כוואליעס ארטיקל א מוסר השכל פון ״ריעל האַוּסווייפס״

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
457
רעאקציע ראטע
2,482
פונקטן
423
די שנירל איז געווידמעט פאר קאמענטארן איבער מיין כוואליעס ארטיקל ״א מוסר השכל פון ריִעל האַוּסווייווס״.

מען קען דא זען און דאונלאודן/פרינטן די ״כוואליע״

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז נאך דעם וואס איך האב דאס געשריבן און סאָבּמיטעד צום וועקער (שוין אין 2020 בשעת די ערשטע כוואליע פון קאוויד-19) איז טאקע דא אזא סארט שׁוֺי פון חרדי׳שע (לייט) פרויען בבני ברק.

און פאר מ׳נעמט זיך פרעגן ווי איך קום אָן צו די שׁוֺי, מאכט מיין ווייב טאקע חוזק פון מיר, ״קום וואטש נאך מיט מיר. דו טוהסט עס דאך ממילא פאר ״ריסערטש״…״

ואגב, אין די לעקציע [בפרט 32:15-33:36] גלייכט דער מאטעמאטיקער דר. קיִט דעוולין בכלל צו מאטעמאטיקס צו סוֺיפּ אפּעראס, מיט דעם אז מיטצוהאלטן די רילעישענשיפּס אין סוֺיפּ אפּעראס איז שווערער ווי מאטעמאטיקס וואס איז אויך רילעישענשיפּס צווישן זאכן. נו, קען זיין אז די זעלבע איז בנוגע ריעל האַוּסווייווס…

ולפי״ז קען מען פארשטיין די מיעם פון ריעל האַוּסווייפס אויף ראַמאַנוזשאַן סאָמעישאן:
dc189527-473f-4058-93a1-98a6c81222be.jpeg


***

דאס גייט צוזאמען מיט גיי דעבּאָרד׳ס (און אנדערע) געדאנק פונעם ״ספּעקטאקעל״ און וואו די קאפּיטאליסטישע ארויסהייבונג פונעם commodity איז געווארן אזוי אז דאס רעאליטעט פונעם מענטש, ובפרט לגבי סאסייעטי, איז געווארן מיוסד אין ״זאכן״ וואס זענען א שפיגעל פון א שפיגעל פון א שפיגעל אא״וו. וכן היא לגבי מעס מידיא און דאס וואס שטעלט אראפ די ווירדן צו וואס מען שטרעבט און איז. ס׳איז נתדרדר געווארן פון ״זיין״ צו ״האבן״ און פון ״האבן״ צו ״אויסזעהן/פאָרקומען״. די פעהלער אין זיין ״עכט״ ברענגט אונטער דאס געדאנק פון קריטיקעל טינקינג (וכידוע איז דאס טאקע א פעהלער אין אונזער געמיינדע).

ער האט דאס צוגעגליכן צו די פונקציע פון רעליגיע אינעם עבר.

ועיין כאן לגבי דער פראנצויזישער פילאזאף זשאַן בּאָדרילארד׳ס געדאנק פון הייפּערריאליטי און מידיאַ.

עס איז מן הראוי לציין אז דר. ניקוֺיל קאַקס האט געשריבן איר דאקטאראט אויף די פרענטשייז פון א פעמיניסט פּערספּעקטיוו. זי הייבט אָן מיט א ציטאט פון ענדרוּ וואלענשטיין (א טעלעוויזיע קריטיק און עדיטאר פון די האַליוואד רעפּאָרטער):
The women of Real Housewives are a lot like their mansions: impeccably maintained facades. But what the show does so well is point out the cracks. The viewer, in turn, is left to pinball between mixed feelings of revulsion, fascination, and, yes, envy about what they’re seeing. In its own tawdry way, Real Housewives raises existential questions about what the Good Life really entails​
 
כ׳בין נאך אין שאק אז @מי אני וואטשט ריעל האוזווייפס, אבער איך זעה נישט די פראבלעם מיט מאטעריעליזם.
איך פארשטיי אבער אז בהנחה אז מאטעריעליזם איז א פראבלעם זענען מיר נישט בעסער ווי די מגושם׳דיגע גויים וואס ליגען אין שטותים.
בשכינות האב איך דאס געשריבען, יעצט זעה איך דא אז מען קען פילעווען, וויל איך באמת פרעגן וואס איז די פראבלעם מיט מאטעריאליזם, וואס דען אויב נישט מאטעריאליזם? זיך ווייקען אין אפיקורסוס אדער אינעם רבינ׳ס שובבים תורה איז אויך מאטעריאליזם, פארוואס איז עס ווייניגער מאטעריאליזם ווי א יוקאָן און א דזשערקי באורד, ס׳איז א תאווה ווי אלע תאוות, אפילו איינער וואס איז זיך מסגף פארן אייבערשטן באקומט אויכט עפעס א היי דערפון.
ס׳איז אזוי ווי דער מומר להכעיס איז בעצם א מומר לתיאבון, נאר משום מה איז זיין תאווה צי מכעיס זיין גאט ברוך היא, די זעלבע מיט ספיריטואליסטען, זענען די זעלבע מאטעריאליסטען נאר זיי האבן א נייגונג צו מער דקות׳דיגע מאטריאל.
איך הער אסאך מאל פון די סממנים שמעקערס און טיי טרינקערס די העכערקייט וואס זיי לעבען אין, און אזוי בדרך רמז מיינענדיג צו זאגען ״די פראסטע גראָבּיאַן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות״
1) פארוואס בין איך מער אין תאוות ווי זיי?
2) וואס איז די פראבלעים פון ליגען אין תאוות?
3) פארוואס דען איז מען אראפגעקומען אויף דעי וועלט?
 
די געדאנק איז נישט אזוי ווייט קעגן העדאניזם און תענוג, ווי איידער פון וואס מ׳נעמט תענוג פון. והיינו, ווי אראפגעברענגט מערערע מאל מדזשאן סטוערט מיל, איז דא א חילוק צווישן סארט תענוגים: בּעיס ״נידעריגע״ סארט תענוגים, און ״העכערע״ אינטעלעקטשואלע סארט תענוגים. מיינענדיג, אז אויב מאכט מען א טראכטן-עקספּערימענט ווי צוויי מענטשן זענען גענצליך אייניג, מיט די איינע חילוק אז דער ״ליגט אין תאווה״ והיינו מאטעריעליזם וואס פון דעם דערייווט ער תענוג, בשעת דער אנדערער ליגט אין הויכע מאטעמאטיק וואס פון דעם דערייווט ער תענוג. מאכט עס סענס אז מ׳זאל פיהלן מער רעספּעקט פאר׳ן צווייטן, און די שאלה איז פארוואס? די תירוץ איז ווייל ווי אריסטו האט מסביר געווען איז חכמה ואינטעלעקט דאס וואס איז מיוחד פאר׳ן מענטש באשר הוא מענטש. וממילא אויב פּערפעקט ער זיך אין דעם, די ״העכערע״ תענוג, האט ער א תענוג ״אנושי״. משא״כ מיט סתם תענוג פון מאטעריעליזם, וועלכעס איז פשוט ריסאָרס עקוויזישאן וכדומה, וואס אין דעם איז ער שוה עם הבע״ח.

ועוד יותר, ווייל ווי אפיקורוס היווני, וועלכער איז געווען א דוגל בשיטת העדאניזם, האט מסביר געווען, איז דא א חילוק צווישן קינעטישע תענוג, וואס איז אַן "אקטיווע" זוכעניש פאר'ן תענוג און צו ערגענצן א פעהלער, און קאטעסטעמאטישע תענוג, וואס איז סטאטיק און בלייבט. די צווייטע איז מער און בעסער. וכמובן, איז מאטעריאליזם ריין קינעטישע תענוג ולא יותר, משא״כ חכמה וכדומה אדער סתם א מער סטאָאיק מהלך החיים של הסתפקות במועט. און דאס אז דער מאטעריאליסטישער מענטש איז כסדר מחשב דערנאך אויף דעם ״א שאד, אז איך וואלט געקענט האבן מער״ וכו׳, און איז זיך נישט מסתפק מיט די תענוג וואס ער האט געהאט, באדייט דאך אַן אקטיווע נאכגיין און זוכן תענוגים און איז שוין אליינס א צער וואס ער ברענגט אויף זיך ושלא מדרך החכמה. אט דאס איז דאך די צער פון (קה״ר א יג) אין אדם מת וחצי תאוותו בידו ויש לו מנה רוצה מאתיים. וכדביאר הרמב״ם (מו״נ ח״ג פי״ב) אז די סוג רעות און פּיין זענען די מערסטע פארשפרייטע רעות בהעולם וועלכע ברענגען דעם מענטש צער ע״ש. (ואגב, קען טאקע די שׁוֺי אפשר זיין א שטיקל ראיה לזה: הגם עס איז טאקע קאנטרייווד אא״וו, זעהט עס אבער נישט אויס ווי זיי זענען צופרידענע מענטשן ביי עני מעטריק.)
 
לעצט רעדאגירט:
איך הער אסאך מאל פון די סממנים שמעקערס און טיי טרינקערס די העכערקייט וואס זיי לעבען אין, און אזוי בדרך רמז מיינענדיג צו זאגען ״די פראסטע גראָבּיאַן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות״
1) פארוואס בין איך מער אין תאוות ווי זיי?
2) וואס איז די פראבלעים פון ליגען אין תאוות?
3) פארוואס דען איז מען אראפגעקומען אויף דעי וועלט?
איך ווייס נישט ווי דו דרייעסט זיך און מיט וועם דו פרייעסט זיך, אבער די רמז "די פראסטע גראביאן וואס ליגסטו אין גראבע תאוות" איז גאר א קאמפלימענט אויף דיינע השגות, די טריפערס זעען גאר אן עתיד פאר דיר...

די העכערקייט וואס מ'לעבט אין מיינט נישט אז מ'האט עניטינג איבער געלאזט. ס'מיינט אז מ'נעמט זיך, מיט אלע תאוות, העכער.

על שלשה דברים העולם עמוד, לתיאבון, להכעיס, ולהתענג...
 
לעצט רעדאגירט:
די געדאנק איז נישט אזוי ווייט קעגן העדאניזם און תענוג, ווי איידער פון וואס מ׳נעמט תענוג פון.
אפשר איז די געדאנק מער אז "מ'נעמט" תענוג. דהיינו, הידאניזם איז פשוט אן עקזיסטירנדן תענוג, ס'איז עכט נישט שייך עם צו טוישן, און מ'גייט נישט "קעגן" דעם. און אפילו דאס, פון וואס אין ווי מ'נעמט תענוג, איז אויכעט לויט די עקזיסטירנדע אומשטענדן, ווייל מ'קען נישט "באשאפן" געלעגנהייטן. וואס א מענטש קען יא טוהן איז "עקספעריענסן" תענוג, אנשטאט "נעמען" תענוג, זאל מען ענדזשויען די תענוג. מ'איז ביזי נעמען תענוג אויס מורא אז מ'גייט פארלירן תענוג צום קאנקורענט, פארשטייט זיך אז די מעסטעריי אין די ענד וועט אפווישן א גרויסע חלק פון תענוג.

תענוג איז pure גוט געפיל.
ואין בטוב למעלה מן העונג.

אפשר איז דאס וואס די שרייבסט צום שלוס פונעם ארטיקל אין כוואליעס:
דער מוסר-השכל וואס איך האב ארויס גענומען דערפון איז אז סדנא דארעא חד הוא: אלע געזעלשאפטן זענען אריגינעל אויסגעשטעלט אויף דעם זעלבן סארט אויבערפלעכליכקייט. א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך אליינס צו דערהייבן און לעכצן נאך טיפערס, און נישט טראכטן אז דאס באלאנגען צו אן ספעציפישע געזעלשאפט מאכט עם אויטאמטיש בעסער פון איינעם פון אן אנדער געזעלשאפט.
די פאונט פון די ארטיקל זעהט אויס צו היילייט'ן די זעלבע פענאמענען ביי אלע קרייזן און שיכטן. אויב אזוי מאכט אפילו נישט אויס פון וואס מ'נעמט תענוג, נאר ווי אזוי מ'עסט די תענוג.
 
לעצט רעדאגירט:
העדאניזם איז א פאמיליע פון פילאזאפישע פאזיציעס וואו ״טוב = תענוג״ און לעומתה ״רע = צער״. וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז די ארטיקל מיינע נעמט נישט א פאזיציע דערקעגן; עס איז יתכן לפיה אז ״טוב = תענוג״. וואס די ארטיקל איז קעגן איז ״די וועג״ פון האבן אט די ״טוב״ און וואס/וואו מ׳טרעפט דאס.

אבער וואס דו זאגסט איז בעצם דאס זעלבע ווי איך זאג לגבי אפיקורוס׳ס חילוק במיני תענוג. והיינו, קינעטישע תענוג איז וואו ארבעט און מ׳עקספּענד כח און ענערגיע צו ״נעמען״ און פארשאפען תענוג. און אט די זוכעניש און עפארט איז גאר קאַוּנטערפּראדאָקטיוו און איז עלול צו גאר שטערן צום עונג ואושר פונעם מענטש. און ווי די מימרא אין גוּאילערמוֺי דעל טאָראָ׳ס העלבּוי 2 זאגט:
Man had been created with a hole in his heart. A hole that no possession, power, or knowledge could fill​
און אז מ׳זוכט נאכצולויפן צו ערפילן אט דעם לאך, וועט ער צום סוף נאר צוקומען לידי כאב לב. (וידועים דברי הבּוּדהאַ.) משא״כ אויב ״נעמט״ מען תענוג פון כל מדה שמודד לך און די פשוט׳ע זאכן אין לעבן ווי פארברענגען מיט דיין קינד און ווייב וכדומה, קאטעסטעמאטישע תענוג, און מ׳איז עוועיר צום פשוט׳ן (מנוחה׳דיגן) עקספּיריענס פון עונג, און מ׳איז צופרידן פון דעם אליינס. (און דאס איז אלעס בעפאר מ׳קומט צו צו דעם אז אויב לויפט מען שוין יא נאך קינעטיש עפעס א גוֺיל לשם תענוג, זאל דאס זיין עפעס מיט וואס דער מענטש איז מיוחד שהיא שכלו וחכמתו.)
 
בקיצור, אינזער באליבטער @מי אני קוקט א מאטראליסטישע שאו און זעט אין דעם אינטעלעקשאול לערנונגען. טא, קען דאך זיין אז די אלע היים-ווייבער האבן אויך טיפערע כונות אין זייערע געבורטסטאג פארטי'ס?
 
דאס׳ן זעהן דערין אינטעלעקטשואלע לעהרעס קען גיין אין איינקלאנג מיט דר. יצחק אסימאוו׳ס מימרא ווי הומאר קען האבן אין זיך טיפע פילאזאפישע געדאנקען, מער ווי שעות פון פילאזאפישע דיסקוסיעס. (הגם מ׳קען טענה׳ן אז די גאנער איז נענטער צו טראגעדיע ווי איידער קאמעדי…)

איך וואלט זיי נישט געגעבן דא דעם דיון לכף זכות און פּרינציפּ פון טשעריטי. ווי דער רמב״ם שרייבט בהקדמתו לפרק חלק לגבי געבן די פּרינציפּ לחז״ל:
שנתברר אצלם גדולת החכמים זכרונם לברכה וטוב שִׁכְלָם, ממה שנמצא בכלל דבריהם מורים על עניָנים אֲמִתִּיִּים למאוד. ואף על פי שהם מעטים ומפוזרים במקומות, מחיבוריהם הם מורים על שלמותם, וכי הם השיגו האמת, ושנתברר גם כן אצלם מניעת "הַנִּמְנָע" ומציאות "הַמְחֻיָּב לְהִמָּצֵא". וְיָדְעוּ כי הם עליהם השלום אינם מדברים הֲתֻלִּים.
די בירור מעיקרא איז נישטא ביי די פרויען. דא איז לענ״ד ענדערשער נוגע דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פל״ה, ״לקטנים ולנשים ולסכלים ולחסרי השכל״…
 
ענליך צו דעם שמועס רעדט זיך מיין שוויגער זז״ג אפטמאל אפ אז לאנגע שייטלעך, מעיקאָפּ, און טרענדי פעשאנס וכו׳ איז קעגן הלכה. האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז דאס איז א טעות בהלכות צניעות (ועיין לדוגמא בלבושה של תורה סימן סז, ומעין אומר חי״ב סימן סז, וידוע ספרו של הבני בנים). אבער וואס זי דארף ווען טענה׳ן איז אז ״וואס וואלט אריסטו געזאגט דערצו?״ והיינו, אז די גאנצע אריינגעבויטע רייץ פאר א פרוי צו זיין עטרעקטיוו און טרענדי אינדרויסן (כדרכן של הריעל האַוּסווייווס) איז דאך סוכ״ס, עפ״י עוואלוציאנערישע פסיכאלאגיע, מחמת סעקסואלע רעפּראַדאָקשען. און ווי אריסטו זאגט (עיין במו״נ ח״ג פ״ח) איז דאך דאס חרפה לנו, זייענדיג אז אונזער מאלפע נקיבה קאָזין וויל פונקט אזוי זיין עטרעקטיוו און טרענדי בפני המאלפעס זכרים, וואס פאר מאלפעס ווערט גערעכענט עטרעקטיוו און ״טרענדי״. און ׳מילא ווען מ׳איז מיט׳ן מאן און מ׳זוכט טאקע עוסק צו זיין אין דעם, לחיי, אבער בלא זה האסטו לגמרי נישט טרענסענדעד, וואס דארווין האט טערמינט, די מין האנושי׳ס לאָלי אָרידזשין; א פּריימעט ווי עני אנדערע פּריימעט.

און דאס איז טאקע א סיבה פארוואס אין אלגעמיין וועט טרענדינעס וכו׳ (ברבים) לגבי די סארט זאכן אינגאנצן נישט תופס מקום זיין ביי קלוגע פרויען פּראפעסארס; ובפרט ביי די וועלכע זענען פעמיניסטן. (כמובן אז זיי זעהן אויס נארמאל און נישט מעלעדעפּטיוו.)

עס איז מערקווידיג וואס ניטשע האט געהאט געשריבן:
From the beginning, nothing has been more alien, repugnant, and hostile to woman than truth — her great art is the lie, her highest concern is mere appearance and beauty​
מ'קען זאגן אז אליביה גייט דאס אין איינקלאנג וואו אויב די עיקר ביי איר איז אז אין האשה אלא ליופי איבעראל און זי באצירט זי זיך דלא ווי זי זעהט אויס באמת, איז דאך ביי איר דאס עיקר א ליגענט. און ווי פּראפעסאר פרענסיס נעסבּיט אפּעל שרייבט, ווייזט דאס במשנתו של ניטשע אויף די חסרון אין וויאזוי מענער באטראכטן פרויען ווי אבּיעקטן:
Nietzsche's apparent misogyny is part of his overall strategy to demonstrate that our attitudes toward sex-gender are thoroughly cultural, are often destructive of our own potential as individuals and as a species, and may be changed. What looks like misogyny may be understood as part of a larger strategy whereby "woman-as-such" (the universal essence of woman with timeless character traits) is shown to be a product of male desire, a construct​
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב זייער ליב די ריעל האזווייפס זיי געבן נישט קיין דעקל פאר לאגיק זיי האבן א גוטע לעבן ווי די גמרא זאגט מוסיף דעת מוסיף מכאוב. הלואי בין איך א טיפש.
 
איך וואלט גענומען א פארקערטע מוסר השכל אין דעם פון די שׁוׂי. והיינו, איה"נ אז יוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי), אבער דאס איז ווען מ'זעהט אדער איינס פון צוויי: אדער אז דער חכם איז בצער מחמת חכמתו, אדער אז דער כסיל איז בתענוג מחמת סכלותו. דא, הגם זיי זענען רייך, איז דאס אבער שווער צו זאגן אז דאס איז דייקא וויבאלד זיי זענען סכלים. פארקערט גאר: ווען זיי האבן ווען די זעלבע געלט אבער זענען קלוג, וואלטן זיי נישט געהאט אזויפיהל געפעכטן און מחלוקת (וועלכע קען זיין טאקע זיין אָנגעשטעלט אבער קען האבן אין זיך אמת אויך מחמת שחצנותם) און די עסאָסיעיטעד צער וואס זיי האבן א דאנק דעם. עס דערמאנט פון די פסוק במשלי (חי ו-ז) שפתי כסיל יבאו בריב ופיו למהלמות יקרא, פי כסיל מחתה לו ושפתיו מוקש נפשו, און דער רלב"ג איז מפרש:
דברי הכסיל הם מביאים חתת ושבר והם מוקש נפשו כי גורם רע לעצמו מצדדים רבי׳ כי בהם יחרחר ריב עם האנשים ויהיה זה סבה לו לרעות גדולות ומהם כי מצד סכלותו יחשוב הרבה פעמים לומר מה שהוא עוזר לו בהשפטו את רעהו ויהיה הענין בהפך ומהם כי הוא יגלה הדבר שיהיה ראוי שיסתיר ויהיה זה סבה לבלבול ריב בעניניו ובמבוקשיו.
און אט דאס איז דאך כסדר די מוקש פון צער אין וועלכעס די האַוּסווייווס פאלן אריין.

און ווי איך האב טאקע אויבן צוגעברענגט פון דר. ניקוֺיל קאַקס און ענדרוּ וואלענשטיין, טוהט די שׁוׂי, און די דיספאָנקשען וואס מ'זעהט ביי די האַוּסווייווס, ארויפברענגן די שאלה פון וואס איז דאס "גוטע לעבן":
The women of Real Housewives are a lot like their mansions: impeccably maintained facades. But what the show does so well is point out the cracks. The viewer, in turn, is left to pinball between mixed feelings of revulsion, fascination, and, yes, envy about what they’re seeing. In its own tawdry way, Real Housewives raises existential questions about what the Good Life really entails​
 
די מאטעמאטיקער דר. עוועלין לעמבּ טענה׳ט אז מ׳קען זיך לערנען א מוסר השכל פון די האַוּסווייווס נישט צו טוהן ווי זיי און וויאזוי א בקשת סליחה דארף באמת אויסזעהן (ועיין במ״א בשם הב״ח באו״ח ריש סימן תרו). דער מאטעמאטיקער דר. קעווין קנודסאן וואונדערט זיך דארט צי די האַוּסווייווס זאלן ווען אויסהערן א שמועס ווי זייערס איבער מאטעמאטיקס…
 
מיין שווער זז״ג האט א שידוך געטוהן מיט א טאכטער. די משפחה צו וועלכעס מיין שוועגערין איז א כלה געווארן, הייסט מער א פארמעגליכע משפחה און ״וויט-איט״ אא״וו. האט איינער געפרעגט מיין שוואגער צי דאס מיידל איז ״צוקוועטשט״, זייענדיג אז מיין שווער איז א פרומער מרביץ תורה?

דאס האט מיר געמאכט טראכטן די שאלה, צי מיין שווער׳ס שטוב וואלט געהייסן ״צוקוועטשט״ לעומת א שטוב ווי די פון די ריעל האַוּסווייווס? אין אנדערע ווערטער, בעצם די דיון פון מיין ארטיקל. והיינו, איך וואלט דעפינירט ״צוקוועטשט״ אין די קאנטעקסט דא אלס׳ן נישט זיין ״(וועל-)קולטורד״, וואס ״(וועל-)קולטורד״ ווערט דעפינירט אלס:
has had a good education and knows a lot about art, music, literature, etc​
איז מיין שאלה, זענען די ריעל האַוּסווייווס בעסער דערין? האבן זיי א (רעפיינד דורכגעטראכטע) עפּרישיעישאן פאר אַרט אלס אעסטעטיק - זאל דאס זיין אין מאלערייען (קלאסישע, ראמאנטישע, צי מאדערנע וכו׳), ליטעראטור, מוזיקה סינעמאַ און קוּזיִן (און זייערע פארשידענארטיגע גאנערן)? אדער גייט דאס נישט ווייטער ווי קיטש (און פּאַפּ וכו׳)? פארשטייען זיי בכלל צו די געדאנק פון אַן אָטעאור דערין?

די זעלבע שאלה איז בנוגע זייער גיין אָנגעטוהן אין וואָוּג לגבי פעשאן. איז דאס אלס א פארשטאנד צו די אעסטעטיק פון האָט קאָטור און דיזיין? אדער פשוט אך ורק נישט מער ווי (שבת קיג ע״ב, ב״ק צא ע״ב) קרי למאני מכבדותיה צווישן זייערע קאלעגעס, און אויפ׳ן האר דאס זעלבע ווי חתנים אין אונזער געזעלשאפט וועלכע מאכן זיך משוגע בנוגע א ״שיינע שטריימל״ - צו פשוט געפעלן אנדערע ״ווייל יעדער״ און סיגנעלן סטאטוס?

ובנוגע ליגן אין חכמה מיט אַן עפּרישיעישאן פאר וויסדאם איז דאך אפגערעדט אז נישט. (דאס זעלבע איז לכאורה בנוגע אפענקייט צו אנדערע קולטורן, מיט קולטוראלע קאַמפּעטענס און סענסיטיוויטי, חוץ פון פשוט'ע אידענטיטעט פּאַליטיקס פון פיהלן אז מ'באלאנגט צו די אויפגעקלערטע ולבם בל עמם.)

וממילא בלייב איך ביים קשיא מאי אולמיה פון א ״נישט-צוקוועטשטע״ משפחה, איבער די פון מיין שווער׳ס? מיין שווער האט כאטש אַן אידעאלאגיע צו וועלכעס ער איז נאמן און אין וועלכעס ער ליגט אין. מ׳קען זיך טאקע דינגען אויף זיינע גלויבונגען און האלטן אז זיי זענען אומריכטיג און אפילו נאַריש, אבער ער איז אטענטיש דערביי און ליגט אין די טעקסטן דערפון וועלכעס ווערן למעשה גערעכענט ווי חכמה (אין די הומעניטיס). משא״כ די ריעל האַוּסווייווס ודכוותיהן.

(וכמובן עיין באשכול זו ואשכול זו.)
 
לעצט רעדאגירט:
@מי אני, האמת אגיד קרעמל איז נישט ראוי דיר צו האבן דא. אזא גאון באלאנגט לפּחות אין א עדיטינג פאזיציע אין א אקאדעמישע זשורנאַל.

1. איך בין פריילעך אז דו וועהלסט אויס די פלאטפארמע אונזערע צו אראפשרייבן דיינע געדאנקען.

2. איך בין מתפלל אז סיי וואספארא מאטיוואציע וואס מאכט דיר דא שרייבן זאל אנהאלטן לאורך ימים ושנים.

דו מאכסט מיר אייביג קלאר וויפיל מען ווייסט אפילו נישט אז מען ווייסט נישט.
 
ערשטנס מזל טוב @ מי אני, האפענטליך וועט בקרוב אריינקומען דא א מי אנוכי, מי אנחנו, און א מה אנו. בקיצור אסאך נחת.
לגבי דיין הגדרה פון נישט צוקוועטשט, אט דאס איז א ביישפיל פון די פראבלעם פון קוקן א טייטש אין דיקשינערי. שטייען אפאר סקאלערס אין אוניווערסיטעט און זעצן זיך מגדיר זיין די טייטש פון (וועל-)קולטורד, אויף אידיש נישט-צוקוועטשט. און קומען צום מסקנה אז איינער וואס איז בקי און ארט, מוזיק און אין ספרים חיצוניים דער איז קולטורירט.
כאטש וואס עס איז גאנץ א גוטע רויע הגדרה, ווייסן מיר אלע אז עס איז נישט אזוי. ווייל ממש ווי די זאגסט, אז די ריעל האוסווייפס האבן בדרך כלל קיין ספר נאכנישט געפענט, און אפילו זייער ארט און סטייל איז נישט מער ווי שטריימל-פיער-פרעשור.
 
ברוך תהיה.

ווי איך פארשטיי דיין טענה איז אז וויבאלד הלשונות הסכמיות הן (מו"נ ח"ב פ"ל), איז דאס וואס געבט די דעפיניציע פון א ווארט און איר הגדרה, דאס וואס מענטשן מיינען ווען זיי באנוצן זיך דערמיט. ולכן, די ריעל האַוּסווייווס ודכוותיהן ווערן יא פאררעכענט ווי "(וועל-)קולטורד/נישט-צוקוועטשט" על אף וואס זיי קומען אויסדרוקליך נישט נאך די קרייטעריע פון די פארמאלע הגדרה און דעפיניציע דערין. דאס דערמאנט אביסל פון נוצן פילאזאפיע און לאגיק אונטערצולאַנען דאס נישט דארפן פילאזאפיע און לאגיק...

אקעי, לחיי. די שאלה ווערט אבער דאן צווייפאכיג: איינס, וואס איז יא די (פונקטליכע) הגדרה פון "(וועל-)קולטורד/נישט-צוקוועטשט"? און צוויי, אז הניחא לויט די פארמאלע "סקאַלערלי" הגדרה דערין, פארשטייט מען די וועליוּ פון "(וועל-)קולטורד/נישט-צוקוועטשט", פון עפּרישיעיטן אעסטעטיקס וחכמה אא"וו. אבער טאמער ווערן די סארט מענטשן ווי ריעל האַוּסווייווס ודכוותיהן פאררעכענט ווי "(וועל-)קולטורד/נישט-צוקוועטשט", דאן וואס איז די וועליוּ דערפון, לעומת דער וואס איז יא "צוקוועטשט" (וועלכעס איז לכאורה א לשון גנאי ובזיון)? ווייל מ'איז זיי מכבד? ועיין ברד"ק במשלי (ג לה) "האיש הנקלה והנבל מרים הכסילים ומשבח אותם". ועיין כאן במה שהבאתי מר' יוסף אבן כספי בחצוצרות כסף (על משלי כט כז):
אם כן אנו אין לנו רק להתאמץ לעלות במרכבות היושר, עד שנהיה נתעבים להמון, ואין בידנו סימן יפה וטוב שנַכיר בו, הטובים אנחנו, רק שנהיה נתעבים מההמון, לכן כתוב בספרי הפילוסופים, שחכם אחד שמע מן בני הזמן, שהיה משבחים אותו ויאנח, אמרו לו תלמידיו: רבינו על מה אתה נאנח והלא הם משבחים אותך, ואמר: על אלה אני בוכה, כי לא שבחוני אלא מפני שהשתוו מדותי למדותם: ואמר חכם אחר על ההמון, מאמר דומה לזה הפסוק משלמה, והוא: אנחנו שוים במומם עמם, כי אני בעיניהם כאשר הם בעיני.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top