען נתרבה געווארן, והרבה חברותא עושה, האט הרב מאשקאוויטש געטראכט א"כ למה זה אנכי, דא מוטשע איך זיך מיט די בודזשעט וואס איך קען קוים מיט שוועריגקייטן דעקן, איך מאך דאס צו וחסל.

איך וואונדער מיך אויב דאס האט אמת אין זיך.
נישט ריכטיג, ער האט געסטראגעלט פונעם ערשטן טאג, נאר לעצטענס האט ער געעפענט א חדר, און דאס האט אים אינגאנצען אויסגעבלוטיג.
 
ס'הייסט אז ס'גייט זיך צירוק רע-ארגאנזירן
 
מיינס א חבר פארציילט מיך אז זיין רעבעצן איז געווען א טיטשער דארטן און זיי זענען איר געווען שולדיג מער ווי 20 טויזנט דאללער! ער זאגט אז די עלטערן האבן צוזאמגעשטעלט האלב פונם חוב שוין נאכן פארמאכן די סקול אלס הכרת הטוב פאר איר
 
קודם כל
די סיסטעם האט גארנישט קעגן דעם מוסד, אדרבה זיי האלטן שטארק פון דעם, ווייל זיי ווילן נישט אריין נעמען צו זיך פארשידענע קינדער, און זיי דארפן א פלאץ פאר זיי, סא כו''ע מודה אז ס'איז זייער א וויכטיגע זאך, און קיינער האט נישט געארבעט אז עס זאל זיך צומאכן

והשינת, יא, ס'גייט זיך פון פריש עפענען, (שוין געהערט פון איינער וואס גייט דארט זיין א פרינציבעל)
 
איך האב געהערט אז איינער האט עס אפגעקויפט
 
ווער איז דער מאשקאוויטש? עמיצער קען ברענגען א פראופייל אויף אים (מיט א בילד וועט זיין א פלוס)?
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8718.jpeg
    IMG_8718.jpeg
    593.8 KB · געזען: 19
עס זעט מיר אויס די נייע סקול שטעלט זיך אהער גאנץ פיין. די נאמען איז "מסורת מרים". איך הער זיי האבן גאר א גוטע פרינציפעל.

די גיידליינס זעט מיר אויס זייער נארמאל (חוץ אפשר די לעצטע נקודה וועגן טעג פאר קעמערעס)

WhatsApp Image 2024-07-28 at 5.29.38 PM.jpeg
 
Back
Top