כוואליעס ארטיקל א מוסר השכל פון ״ריעל האַוּסווייפס״

די ארטיקל איז ערשינען אין די ״כוואליעס״ אויסגאבע

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
273
רעאקציע ראטע
1,334
די שנירל איז געווידמעט פאר קאמענטארן איבער מיין כוואליעס ארטיקל ״א מוסר השכל פון ריִעל האַוּסווייווס״.

מען קען דא זען און דאונלאודן/פרינטן די ״כוואליע״

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז נאך דעם וואס איך האב דאס געשריבן און סאָבּמיטעד צום וועקער (שוין אין 2020 בשעת די ערשטע כוואליע פון קאוויד-19) איז טאקע דא אזא סארט שׁוֺי פון חרדי׳שע (לייט) פרויען בבני ברק.

און פאר מ׳נעמט זיך פרעגן ווי איך קום אָן צו די שׁוֺי, מאכט מיין ווייב טאקע חוזק פון מיר, ״קום וואטש נאך מיט מיר. דו טוהסט עס דאך ממילא פאר ״ריסערטש״…״

ואגב, אין די לעקציע [בפרט 32:15-33:36] גלייכט דער מאטעמאטיקער דר. קיִט דעוולין בכלל צו מאטעמאטיקס צו סוֺיפּ אפּעראס, מיט דעם אז מיטצוהאלטן די רילעישענשיפּס אין סוֺיפּ אפּעראס איז שווערער ווי מאטעמאטיקס וואס איז אויך רילעישענשיפּס צווישן זאכן. נו, קען זיין אז די זעלבע איז בנוגע ריעל האַוּסווייווס…

ולפי״ז קען מען פארשטיין די מיעם פון ריעל האַוּסווייפס אויף ראַמאַנוזשאַן סאָמעישאן:
dc189527-473f-4058-93a1-98a6c81222be.jpeg


***

דאס גייט צוזאמען מיט גיי דעבּאָרד׳ס (און אנדערע) געדאנק פונעם ״ספּעקטאקעל״ און וואו די קאפּיטאליסטישע ארויסהייבונג פונעם commodity איז געווארן אזוי אז דאס רעאליטעט פונעם מענטש, ובפרט לגבי סאסייעטי, איז געווארן מיוסד אין ״זאכן״ וואס זענען א שפיגעל פון א שפיגעל פון א שפיגעל אא״וו. וכן היא לגבי מעס מידיא און דאס וואס שטעלט אראפ די ווירדן צו וואס מען שטרעבט און איז. ס׳איז נתדרדר געווארן פון ״זיין״ צו ״האבן״ און פון ״האבן״ צו ״אויסזעהן/פאָרקומען״. די פעהלער אין זיין ״עכט״ ברענגט אונטער דאס געדאנק פון קריטיקעל טינקינג (וכידוע איז דאס טאקע א פעהלער אין אונזער געמיינדע).

ער האט דאס צוגעגליכן צו די פונקציע פון רעליגיע אינעם עבר.

ועיין כאן לגבי דער פראנצויזישער פילאזאף זשאַן בּאָדרילארד׳ס געדאנק פון הייפּערריאליטי און מידיאַ.

עס איז מן הראוי לציין אז דר. ניקוֺיל קאַקס האט געשריבן איר דאקטאראט אויף די פרענטשייז פון א פעמיניסט פּערספּעקטיוו. זי הייבט אָן מיט א ציטאט פון ענדרוּ וואלענשטיין (א טעלעוויזיע קריטיק און עדיטאר פון די האַליוואד רעפּאָרטער):
The women of Real Housewives are a lot like their mansions: impeccably maintained facades. But what the show does so well is point out the cracks. The viewer, in turn, is left to pinball between mixed feelings of revulsion, fascination, and, yes, envy about what they’re seeing. In its own tawdry way, Real Housewives raises existential questions about what the Good Life really entails​
 
כ׳בין נאך אין שאק אז @מי אני וואטשט ריעל האוזווייפס, אבער איך זעה נישט די פראבלעם מיט מאטעריעליזם.
איך פארשטיי אבער אז בהנחה אז מאטעריעליזם איז א פראבלעם זענען מיר נישט בעסער ווי די מגושם׳דיגע גויים וואס ליגען אין שטותים.
בשכינות האב איך דאס געשריבען, יעצט זעה איך דא אז מען קען פילעווען, וויל איך באמת פרעגן וואס איז די פראבלעם מיט מאטעריאליזם, וואס דען אויב נישט מאטעריאליזם? זיך ווייקען אין אפיקורסוס אדער אינעם רבינ׳ס שובבים תורה איז אויך מאטעריאליזם, פארוואס איז עס ווייניגער מאטעריאליזם ווי א יוקאָן און א דזשערקי באורד, ס׳איז א תאווה ווי אלע תאוות, אפילו איינער וואס איז זיך מסגף פארן אייבערשטן באקומט אויכט עפעס א היי דערפון.
ס׳איז אזוי ווי דער מומר להכעיס איז בעצם א מומר לתיאבון, נאר משום מה איז זיין תאווה צי מכעיס זיין גאט ברוך היא, די זעלבע מיט ספיריטואליסטען, זענען די זעלבע מאטעריאליסטען נאר זיי האבן א נייגונג צו מער דקות׳דיגע מאטריאל.
איך הער אסאך מאל פון די סממנים שמעקערס און טיי טרינקערס די העכערקייט וואס זיי לעבען אין, און אזוי בדרך רמז מיינענדיג צו זאגען ״די פראסטע גראָבּיאַן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות״
1) פארוואס בין איך מער אין תאוות ווי זיי?
2) וואס איז די פראבלעים פון ליגען אין תאוות?
3) פארוואס דען איז מען אראפגעקומען אויף דעי וועלט?
 
די געדאנק איז נישט אזוי ווייט קעגן העדאניזם און תענוג, ווי איידער פון וואס מ׳נעמט תענוג פון. והיינו, ווי אראפגעברענגט מערערע מאל מדזשאן סטוערט מיל, איז דא א חילוק צווישן סארט תענוגים: בּעיס ״נידעריגע״ סארט תענוגים, און ״העכערע״ אינטעלעקטשואלע סארט תענוגים. מיינענדיג, אז אויב מאכט מען א טראכטן-עקספּערימענט ווי צוויי מענטשן זענען גענצליך אייניג, מיט די איינע חילוק אז דער ״ליגט אין תאווה״ והיינו מאטעריעליזם וואס פון דעם דערייווט ער תענוג, בשעת דער אנדערער ליגט אין הויכע מאטעמאטיק וואס פון דעם דערייווט ער תענוג. מאכט עס סענס אז מ׳זאל פיהלן מער רעספּעקט פאר׳ן צווייטן, און די שאלה איז פארוואס? די תירוץ איז ווייל ווי אריסטו האט מסביר געווען איז חכמה ואינטעלעקט דאס וואס איז מיוחד פאר׳ן מענטש באשר הוא מענטש. וממילא אויב פּערפעקט ער זיך אין דעם, די ״העכערע״ תענוג, האט ער א תענוג ״אנושי״. משא״כ מיט סתם תענוג פון מאטעריעליזם, וועלכעס איז פשוט ריסאָרס עקוויזישאן וכדומה, וואס אין דעם איז ער שוה עם הבע״ח.

ועוד יותר, ווייל ווי אפיקורוס היווני, וועלכער איז געווען א דוגל בשיטת העדאניזם, האט מסביר געווען, איז דא א חילוק צווישן קינעטישע תענוג, וואס איז אַן "אקטיווע" זוכעניש פאר'ן תענוג און צו ערגענצן א פעהלער, און קאטעסטעמאטישע תענוג, וואס איז סטאטיק און בלייבט. די צווייטע איז מער און בעסער. וכמובן, איז מאטעריאליזם ריין קינעטישע תענוג ולא יותר, משא״כ חכמה וכדומה אדער סתם א מער סטאָאיק מהלך החיים של הסתפקות במועט. און דאס אז דער מאטעריאליסטישער מענטש איז כסדר מחשב דערנאך אויף דעם ״א שאד, אז איך וואלט געקענט האבן מער״ וכו׳, און איז זיך נישט מסתפק מיט די תענוג וואס ער האט געהאט, באדייט דאך אַן אקטיווע נאכגיין און זוכן תענוגים און איז שוין אליינס א צער וואס ער ברענגט אויף זיך ושלא מדרך החכמה. אט דאס איז דאך די צער פון (קה״ר א יג) אין אדם מת וחצי תאוותו בידו ויש לו מנה רוצה מאתיים. וכדביאר הרמב״ם (מו״נ ח״ג פי״ב) אז די סוג רעות און פּיין זענען די מערסטע פארשפרייטע רעות בהעולם וועלכע ברענגען דעם מענטש צער ע״ש. (ואגב, קען טאקע די שׁוֺי אפשר זיין א שטיקל ראיה לזה: הגם עס איז טאקע קאנטרייווד אא״וו, זעהט עס אבער נישט אויס ווי זיי זענען צופרידענע מענטשן ביי עני מעטריק.)
 
לעצט רעדאגירט:
איך הער אסאך מאל פון די סממנים שמעקערס און טיי טרינקערס די העכערקייט וואס זיי לעבען אין, און אזוי בדרך רמז מיינענדיג צו זאגען ״די פראסטע גראָבּיאַן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות״
1) פארוואס בין איך מער אין תאוות ווי זיי?
2) וואס איז די פראבלעים פון ליגען אין תאוות?
3) פארוואס דען איז מען אראפגעקומען אויף דעי וועלט?
איך ווייס נישט ווי דו דרייעסט זיך און מיט וועם דו פרייעסט זיך, אבער די רמז "די פראסטע גראביאן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות" איז גאר א קאמפלימענט אויף דיינע השגות, די טריפערס זעען גאר אן עתיד פאר דיר...

די העכערקייט וואס מ'לעבט אין מיינט נישט אז מ'האט עניטינג איבער געלאזט. ס'מיינט אז מ'נעמט זיך, מיט אלע תאוות, העכער.

על שלשה דברים העולם עמוד, לתיאבון, להכעיס, ולהתענג...
 
לעצט רעדאגירט:
די געדאנק איז נישט אזוי ווייט קעגן העדאניזם און תענוג, ווי איידער פון וואס מ׳נעמט תענוג פון.
אפשר איז די געדאנק מער אז "מ'נעמט" תענוג. דהיינו, הידאניזם איז פשוט אן עקזיסטירנדן תענוג, ס'איז עכט נישט שייך עם צו טוישן, און מ'גייט נישט "קעגן" דעם. און אפילו דאס, פון וואס אין ווי מ'נעמט תענוג, איז אויכעט לויט די עקזיסטירנדע אומשטענדן, ווייל מ'קען נישט "באשאפן" געלעגנהייטן. וואס א מענטש קען יא טוהן איז "עקספעריענסן" תענוג, אנשטאט "נעמען" תענוג, זאל מען ענדזשויען די תענוג. מ'איז ביזי נעמען תענוג אויס מורא אז מ'גייט פארלירן תענוג צום קאנקורענט, פארשטייט זיך אז די מעסטעריי אין די ענד וועט אפווישן א גרויסע חלק פון תענוג.

תענוג איז pure גוט געפיל.
ואין בטוב למעלה מן העונג.

אפשר איז דאס וואס די שרייבסט צום שלוס פונעם ארטיקל אין כוואליעס:
דער מוסר-השכל וואס איך האב ארויס גענומען דערפון איז אז סדנא דארעא חד הוא: אלע געזעלשאפטן זענען אריגינעל אויסגעשטעלט אויף דעם זעלבן סארט אויבערפלעכליכקייט. א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך אליינס צו דערהייבן און לעכצן נאך טיפערס, און נישט טראכטן אז דאס באלאנגען צו אן ספעציפישע געזעלשאפט מאכט עם אויטאמטיש בעסער פון איינעם פון אן אנדער געזעלשאפט.
די פאונט פון די ארטיקל זעהט אויס צו היילייט'ן די זעלבע פענאמענען ביי אלע קרייזן און שיכטן. אויב אזוי מאכט אפילו נישט אויס פון וואס מ'נעמט תענוג, נאר ווי אזוי מ'עסט די תענוג.
 
לעצט רעדאגירט:
העדאניזם איז א פאמיליע פון פילאזאפישע פאזיציעס וואו ״טוב = תענוג״ און לעומתה ״רע = צער״. וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז די ארטיקל מיינע נעמט נישט א פאזיציע דערקעגן; עס איז יתכן לפיה אז ״טוב = תענוג״. וואס די ארטיקל איז קעגן איז ״די וועג״ פון האבן אט די ״טוב״ און וואס/וואו מ׳טרעפט דאס.

אבער וואס דו זאגסט איז בעצם דאס זעלבע ווי איך זאג לגבי אפיקורוס׳ס חילוק במיני תענוג. והיינו, קינעטישע תענוג איז וואו ארבעט און מ׳עקספּענד כח און ענערגיע צו ״נעמען״ און פארשאפען תענוג. און אט די זוכעניש און עפארט איז גאר קאַוּנטערפּראדאָקטיוו און איז עלול צו גאר שטערן צום עונג ואושר פונעם מענטש. און ווי די מימרא אין גוּאילערמוֺי דעל טאָראָ׳ס העלבּוי 2 זאגט:
Man had been created with a hole in his heart. A hole that no possession, power, or knowledge could fill​
און אז מ׳זוכט נאכצולויפן צו ערפילן אט דעם לאך, וועט ער צום סוף נאר צוקומען לידי כאב לב. (וידועים דברי הבּוּדהאַ.) משא״כ אויב ״נעמט״ מען תענוג פון כל מדה שמודד לך און די פשוט׳ע זאכן אין לעבן ווי פארברענגען מיט דיין קינד און ווייב וכדומה, קאטעסטעמאטישע תענוג, און מ׳איז עוועיר צום פשוט׳ן (מנוחה׳דיגן) עקספּיריענס פון עונג, און מ׳איז צופרידן פון דעם אליינס. (און דאס איז אלעס בעפאר מ׳קומט צו צו דעם אז אויב לויפט מען שוין יא נאך קינעטיש עפעס א גוֺיל לשם תענוג, זאל דאס זיין עפעס מיט וואס דער מענטש איז מיוחד שהיא שכלו וחכמתו.)
 
בקיצור, אינזער באליבטער @מי אני קוקט א מאטראליסטישע שאו און זעט אין דעם אינטעלעקשאול לערנונגען. טא, קען דאך זיין אז די אלע היים-ווייבער האבן אויך טיפערע כונות אין זייערע געבורטסטאג פארטי'ס?
 
דאס׳ן זעהן דערין אינטעלעקטשואלע לעהרעס קען גיין אין איינקלאנג מיט דר. יצחק אסימאוו׳ס מימרא ווי הומאר קען האבן אין זיך טיפע פילאזאפישע געדאנקען, מער ווי שעות פון פילאזאפישע דיסקוסיעס. (הגם מ׳קען טענה׳ן אז די גאנער איז נענטער צו טראגעדיע ווי איידער קאמעדי…)

איך וואלט זיי נישט געגעבן דא דעם דיון לכף זכות און פּרינציפּ פון טשעריטי. ווי דער רמב״ם שרייבט בהקדמתו לפרק חלק לגבי געבן די פּרינציפּ לחז״ל:
שנתברר אצלם גדולת החכמים זכרונם לברכה וטוב שִׁכְלָם, ממה שנמצא בכלל דבריהם מורים על עניָנים אֲמִתִּיִּים למאוד. ואף על פי שהם מעטים ומפוזרים במקומות, מחיבוריהם הם מורים על שלמותם, וכי הם השיגו האמת, ושנתברר גם כן אצלם מניעת "הַנִּמְנָע" ומציאות "הַמְחֻיָּב לְהִמָּצֵא". וְיָדְעוּ כי הם עליהם השלום אינם מדברים הֲתֻלִּים.
די בירור מעיקרא איז נישטא ביי די פרויען. דא איז לענ״ד ענדערשער נוגע דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פל״ה, ״לקטנים ולנשים ולסכלים ולחסרי השכל״…
 
ענליך צו דעם שמועס רעדט זיך מיין שוויגער זז״ג אפטמאל אפ אז לאנגע שייטלעך, מעיקאָפּ, און טרענדי פעשאנס וכו׳ איז קעגן הלכה. האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז דאס איז א טעות בהלכות צניעות (ועיין לדוגמא בלבושה של תורה סימן סז, ומעין אומר חי״ב סימן סז, וידוע ספרו של הבני בנים). אבער וואס זי דארף ווען טענה׳ן איז אז ״וואס וואלט אריסטו געזאגט דערצו?״ והיינו, אז די גאנצע אריינגעבויטע רייץ פאר א פרוי צו זיין עטרעקטיוו און טרענדי אינדרויסן (כדרכן של הריעל האַוּסווייווס) איז דאך סוכ״ס, עפ״י עוואלוציאנערישע פסיכאלאגיע, מחמת סעקסואלע רעפּראַדאָקשען. און ווי אריסטו זאגט (עיין במו״נ ח״ג פ״ח) איז דאך דאס חרפה לנו, זייענדיג אז אונזער מאלפע נקיבה קאָזין וויל פונקט אזוי זיין עטרעקטיוו און טרענדי בפני המאלפעס זכרים, וואס פאר מאלפעס ווערט גערעכענט עטרעקטיוו און ״טרענדי״. און ׳מילא ווען מ׳איז מיט׳ן מאן און מ׳זוכט טאקע עוסק צו זיין אין דעם, לחיי, אבער בלא זה האסטו לגמרי נישט טרענסענדעד, וואס דארווין האט טערמינט, די מין האנושי׳ס לאָלי אָרידזשין; א פּריימעט ווי עני אנדערע פּריימעט.

און דאס איז טאקע א סיבה פארוואס אין אלגעמיין וועט טרענדינעס וכו׳ (ברבים) לגבי די סארט זאכן אינגאנצן נישט תופס מקום זיין ביי קלוגע פרויען פּראפעסארס; ובפרט ביי די וועלכע זענען פעמיניסטן. (כמובן אז זיי זעהן אויס נארמאל און נישט מעלעדעפּטיוו.)

עס איז מערקווידיג וואס ניטשע האט געהאט געשריבן:
From the beginning, nothing has been more alien, repugnant, and hostile to woman than truth — her great art is the lie, her highest concern is mere appearance and beauty​
מ'קען זאגן אז אליביה גייט דאס אין איינקלאנג וואו אויב די עיקר ביי איר איז אז אין האשה אלא ליופי איבעראל און זי באצירט זי זיך דלא ווי זי זעהט אויס באמת, איז דאך ביי איר דאס עיקר א ליגענט. און ווי פּראפעסאר פרענסיס נעסבּיט אפּעל שרייבט, ווייזט דאס במשנתו של ניטשע אויף די חסרון אין וויאזוי מענער באטראכטן פרויען ווי אבּיעקטן:
Nietzsche's apparent misogyny is part of his overall strategy to demonstrate that our attitudes toward sex-gender are thoroughly cultural, are often destructive of our own potential as individuals and as a species, and may be changed. What looks like misogyny may be understood as part of a larger strategy whereby "woman-as-such" (the universal essence of woman with timeless character traits) is shown to be a product of male desire, a construct​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top